איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3667
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5944

Re: איז די היינטיגע טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך וואוילער »

אקעי, מ'דארף ווארטן...
יעצט קומט ארויס די "חזק!" פון מעלות, לאמיר זעהן וואס זיי זאגן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3925
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5103

Re: איז די היינטיגע טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 3:03 pm אקעי, מ'דארף ווארטן...
יעצט קומט ארויס די "חזק!" פון מעלות, לאמיר זעהן וואס זיי זאגן.
שוין ארויס.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 883

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך צווייטער »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:59 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:53 am
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:55 am

אור החיים הקדוש (ווי ער איז מסביר די חילוק פון שאול המלך און דוד המלך)
צבי לצדיק אויף עטליכע פלעצער
פרי הארץ
תפארת שלמה
לשם שבו ואחלמה


דאס איז וואס איך געדענק אויפן מינוט. מ׳רעדט אוודאי נישט פון פארלירן לגמרי, נאר אויף געוויסע ענינים מפני כמה סיבות דורך די מסבב כל הסיבות
ממש פארדרייט ספרים, כ'האב נישט קיין כח מאריך צו זיין, אבער ס'איז פונקט ווי דו וועסט זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בחירה ווייל ס'איז דא ידיעה.
קיין שייכות מיט די נושא
לפע''ד יא,
זייט אייך מסביר ביטע
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 242
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 366

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בן מלך »

צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:20 pm
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:59 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:53 am

ממש פארדרייט ספרים, כ'האב נישט קיין כח מאריך צו זיין, אבער ס'איז פונקט ווי דו וועסט זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בחירה ווייל ס'איז דא ידיעה.
קיין שייכות מיט די נושא
לפע''ד יא,
זייט אייך מסביר ביטע
וואס לפי עניית דעתך? האסט אמאל געזעהן איינע פון די ספרים אינעווייניג?

ס’איז א קלארע זאך אז מען קען צומאל צונעמען די בחירה פון א מענטש און פון הימל מאכט מען ער זאל דורכפאלן. דאס איז קלאר קלאר קלאר.

א מענטש טאר פארשטייט זיך נישט מאכן אליינס אייגענע חשבונות אויף בשעת א נסיון, אבער אויף די עבר דארף מען עס וויסן און נוצן
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 883

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך צווייטער »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:48 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 4:20 pm
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:59 pm

קיין שייכות מיט די נושא
לפע''ד יא,
זייט אייך מסביר ביטע
וואס לפי עניית דעתך? האסט אמאל געזעהן איינע פון די ספרים אינעווייניג?

ס’איז א קלארע זאך אז מען קען צומאל צונעמען די בחירה פון א מענטש און פון הימל מאכט מען ער זאל דורכפאלן. דאס איז קלאר קלאר קלאר.

א מענטש טאר פארשטייט זיך נישט מאכן אליינס אייגענע חשבונות אויף בשעת א נסיון, אבער אויף די עבר דארף מען עס וויסן און נוצן
יא כ'האב געזען די ספרים אינעווייניג, ס'איז אביסל א אנדערע זאך וואס מ'רעדט דא ארום, דא רעדט מען צו די טבע פון א מענטש זאל אים גורם זיין צו זינדיגן, די ספרים רעדן ווי דער אויבערשטער שיקט אינטער. ס'פאדערט אן אריכות הדברים וואס איך בין נישט בכח

ווי כ'האב געשריבן אויבן ס'איז פונקט ווי דו וועסט זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בחירה וועגן ידיעה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך יום טוב »

נישט געטראפן די אנדערע אשכול איבער טעראפי וועל איך דא שרייבן:

איך האב זיך פשוט היינט דערמאנט א סטעיטמענט פון א טעראפיסט וואס גיבט אווערנעיס פראגראם אויף די היימישע פלאטפארמעס וזה תוכן דבריו : איך האב געהאט אמאל א קלייענט וואס איז אראפ פון דרך און איך האב גערעדט מיט אים האט ער מיך געזאגט אז ווען איך קום צוריק וויל איך ווייטער קענען אינדזאיען מיין אייז קריעם , אלעמאל פלעגט זיין אזא מצב אפילו ביים עסן אייז קריעם נישט צו אנפילן ביז אויבן , זיך צוריק האלטן די תאוות, האט ער ארויסגעברענגט די נקודה אז מדארף לאזן הנאה האבן פון די וועלט , דאס איז א קליין דוגמא ווי די טעראפי עווערנעס זאגט צו טוישן זאכן וואס ביי חסידישע אידן האט מען זיך געקאכט דערין אין דעם קדש עצמך במותר לך , איך גיי נישט אריין אין אנדערע קאנטערווערסיעס פון די טעראפי וועלט וואס איז דא צו פיקסן אונזער סיסטעם וואס א טייל קען זיין גערעכט און א טייל איז טאטעל ראונג איך רעד דא פון א זאך וואס כו"ע מודי אז א חסידישע איד איז מהיפך להיפך פון דעם און די אווערנעיס פראגראם זאגט אז דאס איז גורם אראפצופירן פון אידישן וועג , דרכיה דרכי נועם מען דארף אינדשאיען די אייז קריעם , איך פארשטיי אז מען דארף האבן א פיפטע שו"ע ווי איין און ווי אויס אבער די טעראפיסטן האבן דאס נישט , די אידישע געדאנקן גאנג איז לגמרי אנדערש ווי דער גוי, און די טעראפי געדאנקען קומט פונעם גוי ,דיה לצרה בשעתה ווען ממוז צוקומען צו א טעראפיסט און זיכער מאכן אז ער איז אן ערליכער אויסגעהאלטענע, אבער צו מאכן עווער דעם עולם און פיקסל אונזער צובראכענע סיסטעם זאלן זיי ביטע מוחל זיין און זיין שטיל

נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען קומען שארפע ריפלייס אבער הית איך בין עמפלאיט וועל איך נישט קענען ענטפערן גלייך אבער בלי נדר לכשאפנה אשנה
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 69

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בעריש סגל »

איך בין געגאנגן קאפלס קאונסעלינג ביי א פרומער קאונסעלאר. ביים ערשטע סעשאן האט ער געגעבן מיין ווייב א טשעקליסט פון חסרונות, זי זאל גרינגערהייט קענען אריינפילן וועלכע טענות זי האט. כ'האב געכאפט א בליק - דער טשעקליסט איז געווען דער גאנצע על חטא על הסדר.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2932
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8384

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך פופציגער »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:32 am נישט געטראפן די אנדערע אשכול איבער טעראפי וועל איך דא שרייבן:

איך האב זיך פשוט היינט דערמאנט א סטעיטמענט פון א טעראפיסט וואס גיבט אווערנעיס פראגראם אויף די היימישע פלאטפארמעס וזה תוכן דבריו : איך האב געהאט אמאל א קלייענט וואס איז אראפ פון דרך און איך האב גערעדט מיט אים האט ער מיך געזאגט אז ווען איך קום צוריק וויל איך ווייטער קענען אינדזאיען מיין אייז קריעם , אלעמאל פלעגט זיין אזא מצב אפילו ביים עסן אייז קריעם נישט צו אנפילן ביז אויבן , זיך צוריק האלטן די תאוות, האט ער ארויסגעברענגט די נקודה אז מדארף לאזן הנאה האבן פון די וועלט , דאס איז א קליין דוגמא ווי די טעראפי עווערנעס זאגט צו טוישן זאכן וואס ביי חסידישע אידן האט מען זיך געקאכט דערין אין דעם קדש עצמך במותר לך , איך גיי נישט אריין אין אנדערע קאנטערווערסיעס פון די טעראפי וועלט וואס איז דא צו פיקסן אונזער סיסטעם וואס א טייל קען זיין גערעכט און א טייל איז טאטעל ראונג איך רעד דא פון א זאך וואס כו"ע מודי אז א חסידישע איד איז מהיפך להיפך פון דעם און די אווערנעיס פראגראם זאגט אז דאס איז גורם אראפצופירן פון אידישן וועג , דרכיה דרכי נועם מען דארף אינדשאיען די אייז קריעם , איך פארשטיי אז מען דארף האבן א פיפטע שו"ע ווי איין און ווי אויס אבער די טעראפיסטן האבן דאס נישט , די אידישע געדאנקן גאנג איז לגמרי אנדערש ווי דער גוי, און די טעראפי געדאנקען קומט פונעם גוי ,דיה לצרה בשעתה ווען ממוז צוקומען צו א טעראפיסט און זיכער מאכן אז ער איז אן ערליכער אויסגעהאלטענע, אבער צו מאכן עווער דעם עולם און פיקסל אונזער צובראכענע סיסטעם זאלן זיי ביטע מוחל זיין און זיין שטיל

נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען קומען שארפע ריפלייס אבער הית איך בין עמפלאיט וועל איך נישט קענען ענטפערן גלייך אבער בלי נדר לכשאפנה אשנה
איך האב אסאך וואס צו ענטפערן אויף דעם, אבער היות שרייבן איז זייער סענסעטיוו, און זיך גוט ארויסצוברענגען וועל איך דארפן שרייבן זייער לאנג וואס וועט סיי אוועקנעמען מיין צייט און סיי קיינער וועט עס נישט ליינען, וועל איך איבערלאזן דעם שמועס פאר'ן פארברענג.

אזויפיל יא, ברענג מיט אסאך פאפקארן, אבאנטש קאלטע ביר, ניסלעך און ציגארעטלעך, ווייל ס'קומט א לאנגע היציגע שמועס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14754

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך קום דא אריין ווי א האן ביים סדר נאר א שיין ביסל צייט אפוועזנהייט, און ס'איז שווער צו ליינען אין יעדע נושא די גאנצע היסטאריע פונעם שמועס.

אבער זעענדיג אזעלכע שיינע נושאים ווערן אויסגעשמועסט, איז פטור בלא כלום אי אפשר.

בעצם איז טעראפי גארנישט ווייניגער ווי יעדע דאקטעריי וואס "חכמה בגויים תאמין", און ס'איז געמאכט פאר א מענטש וואס דארף זיך היילן פון עפעס וואס האט אים באטראפן. און אודאי ווען דער דאקטאר זאגט עפעס הייקל גייט מען פרעגן א דעת תורה. דאס איז ביי מענטל העלט פונקט ווי ביי פיזיקל העלט.

נאר, היות מענטל העלט בארירט די מחשבות פונעם מענטש, און אויטאמאטיש זיין מהלך החיים וכו' בעת פיזיקל העלט בארירט דאס נישט דוקא עפ"י רוב, דעריבער איז עס פיל מער הייקל, און מען מוז גיין צו אן ערליכער טעראפיסט וואס זיין קאפ טראכט ווי אן ערליכער איד.

אבער דער חלק הרפואה איז זיכער א תורה'דיגע זאך, ס'איז "דאקטעריי". און דער וואס רעדט קעגן טעראפי ווייל "אונז האמיר א חובת הלבבות" איז פונקט ווי ער גייט נישט צום דאקטאר ווייל "אונז האמיר רמב"ם". חובת הלבבות דארף יעדער איד לערנען, אבער ווען איינער איז נישט געזונט אויפ'ן מינוט, עפעס האט אים אפעקטירט, זאל ער גיין צום דאקטאר.
מערקבאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 9:36 pm
x 25

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך מערקבאר »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:48 pm איך קום דא אריין ווי א האן ביים סדר נאר א שיין ביסל צייט אפוועזנהייט, און ס'איז שווער צו ליינען אין יעדע נושא די גאנצע היסטאריע פונעם שמועס.
.

נאר, היות מענטל העלט בארירט די מחשבות פונעם מענטש, און אויטאמאטיש זיין מהלך החיים וכו' בעת פיזיקל העלט בארירט דאס נישט דוקא עפ"י רוב, דעריבער איז עס פיל מער הייקל, און מען מוז גיין צו אן ערליכער טעראפיסט וואס זיין קאפ טראכט ווי אן ערליכער איד.
.
דעיס איז זייער א ערנסטע אישו ווייל אסאך זאכן ווערן היינט אויסגעפסקנט דורך טעראפיסטישע סארט הוראות וואס איז אינגאנצן נישט אין איינקלאנג מיט די אנגענומענע דרך הוראה
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך אנדערער »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:32 am נישט געטראפן די אנדערע אשכול איבער טעראפי וועל איך דא שרייבן:

איך האב זיך פשוט היינט דערמאנט א סטעיטמענט פון א טעראפיסט וואס גיבט אווערנעיס פראגראם אויף די היימישע פלאטפארמעס וזה תוכן דבריו : איך האב געהאט אמאל א קלייענט וואס איז אראפ פון דרך און איך האב גערעדט מיט אים האט ער מיך געזאגט אז ווען איך קום צוריק וויל איך ווייטער קענען אינדזאיען מיין אייז קריעם , אלעמאל פלעגט זיין אזא מצב אפילו ביים עסן אייז קריעם נישט צו אנפילן ביז אויבן , זיך צוריק האלטן די תאוות, האט ער ארויסגעברענגט די נקודה אז מדארף לאזן הנאה האבן פון די וועלט , דאס איז א קליין דוגמא ווי די טעראפי עווערנעס זאגט צו טוישן זאכן וואס ביי חסידישע אידן האט מען זיך געקאכט דערין אין דעם קדש עצמך במותר לך , איך גיי נישט אריין אין אנדערע קאנטערווערסיעס פון די טעראפי וועלט וואס איז דא צו פיקסן אונזער סיסטעם וואס א טייל קען זיין גערעכט און א טייל איז טאטעל ראונג איך רעד דא פון א זאך וואס כו"ע מודי אז א חסידישע איד איז מהיפך להיפך פון דעם און די אווערנעיס פראגראם זאגט אז דאס איז גורם אראפצופירן פון אידישן וועג , דרכיה דרכי נועם מען דארף אינדשאיען די אייז קריעם , איך פארשטיי אז מען דארף האבן א פיפטע שו"ע ווי איין און ווי אויס אבער די טעראפיסטן האבן דאס נישט , די אידישע געדאנקן גאנג איז לגמרי אנדערש ווי דער גוי, און די טעראפי געדאנקען קומט פונעם גוי ,דיה לצרה בשעתה ווען ממוז צוקומען צו א טעראפיסט און זיכער מאכן אז ער איז אן ערליכער אויסגעהאלטענע, אבער צו מאכן עווער דעם עולם און פיקסל אונזער צובראכענע סיסטעם זאלן זיי ביטע מוחל זיין און זיין שטיל

נ.ב. איך פארשטיי אז עס קען קומען שארפע ריפלייס אבער הית איך בין עמפלאיט וועל איך נישט קענען ענטפערן גלייך אבער בלי נדר לכשאפנה אשנה
איך האף גיי מיך נישט מגלה זיין מיט די קומענדיגע ווערטער אבער איך פיל אז איך מוז אויף דעם ענטפערן

בעניי האב איך געלערנט אין א ישיבה וואו מען האט געמאכט אזעלכע ענינים ווי נישט אנפילן אייזקרעם פאר א שטארקע עיקר און פון מדות טובות און עכטע ערליכקייט האט מען בכלל נישט גערעדט. דער באשעפער האט געהאלפן אז איינער האט מיך געוויזן אין ספרים אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט צו קענען גוטס טון און אזוי אראפגענומען מיין שנאה צו אידישקייט. איך האב בה נישט געגליטשט קיינמאל אבער א שנאה צו אידישקייט האב איך געהאט און איך גלייב אז נישט גוטע זאכן וואלט על פי טבע ארויסגעקומען אויב יענער וואלט מיך נישט געעפנט די אויגן

אויב האט יענער טעראפיסט גערעדט פון דעם איז ער 1000 פראצענט גערעכט. לערן נישט די קינדער אז אנפילן די אייזקרעם איז די זעלבע ווי נישט היטן שבת ווייל ווען ער וועט נישט קענען עומד זיין בנסיון פון אנפילן אייזקרעם וועט שוין דער שבת אויך פליען פון פענסטער

דאס איז פשוטער פון פשוט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך אנדערער »

ווען איינער האט א ספלינטער אין די פיס און איז געצווינגען צו גיין וועט ער גיין ווילאנג עס איז אים פיזיש מעגליך איז דאס אבער א מהלך אין לעבן זיך צו פלאגן אויב איז דא איינער וואס קען עס ארויסנעמען?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך אנדערער »

פאריגע וואך פאסירט א שוידערליכע מעשה תסמר שערות אנוש

א קינד מיט פראבלעמען וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען און טריקס נאר נישט קיין טעראפי איז אנגעקומען צום דריטן מאל אין סייקיעטריק ווארד

אבער טעראפי וועט מען נישט שיקן ווייל עפעס א ליידיגייער האט געזאגט אז מען טאר נישט
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 207

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:32 am פאריגע וואך פאסירט א שוידערליכע מעשה תסמר שערות אנוש

א קינד מיט פראבלעמען וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען און טריקס נאר נישט קיין טעראפי איז אנגעקומען צום דריטן מאל אין סייקיעטריק ווארד

אבער טעראפי וועט מען נישט שיקן ווייל עפעס א ליידיגייער האט געזאגט אז מען טאר נישט
און קעגן דעם וואס מען הרגט אוועק צענדליגע קינדער וואס מען שיקט יא צו טעראפי אן די עלטערנס וויסן ווייל די מוסד און די טעראפיסטן מאכן גראב געלט אויף דעם גוף איז א גרעסערע חורבן.
לעצטענס מיטגעהאלטן אזא שוידערליכע מעשה , תסמר שערות אנוש
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2765
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3123

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך אנדערער »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 10:33 am
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:32 am פאריגע וואך פאסירט א שוידערליכע מעשה תסמר שערות אנוש

א קינד מיט פראבלעמען וואס מען פרובירט מיט אלע מיטלען און טריקס נאר נישט קיין טעראפי איז אנגעקומען צום דריטן מאל אין סייקיעטריק ווארד

אבער טעראפי וועט מען נישט שיקן ווייל עפעס א ליידיגייער האט געזאגט אז מען טאר נישט
און קעגן דעם וואס מען הרגט אוועק צענדליגע קינדער וואס מען שיקט יא צו טעראפי אן די עלטערנס וויסן ווייל די מוסד און די טעראפיסטן מאכן גראב געלט אויף דעם גוף איז א גרעסערע חורבן.
לעצטענס מיטגעהאלטן אזא שוידערליכע מעשה , תסמר שערות אנוש
וואס מיינט הרגענען? אז זיי ווערן געוואויר אז זייערע עלטער זענען אביוסיוו? זיי האבן שוין פארדעם געוואוסט זיי האבן נאר נישט געוואוסט וויאזוי די זאך הייסט

און דאס קומט בכלל נישט אריין דא. באלד גייסטו מיר אריינברענגען די לייבי קלעצקי מעשה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14754

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היימישע זייגער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 10:33 amווייל די מוסד און די טעראפיסטן מאכן גראב געלט אויף דעם גוף
החושד בכשרים לוקין בגופו.

לייג דיך איבער...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5244

Re: איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

@מנהלים וחברי המערכת. עס איז כדי צו אפטיילן די תגובות וואס האבן נישט קיין שייכות צום קעפל פונעם טעמע, און עס לייגען אין די ארגינעלע טעמע יישר כח!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט