יעדע תקופה האט דער אויבערשטער זיינע שלוחים אויפצואוועקן אז יש דין למעלה.
ווען מיר לעבן אין א וועלט פון הסתרה, קען מען צומאל פארגעסן און פארזען, אזא געשיכטע שאקלט אויף דעם מענטש. טראכט!
אפגעזען צי די גלייבסט עס אדער נישט, אבער דאס איז זיכער אז "דע לפני מי עתה עתיד ליתן דין וחשבון".
אמאל איז געווען אפענע רוח הקודש, דיבוקים, און גילוים. היינט איז דא אויף אזא אופן. אבער דאס איז זיכער אז טויזענטער אידן האבן שוין באקומען א הרהור תשובה דורך דעם, און אומשאצבארער מצוות ומע"ט זענען שוין געטון געווארן דורך מענטשן וואס האבן זיך אויפגעוועקט פון דעם.
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 11:52 pm
מיין פראבלעם צו גלייבן אזעלכע זאכן אין ווייל נאכדעם קומט אנדערע זאכן וואס זענען זיכער שקר ווי למשל אמונות טפילות און דאן ברויך איך שוין מסביר זיין פארוואס דארט איז עס נישט אמת
איך גלייב אז עס איז דא א יענע וועלט און איך גלייב נישט קיין מענטשן וואס פארציילן אזעלכע זאכן
זייער א שטארקע געדאנק דאס! דער מהר''ל אין תפארת ישראל נח זאגט אזא געדאנק.
ומעתה תשובתנו אל האומות ששואלים למה לא נזכר בתורה עולם הבא, בודאי אין ראוי שיהיה נכנס בגדר התורה האמתית רק דבר נראה לחוש ולא יהיה דבר שהוא יסוד הדת בלתי נראה לחוש, שאם כן כל אחד יכול לחדש דת ויאמר שיהיה לו עולם הבא ויאמין לו, ולכך הרחיקה התורה דבר זה כאלו אמרה שכל דת שתעשה כמו תורת משה מבטיח בדבר שנראה לחוש היא אמתית, ולא כמו שאר דתות שמניחים דבר שלא נתברר אמתתו.
ובאמת אז די געדאנק איז יסודו פון הייליגען רמב''ם אין אגרת תימן. ווי ער באכעט דארט אריין אז די אידישע אמונה איז נישט מבוסס אויף א אנגעבליכע נביאה צו אן אנגעבליכע נביא. נאר עס איז מבוסס אויף א גילוי וואס יעדער האט געזעהן עין בעין ביי מתן תורה!
ואחר כך חזר בחכמתו בלשון תשובת האומה כאלו היא אומרת לאותם שהם רוצים לפתותה ולהראות להם שסברתה מעולה מסברתם לאיזה דבר מתחזקים בי התוכלו להראות לי כמו מחולת המחנים כלומר שהאומה תטעון כנגדם ואומרת להם הראונו כמו מעמד הר סיני שהיה בו מחנה אלהים ומחנה ישראל זה לעומת זה אז אשוב לעצתכם.