בלאט 2 פון 2

Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 9:59 am
דורך Yankel
לעצטענס קומט ארויס יעדע וואך א בלעטל ״בתוככי הקהילה והמוסדות״ מקען עס באקומען אויף אימעיל?

Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל דסאטמאר - קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אפריל 14, 2024 8:24 pm
דורך בני יואל
סקומט אריין די נייעס אז מגרייט זיך בעז״ה אין די קומענדיגע פאר וואכען צו אנהייבען די פאקטישע בוי ארבעט ביי די נייע ביהמ״ד בית אלטא פיגא ע״ש הרבנית הצדיקת ע״ה אויף עיקרס רד. נאך וואס די ארבעט איז געווארען פארשלעפט צוליב אומפארויסגעזענע פראבלעמען אויפען שטח הבני׳ און איז ברוך השם שוין מסודר עצהיו״ט,
די ביהמ״ד אנטשפרעכט צו זיין א הערליכע ביהמ״ד פאר די תושבי השכונה מיט א פראכטפולע מקוה, שטיבלעך צום דאווענען, און שיינע גרויס היכל הביהמ״ד וואס וועט זיין צוגעשטעלט פאר די ימי החול פאר א פראכטפולע היכל התורה,
אנשי שלומינו אין די געגענט ווי אויך די יודען וואס פלאנען זיך בקרוב אריינצוציען און די נייע דירות ביי די דערנעבענדיגע דיוועלאפמענט קוקען ארויס מיט שפאנונג און האפען צו קענען באנייען דעם ביהמ״ד אין די גאר נאנטע תקופה צוליב וואס די יעצטיגע ביהמ״ד איז שוין צר מהכיל און קען נאר גענוצט ווערן אויף שבתים און ימים טובים.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!

Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:57 pm
דורך בני יואל
אין די יעצטיגע טעג קומט פאר די גרויסארטיגע קאמפיין פאר די ''קופת הקהילה'' וואס פארטיילט גרויס סומעס פאר קמחא דפיסחא לכבוד פסח הבעל''ט פאר משפחות הנצרכות מאנשי שלומינו,
די קופה ווערט אנגעפורט דורך די דיינים הרה''ג ר' ירמי' בראווער שליט''א, דומ''ץ, הרה''ג ר' יוסף כ''ץ שליט''א, דומ''ץ ביהמ''ד חרדים, און הרה''ג ר' אשר זעליג פריינד שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית שלמה מיכל.
כל דוחפין יתי ויפסח!!!

Re: נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 4:45 am
דורך למדן וחסיד
פון דער 650 משפחות
וויפיל זענען אונטער דרייסיג?

נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 5:40 pm
דורך בני יואל
.

נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 5:55 pm
דורך בני יואל
ווי יאר יערליך אין די ימי השובבים וועט אויך דאס יאר געפראוועט ווערן א שבת בתוככי הקהילה אין שפיץ פון כבוד הגה״צ אב״ד יאוואזשנא שליט״א די וואך שבת פרשת וירא,
די תפילות, און באטע פרייטיג צונאכטס פאר בחורי אנשי שלומינו, קומען פאר בביהמ״ד הגדול חרדים

Re: נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:12 am
דורך ענותן
בני יואל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 5:55 pm ווי יאר יערליך אין די ימי השובבים וועט אויך דאס יאר געפראוועט ווערן א שבת בתוככי הקהילה אין שפיץ פון כבוד הגה״צ אב״ד יאוואזשנא שליט״א די וואך שבת פרשת וירא,
די תפילות, און טיש (אזוי שטייט אויפן מודעה)פרייטיג צונאכטס קומען פאר בביהמ״ד הגדול חרדים
עריכת השלחן בליל שב"'ק!!

איך זעה גוט?
זיך דערלעבט!!
איך מיין אז עס איז די ערשטע מאל וואס עס קומט פאר אן עריכת השולחן אין חרדים!

Re: נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 1:23 pm
דורך בני יואל
ענותן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:12 am

דעס גייט שוין אן אזוי פאר כמעט 10 יאר יעדע יאר ווען די רב קומט,
און דאכט אז ווען הגה״צ גאב״ד מאנטיוועדיא ז״ל פלעגט קומען האט ער אויך געפירט פרייטיג צונאכטס

Re: נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 2:04 pm
דורך ענותן
בני יואל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 1:23 pm

לעצטע פאר יאר האט די רב געפירט אין גארפיעלד מענארס פאר די בחורים,
די יאר שטייט, אז די רב גייט פירן א 'טיש' "אין" חרדים,

Re: נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 24, 2025 2:14 pm
דורך בני יואל
ענותן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 2:04 pm
בני יואל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 1:23 pm
ענותן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:12 am
עריכת השלחן בליל שב"'ק!!

איך זעה גוט?
זיך דערלעבט!!
איך מיין אז עס איז די ערשטע מאל וואס עס קומט פאר אן עריכת השולחן אין חרדים!
דעס גייט שוין אן אזוי פאר כמעט 10 יאר יעדע יאר ווען די רב קומט,
און דאכט אז ווען הגה״צ גאב״ד מאנטיוועדיא ז״ל פלעגט קומען האט ער אויך געפירט פרייטיג צונאכטס
לעצטע פאר יאר האט די רב געפירט אין גארפיעלד מענארס פאר די בחורים,
די יאר שטייט, אז די רב גייט פירן א 'טיש' "אין" חרדים,
איהר ווייסט אדער איהר טראכט?

Re: נייעס און שמועסן פון קהילת ומוסדות בני יואל, קרית יואל

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 11:27 am
דורך העכסטער
ענותן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 11:12 am
בני יואל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 5:55 pm ווי יאר יערליך אין די ימי השובבים וועט אויך דאס יאר געפראוועט ווערן א שבת בתוככי הקהילה אין שפיץ פון כבוד הגה״צ אב״ד יאוואזשנא שליט״א די וואך שבת פרשת וירא,
די תפילות, און טיש (אזוי שטייט אויפן מודעה)פרייטיג צונאכטס קומען פאר בביהמ״ד הגדול חרדים
עריכת השלחן בליל שב"'ק!!

איך זעה גוט?
זיך דערלעבט!!
איך מיין אז עס איז די ערשטע מאל וואס עס קומט פאר אן עריכת השולחן אין חרדים!
ער פלעגט אלץ פירן דארט