רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29572

Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע האט דערציילט, אז נאך ווען דער הייליגער צדיק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע האט געלערנט ביי זיין גרויסן רבין מניקלשבורג זי"ע, האט ער איינמאל געהערט ווי איינער א חזן זינגט גאר שיין, האט זיך דער צדיק אנגעריפן, "רבוש"ע אויב וואלט איך געהאט אזא שיינעם קול, וואלט איך געקענט דינען דעם באשעפער אסאך העכער און איך וואלט מקרב געווען אידישע קינדער צום ריכטיגן וועג", לפלא האט יענער חזן מער נישט געקענט זינגען, און די שיינע קול איז אריבער צום צדיק מקאלוב, און פון דאן אן האט ער געהאט דעם גרויסן כח הנגינה, וואס מיט דעם האט ער טויזענטער אידן מקרב געווען לאביהם שבשמים,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29572

Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי בן ציון בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד האט אמאל גערעדט בגודל קדושתו און די גרויסע מדריגות פונעם צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע, האט ער דערציילט, אז איינמאל איז דער צדיק געזעצן מַיט זיין חבריא קדושה און זיך אנגעריפן בזה"ל, "אויב וואלט איך געגעבן איין קרעכטץ מיט א אמת'דיגקייט וואלט מען שוין יעצט זוכה געווען צו די גאולה שלימה",

די חבריא קדושה האבן זיך געפארכט צו פרעגן, אבער מען האט אזוי ווי מרמז געווען פארן צדיק, אז אויב קען ער טאקע ברענגען די גאולה מיט איין קרעכטץ, דאן פארוואס טוט ער דאס נישט, דער צדיק האט גלייך פארשטאנען וואס זיי מיינען און ער האט געזאגט, "וואס זאל איך טון, אז איך קען נישט א קרעכטץ געבן", האט דער הייליגער קדושת ציון זי"ע אויס געפירט, דער צדיק האט רוב פון זיין לעבן געליטן יסורים נוראים און אזוי פיל מיט געמאכט אין לעבן, מיט דעם אלעם האט דער צדיק נישט געקענט קרעכצן,

ווי באקאנט האט דער צדיק ליידער געליטן יסורים קשים, און דאס אלעס האט ער אויף זיך מקבל געווען צוליב צער השכינה און צרות ישראל, די דאקטורים האבן נישט פארשטאנען ווי אזוי א יליד אשה קען אפילו לעבן מיט אזאנע יסורים, איינמאל האט אים דער דאקטאר געפרעגט ווי אזוי ער האלט אויס די יסורים,

האט דער צדיק וואס איז געווען איין שטיק קדושה און געדינט דעם באשעפער מיט אלע זיינע כוחות געענטפערט, חז"ל זאגן דאך יסורים ממרקים עוונותיו של אדם, קומט דאך אויס אז מיט די יסורים קום איך אפ מיינע עבירות, איז ווי אזוי זאל איך מיך נישט פרייען אז מיט די יסורים קום איך אפ מיינע עבירות אויף די וועלט,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29572

Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א

פאוסט דורך ניקל »

דער הייליגער שינאווער רב דער דברי יחזקאל זי"ע האט דערציילט, עס האט אמאל פאסירט אין די שטאט קאלוב אז א איד האט געהאט א וויכוח מיט אן ערל, עס האט אויס געבראכן צווישן זיי א קריגעריי, און דער איד האט געגעבן א פאטש פאר דעם ערל, און אויפ'ן ארט איז דער ערל אנידערגעפאלן א טויטער. מען האט דעם איד פאר'מסר'ט אין געריכט. מען האט ערווארטערט אז דער געריכט וועט אפ'פסקענען אז דער איד איז חייב מיתה ל"ע, ווייל אזוי איז געווען דער געזעץ אז דער וואס הרג'ט א מענטש דארף מען אים הענגען,

די אידן פון שטאט זענען געקומען בעטן דעם רבי'ן, אז ער זאל אויסבעטן א ישועה פאר דעם איד נאכדערצו וואס ער איז א טאטע פון פיל קינדער, דער הייליגער קאלובער האט געענטפערט אז מען זאל זיך נישט זארגן ווייל השי"ת וועט שיקן א ישועה.

דער זמן פון דעם פראצעס איז באשטימט געווארן אויף שבת קודש. דעם דאנערשטאג פריער האט דער קאלובער געשטעלט א בית-דין, און זיי געהייסן אריינקלערן און פסק'ענען וואס איז די הלכה פון דעם איד על פי דין תורה, ער האט אוועק געשטעלט א "קטיגור" וואס זאל באשולדיגן דעם איד, און ער דער הייליגער קאלובער, האט זיך געשטעלט אלס דער "סניגור" צו פארטיידיגן דעם איד, כדי ער זאל אינגאנצן באפרייט ווערן פון דעם משפט.

דער "סניגור" דער קאלובער האט גע'טענה'ט, אז ווי אזוי איז מעגליך אז דער ערל וואס איז געווען אזא הויכע פעשע שטארקער ריז זאל קענען גע'הרג'עט ווערן דורך א פאטש פון א קליין דאר איד'ל, עס האט נישט קיין שום שכל צו זאגן אז דער איד איז בכוח צו הרג'ענען דעם פעסטן גוי, נאר וואס דען, דער גוי האט געמוזט אנכאפן א הארץ-אטאקע, וכדומה יענעם מינוט, און פונקט איז עס זיך צוזאם געקומען מיט דעם פאטש פון דעם איד, אבער דער איד איז אוודאי גארנישט שולדיג, עס האט נאר אויס געזען ווי דער איד האט אים גע'הרג'עט, דעריבער דארף דער איד אינגאנצן באפרייט ווערן.

איינער פון די דיינים האט געפרעגט דעם קאלובער וואס איז א נפקא מינה וואס מיר וועלן אפ'פסק'ענען דא אין בית דין, וואס האט עס מיט דעם געריכט, האט דער קאלובער געזאגט, "לאמיר קודם וויסן וואס מ'פסק'נט על פי תורה", דער בית דין פון דעם קאלובער האבן גע'פסק'נט אז דער איד איז אינגאנצן פריי מכח די שטארקע טענה אז עס איז נישט מעגליך אז א קליין שוואך איד'ל זאל זיין בכח צו הרג'ענען א פעסטן שטארקן גוי.

שבת אינדערפרי האט דער קאלובער געענדיגט דאווענען האלב עלף. ער האט געשיקט אז מען זאל זיך אינטערעסירן וואס מען זאגט אין בית המשפט, מען האט אבער געזאגט פאר דעם קאלובער אז עס זעט אויס זעהר שווער פאר דעם איד. האט דער קאלובער געזאגט אז ער וועט נישט מאכן קידוש ביז דער איד וועט זיין אויף די פריי,

עס איז שוין אדורך צוועלף אזייגער און מען האט נאך אלץ נישט געהערט וואס טוט זיך מיט דעם איד, און וויבאלד דער קאלובער איז דאך ווי באקאנט געווען א "חלוש" און זעהר א שוואכער מענטשן, האט מען אים געבעטן אז ער זאל מאכן קידוש און כאטש עפעס טועם זיין, אבער דער קאלובער האט נישט געוואלט בשום אופן קידוש מאכן ווילאנג דער איד איז נאכנישט באפרייט.

דער סוף איז געווען אז עס איז אנגעקומען צום געריכט דער דאקטאר און זיין קאמיסיע וואס האבן געפאלמעסט דעם גויאישן פגר און אונטער זוכט דעם קערפער, און זיי האבן באשטעטיגט אז דער גוי האט טאקע געכאפט א הארץ-אטאקע און ער איז בכלל נישט געשטארבן פון דעם פאטש פון דעם איד, ממילא האבן די ריכטער אים געמוזט באפרייען און זיי האבן אים געהייסן גיין לשלום,

ווען ער איז ארויס פון געריכט איז ער געקומען צו רבי אייזיק'ל, פארשטענדליך אז דער קאלובער האט זיך זעהר געפרייט מיט אים, און האט זיך געמאכט א ווערטל, "נאך גוט אז איך האב געווארט אויף דיר מיט די סעודה, ווייל ווען נישט, פון וואנעט וואלסטו געהאט טשאלענט, די גאנצע שטאט האט שוין לאנג געענדיגט די סעודה",

הרה"ק רבי משה מראזוואדאוו זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז ער געווען אין צאנז ביי הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, און שבת קודש ביינאכט ביים טיש, האט דער הייליגער צאנזער רב גענומען דעם כוס אין די האנט, און ער האט אנגעהויבן זינגען די ווערטער "שבת קודש" מיטן ניגון פון דעם הייליגען קאלובער זי"ע, "גלות, גלות", און אזוי איז דער הייליגער דברי חיים געשטאנען און געזינגען דעם ניגון פאר שעות אריכות ביז עס איז שוין כמעט געווארן טאג, ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט זיך אויף געכאפט פון זיין דביקות, האט ער מיט וואונדער געפרעגט, עס איז שוין טאג, איך האב געמיינט איך בין אזוי געשטאנען פאר אפאר מינוט,
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 153
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 74

Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א

פאוסט דורך געצל »

ניקל האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 9:43 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:30 pm בשנת תקמ"א האט זיך רבי אייזיק'ל קאלובער אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט אין קאלוב און ער איז דאמאלס איינגעשטאנען ביי זיין שפעטערדיגע גבאי - דער באקאנטער רבי יענקלע פיש ז"ל. רבי אייזיק'ל האט זיך נאך אין יענע צייט זייער שטארק באהאלטן אבער רבי יענקלע פיש מיט זיין שארף אויג יא באמערקט אויף רבי אייזיק'ל דברים נפלאים.

נאך בערך 11 וואכן וויילן אין שטאט קאלוב האט רבי אייזיק'ל געוואלט אוועקגיין, אבער רבי יענקלע האט אים געבעטן ער זאל פארבלייבן און ווערן דעם שטעטלס רב. אבער רבי אייזיק'ל האט בשום אופן נישט מסכים געווען, האט אים רבי יענקלע געזאגט אויב איר נעמט נישט אן דעם פאסטן דארפט איר מיר באצאלן פאר די לעצטע 11 וואכן וואס איר זענט איינגעשטאנען ביי מיר, א זאך וואס רבי אייזיק'ל האט דאן נישט געהאט. זיי האבן זיך אזוי ארום געאמפערט אהין און צוריק ביז רבי אייזיק'ל האט מסכים געווען און מקבל געווען די רבנות. רבי אייזיק'ל איז דעמאלס נתפרסם געווארן און די שטאט קאלוב איז געווארן א תל תלפיות.
__

ער האט געהייסן שרייבן אויף זיין מצבה "היה יכול ללמוד על הדף, והיה ערליכער איד". ס'איז ידוע אז סאטמאר רבי ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ווען מ'זאל היינט בא'טיטול'ען א רבי אלס ערליכער איד וואלט ער זיך זיך באליידיגט און ס'וואלט אויך נישט אמת געווען...

מנחתו כבוד בעיר קאלוב יע"א. א גרויס געפארעטס איז געווען אויף זיין יארצייט פאר די קריג. זכותו הגדול יגן עלינו
מען דערציילט דףאז רבי אייזיק'ל האט געגעבן פאר ר' יעקב פיש א ברכה פון אריכות ימים, און ער האט טאקע געלעבט איבער די הונדערט יאר,
די וועלט זאגט, אז ר' יעקב האט נאך געהאט די זכיה צו זעהן דעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע,

ר' יעקב איז געווען א פלומעניק פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע

דער ברכה האט איהם דער בעש"ט געגעבן
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א

פאוסט דורך מירון »

ניקל האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 9:08 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:23 pm

ביי די אכט איז זיין טאטע ליידער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא און דער קליינער אייזיק'ל האט איבערגענומען און גענומען פאשענען די שאף צו ברענגן פרנסה פאר זיין מאמע די אלמנה.

הצדיק רבי לייב שרה'ס ז"ל האט געזען דעם גרויסן נשמה און איז אהין געפארן אין דארף סערענטש, און באצאלט פאר די מוטער ער זאל אים לאזן מחנך זיין רבי אייזיק'ל. רבי לייב שרה'ס האט אים גענומען צו ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג ז"ל און דארט איז ער אויסגעוואקסן דער קומענדער צדיק הדור.
אלס קינד איז ר' אייזיק'ל געווארן א יתום זייענדיג 8 יאר אלט, זיין מוטער איז געווען גאר ארעם און האט נישט געהאט קיין געלד צו צאלן פאר שכר לימוד, האט דער קליינער יתום'ל געפאשעט די גענז פון א רייכן דארפס איד, און אזוי ארויסגעהאלפן ברענגען פרנסה אין שטוב.

הרה"ק רבי לייב שרה'ס א תלמיד פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע, האט ווי באקאנט פיל עוסק געווען אין פדיון שבויים. אויך פלעגט ער ארום פארן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים, ער פלעגט אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת מען האט דארט געברויכט א ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער נעלם געווארן.

דער באהאלטענער צדיק רבי לייב שרה'ס האט זיך דערוואוסט אז אין א אונגארישער דארף געפינט זיך א קינד מיט א הויכע נשמה, און כדי די נשמה זאל חלילה נישט גיין לאיבוד, איז ר' לייב שרה'ס אהינגעפארן און איבער גערעדט די מאמע אז זי זאל אים איבערגעבן דאס קינד, און דערביי האט ער איר צו געזאגט אז ער וועט אים אריינשטעלן אין א פיינע ישיבה וואו מען וועט זיך זארגן פאר זיין גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע באדערפענישן.

די מוטער האט געזען אז דא שטייט פאר איר א געהויבענער איד, און עס האט איר געפרייט דאס הארץ אז איר געראטן קינד וועט האבן א תכלית אויף דעם וועלט, די מאמע האט זיך געשטארקט אויף אירע מוטערליכע געפילן, און אוועק געשיקט איר קינד לערנען תורה.

ר' לייב שרה'ס האט איבער געלאזט א שיינע מטבע פאר די מוטער, און אוועק געפירט דעם קליינעם אייזיק'ל צום ביהמ"ד פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וועלכער האט אים גענומען אונטער זיין פליגל און מגדל געווען ווי אן אייגן קינד, און פון אט דעם גענז פאסטוך איז אויסגעוואקסן דער וועלט בארימטער הייליגער קאליבער צדיק, וועמענ'ס הארציגע, הימלישע לידער זינגען נאך אידישע קינדער עד היום און דערקוויקן די נשמה מיט די ג-טליכע טענער.
ס'דא וואס קריגן שטארק מיט די גירסא. זיי זאגן אז זיין טאטע רבי משה יחזקאל ז"ל איז נאך געווען ביי רבי אייזיקל חתונה, אלא כך היה המעשה, ווען רבי אייזיקל האט חתונה געהאט האט ער געבעטן פון זיין שווער א פריוואטע שטוב וואו ער קען עוסק זיין בתורה. נאך האט ער געבעטן, אז מ'זאל אים נישט שטערן אפילו פאר וויכטיגע זאכן.

זיין שווער האט געהאט פאר פרנסה צוועקן א האטעל/גאסט הויז, וואס זענען דארט כסדר גענעכטיגט און זיך אפגעשטעלט עוברים ושבים. לימים האט זיך געמאכט אז הצדיק רבי משה לייב סאסובער ז"ל איז געקומען דארט איינשטיין און ער האט געוואלט דאווענען מנחה, אבער ער האט געהאט נאר 9 אידן. רבי אייזיקל שווער האט געטראכט צו זיך אז פאר מצוה פון מצרף זיין צו מנין נאכדערצו א צדיק מעג ער שטערן זיין איידים וכך עשה, און זיין איידעם - רבי אייזיקל האט גערן מסכים געווען צו קומען מיט דאווענען.

ווען רבי אייזיקל האט געזאגט קרבנות האט ער געזאגט מיט א ברען דעם "את הכבש האחד תעשה בבוקר וגו'" רופט זיך רבי משה לייב סאסובער, אה שיינע שעפלעך... נאך מנחה האט רבי משה לייב סאסובער פארפירט א שמועס מיט דעם געהויבענעם דאן אינגערמאן - רבי אייזיקל און ער האט צוגערעדט ער זאל גיין לערנען ביי רבי שמעלקא אין ניקלשבורג.
שרייב פאוסט