ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 121

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך פישל שווארץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:58 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:05 pm לא זו הדרך!
ס'נישט קיין טובה אז א היימישע איד זאל פארזיצן אזא פאזיציע.
מ'דארף ארבעטן צו פועל'ן ביים גוי לטובת כלל ישראל, אבער נישט ווערן בעה"ב אויפן גוי.
גא"מ, בדעת בעל הבית.

וויט אלל דע רעספעקט וואס איך האב פאר דעם ספעציפישן עסקן, האלט איך אז אין די לאנג ראן גייט אזא מציאות אונז נישט טראגן צו קיין גוטע פלעצער.
וואס איז עס אנדערש ווי דוב הייקינד/שמחה אייכענשטיין/פעלדער?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6456
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14801

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:12 pm

גארנישט.

נאר היות זיי זענען נישט ממש פונעם חסידישן חדר, איז יעצט די רעדע פון א נייע פרעצעדענט (וואס איז שוין געווען אויפ'ן טיש ווען יוסי געשטעטנער האט געטראכט דערפון).
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14473

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:44 pm
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:25 pm
יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:01 pm

אנבעליעוועבל ווי פון דעם 'גליות איד' איז געווארן א 'אמעריקאנער בירגער' וואס דארף רעפרעזענטירט ווערן אין אלבאני/וואשינגטאן.

(הגם איך פערזענליך האלט פון די טראמפ אדשענדע, איז א ווייטאג צו זען וואס טראמפיזם האט געטון מיט אונז היימישע אידן. די זעלבע אין א"י ווי די אסאך היימישע אינגע חברה שטימען שוין נישט דווקא פאר די חרדישע פארטייען, נאר גייען פאר די רעכטע)
דער (ארגינעלער) גלות איד איז אייביג געשטאנען אלץ אן עסקן פון אינדרויסן, און נישט געזיכט קיין פאזיציעס אין קיין רעגירונג.
נישט ריכטיג אייביג געווען עסקנים בבית המלך, אנגעהויבן פון אנפאנג גלות בבל, מיט דניאל, מרדכי הצדיק, שפעטער די רמב"ם די אברבנעל, רבינו שמואל הנגיד, וכד' וכדו', אייביג געווען עסקנים בבית המלך צו שטתלן פאר כלל ישראל,

עס איז דא פארטרעטן אז איך בין אויך א יש און מען מיז זיך רעכענען מיט מיר פאר די גאוה נצחון וכדו', מישן פאליטיק מיט אידן וכדו' וואס דאס טאר מען נישט
און עס איז דא השטדלות מבטל זיין גזירות פון כלל ישראל, זיך אנעמען פאר יחידים וכדו' וואס אדרבה דאס איז א מצוה
די אלע אויבנדערמאנטע זענען נישט געזיצן בבית המלכות מיטן ציל צו מבטל זיין גזירות, נאר האבן באדינט דעם קעניג מיט זייערע טאלאנטן.

מרדכי און דניאל זענען געווען יועצים, דער רמב"ם איז געווען א דאקטאר, אברבנל דער שאץ מייסטער און אזוי ווייטער.

אדרבה, דניאל האט מען אריינגעווארפן אינעם גוב האריות, מרדכי האט נישט געקענט מבטל זיין די גזירה דורך שתדלנות, און דער אברבנל איז פארטריבן געווארן ביים גירוש.

די פראבלעם איז נישט אז א איד זיצט אויף א פאזיציע, נאר אז דער גוי (מחמת זיין שנאה) פילט ווי מען האט אים ארויפגעצווינגען א פארטרעטער וואס דינט נישט זיינע אינטערעסן.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 410

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך חנן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:45 pm
משה רבינו האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:44 pm
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:25 pm

דער (ארגינעלער) גלות איד איז אייביג געשטאנען אלץ אן עסקן פון אינדרויסן, און נישט געזיכט קיין פאזיציעס אין קיין רעגירונג.
נישט ריכטיג אייביג געווען עסקנים בבית המלך, אנגעהויבן פון אנפאנג גלות בבל, מיט דניאל, מרדכי הצדיק, שפעטער די רמב"ם די אברבנעל, רבינו שמואל הנגיד, וכד' וכדו', אייביג געווען עסקנים בבית המלך צו שטתלן פאר כלל ישראל,

עס איז דא פארטרעטן אז איך בין אויך א יש און מען מיז זיך רעכענען מיט מיר פאר די גאוה נצחון וכדו', מישן פאליטיק מיט אידן וכדו' וואס דאס טאר מען נישט
און עס איז דא השטדלות מבטל זיין גזירות פון כלל ישראל, זיך אנעמען פאר יחידים וכדו' וואס אדרבה דאס איז א מצוה
די אלע אויבנדערמאנטע זענען נישט געזיצן בבית המלכות מיטן ציל צו מבטל זיין גזירות, נאר האבן באדינט דעם קעניג מיט זייערע טאלאנטן.

מרדכי און דניאל זענען געווען יועצים, דער רמב"ם איז געווען א דאקטאר, אברבנל דער שאץ מייסטער און אזוי ווייטער.

אדרבה, דניאל האט מען אריינגעווארפן אינעם גוב האריות, מרדכי האט נישט געקענט מבטל זיין די גזירה דורך שתדלנות, און דער אברבנל איז פארטריבן געווארן ביים גירוש.

די פראבלעם איז נישט אז א איד זיצט אויף א פאזיציע, נאר אז דער גוי (מחמת זיין שנאה) פילט ווי מען האט אים ארויפגעצווינגען א פארטרעטער וואס דינט נישט זיינע אינטערעסן.
לאמיר נישט אריינגיין אין א דיאלאג איבער פונקטליך וואס די ציל פון די פאסטנס וואס די נביאים האבן געטראגן אינעם בית המלך. בכלל איז די גאנצע צוגאנג צו א רעגירונג ווערטשאפט געווען אין יענע צייטן גענצליך אנדערש ווי ביי היינט.

אבער וואס טוט זיך מיט רבי שמעון סופר און רבי מאיר שפירא וואס זענען געווען ממש אינעם זעלבן סיטואציע: היימישע אידן מיט די פולע טראגע, אריינגעוועלט אינעם העכסטן רעגירונגס פארלאמענט, א שטייגער ווי אין אמעריקע אינעם קאָנגרעס אדער פעדעראַלן סענאַט, און טאקע דורך די אידישע שטימען וועמען זיי האבן פארטרעטן!

דער גוי שפירט נישט ווי א צווייטער פארטרעט אים, ער האט זיך זיינע קאנדידאטן וואס פארטרעטן אים, און דער היימישער קאנדידאט פארטרעט די וואס האבן אים אריינגעוועלט: די חרדישע אידן.
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 121

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך פישל שווארץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:19 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:58 pm

גא"מ, בדעת בעל הבית.

וויט אלל דע רעספעקט וואס איך האב פאר דעם ספעציפישן עסקן, האלט איך אז אין די לאנג ראן גייט אזא מציאות אונז נישט טראגן צו קיין גוטע פלעצער.
וואס איז עס אנדערש ווי דוב הייקינד/שמחה אייכענשטיין/פעלדער?
גארנישט.

נאר היות זיי זענען נישט ממש פונעם חסידישן חדר, איז יעצט די רעדע פון א נייע פרעצעדענט (וואס איז שוין געווען אויפ'ן טיש ווען יוסי געשטעטנער האט געטראכט דערפון).
שמחה אייכענשטיין איז פון אן אנדערע חדר?
ביים גוי איז א חילוק וועלכע חדר איינער קומט פון? א איד מיט א קאפל איז א איד. סהאט ביז יעצט נישט אןיס געמאכט און סוועט ווייטער אויכעט נישט.
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 290

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך פשוטער איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:56 pm
פשוטער איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:18 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:05 pm

ר' שמעון סופר איז טאקע געווען א מעמבער אין פוילישן סיים, אבער דער שר מקוצי איז נישט געווען קיין שר און דער רבנו תם איז נישט געווען קיין תם.
(און דער אור זרוע איז געווען זיין תלמיד, אבער נישט זיין איידעם).
איך מעג קריגן מיט דיר

מיינע פאקטן זענן אמת לפי ידיעתי
די סיבה פארוואס מען האט אים גערופן ש"ר איז ווייל ר"ש מיינט א ארימאן האט מען עס ארומגעדרייט.
מקור?

ער ווערט דערמאנט אסאך מאל אויך מיטן נאמען ר"ש מקוצי
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 591
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 503

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 5:37 am
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:56 pm
פשוטער איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:18 pm

איך מעג קריגן מיט דיר

מיינע פאקטן זענן אמת לפי ידיעתי
די סיבה פארוואס מען האט אים גערופן ש"ר איז ווייל ר"ש מיינט א ארימאן האט מען עס ארומגעדרייט.
מקור?

ער ווערט דערמאנט אסאך מאל אויך מיטן נאמען ר"ש מקוצי
דאס זענען דברים ידועים פאר ווער עס האט נאר אנגערירט די קלאמקע פון היסטאריע.
קענסט קוקן אין שם הגדולים אות שין ביי רש"י, פארוואס מען האט צוגעלייגט א יוד צו זיין כינוי.
וואו ווערט ער דערמאנט אלץ הר"ש מקוצי?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6456
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14801

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:48 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:19 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:12 pm

וואס איז עס אנדערש ווי דוב הייקינד/שמחה אייכענשטיין/פעלדער?
גארנישט.

נאר היות זיי זענען נישט ממש פונעם חסידישן חדר, איז יעצט די רעדע פון א נייע פרעצעדענט (וואס איז שוין געווען אויפ'ן טיש ווען יוסי געשטעטנער האט געטראכט דערפון).
שמחה אייכענשטיין איז פון אן אנדערע חדר?
ביים גוי איז א חילוק וועלכע חדר איינער קומט פון? א איד מיט א קאפל איז א איד. סהאט ביז יעצט נישט אןיס געמאכט און סוועט ווייטער אויכעט נישט.
ביסט גערעכט מיט אייכנשטיין, כהאב נישט געכאפט, ער איז טאקע פון היימישן חסידישן חדר.

לגבי די חילוק פאר'ן גוי, איז מיין עיקר אישו נישט אזוי ווייט דער גוי ווי דער איד. איינמאל עס הייבט זיך אן אזעלכע פארמעסטן, זאל גאט היטן וואספארא 'עסקנים' מיר וועלן געבענטשט ווערן מיט. ואכ"מ..
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 121

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך פישל שווארץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:08 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:48 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:19 pm

גארנישט.

נאר היות זיי זענען נישט ממש פונעם חסידישן חדר, איז יעצט די רעדע פון א נייע פרעצעדענט (וואס איז שוין געווען אויפ'ן טיש ווען יוסי געשטעטנער האט געטראכט דערפון).
שמחה אייכענשטיין איז פון אן אנדערע חדר?
ביים גוי איז א חילוק וועלכע חדר איינער קומט פון? א איד מיט א קאפל איז א איד. סהאט ביז יעצט נישט אןיס געמאכט און סוועט ווייטער אויכעט נישט.
ביסט גערעכט מיט אייכנשטיין, כהאב נישט געכאפט, ער איז טאקע פון היימישן חסידישן חדר.

לגבי די חילוק פאר'ן גוי, איז מיין עיקר אישו נישט אזוי ווייט דער גוי ווי דער איד. איינמאל עס הייבט זיך אן אזעלכע פארמעסטן, זאל גאט היטן וואספארא 'עסקנים' מיר וועלן געבענטשט ווערן מיט. ואכ"מ..
איך הער אייער פוינט. סמאכט סענס.
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 289
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 659

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך מהודר »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:08 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:48 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:19 pm

גארנישט.

נאר היות זיי זענען נישט ממש פונעם חסידישן חדר, איז יעצט די רעדע פון א נייע פרעצעדענט (וואס איז שוין געווען אויפ'ן טיש ווען יוסי געשטעטנער האט געטראכט דערפון).
שמחה אייכענשטיין איז פון אן אנדערע חדר?
ביים גוי איז א חילוק וועלכע חדר איינער קומט פון? א איד מיט א קאפל איז א איד. סהאט ביז יעצט נישט אןיס געמאכט און סוועט ווייטער אויכעט נישט.
ביסט גערעכט מיט אייכנשטיין, כהאב נישט געכאפט, ער איז טאקע פון היימישן חסידישן חדר.

לגבי די חילוק פאר'ן גוי, איז מיין עיקר אישו נישט אזוי ווייט דער גוי ווי דער איד. איינמאל עס הייבט זיך אן אזעלכע פארמעסטן, זאל גאט היטן וואספארא 'עסקנים' מיר וועלן געבענטשט ווערן מיט. ואכ"מ..
די שנאת ישראל וואס דא גייט נאר נישט פאר, ענדערש סיי וועלעכע גוי סזאל נאר נישט זיין ווי עפעס א ספעציפישע איד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6456
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14801

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די דאזיגע שנאת ישראל הייבט זיך שוין אן ביים נעמען א גויטע צו וואשן די פלאר.

כמיין, וואס איז דיין טענה?.. איך האלט אז די דאזיגע סארט פאזיציעס זאלן ענדערשט בלייבן צווישן די גויים, און מ'זאל מיר אלע קענען אמת'דיג אויסוועלן ווער ס'איז בעסער פאר אונז.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3635

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך רואה חשבונות »

מארגן קומט פאר די וואלן
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 577

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך לך לך »

איך מיין אז ס'דא א סיבה פארוואס די עסקנים אין קרית יואל (ביידע זייטן) האבן נישט אינדארסירט ווידער לעצטע מאל ער איז געלאפן (ק"י אין מאנסי זענען געווען איין דיסטריקט) אפילו זיין קעגנער איז געווען פון די רעפובליקאנער וואס האבן שוין לאנג נישט קיין מאריטעט אין די אסעמבלי האבן זיי אים נישט געוואלט, דאכט זיך אז ער איז אסאך מאל זייער ווילד עפעס וואס אונז היימישע טראכטן צוויי מאל פארן טוהן.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2721
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6311

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

לך לך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:56 pm איך מיין אז ס'דא א סיבה פארוואס די עסקנים אין קרית יואל (ביידע זייטן) האבן נישט אינדארסירט ווידער לעצטע מאל ער איז געלאפן (ק"י אין מאנסי זענען געווען איין דיסטריקט) אפילו זיין קעגנער איז געווען פון די רעפובליקאנער וואס האבן שוין לאנג נישט קיין מאריטעט אין די אסעמבלי האבן זיי אים נישט געוואלט, דאכט זיך אז ער איז אסאך מאל זייער ווילד עפעס וואס אונז היימישע טראכטן צוויי מאל פארן טוהן.
ר' אהרן בנציון ווילד? ח"ו. א טייערע עסקן. דאס וואס מ'האט אים יענע מאל נישט אינדארסירט איז געווען פון פאראויס אפגעשמועסט מיט אים כפי צורך הזמן.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2766
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

פאוסט דורך אנדערער »

געהערט אז מען האט פשוט געשטיצט דעם אינקאמבענט. גארנישט מיט זיינע מהלכים
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 577

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך לך לך »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:31 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:56 pm איך מיין אז ס'דא א סיבה פארוואס די עסקנים אין קרית יואל (ביידע זייטן) האבן נישט אינדארסירט ווידער לעצטע מאל ער איז געלאפן (ק"י אין מאנסי זענען געווען איין דיסטריקט) אפילו זיין קעגנער איז געווען פון די רעפובליקאנער וואס האבן שוין לאנג נישט קיין מאריטעט אין די אסעמבלי האבן זיי אים נישט געוואלט, דאכט זיך אז ער איז אסאך מאל זייער ווילד עפעס וואס אונז היימישע טראכטן צוויי מאל פארן טוהן.
געהערט אז מען האט פשוט געשטיצט דעם אינקאמבענט. גאר די מיט זיינע מהלכים
מען האט גארנישט פון אן אינקאמבענט אויב ער איז פון א פארטיי וואס האט נישט קיין טשאנס צו ווערן די מאריטעט.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 577

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך לך לך »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:56 pm איך מיין אז ס'דא א סיבה פארוואס די עסקנים אין קרית יואל (ביידע זייטן) האבן נישט אינדארסירט ווידער לעצטע מאל ער איז געלאפן (ק"י אין מאנסי זענען געווען איין דיסטריקט) אפילו זיין קעגנער איז געווען פון די רעפובליקאנער וואס האבן שוין לאנג נישט קיין מאריטעט אין די אסעמבלי האבן זיי אים נישט געוואלט, דאכט זיך אז ער איז אסאך מאל זייער ווילד עפעס וואס אונז היימישע טראכטן צוויי מאל פארן טוהן.
ר' אהרן בנציון ווילד? ח"ו. א טייערע עסקן. דאס וואס מ'האט אים יענע מאל נישט אינדארסירט איז געווען פון פאראויס אפגעשמועסט מיט אים כפי צורך הזמן.
ליידער יא, ער האט בערך די זעלבע מהלך ווי הייקינד האט געהאט.

הייקינד איז זייער גוט געווען פאר אידן, אבער די עכט היימישע האבן זיך געטרייט אפצושאקלען פון אים ווען ער האט געניצט זיינע ציונות שטיק.

זייער אסאך האבן פארדעם מורא צו וועלן פאר אים...
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2766
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך אנדערער »

לך לך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:16 am

פארגלייכן ווידער צו הייקינד איז פשוט הוצאת שם רע

לך לך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:12 am
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:31 pm
לך לך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 8:56 pm איך מיין אז ס'דא א סיבה פארוואס די עסקנים אין קרית יואל (ביידע זייטן) האבן נישט אינדארסירט ווידער לעצטע מאל ער איז געלאפן (ק"י אין מאנסי זענען געווען איין דיסטריקט) אפילו זיין קעגנער איז געווען פון די רעפובליקאנער וואס האבן שוין לאנג נישט קיין מאריטעט אין די אסעמבלי האבן זיי אים נישט געוואלט, דאכט זיך אז ער איז אסאך מאל זייער ווילד עפעס וואס אונז היימישע טראכטן צוויי מאל פארן טוהן.
געהערט אז מען האט פשוט געשטיצט דעם אינקאמבענט. גאר די מיט זיינע מהלכים
מען האט גארנישט פון אן אינקאמבענט אויב ער איז פון א פארטיי וואס האט נישט קיין טשאנס צו ווערן די מאריטעט.
אמאליגע עסקנים האבן געשטיצט דעם אינקאמבענט אויב האט ער מיטגעארבעט. פשוט הכרת הטוב
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:36 am
לך לך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:16 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:30 pm

ר' אהרן בנציון ווילד? ח"ו. א טייערע עסקן. דאס וואס מ'האט אים יענע מאל נישט אינדארסירט איז געווען פון פאראויס אפגעשמועסט מיט אים כפי צורך הזמן.
ליידער יא, ער האט בערך די זעלבע מהלך ווי הייקינד האט געהאט.

הייקינד איז זייער גוט געווען פאר אידן, אבער די עכט היימישע האבן זיך געטרייט אפצושאקלען פון אים ווען ער האט געניצט זיינע ציונות שטיק.

זייער אסאך האבן פארדעם מורא צו וועלן פאר אים...
פארגלייכן ווידער צו הייקינד איז פשוט הוצאת שם רע
ארויסקומען קעגן סליווא איז נישט דער מערסט געוואונטשענער אקט, אפילו אויב סליווא איז אן אנטיסעמיט.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2766
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך אנדערער »

פעיק ניוז האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:29 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:36 am
לך לך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:16 am

ליידער יא, ער האט בערך די זעלבע מהלך ווי הייקינד האט געהאט.

הייקינד איז זייער גוט געווען פאר אידן, אבער די עכט היימישע האבן זיך געטרייט אפצושאקלען פון אים ווען ער האט געניצט זיינע ציונות שטיק.

זייער אסאך האבן פארדעם מורא צו וועלן פאר אים...
פארגלייכן ווידער צו הייקינד איז פשוט הוצאת שם רע
ארויסקומען קעגן סליווא איז נישט דער מערסט געוואונטשענער אקט, אפילו אויב סליווא איז אן אנטיסעמיט.
אבער א פארגלייך צו הייקינד?
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 385

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך totty2024 »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 10:13 am די דאזיגע שנאת ישראל הייבט זיך שוין אן ביים נעמען א גויטע צו וואשן די פלאר.

כמיין, וואס איז דיין טענה?.. איך האלט אז די דאזיגע סארט פאזיציעס זאלן ענדערשט בלייבן צווישן די גויים, און מ'זאל מיר אלע קענען אמת'דיג אויסוועלן ווער ס'איז בעסער פאר אונז.
איך פארשטיי אז דאס איז די שיטה פון הנהלת קרית יואל און קען זיין זיי זענען גערעכט אבער אין הנהלת מאנסי האבן די מאנסי עסקנים ורבנים א רעכט אריינצירעדן..
(מעגליך אז די סיבה פון דיין שיטה קומט פון דעם וואס הנהלת קרית יואל האט געשטימט קעגן אים ווען די דיסטריקט איז געווען אנדערש געשניטן אבער דאן האט ער נישט געהאט בכלל קיין שאנס)
הגם דאס וואס דו זאגסט איבער געשטעטנער איז א שטארקע טענה אבער סאיז קלאר אז אזאנע ווי יענעם וועלן עס מילא טוהן (ווען זיי קענען ווען האבן דעם רוב ציבור..) נו זאל כאטש זיין א אמתע אח בבית המלכות ווער עס ווייסט וואס מיינט א געטרייער עסקן בלתי לציבור לבדו כמעט וואס מטרעפט עס נישט כמעט
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 534
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 948
פארבינד זיך:

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

"סאטמאר באשטימט ראקלענד קאונטי'ס עתיד"!!
אנשי שלומינו והורי מוסדותינו הק’ גייען היינט ארויס אין די מאסן צו שטימען אין די גאר קריטשע וואלן לטובת העסקן ר' אהרן בנציון ווידער פאר סטעיט אסעמבלי

יעדע שטימע ציילט! בשם ד' נעשה ונצליח!
פיילס
18911.jpeg
IMG_20240624_204402_854.jpg
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2721
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6311

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ווער עס זאגט אז ווידער איז ווילד אדער א פארגלייך צו הייקינד דער מוז זיין אדער אז ער קען נישט הייקינד אדער אז ער קען נישט ווידער. אדער אז עפעס א נארישע אגענדע שטיפט אים. עכטע שטותים. און לגבי הנהלת קרית יואל זיי זענען נישט קעגן אים און זיי שטיצן אים פולי. @דער תהלים איד זאגט לכאורה זיין אייגענע מיינונג.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6456
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14801

Re: ר’ אהרן בנציון ווידער לויפט פאר ניו יארק סטעיט אסעמבלי דיסטריקט 97

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:28 am ווער עס זאגט אז ווידער איז ווילד אדער א פארגלייך צו הייקינד דער מוז זיין אדער אז ער קען נישט הייקינד אדער אז ער קען נישט ווידער. אדער אז עפעס א נארישע אגענדע שטיפט אים. עכטע שטותים. און לגבי הנהלת קרית יואל זיי זענען נישט קעגן אים און זיי שטיצן אים פולי. @דער תהלים איד זאגט לכאורה זיין אייגענע מיינונג.
עקזעקטלי.

מיין מיינונג איז אז אידן זאלן נישט לויפן פאר קיין הויכע אמטן נאר ענדערשט נוצן גויים, אבער דאס איז מיין פריוואטע מיינונג אן וויסן גארנישט ארום און גארנישט פון אינעווייניג. איך זאג פלעין וואס איך וואלט געזאגט פאר ר' אהרן בנציון ווען ער קלינגט אן תהלים איד פרעגן זיין דעת תורא.

אויף למעשה איז עס נישט נוגע ווייל אז א היימישער עסקן מיט א גוטע רעקארד לויפט אויף אן אמט וועט מען אים זיכער שטיצן. און ווי מ'זאגט שוין, קרית יואל וועט אים זיכער אויך שטיצן.
שרייב פאוסט