Re: נייעס פון וויליאמסבורג
געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 09, 2024 11:23 pm
א טאטע איז היינט נאכמיטאג געווען אויף א שפאציר מיט זיינע צוויי קינדער אויף קינגסטאן עוועניו ביי לעפערטס עוועניו ווען א פארמאסקירטער פארשוין איז צוגעשפרינגן און אויף געהויבן איינע פון די קינד וועלענדיג אים אוועקפירן. דער טאטע האט זיך שנעל אריענטירט און צוריקגעכאפט זיין קינד און דער פאברעכער איז אנטלאפן. פאליציי האבן באוויזן צו דערגיין די אידענטיטעט פונעם פאברעכער און זאגן אז זיי גייען אים וואס שנעלער ארעסטירן.