בלאט 2 פון 18
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 11:21 am
דורך בערל דער פייפער
דובר צה"ל: בהתאם להערכת המצב המבצעית העדכנית, צה"ל המליץ לגורמים הרלוונטיים על
"ביטול אירועי הילולת הרשב״י בהר מירון,"
הצפויים להתקיים בין התאריכים 25-26 במאי 2024. אין שינויים נוספים בהנחיות לעורף.
*Just three weeks before Hililas Rashbi on Lag Ba'Omer, the IDF recommended to the Israeli government to cancel Hadlukes in Meron this year due to Hezbollah's continued firing into the north in general and the Meron region in particular.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 11:23 am
דורך בערל דער פייפער

- 22354.jpeg (96.59 KiB) געזען געווארן 870 מאל
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 11:28 am
דורך דער תהלים איד
WOW
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:32 pm
דורך פרייליך
גייט טאקע קענען זיין א מערכה איבער גיין אויף מירון?
עס איז שווער צו זאגן אויב מען ערקלערט גאנץ מירון אלץ א מסוכנ'דיג פלאץ צו גיין מצד די קריג,
וועלן זיכער טויזענטער מענטשן פשוט מורא האבן צו טראכטן פון אהינגיין.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:35 pm
דורך דער תהלים איד
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 3:32 pm
גייט טאקע קענען זיין א מערכה איבער גיין אויף מירון?
עס איז שווער צו זאגן אויב מען ערקלערט גאנץ מירון אלץ א מסוכנ'דיג פלאץ צו גיין מצד די קריג,
וועלן זיכער טויזענטער מענטשן פשוט מורא האבן צו טראכטן פון אהינגיין.
אין די צייטן ווען עס פלעגן זיין גדולי ישראל וואס זאגן א מיינונג אזא צייט, וואלט מען מסתמא מבטל געווען היי יאר (אויב גארנישט טוישט זיך נישט, יה"ר שכן).
אבער היינט איז אנדערע צייטן. די האטליינס און קול מלחמה/זעקה/מצב/אש דת וועלן שוין לאזן וויסן וואס דער ערליכער אידנטום באשליסט, און וועלכע רבנים זענען דאסמאל ערליך, וכו' וגו'.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:38 pm
דורך פרייליך
ביטע נישט אנדרייען מיט זייטיגע זאכן
איך רעד פשוט פון דעם אז די עולם, [די טויזענטער אידן וואס האבן בעבר יא זיך ארויסגעשטעלט צו שלאגן למען יומא דהילולא פינעם תנא רבי שמעון] וועלן לכ' אין אזא שווערע מצב פשוט ציטערן אהינצוגיין אלץ שרעק פינעם קריג.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:42 pm
דורך דער תהלים איד
יא, אויך אמת.
כ'האב נאר געזאגט מיין איינדרוק נאכ'ן ליינען דעם ליפלעט.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:44 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 3:35 pm
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 3:32 pm
גייט טאקע קענען זיין א מערכה איבער גיין אויף מירון?
עס איז שווער צו זאגן אויב מען ערקלערט גאנץ מירון אלץ א מסוכנ'דיג פלאץ צו גיין מצד די קריג,
וועלן זיכער טויזענטער מענטשן פשוט מורא האבן צו טראכטן פון אהינגיין.
אין די צייטן ווען עס פלעגן זיין גדולי ישראל וואס זאגן א מיינונג אזא צייט, וואלט מען מסתמא מבטל געווען היי יאר (אויב גארנישט טוישט זיך נישט, יה"ר שכן).
אבער היינט איז אנדערע צייטן. די האטליינס און קול מלחמה/זעקה/מצב/אש דת וועלן שוין לאזן וויסן וואס דער ערליכער אידנטום באשליסט, און וועלכע רבנים זענען דאסמאל ערליך, וכו' וגו'.
נו אפשר ווארט ביז די רבנים זאגן אז מ'זאל נישט גיין, נישט די מדינה.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:45 pm
דורך דער תהלים איד
@וואוילער יא יא. איך האב נאר געזאגט אן השערה וואס ס'וואלט "מסתמא" געווען.
עניוועי. לאמיר מתפללל זיין. זאכן קענען זיך טוישן.
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 4:03 pm
דורך פרייליך
די מדינה האט געהאט דעם פלאן ביז אהער,
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p3551974
פארוואס זאל מען צונעמען קרעדיט פון די וואס האבן געשטערט זייערע פלענער ביז אהער.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 4:51 pm
דורך צווייזייטיג
מציאות איז אז די לעצטע 4 יאר פרובירן זיי מיט אלע תירוצים צו קענסלען די הילולא. ווען ס'וואלט געווען סיי וועלכע פרייע זאך וואלטן זיי קיינמאל נישט אזוי געהאנדלט.
אז ס'איז דא א סכנה זאלן די גדולי ישראל זאגן. נישט עורכי ושונאי ישראל ומנאצי ה' ימ"ש.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:47 pm
דורך א פשוט'ער אידל
זיכער אזוי, זיי ווילען סתם צושטערן די הילולת רשב"י, די גאנצע אקטאבער 7 האבן זיי אנגעדרייט כדי מבטל זיין הילולת רשב"י. עטס האטץ א הווא אמינא אנדערש?
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:56 pm
דורך צווייזייטיג
א פשוט'ער אידל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:47 pm
זיכער אזוי, זיי ווילען סתם צושטערן די הילולת רשב"י, די גאנצע אקטאבער 7 האבן זיי אנגעדרייט כדי מבטל זיין הילולת רשב"י. עטס האטץ א הווא אמינא אנדערש?
א גוט ווערטל...
האלטסט אז זיי נעמען פאר וויכטיג די הילולא דרשב"י, מיט די זעלבע מאס ערנסקייט ווי זייערע געשטויגענע מארשן, קאנצערטן, דעמאנסטראציע וכו'?
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:58 pm
דורך דער תהלים איד
@צווייזייטיג ווי שטארק ביסטו איבערצייגט אז זיי וואלטן נישט געקענסלט א קאנצערט?
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:05 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:58 pm
@צווייזייטיג ווי שטארק ביסטו איבערצייגט אז זיי וואלטן נישט געקענסלט א קאנצערט?
איך בין נישט איבערצייגט אז זיי וואלטן נישט.
אבער איך בין איבערצייגט אז זיי זענען בכלל נישט מחשיב דעם הילולא, ואדרבא ס'איז לצנינים בעיניהם. כאשר הנסיון הוכיח מוכיח ויוכיח.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:06 pm
דורך דער תהלים איד
100%. ריכטיג.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:10 pm
דורך פרייליך
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:58 pm
@צווייזייטיג ווי שטארק ביסטו איבערצייגט אז זיי וואלטן נישט געקענסלט א קאנצערט?
דאס איז קלאר איבערצייגט געווארן אז אין פעלער ווי קאנצערטן איז זיי נישט אנגעגאנגען האבן זיי אלץ געניצט די סארט געלעגנהייטן צו רודפ'ן שומרי תורה.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:13 pm
דורך דער תהלים איד
איך בין אסאך מער איבערצייגט אז זינט זייער דורכפאל ב"ה תשפ"ב, זוכן זיי בכלל נישט גארנישט מער, אויסער העכערע בעלות.
זיי ווייסן אויך אז אפשפארן מיינט מלחמות, זיי זענען בכלל נישט העפי דערפאר. מ'מעג קוקן די מציאות אויפ'ן שטח אויך.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:16 pm
דורך פרייליך
זיי האלטן לכ' אז אפשפארן יעצט מיט די טאאן פון די סכנה צושטאנד וועט נישט ברענגן קיין ערנסטע קריגערייען.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:19 pm
דורך דער תהלים איד
און זיי האלטן אז די וואס שלעפן פערדן-וויידלעך ווען מען ארעסטירט אן אומלעגאלער אימיגראנט נעבן אהל שרה, גייען יעצט זיצן ווי וואוילע שעפעלעך.
דאס זאגסטו?...
זיי זוכן דאס נישט. עפן די אויגן. ס'איז דא א סיטואציע דא. נעקסט..
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:22 pm
דורך פרייליך
אויב הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר שליט"א וועט דאס מאל בלייבן אינדערהיים מיט זיין עולם איז דאס אפשפארן בכלל נישט אזוי אנגעצויגן פאר די מדינה.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:54 pm
דורך א פשוט'ער אידל
לאמיר זאגן, אז א פרייע קאנצערט וואלטען זיי נישט אזוי שנעל מבטל געווען, אבער למעשה איז מירון זייער נאנט צו גבול לבנון, נאנט צו די מילטערישע באזעס וואס האלט אין איין חאפן מיסילס פון חיזבאללא, די לעצטע פאר טעג זענען געפאלען מיסעלס, אין כמה ישובים ארום ארום מירון, מיסט מודה זיין אז עס איז מער פון למיחש מיהא בעי, און חמירא סכנתא מאיסורא
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 7:26 pm
דורך א פשוט'ער אידל
אדער אפשר פארקערט עטץ זענץ אלע זיך סומך אויף די ציאניסטישע כיפת ברזל, און די מיליטער וועט שיצען וכו', איז דאך הדרא קושיא לדוכתיה מעג בכלל גיין קיין מירון אין אזא מצב אין מודה זיין בחוסן הצבא הציוני וועט שיצען.
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 7:36 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 6:19 pm
און זיי האלטן אז די וואס שלעפן פערדן-וויידלעך ווען מען ארעסטירט אן אומלעגאלער אימיגראנט נעבן אהל שרה, גייען יעצט זיצן ווי וואוילע שעפעלעך.
דאס זאגסטו?...
זיי זוכן דאס נישט. עפן די אויגן. ס'איז דא א סיטואציע דא. נעקסט..
ווער איז די זיי?
די וואס האבן משלים געווען פאראיאר מיט'ן מצב איז איין זאך.
אצינד זענען עס די מיליטער און גענעראלן, וואס לאזן אלעס אלל אווער, און האבן זיך דערמאנט אז ס'איז דא א מלחמה...
Re: ל"ג בעומר תשפ"ד
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:14 am
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 7:36 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 6:19 pm
און זיי האלטן אז די וואס שלעפן פערדן-וויידלעך ווען מען ארעסטירט אן אומלעגאלער אימיגראנט נעבן אהל שרה, גייען יעצט זיצן ווי וואוילע שעפעלעך.
דאס זאגסטו?...
זיי זוכן דאס נישט. עפן די אויגן. ס'איז דא א סיטואציע דא. נעקסט..
ווער איז די זיי?
די וואס האבן משלים געווען פאראיאר מיט'ן מצב איז איין זאך.
אצינד זענען עס די מיליטער און גענעראלן, וואס לאזן אלעס אלל אווער, און האבן זיך דערמאנט אז ס'איז דא א מלחמה...
ממש אזוי? ביסט זיכער? זיי קענסלען קיינמאל נישט זייערע משוגעתן צוליב די זעלבע סיבות?
זאגסט עס בידיעה? אדער סתם א השערה...
כ'האב געמאכט פאר דיר א מילי-שנעלע גוגל סיורטש: