פילטער קאמפעניס פילטערן אויך 'אידעאלאגיע'?

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 74

Re: פילטער קאמפאני, האבן זיך גענומען איבער אידעלאגיע!!

פאוסט דורך שכל הישר »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:07 am
שכל הישר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:45 pm מען קען שרייען אהער אהין ארויף אראפ...

פאקט איז אז א בליק איז קיינמאל נישט געוועהן אפגעשפארט ביז יעצט מיט די מצב הציונות אפי' זיי האבן געהאט דארט אלע נארישע קליפס
און אייוועלט איז אויך נישט פארשפארט אפילו עס איז דא דארטן אלע נארישע מר ביעסט קליפס און אסאך אנדערע שטותים...

וכן וואטסעפפ איז ערלויבט ביי אלע פעלטערינג קאמפעניס וואס דארט איז דאך די בעיס פון אלע פראבלעמאטישע ווידעאוס און השקפות און אלע ריאות אסורות...

נאר ווען מען רירט אן עפעס וואס שמעקט ציונות ווערט מען ווילד...

ווי קען מען אנרופן עפעס פראבלעמאטיש פאר אידישקייט אז א אלגעמיינע פילטער קאמפעני ווי גדר, וואס שטעלט צו פאר גאנץ כלל ישראל זאל עס אפשפארן, ווען למעשה איז סאטמאר א יחיד אין דעי נושא...

ווייל די בעה"ב איז א סאטמארע? קען ער ארויפצווינגן זיינע שיטות אויף די איבריגע חלק כלל ישראל?

מאכט נישט קיין סענס...
איך בין מיט דיר אינגאנצען אויף די עצם נושא!
איך וואלט געלייקט דיין תגובה, נאר אזוי ווי אייביג ווארפסטו צום סוף אריין צוויי דריי ווערטער וואסן קראצען מיך... נישט אלעמאל מוז די סאטמארע היפאקריטיע אריינקומען...
פליזזססס געב מיר א לייק...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1831
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4971

Re: פילטער קאמפאני, האבן זיך גענומען איבער אידעלאגיע!!

פאוסט דורך נקודות טובות »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:03 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:07 am
שכל הישר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:45 pm מען קען שרייען אהער אהין ארויף אראפ...

פאקט איז אז א בליק איז קיינמאל נישט געוועהן אפגעשפארט ביז יעצט מיט די מצב הציונות אפי' זיי האבן געהאט דארט אלע נארישע קליפס
און אייוועלט איז אויך נישט פארשפארט אפילו עס איז דא דארטן אלע נארישע מר ביעסט קליפס און אסאך אנדערע שטותים...

וכן וואטסעפפ איז ערלויבט ביי אלע פעלטערינג קאמפעניס וואס דארט איז דאך די בעיס פון אלע פראבלעמאטישע ווידעאוס און השקפות און אלע ריאות אסורות...

נאר ווען מען רירט אן עפעס וואס שמעקט ציונות ווערט מען ווילד...

ווי קען מען אנרופן עפעס פראבלעמאטיש פאר אידישקייט אז א אלגעמיינע פילטער קאמפעני ווי גדר, וואס שטעלט צו פאר גאנץ כלל ישראל זאל עס אפשפארן, ווען למעשה איז סאטמאר א יחיד אין דעי נושא...

ווייל די בעה"ב איז א סאטמארע? קען ער ארויפצווינגן זיינע שיטות אויף די איבריגע חלק כלל ישראל?

מאכט נישט קיין סענס...
איך בין מיט דיר אינגאנצען אויף די עצם נושא!
איך וואלט געלייקט דיין תגובה, נאר אזוי ווי אייביג ווארפסטו צום סוף אריין צוויי דריי ווערטער וואסן קראצען מיך... נישט אלעמאל מוז די סאטמארע היפאקריטיע אריינקומען...
פליזזססס געב מיר א לייק...
געגעבן צוויי, מיט מיינע ביידע ניקס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1999

Re: פילטער קאמפאני, האבן זיך גענומען איבער אידעלאגיע!!

פאוסט דורך יום טוב »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:59 am
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:46 am
Programming האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:53 am

ווי געשריבן, אויב איז דער ציל צו אפהיטן פון פגעי הטעכנאלאגיע דארפן זיי הערשט זיכער מאכן אז דער ציבור איז צופרידן און זיי פילן נישט אביוזט, די סארט עטיטוד אין דיין תגובה איז שוין לאנג דער גורם פאר די ערשיינונג אז אסאך 15 דאלארדיגע קאסטומערס צאלן צו נאך 15 דאלער א חודש פאר אנדערע דעווייסעס וואס זענען נישט אפגעהיטן, וואס קומט אויס אז דער גאנצער אויפטוה פון גדר ווערט פארוואסערט. דאס האב איך געשריבן בעפאר, עס איז גאר א דעליקאטער באלאנס צווישן אנהאלטן ווי מער א גרעסערער ציבור, און ווי מער א מהודר'דיגער פראדוקט, און ווען מען מאכט די החלטות דארף מען עכ"פ וויסן וואס די 'סטעיקס' זענען. (כשלעצמי זעה איך נישט פארוואס מען קען נישט מאכן דרגות, ווער עס וויל זיין עקסטער אפגעהיטן אין די חלקים זאל זיך איינשרייבן אין א ספעציעלע מהודר'דיגע פלאן פונעם פילטער, גלייב מיר ישראל קדושים הן, עס איז דא גענוג און נאך וואס וואלטן זיך צוגעכאפט דערצו - נעטפרי יוכיח - אן אויפרעגן א גרויסער חלק עולם און גורם זיין אסאך אידן זאלן לכבוד דעם 'אויפגעבן' אויף פארבלייבן גענצליך אונטער גדר).
פארדעם איז דא א וועד הרבנים וואס איז דן בכובד ראש אויף יעדע זאך
מקען נישט ארפשלעפן די סטאנדארט צוליב יחידים וואס גייען אויסשפילן דעם סיסטעם ,במחילת כבודך איננער וואס קויפט נאך א דעווייס אן קיין פילטער צוליב דעם וועט במילא גארנישט העלפן און אויב לייגט ער אן אנדערע פילטער אאויף די אנדערע דיווייס איז פארוואס זאל מען מאכן די פילטער אויף די סטאנדארטן פון די שוואכע פילטער ? ווייל ער זאל נישט דארפן צאלן נאך 15 דאלער?
סה"כ איינער וואס האנדעלט זיך איין אן עקסטערע דיווייס צו קענען זעהן אה בליק און ישיבה ווארלד איז נישט ריכטיג נאכצוגעבן זיינע פארלאנגען
הלוואי וואלט עס געוועהן יחודים...
עס מאכט נישט אויס וויפיל עס איז די נקודה איז די זעלבע סאיז צו שטעלן א לכתחילה און מגייט נישט ארפשלעפן די סטאנדארט צוליב אזעלכע
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 326

פילטער קאמפעניס פילטערן אויך 'אידעאלאגיע'?

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

שכל הישר האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:02 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:23 am
שכל הישר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:45 pm מען קען שרייען אהער אהין ארויף אראפ...

פאקט איז אז א בליק איז קיינמאל נישט געוועהן אפגעשפארט ביז יעצט מיט די מצב הציונות אפי' זיי האבן געהאט דארט אלע נארישע קליפס
און אייוועלט איז אויך נישט פארשפארט אפילו עס איז דא דארטן אלע נארישע מר ביעסט קליפס און אסאך אנדערע שטותים...

וכן וואטסעפפ איז ערלויבט ביי אלע פעלטערינג קאמפעניס וואס דארט איז דאך די בעיס פון אלע פראבלעמאטישע ווידעאוס און השקפות און אלע ריאות אסורות...

נאר ווען מען רירט אן עפעס וואס שמעקט ציונות ווערט מען ווילד...

ווי קען מען אנרופן עפעס פראבלעמאטיש פאר אידישקייט אז א אלגעמיינע פילטער קאמפעני ווי גדר, וואס שטעלט צו פאר גאנץ כלל ישראל זאל עס אפשפארן, ווען למעשה איז סאטמאר א יחיד אין דעי נושא...

ווייל די בעה"ב איז א סאטמארע? קען ער ארויפצווינגן זיינע שיטות אויף די איבריגע חלק כלל ישראל?

מאכט נישט קיין סענס...
כאפ ניש וואס דיין פראבלעם איז. נניח אז גדר און משומר זוכן צו סערווירן אינדרויסן פון סאטמאר, אבער ווער צווינגט דיך צו ניצן א סאטמערע פילטער?? ס'דא גענוג א גרויסע אויסוואל פון גוטע פילטערס! זיך דיר אויף איין וואס איז גוט פאר דיר אדער מאך אויף אן אייגענע....
פארוואס רעגסטוך אויף ביידען? גיי לויף אליין פאר פרעזידענט...

פארוואס ביסטו בייז אויף די גבאי אין בית מדרש וואס שפארט צו די מקוה? גיי צו אן אנדערע מקוה.. אדער בוי דיך אן אייגענעם...

פארוואס ווערסטו נערוועז אויף די בעל תפילה וואס שלעפט? גיי דאווען ערגעץ אנדערש אדער גיי אליין צו...
קוקט אויס איר קענט מיך נישט... איך רעג מיך ניש אויף ביידען און כ'בין נישט בייז אויפן בעל תפילה...

ערנסט גערעדט, ס'אמתדיג דא א אויסוואל פון גוטע פילטערס
טעכנאלאגיע עסקן
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:13 am
x 21

Re: פילטער קאמפעניס פילטערן אויך 'אידעאלאגיע'?

פאוסט דורך טעכנאלאגיע עסקן »

לאמיר אביסל צוריקמישן היסטאריע ווען משומר/גדר האבן זיך געעפנט.
נאכן כינוס כלל ישראל ווען סאיז געווארן א ווינט אז מדארף האבן פילטערס, האבן זיך געעפנט טעג אפיסעס אין אלע געגנטער און שטעט. זיי פלעגן לייגן פארשידענע פילטערס וואס זענען דעמאלטס געווען אויף די מארקעט אידישע און גויאישע. יעדע איז וואס האט ארייגעוואקט צו זיי האט באקומען א פילטער לויט זיינע פארלאנגען, די עיקר אז צום שאול תחתית זאל מען נישט זיין אפען.

מיט די צייט האבן די קהילות אנגעהויבן איינזעהן אז ממוז אראפשטעלן תקנות וואס זאל מחייב זיין יעדע מענטש וואס באלאנגט צו דעם קהילה און וויל שיקן די קינדער דא אין די מוסדות, און פונקט ווי יעדע מוסד האט תקנות וויאזוי מדארף גיין אנגעטוהן (נישט שערן די בארד/צניעות ביי נשים) דארף מען האבן תקנות אז א מענטש וואס האט אפענע אינטערנעט קען דא נישט שיקן קיין קינדער.

וועלכע פילטער גייט מען הייסן יעדן לייגן? אז יעדער זאל אריינגיין צו טעג און זיך וועלן א פילטער איז נישט געווען קיין אפשען, ווייל טעג האט אפילו געגעבן פעיסבוק און טוויטער אינגאצן אפען, און דאס איז זייער גוט געווען אז ווי איידער א מענטש זאל האבן אינגאנצן אפען זאל כאטש עפעס האבן. אבער פונקט ווי ביי לבושים האט יעדער פארשטאנען אז די מוסד גייט נישט זאגן 'יעדער דארף זיין צניעות'דיג, נישט קיין חילוק וועלכע דרגא' נאר יעדער דארף גיין אזויווי סאטמאר פארלאנגט צניעות, די זעלבע איז מיט אינטערנעט.

קהילת מהרי"י האט דעמאלטס געגרינדעט משומר און אויף די עדווייס פון דעת תורה אראפגעשטעלט שטארקע רולס וואס א איד מעג האבן און וואס נישט. אביסל שפעטער האט מהר"א געגרינדעט גדר מיט זייערע גיידליינס דורך זייערע רבנים. אנדערע קהילות האבן געמאכט א אסאסיעש"ן ביי זשענטעק און אזוי אראפגעשטעלט וואס זיי פארלאנגען ביי זייערע מוסדות, געוויסע קהילות זענען געגאנגען צו משומר/גדר.

די הוראות וואס ממעג עפענען און וואס נישט זענען אלס געווארן אראפגעשטעלט דורך רבנים אינערהאלב די קהילה 'אינאיינעם' מיט בעלי בתים. איך קען מעיד זיין אז מהאט זיך אייביג גערעכנט מיט ביידע זייטן, פון איין זייט וואס די דעת בעל הבית זאגן אז מדארף האבן פאר פרנסה וכדו' און פון די צווייטע זייט וואס דעת תורה זאגן אז ממעג אדער מטאר נישט האבן אפגעזעהן די וויכטיגקייט דערפון. און ווי יעדער פארשטייט איז פונקט ווי ביי הכשרים דא מקילים/מחמירים, איז כ"ש וכ"ש דא ביי אינטערנעט וואס מקען נישט עפענען קיין שו"ת אריינקוקן וואס האט מען אמאל גע'פסק'נט ווען סאיז געווען אזא שאלה, איז דא מקילים און מחמירים אויף אלע זייטן. אבער הצד השוה שבהן אז מפארשטייט אז אינטערנעט איז א זאך וואס מדארף האבן און די זעלבע צייט איז עס א סכנה, און מדארף טרעפן די באלאנס אינצווישן.

במשך די יארן האט די נושא פון פילטער שטארק איינגעגעבן ביים ציבור. היינט פארשטייט שוין יעדער ערליכע איד אז אן א פילטער טאר א איד נישט זיין, סהאט גענומען היבש אפאר יאר אנצוקומען דערצו..

לעת עתה איז דא צוויי מיני פילטערס אויף די מארקעט, קהילה פילטערס און אלגעמיינע פילטערס. די קהילה פילטערס א שטייגער ווי משומר/גדר/מוסדות אינטער זשענטעק האבן גיידליינס וואס יא און וואס נישט. ווידער אלגעמיינע פילטערס אזויווי זשענטעק געבן וואס דער מענטש וועלט אויס צו האבן.

פארשטייט זיך אז ווער סשיקט קינדער אין א מוסד דארף האבן די פילטער פון זיין מוסד מיט די גיידליינס וואס די רבנים פון זיין קהילה/מוסד האבן אראפגעשטעלט (כווייס אויך אז מקען האבן צוויי פאונס...). ווידער איינער וואס האט נישט קיין קינדער אין די מוסד קען האבן וועלכע פילטער ער וויל. אזוי אויך גרויסע ביזנעסער זענען נישט אייביג אראפגעבינדן צו וועלכע פילטער צו נעמען. וועלכע פילטער נעמט מען ווען מהאט א אויסוואל? דאס ווענד שוין אין אסאך זאכן, סאיז דא וואס זאגן איך וויל נישט קיינער זאל מיך איינטיילן וואס יא צו האבן און וואס נישט ממילא נעם איך א אלגעמיינע פילטער, ווידער זענען דא וואס זאגן אז וואס האב איך פון א פילטער וואס איך קען אלעס בעטן און סווערט אלעס אפען. אויך איז דא וואס נעמען א געוויסע פילטער צוליב זייטיגע סיבות, למשל יענע פילטער קאמפעני האט מורא'דיג גוטע קאסטומער סערוויס און אפילו נישט אלעס פון זיי האב איך ליב וועל איך עס נעמען אז איך זאל נישט זיין סטאק ווען איך האב א פראבלעם, אדער למשל איין קאמפעני האט א אפיס אין מיין געגנט און סאיז מיר פשוט גרינג, און אזוי נאך פארשידענע סיבות. יעדער ווייסט אבער ווען ער נעמט א קהילה פילטער אז זיי האבן אראפגעשטעלטע גיידליינס.

אסאך מאל במשך די יארן איז געווען שאלות וועגן בלאקן א זאך וואס איז געווען אייגעגעבן ביים ציבור אבער מהאט געזעהן אז סאיז א חורבן, א שטייגער ווי טעלגעראם (ווער געדענקט ווען סאיז נאך געווען אפען?..), וואסעפפ סטעטוס, AI און נאך אסאך. פון איין זייט האט מען מורא געהאט אז אויב מגייט עס בלאקן, גייען מענטשן אראפנעמען די פילטער, פון די אנדערע זייט טאר מען דאך עס נישט האבן אפען. סאיז נישט דא קיין כלל אויף אלעם און יעדע זאך ווערט גוט דורכגעטוהן, מאיז דן ווי נוצבאר איז דאס פארן ציבור, ווי גרויס איז די פארלאנג דערויף, און פון די אנדערע זייט וואס זענען די פראבלעמען דערפון. אבער ווען די רבנים האבן געשפירט נאכן דורכטוהן די זאך בכובד ראש אז סאיז א זאך וואס 'מוז' ווערן געבלאקט, האט מען געטוהן וואס איז ריכטיג און געבאלאקט. איי געוויסע וועלן אראפנעמען די פילטער? אויף דעם איז געווען די תשובה אז מגייט נישט לאזן אפען א זאך וואס דארף באמת זיין געבלאקט צוליב געוויסע וואס גייען אפשר אראפנעמען א פילטער, און אויב גייט יא איינער אראפנעמען א פילטער איז דאך דא פילטערס אויף די מארקעט וואס לאזט אלעס האבן אפען און אז יענער איז א ערליכע איד וועט ער לייגן א שוואכערע פילטער וואס לאזט דאס יא האבן.

אבער ב"ה דער אויבערשטער האט נישט באנקראטירט אין 2023 און דער ציבור איז א וואוילע ציבור וואס וויל זיין ערליך און מזעהט גאר שטארק די מיטארבעט און פארשטענדעניש פונעם ציבור. אודאי איז דא פון אלע סארטן וכשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם און ביי יעדע זאך אין די וועלט ווי סאיז דא צוויי אידן איז דא דריי דעות, אבער מענטשן ווארפן נישט אראפ קיין פילטערס אזוי שנעל, פארקערט, מ'אפרישיעט אז די פילטער קאמפעניס זענען דא זיך צוצושטעלן צום ציבור דא מערסטע וואס שייך, סיי מיט סערוויס און סיי מיטן עפענען אלעס וואס איז וויכטיג, און אויך ווען מדארף אמאל עפעס צושפארן הערט מען צוריק פון גאר אסאך אז מהאט הנאה צו זעהן אז סאיז דא מענטשן וואס ארבעטן שווער צו שטיין בראש פון אזא פראדוקט וואס איז נוגע גאנץ כלל ישראל.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: פילטער קאמפעניס פילטערן אויך 'אידעאלאגיע'?

פאוסט דורך ווירקליך »

WOW

יישר כח @טעכנאלאגיע עסקן פאר די קלארע ווערטער!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שרייב פאוסט