בלאט 2 פון 2

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 11:37 pm
דורך שטייפע קוגל
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:26 pm אז דער עולם האט ארויסגעקוקט שוין אזוי לאנג אויפן ערווארטעטען מינוט פון אריינגיין אין רפיח איז פיל א גרעסערע בלאף און שאנדע
קוקט נישט אויס ווי דאס באדערט אזוי שטארק ווי דער כאמאס דיעל.
ווען מ'רעדט פון א אקציע וואס מ'רעדט שוין עטליכע חדשים, קומט אריין די ווארט 'לאנג ערווארטעטע'. קיינער טראכט נישט אז מ'מיינט אז די עולם קוקט ארויס דערויף. די אקציע איז א לאנג ערווארטעטע אקציע.

והא ראי', קוק אריין אין די באריכט זעלבסט און אין די עדיטאריעלס וועסטו זען אז מ'רייסט פונקט אזוי אדער נאכמער אראפ די מדינה און מ'מעלדט אויך די מדינת ישראל דורכפעלער מיט זאפט. סך הכל ווייסן זיי אז נייעס איז טריקענע נייעס און השקפה איז השקפה, און מ'גיט אכטונג נישט צו מעלדן די נייעס אויף א פרא מדינה מהלך נאר טריקענערהייט מיט די פאקטן וואס האט פאסירט. און אזוי ווערט די השקפה חלק אויך נתקבל על הלב. אז מ'חושט ארום מיט שקרים וואס איז גלוי לכל טוט מען אויף פונקט די פארקערטע.

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:26 am
דורך דער תהלים איד
@פרייליך ביידע זענען ראנג. סיי דער בלאט און סיי דער איד.

די חילוק איז נאר, אז דער בלאט איז א "טעות", דער שרייבער האט געמיינט צו זאגן עס ציט זיך שוין לאנג די נייעס אז "זיי גייען זיי גייען" און יעצט איז עס געשען. משא"כ דער איד איז נישט א טעות, נאר א הטעיה. ער וויל במכוון מטעה זיין דעם ליינער. און דאס זאגט דא דער עולם אז ס'איז א נארישע זאך, פאסט קוים פאר'ן ארכי-ליבעראל-געפעלשטע נייעס באריכטער 'די צייטונג'...


שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:10 pm ריכטיג. די סאטמארע שיטה איז צו מעלדן די נייעס טריקן, אן נעמען קיין צדדים, נאר כאילו ס'וואלט זיך גערעדט ווי א קאנפליקט צווישן אינדיע און פאקיסטאן. דער איד'ס שיטה איז מער א נטורי קרתא שיטה, צו האבן סימפאטיע מיט די אראבערס און ארויסהייבן די מדינה'ס עוולות.
דאס איז גראדע א גרויסע טעות.

אין די אגודה קרייזן זאגט מען אפיציעל דעם תירוץ אז מען באטראכט עס "ווי כאילו ס'איז רוסלאנד מיט אוקריינא, כאילו נתניהו איז מחסידי אוה"ע".

אין סאטמאר איז דאס טריפה. די מדינה איז "נישט" רוסלאנד, נאר ס'איז א מרידה בה' צו וועמען מען טאר נישט האבן סימפאטיע אלס אידיש קינד מיט א אידישע געפיל פאר'ן טאטן אין הימל.

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:31 am
דורך פרייליך
וואס איז ער מטעה דעם ליינער? סך הכל זעהט די ליינער אז דא איז געווען א דיעל וואס כאמאס איז גרייט געווען אנצונעמען,
און אמעריקא רעכנט זיך גראדע דערמיט, אמעריקא האט אפגעשטעלט געווער ליפערונג ווייל זיי לאזן נישט צו דאס צופירן זיך די הענט דארט.

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:43 am
דורך דער תהלים איד
פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:31 am וואס איז ער מטעה דעם ליינער? סך הכל זעהט די ליינער אז דא איז געווען א דיעל וואס כאמאס איז גרייט געווען אנצונעמען,
און ס'נישט אמת


פרייליך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:31 am און אמעריקא רעכנט זיך גראדע דערמיט, אמעריקא האט אפגעשטעלט געווער ליפערונג ווייל זיי לאזן נישט צו דאס צופירן זיך די הענט דארט.
וואס האט הודו מיט אשרי

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 10:47 am
דורך וואלף
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:26 pm אז דער עולם האט ארויסגעקוקט שוין אזוי לאנג אויפן ערווארטעטען מינוט פון אריינגיין אין רפיח איז פיל א גרעסערע בלאף און שאנדע
קוקט נישט אויס ווי דאס באדערט אזוי שטארק ווי דער כאמאס דיעל.
'לאנג ערווארטעטע' האב איך געליינט ווי 'לאנג עקסעפקטעטע' אבער להוציא מלבן וואלט טאקע גאדארפט זיין די לשון מער געזיפט

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 10:49 am
דורך וואלף
האב איך נישט באמערקט אז ס'איז דא שוין נאך א בלאט און אנדערע זאגן שוין די זעלבע

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 09, 2024 12:01 pm
דורך וואלף
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 9:26 am
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:10 pm ריכטיג. די סאטמארע שיטה איז צו מעלדן די נייעס טריקן, אן נעמען קיין צדדים, נאר כאילו ס'וואלט זיך גערעדט ווי א קאנפליקט צווישן אינדיע און פאקיסטאן. דער איד'ס שיטה איז מער א נטורי קרתא שיטה, צו האבן סימפאטיע מיט די אראבערס און ארויסהייבן די מדינה'ס עוולות.
דאס איז גראדע א גרויסע טעות.

אין די אגודה קרייזן זאגט מען אפיציעל דעם תירוץ אז מען באטראכט עס "ווי כאילו ס'איז רוסלאנד מיט אוקריינא, כאילו נתניהו איז מחסידי אוה"ע".

אין סאטמאר איז דאס טריפה. די מדינה איז "נישט" רוסלאנד, נאר ס'איז א מרידה בה' צו וועמען מען טאר נישט האבן סימפאטיע אלס אידיש קינד מיט א אידישע געפיל פאר'ן טאטן אין הימל.
די געדאנק האט יא א זין לגבי בכלל נישט זיין אינטערעסירוט אין זייער פאליטיק, דער רבי מהר"א האט אמאל געניצט לגבי דעם א משל די קריג צווישן ענגלאנד אין איירלאנד אז מ'וועט פרעגן א איד וואס האלטסו ווער איז גערעכט? האט ער נישט קיין מיינונג ווייל ס'איז אים בכלל נישט נוגע, אזוי איז מיט די ציוניסטישע פאליטיק האט נישט מיט אונז פשוט צוויי אומות קריגן זיך
אבער אויב מ'איז ליידער יא אינטערעסירט אין מ'האלט מיט די נייעס דארף מען טאקע דאס געדענקן

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:17 pm
דורך אויגעלעך
אינטערסאנט ווי אין די "דער איד דעילי" ווערט די נייעס באריכטעט אינגאנצן מיט א אנדערע משמעות

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:29 pm
דורך שמח
אויגעלעך האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:17 pm אינטערסאנט ווי אין די "דער איד דעילי" ווערט די נייעס באריכטעט אינגאנצן מיט א אנדערע משמעות
כ'בין נישט אויסגעקאכט אין די נייעס, אבער ''דער איד'' מיט די ''דעילי'' טארגעטן אנדערע מענטשן...

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 10, 2024 5:30 pm
דורך איטשע
שמח האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:29 pm
אויגעלעך האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:17 pm אינטערסאנט ווי אין די "דער איד דעילי" ווערט די נייעס באריכטעט אינגאנצן מיט א אנדערע משמעות
כ'בין נישט אויסגעקאכט אין די נייעס, אבער ''דער איד'' מיט די ''דעילי'' טארגעטן אנדערע מענטשן...
עס האט נישט די זעלבע בעה"ב, ס'איז בערך ווי קול מבשר מיט יודיש 24

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: מיטוואך מאי 22, 2024 6:28 pm
דורך ספרינג
אויף וועם האט די האג פראסעקיוטער געפאדערט צו ארויפלייגן אן ארעסט ווארענט? ליינט די דיפרענעץ אויף די דעקלעך

אויכעט וועגן ל"ג בעומר אין מירון.

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:32 pm
דורך ספרינג
דער איד האט אויפגעהערט שרייבן באריכטן אויף נפטרים.

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:54 pm
דורך צווייזייטיג
ספרינג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:32 pm דער איד האט אויפגעהערט שרייבן באריכטן אויף נפטרים.
חוץ אז מ'צאלט..

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:09 pm
דורך אנדערער
ספרינג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:28 pm אויף וועם האט די האג פראסעקיוטער געפאדערט צו ארויפלייגן אן ארעסט ווארענט? ליינט די דיפרענעץ אויף די דעקלעך

אויכעט וועגן ל"ג בעומר אין מירון.
וואו קען מען זען די דעקלעך?

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:12 pm
דורך ספרינג
אייוועלט געווענליך לייגט עס ארויף

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:17 pm
דורך ספרינג

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:18 pm
דורך אנדערער
יישר כח אבער אייוועלט איז ביי מיר צוגעמאכט

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:23 pm
דורך ספרינג
וועלכע קאמפעני לאזט נאר אריבער אידטיש און נישט אייוועלט

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:28 pm
דורך טיפע טאשן
ספרינג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:12 pm אייוועלט געווענליך לייגט עס ארויף
איז מאך די אשכול דארט... דריי ביטע נישט קיין קאפ! יישר כח

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:30 pm
דורך אנדערער
ספרינג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:23 pm וועלכע קאמפעני לאזט נאר אריבער אידטיש און נישט אייוועלט
איך האב געבעטן

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:49 pm
דורך שמח
ספרינג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:12 pm אייוועלט געווענליך לייגט עס ארויף
קענסט ברענגן אויב ס'איז דיר נישט שווער.

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:50 pm
דורך ספרינג
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:49 pm
ספרינג האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:12 pm אייוועלט געווענליך לייגט עס ארויף
קענסט ברענגן אויב ס'איז דיר נישט שווער.
דא
viewtopic.php?p=91560#p91560

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:03 pm
דורך שמח
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:09 pm
ספרינג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:28 pm אויף וועם האט די האג פראסעקיוטער געפאדערט צו ארויפלייגן אן ארעסט ווארענט? ליינט די דיפרענעץ אויף די דעקלעך

אויכעט וועגן ל"ג בעומר אין מירון.
וואו קען מען זען די דעקלעך?
1000078212.jpg
1000078212.jpg (246.34 KiB) געזען געווארן 612 מאל
1000078237.jpg
1000078237.jpg (296.53 KiB) געזען געווארן 612 מאל

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:55 pm
דורך אנדערער
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:03 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:09 pm
ספרינג האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:28 pm אויף וועם האט די האג פראסעקיוטער געפאדערט צו ארויפלייגן אן ארעסט ווארענט? ליינט די דיפרענעץ אויף די דעקלעך

אויכעט וועגן ל"ג בעומר אין מירון.
וואו קען מען זען די דעקלעך?
1000078212.jpg
1000078237.jpg
יישר כח

איך זע נישט איינס זאל זיין בעסער ווי די אנדערע

Re: חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:24 pm
דורך בן תורה
די נייעס איבער די איראנע איד איז אסאך בעסער אין די איד