בלאט 2 פון 2

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 12:10 pm
דורך וואוילער
הדסים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:12 am
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:46 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג מערץ 31, 2025 11:04 am די וויכטיגסטע זאך וואס איך קוק ביים קויפן א פסח סעט איז אז עס זאל נישט דארפן קיין פלעסטיק עס צו נוצן, וויאזוי איז זיך אנלענען אויף א הארטע אומבויגזאמער פלעסטיק א דרך חירות?

ממילא, אלעס איז טאקע זייער שיין פארן עד און מארקעטינג בכלליות, אבער עס איז דא א היבש קליינע אויסוואל ווען עס קומט צו פראקטישקייט.
מיין פלעסטיק איז אראפגענומען געווארן תיכף נאך שנה ראשונה.
ס'האט אן אנדערן טעם!
און וואס טוט מען מיט די וויין פלעקן?
קודם כל, לייג איך אינטער א האנטוך אויפן שויס ביים טרינקען, אזוי ארום אז די פאר טראפעלעך פאלן נישט אויפן קיטל אדער קושן.
פאר די פאר פלעקן קען מען לייגן געוויסע זייף וואס נעמט ארויס פלעקן, און וואשן די קושן אין א פראנט לאודער מאשין.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 01, 2025 4:17 pm
דורך אלעמאל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 8:54 am
אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am כידוע דעם סיפור, וואס באבוב'ער רב האט געזאגט, אז פאר הידור מצוה וואלט צאנזער רב זי"ע קיין געלט נישט געשוינט.

א פלא, אז צאנזער רב זי"ע האט נישט פארשטאנען אויסצוגעבן געלט וואס מ'האט נישט פאר קיין פסח סעט.

שוין צייט פאר אונז פשוט'ער מגושמים, אויך שוין אויפהערן מיט דער ענין גדול ונשגב.

נאך $800 אויף קהל'ס חשבון פאר הכנסת כלה.
פאר גארנישט און פארנישט.

האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.
אפשר ווען ס'וואלט געווען אין זיינע צייט וואלט ער עס געקויפט?

געווענלעך קויפט מען עס נישט פאר א חתן כלה, די קאפל קויפט עס שנה ראשונה אדער שפעטער אליינס. חוץ ביי די קרייזן ווי מען שיקט אויך נעבעך א מגילה ל"ע.

די פרייז איז ארום $300 נישט $800
דעם תירוץ אפשר ווען ס'וואלט געווען אין זיין צייט, איז נישט קיין ענטפער, ווייל ביים סיפור הידוע וואלסט עס אויך געקענט זאגן.

וויפיל איך ווייס קויפט מין עס יא ביי חתן און כלה, מיינע זוהן האבן באקומען, מיינע טעכטער האב איך נישט געגעבן.
ענדערש א מגילה, ווי א פסח סעט.

און עס קאסט נענטער צו 800 ווי צו 300.
דאס איז אויסער דער צוגעלייגטע הגדה מיט א גלעזער טאשטיכל אדער ווער ווייסט וואס נאך.

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 10:29 am
אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.
יא, איך האב איבריג געלט. איך האב שוין געגעבן מעשר פון מיין געלט, און יעצט וויל איך עס ניצן פאר א פסח סעט. פארוואס? ווייל מיין ווייב האט עס ליב.
געוואלדיג.

ווילסט קויפן? קויף גענזונטערהייט מיט א געשמאק.

דארפסט עס נישט דוקא פאר איהר, קענסט עס קויפן פאר דיר אליין אויך.

אבער פאר דיין איידעם זאלסט עס נישט קויפן.
ער זאל זיך עס אליין קויפן ווען עס וועט איהם געפעלן, קיין "מאסט" זאל עס נישט ווערן, און קיין צורך הכנסת כלה אויך נישט.

עס איז כהיום שוין וויכטיגער א פסח סעט פאר א חתן, ווי א טלית בימי תלמידי הבעש"ט, ווי פון די מעשה ביכלע'ך.
מ'גייט נאכגעלט חתונה מאכן, און מ'קויפט א פסח סעט.

ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט וועט דארפן ווארטן צו פארשטיין (לאו דוקא היי זיך, קען זיין ביי זיינע חברים).

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: זונטאג אפריל 06, 2025 11:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am כידוע דעם סיפור, וואס באבוב'ער רב האט געזאגט, אז פאר הידור מצוה וואלט צאנזער רב זי"ע קיין געלט נישט געשוינט.

א פלא, אז צאנזער רב זי"ע האט נישט פארשטאנען אויסצוגעבן געלט וואס מ'האט נישט פאר קיין פסח סעט.

שוין צייט פאר אונז פשוט'ער מגושמים, אויך שוין אויפהערן מיט דער ענין גדול ונשגב.

נאך $800 אויף קהל'ס חשבון פאר הכנסת כלה.
פאר גארנישט און פארנישט.

האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.
כ'קען פאר סאם ריזען נישט כאפן דיין פראבלעם.

אלס חתונה תקנות? א. מאך א שמועס אין די חתונה תקנות אשכול. ב. איך קען נישט קיין מחותנים וואס האבן דאס געשיקט צו די חתנים, עכ"פ אין מיין סירקל.

אלס מסורה? אויב אזוי גלייב איך אז דו האסט נישט קיין דעזיין אויף דיין טלית בייטל, לכאורה האט דער צאנזער רב נישט געהאט. צווייטנס, פון וואו ווייסטו אז ער האט נישט געהאט קיין שיינע קישן אויף וואס ער האט זיך אנגעלאנט? און א שיינע האנטוך פאר רחצה? אפגערעדט א שיינע מצה טאש.

דריטנס, אויב שפענדט מען אזויפיל געלט פאר אלע סארט נארישקייטן בעפאר פסח, חוה"מ פסח, און נאך פסח, פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט ביי די פסח סעט? ווען דו וועסט האלטן ביי דעם אז דו שפענדסט נישט אויף קיין לוקסוס, בבחינת צאנזער רב, עמיר רעדן וועגן די זאכן וואס באשיינע אונזערע רוחניותדיגע מאמענטן אינדערהיים, און "מאכן דעם יו"ט" ביי די ווייב און קינדער.

איך האב א פסח סעט. מיין ב"ב האט מיר עס געקויפט א יאר נאך די חתונה פאר א מתנה. קענסט מסביר זיין וואס' שלעכט דערמיט?

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 2:30 am
דורך אלעמאל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 11:14 pm

פרעגסט מיר וואס איז שלעכט דערמיט, ווען איך האב עס קיינמאל נישט געזעהן?
ווי אזוי זאל איך וויסען?

איך מיין אז איך האב גענוג קלאהר געשריבן.
ווער עס האט נישט פארשטאנען, איז נישט.
ער קען סקיפן די תגובה.

Re: עמברוידערי פסח סעטס

געפאוסט: מאנטאג אפריל 07, 2025 6:59 am
דורך Azoi Tzi Zugen
אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2025 2:45 am כידוע דעם סיפור, וואס באבוב'ער רב האט געזאגט, אז פאר הידור מצוה וואלט צאנזער רב זי"ע קיין געלט נישט געשוינט.

א פלא, אז צאנזער רב זי"ע האט נישט פארשטאנען אויסצוגעבן געלט וואס מ'האט נישט פאר קיין פסח סעט.

שוין צייט פאר אונז פשוט'ער מגושמים, אויך שוין אויפהערן מיט דער ענין גדול ונשגב.

נאך $800 אויף קהל'ס חשבון פאר הכנסת כלה.
פאר גארנישט און פארנישט.

האסט איבעריגע געלט? עס פעלט נישט קיין נצרכים ליידער.
זייער גערעכט. האב איך געזעהן אז "חושן" פארקויפט א הערליכע סעט פאר $259 און זיי שרייבן אז זיי זענען דא פאר א רעוואלוציע צו ברעכן די פרייזן.