בלאט 2 פון 3

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 2:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיין קאנספיראציע איז אויף מזל טוב און תהילים.

ער איז מקיים דעם יהללוך זר, ולא -טאמער נישט - פיך....

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:04 am
דורך יוחנן כהן
עני קאנספעראציע אויף מיר?

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:05 pm
דורך ס'קען זיין אז..
@משה איטשע מיט @מאנדלעך

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:12 pm
דורך ס'קען זיין אז..
יוחנן כהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:04 am עני קאנספעראציע אויף מיר?
שוין לאנג געוואלט זאגן וואס איך טראכט, איך מעג עס זאגן?

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:44 pm
דורך ירא השם
איך מיט מיין צווייטע ניק

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:46 pm
דורך יוחנן כהן
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:12 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:04 am עני קאנספעראציע אויף מיר?
שוין לאנג געוואלט זאגן וואס איך טראכט, איך מעג עס זאגן?
זאג ווא'דו ווילסט. אבער עס מוז האבן א הסבר פארוואס דו טראכסט אזויווי דו טראכסט.

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 4:13 am
דורך יוחנן כהן
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:05 pm @משה איטשע מיט @מאנדלעך
אמת. זיי ביידע זענען ביי א שבע ברכות...

אגב. memberlist.php?mode=viewprofile&u=1376 ער איז אויך ביי א שבע ברכות...

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 10:32 pm
דורך ס'קען זיין אז..
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 4:13 am
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:05 pm @משה איטשע מיט @מאנדלעך
אמת. זיי ביידע זענען ביי א שבע ברכות...

אגב. memberlist.php?mode=viewprofile&u=1376 ער איז אויך ביי א שבע ברכות...
לכאורה אויך די זעלבע ניק

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 10:39 pm
דורך ס'קען זיין אז..
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:46 pm
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:12 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 4:04 am עני קאנספעראציע אויף מיר?
שוין לאנג געוואלט זאגן וואס איך טראכט, איך מעג עס זאגן?
זאג ווא'דו ווילסט. אבער עס מוז האבן א הסבר פארוואס דו טראכסט אזויווי דו טראכסט.
איך האב נישט עכט צו א שטארקע הסבר, ס'איז מער א פילנג ווי א הסבר אבער א קליינע הסבר האב איך יא אז ווען א "געוויסע" ניק האט געשריבן איך גיי נישט דא זיין ביז א געוויסע צייט האסטו איבער גענומען זיין פלייצע. אבער פארשטייט זיך נאר א קאנספיראציע

די ניק וואס איך מיין איז
► Show Spoiler

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 29, 2024 1:27 am
דורך יוחנן כהן
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 10:39 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:46 pm
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:12 pm

שוין לאנג געוואלט זאגן וואס איך טראכט, איך מעג עס זאגן?
זאג ווא'דו ווילסט. אבער עס מוז האבן א הסבר פארוואס דו טראכסט אזויווי דו טראכסט.
איך האב נישט עכט צו א שטארקע הסבר, ס'איז מער א פילנג ווי א הסבר אבער א קליינע הסבר האב איך יא אז ווען א "געוויסע" ניק האט געשריבן איך גיי נישט דא זיין ביז א געוויסע צייט האסטו איבער גענומען זיין פלייצע. אבער פארשטייט זיך נאר א קאנספיראציע

די ניק וואס איך מיין איז
► Show Spoiler
נישט גוט צוגעטראפן.

מיינע סטאקס זענען יעצט געפאלן?

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 29, 2024 9:14 am
דורך נקודות טובות
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 29, 2024 1:27 am
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2024 10:39 pm
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2024 9:46 pm

זאג ווא'דו ווילסט. אבער עס מוז האבן א הסבר פארוואס דו טראכסט אזויווי דו טראכסט.
איך האב נישט עכט צו א שטארקע הסבר, ס'איז מער א פילנג ווי א הסבר אבער א קליינע הסבר האב איך יא אז ווען א "געוויסע" ניק האט געשריבן איך גיי נישט דא זיין ביז א געוויסע צייט האסטו איבער גענומען זיין פלייצע. אבער פארשטייט זיך נאר א קאנספיראציע

די ניק וואס איך מיין איז
► Show Spoiler
נישט גוט צוגעטראפן.

מיינע סטאקס זענען יעצט געפאלן?
איך ווייס נישט וועגן דיינע סטאקס, אבער מיינע האבן זיך זיכער געהויבן...

עה, נאר א דשאוק. איך האב געקלערט אז מיט מיין אפוועזענהייט וועט מען מיר חושד זיין אז איך דריי מיך מיט א צווייטע ניק דא. ב"ה די חשדות זענען נאר געווען אויף @יוחנן כהן און נישט אויף אנדערע. אבער ניין, איך האב נישט גענוצט קיין שום אנדערע ניק.

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג יולי 21, 2025 2:36 pm
דורך נקודות טובות
@שאינו יודע לשאול זייט דו האסט דיך גענומען באריכטן נייעס, איז עפעס דא אן איבערפלוס פון פארלייצונגען, און וואלדפייערס. איך מעג קאנספערירן עפעס?

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג יולי 21, 2025 3:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 2:36 pm @שאינו יודע לשאול זייט דו האסט דיך גענומען באריכטן נייעס, איז עפעס דא אן איבערפלוס פון פארלייצונגען, און וואלדפייערס. איך מעג קאנספערירן עפעס?
חחח...

כבין באמת נייגעריג מיט וואס דו קענסט אויפקומען, גאו אהעד...

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג יולי 21, 2025 5:10 pm
דורך נקודות טובות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 3:32 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 2:36 pm @שאינו יודע לשאול זייט דו האסט דיך גענומען באריכטן נייעס, איז עפעס דא אן איבערפלוס פון פארלייצונגען, און וואלדפייערס. איך מעג קאנספערירן עפעס?
חחח...

כבין באמת נייגעריג מיט וואס דו קענסט אויפקומען, גאו אהעד...
אוי וויי, עהעם, וואס טוה איך דא?? לא איש דברים אנכי, ווייניג האב איך געוויסט אז די פאוסט גייט מיר קאסטן עפעס אויך... איך מאך מיט דיר א דיעל, איך שרייב צען קאנספיראציעס פארוואס דו ביסט שולדיג, און דו וועסט נאכפאלגן מיט צען. דיעל?

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג יולי 21, 2025 6:34 pm
דורך הדסים
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 5:10 pm

מסכים!

צען פון דיר און צען פון אים.

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: מאנטאג יולי 21, 2025 7:41 pm

די קאנספיראציע מוז נישט זיין אז איך בין שולדיג... עניטינג איז גוט...

כעדיר גרינגער מאכן, ביז צען טעאריעס, גיב איך דיר איינס פאר איינס, יעדע וואס דו שרייבסט, בינעך מגלה נאך א חלק פונעם עכטן קאנספיראציע...

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 5:09 pm
דורך נקודות טובות
הדסים האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 6:34 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 5:10 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 3:32 pm

חחח...

כבין באמת נייגעריג מיט וואס דו קענסט אויפקומען, גאו אהעד...
אוי וויי, עהעם, וואס טוה איך דא?? לא איש דברים אנכי, ווייניג האב איך געוויסט אז די פאוסט גייט מיר קאסטן עפעס אויך... איך מאך מיט דיר א דיעל, איך שרייב צען קאנספיראציעס פארוואס דו ביסט שולדיג, און דו וועסט נאכפאלגן מיט צען. דיעל?
מסכים!

צען פון דיר און צען פון אים.
ווער האט דיך געפרעגט דא? דו האסט אויך עפעס א שייכות צו די סקאנדאל?

אקעי, איך וועל שרייבן צען, דערנאך וועט @שאינו יודע לשאול נאכפאלגן מיט צען, און נאכדעם וועט @הדסים נאכפאלגן מיט צען. נאך איינער וויל זיך איינשרייבן?

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 5:31 pm
דורך הדסים
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:09 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 6:34 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 5:10 pm

אוי וויי, עהעם, וואס טוה איך דא?? לא איש דברים אנכי, ווייניג האב איך געוויסט אז די פאוסט גייט מיר קאסטן עפעס אויך... איך מאך מיט דיר א דיעל, איך שרייב צען קאנספיראציעס פארוואס דו ביסט שולדיג, און דו וועסט נאכפאלגן מיט צען. דיעל?
מסכים!

צען פון דיר און צען פון אים.
ווער האט דיך געפרעגט דא? דו האסט אויך עפעס א שייכות צו די סקאנדאל?

אקעי, איך וועל שרייבן צען, דערנאך וועט @שאינו יודע לשאול נאכפאלגן מיט צען, און נאכדעם וועט @הדסים נאכפאלגן מיט צען. נאך איינער וויל זיך איינשרייבן?
צרות ווי א טאל...

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 5:56 pm
דורך נקודות טובות
@שאינו יודע לשאול דו מיינסט טאקע אז מיר זיצן דא און גלייבן דיינע באריכטן?? וואס האקסטו אין קאפ אריין מיט "שווערע רעגן איז ערווארטעט", "שווערע פארפלייצונג האט זיך אראפגעלאזט"? מיר ווייסן אסאך מער ווי דו מיינסט! מיר ווייסן אייגענטליך אלעס!! דו ביסט דער פראדעצירער פון די גאנצע כאאס! די ביסט דער היימישער ביל געיטס!

איך ווייס קלאר אז דו ביסט דער וואס דרייט אן די גאנצע געשעפט. דו האסט געמאכט א דעיל מיט זשימפינג פון טשיינע, ער גיסט אראפ וואסער פון די סעטעלייטס, און אין אויסטויש שאפט דיין ווייב אויף עליעקספרעס. דו מיינסט איך זעה נישט די הונדערטער פעקלעך פון עליעקספרעס וואס קומען אן צו דיין טיר טעגליך??!! וואס דו פארדינסט דערפון ווייס איך אבער נישט.

אבער דער אמת איז, עס איז נישט סוד אז דו באשעפטיגסט זיך איבערן טאג מיטן גראבן גריבער אין די זאמד, דו ביסט שוין אלץ קינד געווען א מומחה אין דעם! דיין קאריער האט זיך שוין אנגעהויבן אין נעפענעק, יעצט קלערסטו צו מאכן פרנסה פון דעם. דו דרייסט אן פאניק און כאאס איבער פארפלייצונגען, און נאכדעם ווילסטו גיין פארקויפן פאר אלע קעמפס און קאנטריס זאמד זעק כדי זיך צו באהיטן פון פארפלייצונגען. יעדער ווייסט דיינע שמוציגע מאטיוון! ס'איז נישט צום גלייבן וואס א מענטש איז גרייט צו טוהן פאר אפאר דאלער!

דריטענס געדענק איך אז אין אנהויב קאוויד ווען די דראמע איז געווען גרויס, האסטו זיך אנגעסטאקט מיט ריזיגע קוואנטאמס פון טוילעט פעיפער (אזוי ווי גאנץ כלל ישראל) און דו ביסט שטעקן געבליבן מיט גאר אסאך דערפון. זעהענדיג אז דאס איז א האט אייטעם אין אנגעצויגענע צייטן, ווילסטו אנדרייען כאאס, און אזוי ארויפרוקן די פרייז דערפון און פארדינען געלט. מיר גייען זיך פון דיר נישט לאזן!

פערטנס, איך קען גוט דיין שוואגער דער אינשורענס אגענט, און איך ווייס אויך אז ער געבט דיר 10 פראצענט פאר יעדע אינשורענס פאלעסי וואס דו פארקויפסט. ווען דו ענדיגסט פאוסטן די נייעס דא, גייסטו גלייך פארקויפן פלאד אינשורענס פאלעסיס פארן עולם. דו ביסט גענוג קלוג אז טאמער איינער פרעגט דיר ווען איז די לעצטע מאל געשעהן א פלאד, קענסטו שנעל געבן א מיש אויף אידטיש און דו קענסט אים ווייזן די שאדן בלויז פון די איינע וואך.

חוץ מזה וואס מען זעהט קלאר, אז אין געגענטער ווי די וואקסינאציע ראטע איז העכער איז אויך די פארפלייצונג ראטע אסאך העכער! דאס איז פעסטגעשטעלט געווארן דורך די גרעסטע פראפעסערס אין דעם פעלד! די סיבה איז פשוט.

די טשיפס וואס ליגט אין די DNA וואס ליגט אין די MRNA וואקסין (וואס איז אגב די זעלבע DNA וואס מען לייגט אריין ביי השתלת שחלות) האט א כח צו מענאווירען די וואלקענעס, און דערנאך קען מען זיך מיט דעם ארומשפילן. נאכדערצו יעצט איינמאל טראמפ האט זיך צושלאגן מיט מאסק, האט מאסק געהעקט די טשיפס, און ער וויל אנזייען כאאס אין אמעריקע. סקופיס וואס ווערט באצאלט דורך די דיעפ סטעיט ארבעט שטילערהייט אונטערן טיש מיט מאסק, וואס ארבעט מיט דיבלאזיאו, וואס ארבעט מיט די היימשטאט, וואס ארבעט מיט נפתלי משה אינדיג, וואס ארבעט קעגן משה דוד נידערמאן, וואס ארבעט מיט חומת הדת, (אאפפס... דער פון חומת הדת ארבעט דאך נישט...) עכ"פ, ס'איז קלאר אז דו באקומסט באצאלט מיליאנען פאר דעם! גזירת השתקה!

בנוגע וואלדפייערן, איז קלאר אז איר האט א יד אין דעם, איך ווייס דאך יא אז דו האסט אינוועסטירט יעצט אסאך געלט צו ערצייגן שוך פיץ מיט אן השגחה. און יעצט פראבירסטו מיט אלע מיטלען צו פארקויפן אז די נישט כשר'ע שוך פיץ טריקענט אויס די אינוויייערמענט, און דאס פאראורזאכט וואלד פייערן. זאל דער עולם וויסן! דער גרייט זיך צו רייטן אויפן ציבור!

חוץ מזה, איך ווייס אז דו פירסט שוין לאנג א קאמף מיט ארענדזשעס. נאך פון אלס קינד האסטו עפעס א מערכה געהאט מיט ארענדזשעס, איך ווייס נישט פארוואס. און אזוי ווי ארענדזשעס וואקסט אויף גאר אסאך וואסער ווילסטו מען זאל פארבאטן צו פלאנצן ארענדזשעס.

עני וועי דארף מען נישט צוקומען צו די אלע טענות, ווייל דו ביסט סתם אזוי אנטי טראמפ. דו ווילסט ווייזן אז זאכן געשעהן יא אונטער זיין זייגער. נו נו, קענסט שוין ארויסנעמען די בעטערי פון דיין זייגער, עס וועט דיר גארנישט העלפן!

אבער איך האב א געפיל אז דו האנדעלסט מיט אנצוגען. און אזוי ווי נאך יעדע קאטעסטראפע דארפן אלע פאליטישענס פון איבער די לאנד קומען באזוכען, און אויב קומען פאלעטישענס, דארפן זיי דאך האב א סוט אנצוטוהן, ווילסטו זיי זאלן קויפן די סוט ביי דיר!

דאס איז אלעס גוט פאר א וויץ. אבער מיין טייערע @שאינו יודע לשאול וויסן זאלסטו אז פון די מינוט וואס דו האסט אנגעהויבן באריכטן נייעס, האט זיך די טרעפיק דא אויף אידטיש גדאפעלט און געטריפעלט! די מיליאנען אידטיש ליינער פון איבער די גארער וועלט הערן נישט אויף ריפרעשן די בולעטין פעידזש און באלעקן זיך מיט דיינע באריכטן. דאס האט גורם געווען אז פולע סערווירס איבער די לאנד זאלן קראכן, און אלץ רעזולטאט געשעהן די אלע נאטורליכע קאטעסטראפעס! כי לחי!

-------------
יוי איז שווער צו שרייבן אונטער פרעשור! נעווער עגען בלי''נ!

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 6:23 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:57 pm
דאס איז אויך געשריבן אונטער פרעשור? אגב הרב @נקודות טובות איר זענט שלא מעלמא הדין בעלמא הדין.

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 6:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קודם כל:
:lol: :lol: :lol:
==

א גילוי דעת מיט די קלארע דברים כהויתן וועט נאכפאלגן, די עסקנים זאמלען שוין די חתימות אויף די חזרה פון די חתימה.

זייט געווארנט!

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 7:12 pm
דורך נקודות טובות
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:23 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:57 pm
דאס איז אויך געשריבן אונטער פרעשור? אגב הרב @נקודות טובות איר זענט שלא מעלמא הדין בעלמא הדין.
נעקסט אין די ליין, נאך @הדסים קומט @Azoi Tzi Zugen.

ע''פ בקשתו האמיר נאכגעגעבן אז ער וועט בלויז שרייבן פינף, און אויסטויש וועט ער שאפן נאך צוויי קאנספיראציע טעאריקער.

דיעל!

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 7:16 pm
דורך הדסים
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 7:12 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:23 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 5:57 pm
דאס איז אויך געשריבן אונטער פרעשור? אגב הרב @נקודות טובות איר זענט שלא מעלמא הדין בעלמא הדין.
נעקסט אין די ליין, נאך @הדסים קומט @Azoi Tzi Zugen.

ע''פ בקשתו האמיר נאכגעגעבן אז ער וועט בלויז שרייבן פינף, און אויסטויש וועט ער שאפן נאך צוויי קאנספיראציע טעאריקער.

דיעל!
דאס איז שוין דיין עלעפטע קאנספיראציע

א באנוס!

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 8:05 pm
דורך להגדיל הטראסק
דער איינציגסטער דא אויפן וועלטל וואס קען ארויסנעמען די @נקודות טובות פון ר'@נקודות טובות ארטיקל דהיינו: מאכן א קיצור דערפון, איז ידידינו @דער תהלים איד ...

אזא מין קארטאפלאקישקעקוגל צו מאכן... ממש גאונות!!!

Re: אידטיש קאנספיראציעס

געפאוסט: דינסטאג יולי 22, 2025 8:23 pm
דורך פשוט און גראד
► Show Spoiler
איך מיין אז דא קומט אריין ציטיר ניין?

זאג,

די האסט אפאר איבריגע פון די קיכען (בריינוס)? כ‘קען עס ניצען.. אאפפפססס. כ‘מיין איך קען איינער וואס ווייסט פון איינער וואס קען עס ניצען.