בלאט 2 פון 6

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 3:49 pm
דורך אסמכתא בעלמא
בעריש סגל האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 7:10 am געוויסע מימרות זען אויס פון אויבן אויף צו האבן אן עמקות, אבער ווען מ'קריכט אריין טיפער זענען זיי זייער אויבערפלעכליך.
בינת הלב האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:41 pm יעדע עמקות ווען דו ביסט יורד לעומקו ווערט עס א פשטות.
האמיר שוין נאך 2 טראכטונגען...

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 6:16 pm
דורך בינת הלב
טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:41 pm מ'זאגט נאך פון נאפאליאן (פארוואס נישט..)

מאך צו מיינע קנעפלעך שטאט, וויל איך יאג מיך.
מען זאגט אויך נאך פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב ז"ל:

כי הבא לטהר מסייעין לו אומרים לו 'המתן', ואע"פ שצריכין זריזות גדול צריכין גם להמתין הרבה.


(עלים לתרופה - מקורו בליקוטי מוהר"ן תורה ו)

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
דורך טראפקעלע
ר' נחמן האט געזאגט:
א מענטש דארף קענען אנהייבן פון פריש, 1,000 מאל אין איין טאג!

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:45 am
דורך אלף טויב
א איד איז אריינגעגאנגען אל הקודש פנומה פונעם סאטמער'ן רבי'ן זי"ע און געבעטן פונעם רבי'ן אז מען זאל אסר'ן צו שטיין מיט די הענט אויסגעשפרייט וויבאלד עס איז א שתי וערב,
האט אים דער רבי גענטפערט "די מעגסט ווייל די האסט א קרומע קאפ"

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 1:04 pm
דורך בינת הלב
נישט דיין איבערצייגונג ברענגט דיין ווילן, נאר דיין ווילן ברעגט דיין איבערצייגונג.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 2:21 pm
דורך ווינטעלע
If you trust a puzzle company that all the pieces are in the box. Shouldn't you trust hashem that every piece of your life is there for a reason?..!

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 3:47 pm
דורך ווירקליך
געפילן זענען עכט, אבער נישט אלעמאל אמת.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 6:58 pm
דורך בינת הלב
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 3:47 pm געפילן זענען עכט, אבער נישט אלעמאל אמת.
👍

ענליך: געפילן זענען וויכטיג, אבער נישט אלעמאהל ריכטיג.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 11:07 pm
דורך מסתמא
ביי א היינטיגער סייענטיסט איז איינס מיט איינס = עלעף.. און דו קענסט אים ניטאמאל אפפרעגן..

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:32 pm
דורך ווינטעלע
די איינציגסטע מורא וואס די דארפס האבן. איז פון מורא האבן זעלבסט!!

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 3:54 pm
דורך העלדיש
אמת'ע סימפאטיע קען נאר קומען פון אייגענע לעבנס ערפארנוג

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:02 pm
דורך חיליק פעלדמאן
ס'מוז זיין אז דאגה'נען און זיך זארגן העלפט

והא ראיה

אז ע''פ רוב געשעהען נישט די אלע דאגות און פחדים...

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:07 pm
דורך אסמכתא בעלמא
גאר גוט!!!

ווי זאגט יענער? נאך א מזל דאגות העלפט נישט. ווייל מה דאך אזוי זעסטו ווי פאר'דאגה'ט מענטשן זענען. כ"ש ווען ס'וואלט נאך געהאלפן אויך, וואלט מען דאך געשטארבן פון זארג.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 7:06 am
דורך אהרן זאב
געפילן זענען זייער שטארק.
אפטמאל מאכטופלער פון די מענטש זעלבסט.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 7:32 pm
דורך סאמטינג פישי
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 11:07 pm ביי א היינטיגער סייענטיסט איז איינס מיט איינס = עלעף.. און דו קענסט אים ניטאמאל אפפרעגן..
א היינטיגער ? ביי א נעכטיגער איז אזוי געווען,ביי א היינטיגע איז איינס מיט איינס 325 און קענסט עס ניטאמאל פארשטיין

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:29 pm
דורך ווינטעלע
זיי דאנקבאר פאר וואס דו האסט. וועסטו האבן פיל מער ווי דו דארפסט!

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:47 pm
דורך אלף טויב
אלט ווארט אבער די מצב איז רייף עס אפצישטויבן

וואס איז ארגער א דיווארס (פאמיליע אפטיילונג) ל"ע, אדער א רעסעסיע???

א רעסעסיע! ווייל דאן בלייבט מען מיטן עטרת בעלה!!

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 2:10 pm
דורך ניק
איידער ווי אריין קוקן אין יענעם קוק נישט ארויס פון זיך

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 2:11 pm
דורך ניק
זיך נישט קיין סעלושן, פאר די ביסט(מסכים) אין דיין פראבלעם

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:42 pm
דורך ווינטעלע
ענדערש אנקומען צים ציל מיט א קרייסלער,
ווי בלאנדזשענען מיט א לעמבארגיני.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 4:04 pm
דורך ווינטעלע
ווען לעבן ווארפט דיר שטיינער בוי א בריק נישט א וואנט!!

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 10:29 am
דורך פרינדזשעס..
מען קען נישט האבן א פאזיטיווער לעבן מיט נעגאטיווע מחשבות.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:04 pm
דורך ווינטעלע
Trust is like an eraser,
It gets smaller and smaller after every mistake.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:34 pm
דורך ר' יונה
ענדערש לעבן אומלעגאל ווי שטארבן לעגאַל!

(איינגעשטעלטע אין חברה הצלה וועלן בעסער פארשטיין דער עומק דערפון.)


דאכט זיך מיר מ'זאגט עס נאך בשם ר' משה אהרן שטיינבערג פון חברה הצלה אין קרית יואל

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 1:23 pm
דורך בינת הלב
עס זענען פארהאן צוויי פערספעקטיוון ווי אזוי צו פארגינען א צווייטן מיט זאכן וואס מען האט.

1. פארגין ווייל מען דארף פארגינען א צווייטן, די וועלט איז נישט דיינס, וכו'.

2. פארגין ווייל דו ביסט ממילא גוט אן דעם אויך, דארפסט נישט צוקומען צו דעם.