אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
עס ליגט מיר אין קאפ אז רש"י ערגעץ אין ש"ס ברענגט דאס לאנד אונגארן, אפשר וועל איך עס שפעטער אויפזוכן.
רבינו תם האט געהאט א תלמיד, ר' משה מקיעוו. ער ווערט דערמאנט אין ספר הישר לר"ת, און אין שו"ת מהר"ם מרוטנבורג איבער דריי שאלות וואס ער האט זיך געשריבן מיט'ן ראש ישיבה פון בבל ר' שמואל בן עלי.
רבינו תם האט געהאט א תלמיד, ר' משה מקיעוו. ער ווערט דערמאנט אין ספר הישר לר"ת, און אין שו"ת מהר"ם מרוטנבורג איבער דריי שאלות וואס ער האט זיך געשריבן מיט'ן ראש ישיבה פון בבל ר' שמואל בן עלי.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:48 pm לאמיר צוטיילן די דייטשע אידנטום פון די זמן הראשונים אין צוויי. די מערב דייטשע אידן און די מזרח דייטשע אידן.
די מערב דייטשע אידן זענען געווען בעיקר קאנצעטרירט אין די ריינוס/פראנקען ראיאן וואו עס זענען געווען די באקאנטע קהילות, שפיירא, ווירמייזא/ווארמס און מאגענצא/מיינץ, באקאנט ביי אונז אלץ די קהילות שו"ם. אזוי אויכעט די צענטער שטאט פראנקפורט.
איך האב אמאל גרונטליך דורכגעטון די נוש"א פון שו"ם, און איך בין כמעט זיכער אז פראנקפורט איז נאך דאן נישט געווען קיין צענטראלע קהילה. ביי די שווארצע מגיפה האבן די פאגראמטשיקעס אומגעברענגט אלע אידן פון פראנקפורט הי"ד, וואס ווערט געשאצט אויף ארום 60.. עס איז זיכער אז אידן האבן שוין געוואוינט דארט ווייל עס ווערט שוין דערמאנט אין די ראשונים, אבער עס איז געווען פארשאטנט מיט די שכנות'דיגע שטעט שו"ם.
אגב, די קהילה אין ווירמייזא איז גאר גאר אלט. דער חיד"א ברענגט אין מעגל טוב אז בימי בית שני איז דארט געווען א סנהדרי קטנה וואס האבן דן געווען דיני נפשות! דער מהרי"ל ברענגט אז בימיו האט מען דארט געטראפן א מציבה פון 1100 יאר פריער און ס'דארט געשטאנען 'שפחה חרופה'. (דאס דארף א ביאור, סיי ווייל די דאטום קומט אויס שוין נאכ'ן חורבן בית שני, און סיי ווייל אפילו ביים בית שני איז לויט כמעט אלע ראשונים נישט געווען קיין דיני שפחה חרופה.) דער מהרי"ל ברענגט אויך אז ער האט געזעהן א בריוו וואס די חכמים פון ארץ ישראל בימי דער אותו האיש האבן געשריבן צו ווירמייזא און נאך צוויי שטעט אין דייטשלאנד אז די ארטיגע אידן זאלן מתפלל זיין ווייל די פרשה קען נאך אנברענגען אסאך צרות פאר אידן.
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
פראנקפורט איז די צענטערפונקט אינעם סעקולערן זינן אבער בודאי זענען געווען דארטן אידן און א קהילה בזמן הראשונים, דער ילקוט שמעוני איז דארטן געווען דער דרשן.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:51 amמסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:48 pm לאמיר צוטיילן די דייטשע אידנטום פון די זמן הראשונים אין צוויי. די מערב דייטשע אידן און די מזרח דייטשע אידן.
די מערב דייטשע אידן זענען געווען בעיקר קאנצעטרירט אין די ריינוס/פראנקען ראיאן וואו עס זענען געווען די באקאנטע קהילות, שפיירא, ווירמייזא/ווארמס און מאגענצא/מיינץ, באקאנט ביי אונז אלץ די קהילות שו"ם. אזוי אויכעט די צענטער שטאט פראנקפורט.
איך האב אמאל גרונטליך דורכגעטון די נוש"א פון שו"ם, און איך בין כמעט זיכער אז פראנקפורט איז נאך דאן נישט געווען קיין צענטראלע קהילה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
יא יא, און כאטש ס'נישט קלאר פונקטליך ווען ר' שמעון הדרשן (דער מחבר פון ילקוט שמעוני) האט געלעבט שרייבט דער חיד"א אז ער האט געזעהן א כתב יד פון ילקוט שמעוני (כ'מיין אז נישט פונ'ם מחבר נאר א העתק) פון יאר ה' אלפים ע'.
איך האב נאר אנגעוויזן אז די קהילה איז נאך דאן נישט געווען קיין צענטראלע אידישע קהילה, עפעס וואס איז געשעהן ווען שו"ם איז אונטערגעגאנגען און פראנקפורט איז געווארן די וויכטיגסטע אידישע קהילה אין דייטשלאנד פאר הונדערטער יארן.

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1869
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5147
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
WOW וואס דא טוט זיך נישט! איך בין הערשט יעצט דא אריינגעפאלן. דאס גייט נישט אין איין מינוט...
אבער שלא להשאיר הנייר חלק לאמיר כאטש מגיב זיין צו הרב @Think and Thank
אין ספר הפרדס לרש"י ביי די סדר הקריאת ברענגט ער דארט בשם איינער פון די גדולים רבי יצחק מארץ הגר. דאס מיינט איר?
בנוגע די שפחה חרופה. דער כותב הלקוטים זאגט נישט דארט אז דאס איז נאך מזמן הבית. ער זאגט בסך הכל אז מכל זה נשמע שק"ק מגנצא וקהילת הלא היתה קהילה חשובה מכמה וכמה שנים. און דערנאך ברענגט ער אויך (פון צענזור) וועגן די בריוו וואס מען האט געשיקט איבער דעם ישו ימח שמו.
וואס באדערט אייך מיט שפחה חרופה בזמן בית שני?

!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:29 pm אין ספר הפרדס לרש"י ביי די סדר הקריאת ברענגט ער דארט בשם איינער פון די גדולים רבי יצחק מארץ הגר. דאס מיינט איר?
יתכן, איך האב עס געזען א לאנגע צייט צוריק געדענק איך נישט, כ'דארף עס נאכקוקן.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:29 pmנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:29 pm בנוגע די שופחה חרופה. דער כותב הלקוטים זאגט נישט דארט אז דאס איז נאך מזמן הבית. ער זאגט בסך הכל אז מכל זה נשמע שק"ק מגנצא וקהילת הלא היתה קהילה חשובה מכמה וכמה שנים. און דערנאך ברענגט ער אויך (פון צענזור) וועגן די בריוו וואס מען האט געשיקט איבער דעם ישו ימח שמו.
איה"נ אז דער כותב שרייבט נישט אז ס'איז געווען בזמן הבית (פארקערט - ער שרייבט אז ס'געווען 1100 יאר אלט בימי המהרי"ל וואס קומט אויס שוין נאכ'ן חורבן), אבער בפשטות איז שפחה חרופה נאר נוהג בזמן הבית (זעה ווייטער).
דאכצעך אז אין מהרי"ל פון מכון ירושלים ווייזן זיי אן אז אין די כתבי ידות שטייט קודם די חלק פון די צענזור בריוו וואס איז געשיקט געווארן צו ווירמייזא, מאגענצא און הלא, און דערנאך שטייט די מעשה מיט די מציבה פון די שפחה חרופה, און דערנאך די אויספיר "מכל זה נשמע וכו'" און זיי ווייזן אן אז די אויספיר שטימט טאקע נאר אזוי אז ער רעדט קודם פון די בריוו וואו ער דערמאנט אויך די שטאט הלא.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:29 pm וואס באדערט אייך מיט שפחה חרופה בזמן בית שני?
- עס איז א גרויסע מחלוקת אין די גמרא פונקטליך וואס שפחה חרופה מיינט, אבער למעשה לויט רוב ראשונים איז זי מאורסת לעבד עברי.
- די גמרא אין ערכין (כט.) זאגט אז עבד עברי גייט נאר אן בזמן שהיובל נוהג
- תוספות אין גיטין (לו. ד"ה בזמן) שרייבט בשם רבינו תם אז יובל (און עבד עברי און שפחה חרופה) איז אנגעגאנגען בבית שני, אבער ער איז ממש א יחידאה און אלע אנדערע ראשונים (סיי דארט אין גיטין און סיי אין ערכין ביי די סוגיא פון ירמיה החזיר עשרת השבטים) נעמען אן אז ביים בית שני איז נישט געווען קיין יובל וויבאלד עס זענען נישט געווען גענוג פון די אנדערע שבטים.
לפי זה קומט אויס, אויב איז ביים בית שני נישט געווען קיין יובל איז נישט געווען קיין עבד עברי, און ממילא איז נישט אנגעגאנגען דיני שפחה חרופה. וכ"ש נאכ'ן חורבן הבית (וואס די דאטום פון 11 יאר פאר'ן מהרי"ל קומט אויס שוין נאכ'ן חורבן), וואס דעמאלס איז שוין נישט געווען קיין יובל אפילו לויט רבינו תם.
(איך בין נישט דער ערשטער צו פרעגן די קשיא, ר' יהוסף שווארץ פרעגט עס שוין אין איינס פון זיינע ספרים. אויב געדענק איך ריכטיג שפעקולירט ער אז אפשר מיינט די 'שפחה חרופה' אויף די מציבה נאר אז זי איז געווען א שפחה כנענית חציה עבד וחציה בת חורין און די חלק פון מאורסת לעבד עברי פעלט טאקע, אבער כ'מיין אז די קשיא איז שטערקער ווי די תירוץ.)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1869
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5147
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
איך פארשטיי נישט פארוואס די קשיא איז שטערקער פונעם תירוץ. איך האב דאס אזוי פארשטאנען במושכל ראשון. און נישט נאר דאס, נאר בפשטות רעדט פון א ישראל שקידשה,עיין ברמב"ם הלכ' אישות פ"ד הל' ט"ז-י"ז ובמגיד משנה שם. די שמועס בנוגע שפחה חרופה איז לגבי חיוב כרת וחיוב קרבן. אבער א חציה שפחה וחציה בת חורין שנתקדשה לישראל, איז אויך מקודשת אין א געוויסען זין, און ווערט אויך גערופן שפחה חרופה.Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 3:55 am► Show Spoilerנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:29 pm וואס באדערט אייך מיט שפחה חרופה בזמן בית שני?
- עס איז א גרויסע מחלוקת אין די גמרא פונקטליך וואס שפחה חרופה מיינט, אבער למעשה לויט רוב ראשונים איז זי מאורסת לעבד עברי.
- די גמרא אין ערכין (כט.) זאגט אז עבד עברי גייט נאר אן בזמן שהיובל נוהג
- תוספות אין גיטין (לו. ד"ה בזמן) שרייבט בשם רבינו תם אז יובל (און עבד עברי און שפחה חרופה) איז אנגעגאנגען בבית שני, אבער ער איז ממש א יחידאה און אלע אנדערע ראשונים (סיי דארט אין גיטין און סיי אין ערכין ביי די סוגיא פון ירמיה החזיר עשרת השבטים) נעמען אן אז ביים בית שני איז נישט געווען קיין יובל וויבאלד עס זענען נישט געווען גענוג פון די אנדערע שבטים.
לפי זה קומט אויס, אויב איז ביים בית שני נישט געווען קיין יובל איז נישט געווען קיין עבד עברי, און ממילא איז נישט אנגעגאנגען דיני שפחה חרופה. וכ"ש נאכ'ן חורבן הבית (וואס די דאטום פון 11 יאר פאר'ן מהרי"ל קומט אויס שוין נאכ'ן חורבן), וואס דעמאלס איז שוין נישט געווען קיין יובל אפילו לויט רבינו תם.
(איך בין נישט דער ערשטער צו פרעגן די קשיא, ר' יהוסף שווארץ פרעגט עס שוין אין איינס פון זיינע ספרים. אויב געדענק איך ריכטיג שפעקולירט ער אז אפשר מיינט די 'שפחה חרופה' אויף די מציבה נאר אז זי איז געווען א שפחה כנענית חציה עבד וחציה בת חורין און די חלק פון מאורסת לעבד עברי פעלט טאקע, אבער כ'מיין אז די קשיא איז שטערקער ווי די תירוץ.)
אבער יהיה איך שיהיה, איז מען סיי ווי מוכרח צו זאגן אז דאס איז פשט בדבריו, מען קען ביי די קשיא נישט בלייבן. אויב רעדט מען פון לאחר החורבן איז ממילא נישט שייך צו איינזעצן פשט אנדערש. נו אויב ביסטו מקבל די רייד פונעם מחבר (להוציא מלבן של....) רעדט ער פון דעם.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 384
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
א קורצע איבערבליק אינעם היסטאריע
אין לויף פון די תקופת הראשונים זענען די מרכזי התורה געווען דייטשלאנד - פראנקרייך און שפאניע, דאס זענען דריי לענדער אינגאנצן מערב אייראפע, דער גדר פון 'תקופת הראשונים' איז; דער צייט וואס די תורה צענטערן זענען געווען אין מזרח אייראפע, (א רעיון פשוט עד למאוד, וואס פילע באגרייפן נישט, מען פלאגט זיך אפצולערנען די גבולות התקופות ווען עס האט זיך געענדיגט דעם תקופה און אנגעהויבן די קומענדיגע, כלומר ווער האט מחליט געווען? א.א.וו. דער ענטפער איז פשוט, ווען די מרכז התורה האט געטוישט ארט, און געוואנדערט פון נקודה א' צו נקודה ב' האט זיך געטוישט תקופה, כל זמן די מרכזי התורה איז געווען בבל, ישיבות סורא און פומבדיתא, איז געווען זמן הגאונים, דאן ווען עס איז געפארן קיין מערב אייארפע איז געווארן 'ראשונים', ווען דאס האט זיך געענדיגט האט זיך אנגעהויבן די 'אחרונים', וכן לעולם), פון די דריי לענדער איז בעיקר ארויס די תורה צו די ארומיגע מדינות, הגם מען וועט אודאי נישט אויסשליסן דאס אז עס האבן געוואוינט גדולי ישראל אין אנדערע פלעצער אויך. ביים דורכלויפן די נעמען פון די פראמענאנטע גדולי הראשונים, די וועמענס נעמען זענען א חלק פון תורה שבעל פה וועט מען זיך איבערצייגן אז עפ''י רוב האבן זיי געווירקט ערגעצוואו אין יענע ראיאנען, דייטשלאנד פראנקרייך ואגפיה, און שפאניע, (און עטוואס אין צפון אפריקע, יענע לענדער וואס זענען ממש הארט נעבן שפאניע, די רי''ף איז געבורין אין פאס, מאראקא).
דייטשלאנד איז בימים ההם געווען א זעלטן פאנאטישער ארט, די מוחות פונעם המון איז געווען פולקאם אין די הענט פון די גייסטליכע ועל צבאם דער פויבסט, און די גלחים האבן געהאט די געלעגנהייט צו פארציילן דעם עולם כפי העולה על רוחם, און אלעס איז געקויפט געווארן, קיינער האט נישט אנדערש געקלערט, די שנאת הדת פון די קריסטליכער המון צום איד איז געווען אויף א שרעקליכער פארנעם, און די אידן זענען אפעציעל נישט באטראכט געווארן אלץ לעגיטים, דאס האט צוגעפירט צו געפערליכע אונטערדריקונגען און פארפאלגונגען קעגן די דייטשע אידן, און דאס האט געפירט אז אין משך פון תקופת הראשונים זאלן מער און מער אשכנז'ישע אידו הייבן פיס און אנטלויפן פארן לעבן קיין מזרח אייראפע, וואס איר צעטראלער מאכט איז דאן געווען די פוילישע מלוכה, (נישט אומזיסט האט מען מליצה'ט אין יענער צייט פוילן - פה לין, וויבאלד פוילן איז פאקטיש געווען אין יענער צייט דער מקום מקלט), מחמת די ביטערע רדיפות און די אפעציעלע בלוט פארגיסונג איז אויף דער אנהייב פון שנות ק' לפ''ק דער דייטשער תורה צענטער געווען אויסטערליש אפגעשוואכט און די תקופת הראשונים אין דייטשלאנד - אשכנז איז צוביסלעך געקומען צו א טאטאלער ענדע, (יאפ, די דייטשע פעלדער און גערטנער זענען שוין באמיסטיגט געווארן מיט אידיש בלוט אכט הונדערט יאר איידער היטלער ימש''ו האט געזען דעם אויר העולם, אשרי שיאחז וניפץ וגו').
פוילן און די ארומיגע מדינות, ליטא און אוקריינא, האבן אבער נאכנישט געהאט קיין ערנסטע גדולי ישראל אין יענע צייט, אין די תקופת הראשונים האט די עמי הארצות געהאט די טאטאלער מאכט אין פוילן, און די וואס האבן יא געזוכט צו לערנען האבן טאקע געמוזט מאכן זייער וועג קיין דייטשלאנד.
דאס אלעס האט אנגעהאלטן ביז ארום שנת ר''נ, (מעשה ביכלעך שרייבער האבן געגליכן צו שרייבן 'רנ''ב', עס האט אבער נישט קין לעגיטימער מקור) ווען 'דרך כוכב מיעק''ב' און הגאון האמיתי רבי יעקב פאלאק זצ''ל האט צוליב'ן פרשת המיון געמוזט אנטלויפן פון פראג ווי ער האט געוואוינט זינט זיין חתונה, און זיכנדיג א מקום מנוחה פאר אים און די משפחה האט ער זיך באזעצט אינעם עיר גדולה לאלקים קראקא, דער הויפט שטאט אין מערב גאליציע, דארט אין קראקא האט ער געעפענט א ישיבה ווי ער האט ענגעהויבן פארלערנען פאר תלמידים אויף זיין אייגענארטיגער שטייגער פון 'חילוק ופלפול', א דרך הלימוד וועלכער דארף צו זיין גאר אינטערעסאנט און ציענד, און דאס האט צוגעצויגן פילע פון אלע מדינות צו קומען לערנען קיין קראקא בבית מדרשו פון רבי יעקב פאלאק, אזש קראקא, פוילן איז קורצליך פארוואנדעלט געווארן אינעם נייעם מרכז התורה אויפן פלאץ פון דייטשלאנד, מאמסן האבן געשטראמט אהין צו לערנען אין קראקא איז געווארן דער פעסטונג פאר יהדות אשכנז, יוצאי דייטשלאנד.
מיט רבי יעקב פאלאק'ס פטירה איז די ישיבה אריבער קיין לובלין אונטער די פירערשאפט פון זיין גרויסן תלמיד רבינו שלום שכנא מלובלין, דער שווער און רבי מובהק פונעם הייליגן רמ''א, פון דא און ווייטער איז היסטאריע, דער הייליגער רמ''א, דער גרויסער מהרש''ל, דער לבוש, ב''ח, מהר''ל, של''ה, ר''ר העשיל, ט''ז, סמ''ע, ש''ך, מג''א, שב יעקב, מנחת יעקב, כנסת יחזקאל, פנים מאירות, רבי אביש'ל פראנקפורטער, רבי איציק'ל האמבורגער, סמיכות חכמים, חכם צבי, ר''ר יהונתן, און פון דארט צו דער גר''א, קצות, חוות דעת, רבי עקיבא איגר, מהר''ם בנעט, ברוך טעם, ביז צו רבינו הגדול מרנא ורבנא, רבינו משה מאור הגולה, הק' מפראנקפורט דמיין זי''ע, אשר מלפניו לא היה כן ואחריו לא יהיה, און זיינע ליכטיגע תלמידים, און פארשטייט זיך מרן הבעל שם טוב הק', צדיקו של עולם ותלמידיו הנוראים הבאים אחריו רשפי אש שלהבת קה זי''ע.
דאס איז בקצרה ממש וויאזוי דער דייטשע אידנטוהם איז פארוואנדלט געווארן אין די מזרח אייראפעאישע אידן.
אין יאר רנ''ב, אין יענער צייט וואס דער תקופת האחרונים האט זיך פארמאל אנגעהויבן ביי די אשכנזים, האט גלייכצייטיג פאסירט א פרעצעדענטלאזער טראגעדיע, א געשיכטע וואס האט ממש נישט זיינס גלייכן אין כלל ישראל'ס היסטאריע, נעמליך, גירוש שפאניע.
אלענפאלס, אן אריינגיין אין די אריכות הדברים, האבן די ספרד'ישע אידן בין יום ובין לילה געברויכט גיין טרעפן א נייער וואוינארט, שפאניע, איז א לאנד וואס שטייט ביים דרום מערב שפיץ פון אייראפע, פון מזרח איז דער מיטלענדישער ים, און פון מערב איז דער גרויסער אטלאנטיק אקעאן, די ספרד'ישע גולים האבן זיך ארויסגעלאט אויפן מיטעלענדישער ים און געפארן זיך באזעצן אין די לענדער ארום דעם ים, אזוי זענען מאסן ספרדים אנגעקומען קיין צפון אפריקע, מאראקא, אלדזשיריע, טוניזיע, אנדערע זענען אנגעקומען קיים דרום אייראפע, המכונה 'די באלקאן לענדער', גריכלאנד און ארום, גלייכצייטיג קיין איטאליע, הויפטזעכליך צו דער אוטאמאנישער אימפעריע, (די טערקישער קעניגרייך, וואס האט געוועלטיגט אויף די גרעסערע שטחים פון די באלקאן לענדער, אריינגערעכנט גריכלאנד, און אויך אויפן מיטל מזרח), אזוי האט זיך געשאפן די גרויסע ברייט בארימטע אידישע קהלות אין 'שאלוניקי', 'קושטא', און אין 'ארם צובא' (כאלאב/אלעפא), סיריע, און אין באגדאד, איראק.
פילע זענען אויך ארויף אינעם אטלאנטיק, קיין אמסטערדאם, האלאנד.
אין די צפון אפריקאנער לענדער, וכן אין די מיטל מזרח לענדער, זענען שוין דאן געווען גרויסע אור אלטע אידישע קהלות געוויסע פון זיי נאך פונעם חורבן בית שני, אנדערע אפילו פון בית ראשון גאר, (סיריע, דוכט זיך אז אויך טוניזיע, און מאראקא), און עס זענען געווען פארשידענארטיגע וועגן וויאזוי די פרישגעקומענע גולים האבן זיך דארט אוועקגעשטעלט, אין פילע פלעצער זענען געשאפם געווארן צוויי קהלות די פארצייטישע און די ספרד'ישע, אזוי איז געווען אין קושטא, טערקיי, אין פילע אנדערע האבן זיך די גולי ספרד באלד געשטארקט אויף די ביז דאן קהלות און געווארן די עיקר, עס איז אבער אמאל זיכער אז אין רוב פלעצער איז נאך עטליכע יאר פארשוואונדן געווארן, די אלטע קהלות מיט זייערע מנהגים און קולטור, און די גולי ספרד האבן אלעס איבערגענומען, זייער קהלה איז געווארן דער עיקר, און אלע האבן זיך אנגעהויבן פירן מיט די ספרד'ישע מנהגים, דאס איז געווען א רעזולטאט פון דאס וואס זיי זענען אין מיינסטנס פעלער געווען די רוב, און בעיקר וויבאלד זיי האבן מיטגעברענגט די גדולי תורה, יענע לייבן וואס האבן ארויסגעוואנדערט פון שפאניע.
שאלוניקי, וואס איז געווען, ווי דערמאנט, אונטער דער אוטאמאנישער אימפעריע, על אף וואס עס האבן דארט געוואוינט אידן בעפאר'ן גירוש, איז אבער נאכ'ן גירוש פארוואנדלט געווארן אין א מרכז התורה, צענדליגער תורה ריזן האבן זיך דארט אנגעהויבן צו דרייען און ערנסטע ישיבות האבן דארט ארויסגעשפראצט, נישט קיין וואונדער אז די ספרדים זענען געווארן די זאך, און אלע האבן זיך צו זיי געמוזט צושטעלן.
דאס איז דער פשוט'ע אורזאך צוליב וואס מיר וועלן היינט באצייכענען אלע וועלכע קומען פון יענע לענדער 'ספרדים', וויבאלד די גולי ספרד זענען פאקטיש געווען די עיקר ניכר'דיגע אידישקייט, כאטש וואס עס איז ברייט מעגליך אז פילע וועלכע שטאמען היינט פון יענע ערטער האבן נישט קיין רביעית שפאנישע בלוט אין די אדערן.
אויך יענע מאכטפולע שיינע ריזיגע קהלות זענען זיך פון תר''ס און ווייטער ליידער גענצליך צעפאלן, און די גזירה פון עקבתא דמשיחא וואס איז אנגעקומען אויף די אשכנז'ישע אידן אין פארעם פון א דייטשער הונט, האט נישט איבערגעהיפט יענע פלעצער, און צוליב א רייע פאקטארן זענען אויך יענע אידן אנטלאפן פון זייערע ערטער און ארויסגעוואנדערט קיין דרום אמעריקע, צפון אמעריקע, און ארץ ישראל.
די אידן פון די באלקאן לענדער זענען ליידער דורך א רוחניות'דיגער שואה, ווען די אסימילאציע דארט אין צווייטע העלפט שנות ת''ר איז געווען נישט שוואכער ווי אין דייטשלאנד ה''י, אידישקייט האט דארט געטראסקעט עד לעפר, און מערסטנס פון יענע אידן האבן זיך עווענטועל געטראפן אויף די בהמה וואגאנען וועלכע האבן זיי געפירט צו יענע גרויזאמע שטעט ביים גרעניץ פון פוילן און דייטשלאנד, דארט ווי אויך אונזערע זיידעס און באבעס האבן מחזיר געווען נשמתם ליוצרם, הי''ד.
די אוטאמאנישער אימפעריע צוזאמפאל, ביים ענדע פונעם ערשטן וועלט קריג האט געברענגט א שרעקליך פינאנציעלער מצב פאר די אידן וועלכע זענען פארדעם געווען אונטער דעם אימפעריע, דערצו איז צוגעקומען דער פאקט וואס דער אימפעריע צוזאמפאל אינאיינעם מיט די ציוני'סטישע פראוואקאציעס האט דערפירט צו אן אויפשטייג פון ראדיקאליזם אינערהאלב דער אראבישער וועלט, און אין א כל דבר מתפעל מהיפיכו'דיגער מציאות האט דער ברייטער אטעאיסטישער מאוומענט אינערהאלב דעם קריסטליכער וועלט דירעקט געפירט אז די מוסולמענער זאלן זיך אנהייבן באווארענען פון די מערב וועלט'ס אפיקורסות, אלס אינאיינעם האט געפירט דאס אז עס איז געווארן אוממעגליך פאר אידן צו בלייבן וואוינען די מוסולמענער וועלט, און טויזענטער האבן -ווי דערמאנט- ארויסגעוואנדערט קיין אמעריקע און ארץ ישראל.
לאמיר אודאי נישט פארגעסן פון די כשהם יורדין יורדין עד לעפר'ניקעס, די רשעת פון די ציונים ימ''ש וועלכע האבן בפועל ממש ארויפגעברענגט אלפים ורבבות פון יענע מדינות, הנקרא ילדי טעהראן, ילדי מאראקא, און זיי מיט געוואלד אפגע'שמד'ט, און מיט דעם געברענגט צו א טאטאלער שליסונג פון שבטי ישראל למושבותם, ה''י.
יש עוד ועוד ועוד, תם ולא נשלם, ועוד חזון למועד בס''ד, כבר נלאה היד מלכות עוד, והיום קצר, תקוותי אז די קוראים וועלט הנאה האבן און עס וועט ברענגן אן עטוואסער קלארקייט אינעם ''תולדות יעקב יוסף, אלה של תולדות, יישוביהם וגלגוליהם עד שבאו לכלל ישוב''.
ובאו האובדים בארץ אשור והנדחים בארץ מצרים השתחוו לה' בהר הקודש בירושלים
כלה שעיר וחותנו ויעלו לציון מושיעים, אמן

כ'מיין אז דאס איז נישט אינגאנצן אקוראט. אט איז אן אויסצוג פון מיינע ארכיוון:
די ערשטע מאל וואס מען טרעפט אז אידן האבן געוואוינט אין בערלין, איז אין דאקומענטן פון יאר ה' אלפים נ"ו. (דאס איז 729 יאר צוריק!)
במשך די קומענדיגע כמעט דריי הונדערט יאר האבן די אידן אין בערלין געליטן, פונקט ווי די אידן איבער גאנץ דייטשלאנד, כסדר געליטן פון גזירות, רדיפות און פאגראמען. מען האט גאר שטארק באגרעניצט די צאל אידן וואס מעגן וואוינען אין בערלין, און מען האט שטארק געצוימט די צאל באשעפטיגונגען מיט וואס אידן מעגן האנדלען.
אין די יארן ק"ו-קי"ג האט זיך אין אייראפע פארשפרייט א שרעקליכע מגיפה, וואס מען האט גערופן 'די שווארצע מגיפה'. די מגיפה האט אויסגע'הרג'עט א דריטל פון אלע מענטשן אין אייראפע! פארשטייט זיך אז די גוים איבעראל האבן באשולדיגט אז די אידן האבן פארשפרייט די מגיפה, כאטש די אידן האבן אויך געליטן פון די מגיפה. אין פילע שטאט האבן די גוים דורכגעפירט פאגראמען און גע'הרג'עט אידן, און אין אנדערע שטעט האט מען פארטריבן אלע אידן פון שטאט. אזוי איז אויך געווען בערלין, וואו מען האט אין יאר קי"ב פארטריבן אלע אידן פון שטאט.
נאך אפאר יאר, האט מען צוביסלעך אנגעהויבן אריינלאזן געוויסע אידן אין שטאט. אבער מען האט נאכאלץ כסדר ארויפגעלייגט פארשידענע באגרעניצונגען אויף די אידן, און די אידן האבן געדארפט צאן ריזיגע שטייערן פאר די רעכט צו קענען וואוינען אין בערלין. אין יאר של"א האט מען גענצליך פארטריבן די אידן פון בערלין און פון גאנץ בראנדענבורג.
פאר די קומענדיגע 101 יאר האבן אידן נישט געמעגט געזעצליך וואוינען אין בערלין. למעשה איז אלעמאל געווען אידן וואס האבן געטראפן די וועג אריין. די רעגירונג פון בראנדענבורג האט געגעבן רשות פאר פוילישע אידן צו קומען קיין בראנדענבורג צו די גרויסע יריד אין לייפציג (וואס מיר קענען פון די מעשה ביכלעך...), און דאס האט געעפנט פארשידענע מעגליכקייטן פאר די אידן זיך אויפצוהאלטן פאר א צייט אין בערלין.
אין יאר תל"א האט דער קעניג פון עסטרייך ארויסגעטריבן אלע אידן פון די הויפטשטאט וויען. די רעגירונג אין בראנדענבורג, וועלכע האט דא געזעהן א געלעגנהייט אריינצובאקומען די רייכער וויענער אידן און זייער געלט, האט אין יאר תל"ב ערלויבט פאר בערך 40-50 רייכע אידן פון וויען זיך צו באזעצן אין בראנדענבורג. טייל פון די אידן האבן זיך באזעצט אין בערלין, און האבן אויפגעשטעלט פונדאסניי א אידישע קהלה.
במשך די יארן איז די פרישע בערלינער קהלה ווייטער אויסגעשטאנען רדיפות, גזירות, גירושים און שטייערן, אבער פון די אנדערע זייט האט די קהלה זיך צובליהט אין רוחניות. א צאל גדולי ישראל האבן דארט געדינט אלס רב, און פאר א תקופה פון הונדערט יאר האט דער רב פון בערלין אויך אויטאמאטיש געדינט אלס רב פאר די שכנות'דיגע שטאט פראנקפורט ד'אדער. דער הייליגער פני יהושע האט א שטיק צייט געדינט אלס רב פון בערלין, און אזוי אויך דער גרויסער גאון ר' דוד פרענקל זצוק"ל, וואס האט געמאכט דעם פירוש אויף ירושלמי 'קרבן העדה', האט געדינט אלס רב אין בערלין.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 543
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 468
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
וואס זאגסטו אנדערש פון אים?Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:13 pm

וואס טייטשט ארכיוון? מליינט ערגעץ און מפארשרייבט עס. אקוראט דאס האב איך געטון. יעצט דארף מען שטעלן מיין מקור קעגן דיינס און זעהן ווער עס איז מער אקוראט.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:13 pm
כ'מיין אז דאס איז נישט אינגאנצן אקוראט. אט איז אן אויסצוג פון מיינע ארכיוון:
קוק א פשוטע וויקי וואס זאגט אז די בערלינער אומגעגנט איז באוואוינט געווארן ערגעץ ארום די ערשטע קרייצצוג
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%99%D7%9F
עכ”פ די בערלינער אומגעגנט ווי מאגדבורג וכו’ איז זיכער געווען פיל מיט בעלי תו”ס, די לעצטע דור צוויי.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
זייער אינטערעסאנט דעי שטיקל היסטאריע. אין בערלין בזמן ר’ עזריאל הילדעסהיימער זצ”ל האט מען זיך געפירט ברובו מיט די מנהגי אויבערלאנד, עס איז נאך היינט פארהאנן די מנהגי בערלין נכתב בימיו של ר’ עזריאל הילדעסהיימער, סאיז אויף היברו בוקס און וואו נישט.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:13 pm
אין יאר תל"א האט דער קעניג פון עסטרייך ארויסגעטריבן אלע אידן פון די הויפטשטאט וויען. די רעגירונג אין בראנדענבורג, וועלכע האט דא געזעהן א געלעגנהייט אריינצובאקומען די רייכער וויענער אידן און זייער געלט, האט אין יאר תל"ב ערלויבט פאר בערך 40-50 רייכע אידן פון וויען זיך צו באזעצן אין בראנדענבורג. טייל פון די אידן האבן זיך באזעצט אין בערלין, און האבן אויפגעשטעלט פונדאסניי א אידישע קהלה.
במשך די יארן איז די פרישע בערלינער קהלה ווייטער אויסגעשטאנען רדיפות, גזירות, גירושים און שטייערן, אבער פון די אנדערע זייט האט די קהלה זיך צובליהט אין רוחניות. א צאל גדולי ישראל האבן דארט געדינט אלס רב, און פאר א תקופה פון הונדערט יאר האט דער רב פון בערלין אויך אויטאמאטיש געדינט אלס רב פאר די שכנות'דיגע שטאט פראנקפורט ד'אדער. דער הייליגער פני יהושע האט א שטיק צייט געדינט אלס רב פון בערלין, און אזוי אויך דער גרויסער גאון ר' דוד פרענקל זצוק"ל, וואס האט געמאכט דעם פירוש אויף ירושלמי 'קרבן העדה', האט געדינט אלס רב אין בערלין.
קומט אויס אן אינטערעסאנטע זאך. די מנהגי שיף-שול אין וויען איז געווען נמשך נאך פרעסבורג, עס איז געגרינדעט געווארן דורך די תלמידי החת”ס פון פרעסבורג. די מנהגי פרעסבורג איז געווען ברובו ווי די מנהגי בערלין. נמצא אז די שיף-שול בעפארן קריג האט געהאט די זעלבע מנהגים פחות יותר ווי די אלטע וויען בעפארן גירוש אין תל”א. הגם סאיז נישט עכט אזא חידוש ווייל גאנץ מרכז אייראפע האט געהאט פחות יותר די דאזיגע מנהגים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
בעיקר די חלק:
אין אנדערע ווערטער, אפגעזעהן ווען אידן האבן זיך באזעצט אין בערלין זענען די מנהגי בעלין פון די לעצטע 300 יאר געקומען פון וויען, און זענען נישט געווען א דירעקטער המשך צו די אריגינעלע בערלינער קהילה בתקופת הראשונים.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:13 pm אין יאר של"א האט מען גענצליך פארטריבן די אידן פון בערלין און פון גאנץ בראנדענבורג.
פאר די קומענדיגע 101 יאר האבן אידן נישט געמעגט געזעצליך וואוינען אין בערלין. למעשה איז אלעמאל געווען אידן וואס האבן געטראפן די וועג אריין. די רעגירונג פון בראנדענבורג האט געגעבן רשות פאר פוילישע אידן צו קומען קיין בראנדענבורג צו די גרויסע יריד אין לייפציג (וואס מיר קענען פון די מעשה ביכלעך...), און דאס האט געעפנט פארשידענע מעגליכקייטן פאר די אידן זיך אויפצוהאלטן פאר א צייט אין בערלין.
אין יאר תל"א האט דער קעניג פון עסטרייך ארויסגעטריבן אלע אידן פון די הויפטשטאט וויען. די רעגירונג אין בראנדענבורג, וועלכע האט דא געזעהן א געלעגנהייט אריינצובאקומען די רייכער וויענער אידן און זייער געלט, האט אין יאר תל"ב ערלויבט פאר בערך 40-50 רייכע אידן פון וויען זיך צו באזעצן אין בראנדענבורג. טייל פון די אידן האבן זיך באזעצט אין בערלין, און האבן אויפגעשטעלט פונדאסניי א אידישע קהלה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 7:52 amוואס טייטשט ארכיוון? מליינט ערגעץ און מפארשרייבט עס. אקוראט דאס האב איך געטון. יעצט דארף מען שטעלן מיין מקור קעגן דיינס און זעהן ווער עס איז מער אקוראט.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:13 pm
כ'מיין אז דאס איז נישט אינגאנצן אקוראט. אט איז אן אויסצוג פון מיינע ארכיוון:
קוק א פשוטע וויקי וואס זאגט אז די בערלינער אומגעגנט איז באוואוינט געווארן ערגעץ ארום די ערשטע קרייצצוג
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%99%D7%9F
עכ”פ די בערלינער אומגעגנט ווי מאגדבורג וכו’ איז זיכער געווען פיל מיט בעלי תו”ס, די לעצטע דור צוויי.
ארכיוון מיינט אז איך האב עס נישט יעצט צאמגענומען ממילא האב איך נישט די מקורות צו די האנט... אבער בנוגע מקורות איז וויקי העט ווייט פון א קראנטע מקור, ווי מ'איבערצייגט זיך גאר שנעל ווען איינער פרובירט צאמצושטעלן וויקי אינפארמאציע מיט אנדערע היסטארישע מקורות.
סיי וויאזוי, איך האב נישט געמיינט דוקא זיך צו שטעלן איבער די פונקטליכע יאר ווען בערלין איז געווארן באזעצט דורך אידן, נאר איך האב געוואלט אנווייזן אז די אריגינעלע בערלינער קהילה פון תקופת הראשונים איז גענצליך אונטערגעגאנגען אין יאר של"א, און די קהילה וואס האט זיך שפעעטער אנטוויקלט איז געווען פון די מגורשי וויען וועלכע האבן גאנץ ווארשיינליך אהינגעברענגט זייערע מנהגים פון וויען.
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
אט אזוי. ווילעך נאר קלארמאכן אז רוב גירושים זענען געווען אויף פיצינקע שטחים, דוגמת גירוש ווינא, סאיז בס"ה געווען אין די הויפטשטאט, אין די דערנעבענדע שטעט איז מען געהעריג געבליבן וואוינען, ווי אין בורגענלאנד וכו' לעניננו איז די שאלה אויב די גאנצע ארומיגע מחוז פון בערלין איז אויכעט געווארן אפעקטירט, שטארק מעגליך אז די יוצאי ווינא זענען בעצם געווען די מיעוט בכמות פון די נייע קהילהThink and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 11:29 amמסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 20, 2024 7:52 amוואס טייטשט ארכיוון? מליינט ערגעץ און מפארשרייבט עס. אקוראט דאס האב איך געטון. יעצט דארף מען שטעלן מיין מקור קעגן דיינס און זעהן ווער עס איז מער אקוראט.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:13 pm
כ'מיין אז דאס איז נישט אינגאנצן אקוראט. אט איז אן אויסצוג פון מיינע ארכיוון:
קוק א פשוטע וויקי וואס זאגט אז די בערלינער אומגעגנט איז באוואוינט געווארן ערגעץ ארום די ערשטע קרייצצוג
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%99%D7%9F
עכ”פ די בערלינער אומגעגנט ווי מאגדבורג וכו’ איז זיכער געווען פיל מיט בעלי תו”ס, די לעצטע דור צוויי.
סיי וויאזוי, איך האב נישט געמיינט דוקא זיך צו שטעלן איבער די פונקטליכע יאר ווען בערלין איז געווארן באזעצט דורך אידן, נאר איך האב געוואלט אנווייזן אז די אריגינעלע בערלינער קהילה פון תקופת הראשונים איז גענצליך אונטערגעגאנגען אין יאר של"א, און די קהילה וואס האט זיך שפעעטער אנטוויקלט איז געווען פון די מגורשי וויען וועלכע האבן גאנץ ווארשיינליך אהינגעברענגט זייערע מנהגים פון וויען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1626
Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)
איר בארירט זייער א ריכטיגע און וויכטיגע נקודה. צוליב דעם טאקע האב איך געברענגט די גאנצע אריכות, וואו עס ווערט מבואר אז פון יאר קי"ב איז געווען א גירוש און באגרעניצונגען אויף די אידן אין 'בערלין', בעת וואס אין יאר של"א האט מען פארטריבן די אידן פון 'גאנץ בראנדענבורג' (וואס איז ווי די סטעיט אין וועלכע בערלין געפינט זיך) אזוי אז אין די גאנצע אומגעגנט איז נישט געווען קיין אידן פאר הונדערט יאר.