בלאט 2 פון 5

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:51 pm
דורך דער תהלים איד
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:39 pm ס"ה פירט ער זיך אויף ווי האלב כלל ישראל, נאר מיט די מייק אין די האנט...
עקזעקטלי.

און דער מייק ווילן מען אויסלעשן.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:53 pm
דורך חוט של חסד
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:39 pm ס'איז אפשר שווער פאר א סאטמארע צו פארשטיין אבער איינער וואס דרייעט זיך נישט אין סאטמאר און הערט נישט טאג און נאכט וועגן ציונות, איז אוטומאטיש נאנט צו די יעצטיגע מלחמה און אלע פאליטיק ארום דעם.

און נישט ווייל ער איז א גרויסע ציוני, נאר יעדער אידיש קינד פילט יעצט קאנעקטעד צו די מאורעות הזמן, נאך וואס א באנדע רוצחים האבן זיך ציפירט די הענט אויף אונזער אידישע ברודער.

דעי זינגער צו בדחן מיינט נישט דא קיין שום שלעכטס, און ער פראבירט נישט צו טרעטן אויף קיינעמס אינגרוין טאו נעילה, ס"ה פירט ער זיך אויף ווי האלב כלל ישראל, נאר מיט די מייק אין די האנט...
מער ווי האלב
ס'איז ליידער רובא דרובא כלל ישראל

ירחם ה'

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm
דורך צווייטער
כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:08 pm
דורך נפתלי
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
קען זיין גערעכט און דעם פאל, אבער איך בין נישט זיכער צו דער אינגע גאס קויפט נישט אפ זיינע מיינונגען.
אבער לגבי זינגערס בכלל דארף מען דע מיינונגען זאגערס מסדר זיין, זיי זענען פשוטע זינגערס און דעטס איט

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm
דורך אביסל טיפער
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
און דאס אז מען גייט צום סאטמערע רבי'ס ציון און מען איז מסביר פאר די רבי זי"ע וואס די אמת איז, דאס קומט אויך פון פלעין א צובראכענע נשמה??
וד"ל ואכמ"ל ודוק ותמצא נחת!!

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm
דורך צווייטער
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
און דאס אז מען גייט צום סאטמערע רבי'ס ציון און מען איז מסביר פאר די רבי זי"ע וואס די אמת איז, דאס קומט אויך פון פלעין א צובראכענע נשמה??
נאר פון וואס?

גיין מיט א שיינע רעקל און אפ-טו-דעיט ארטיסטישע גלעזער מאכט נישט אויס צובראכן און צופיצלט און צומישט ביז'ן טיפסטן

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:14 pm
דורך פייל און בויגן
טשיינע קלאזעט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:34 am נקודות און פראגראמינג זענען ביידע גערעכט, מר אמר חדא ומר אמר חדא, איינער רעדט פון א זינגער מיט א הויכע הוט, און איינער פון א זינגער מיט א פלאכע הוט...

בעצם דאס אז מען קענסלט אזא זינגער פאר א כ"א כסלו עווענט, איז גאנץ פארשטענדליך פאר רוב מענטשן, היות דער בעל הילולא איז דאך ממש דער היפוך. די מאדנע זאך וואס דער עולם פארשטייט נישט איז אז איינער מאכט איינער א פריוואטע מסיבה ביי זיך אינדערהיים פאר א אנדערע מוסד, און מען צווינגט אים צו קענסלען דעם זינגער וואס ער האט באשטעלט, אט דאס איז שוין נעקסט לעוועל.
די מעשה ביי די פרייוואטע מסיבה, איז באמת א קורצ-קעפיג-קייט פון א יחיד וואס זיצט ביים רעדל, איך גלייב אז ער ווייסט אפילו נישט פארוואס ער האט דאס געטוהן....

ער האט לכאורה געמאכט עפעס א גזירה שוה, זינגער-זינגער + צה"ל-צה"ל, = קענסלען-קענסלען.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:17 pm
דורך פייל און בויגן
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
און דאס אז מען גייט צום סאטמערע רבי'ס ציון און מען איז מסביר פאר די רבי זי"ע וואס די אמת איז, דאס קומט אויך פון פלעין א צובראכענע נשמה??
וד"ל ואכמ"ל ודוק ותמצא נחת!!
דאס אז די זינגער האט געטוהן א נארישקייט לגבי ביזנעס, און א חוצפה קעגן סאטמאר רב, כשר'ט נישט די עוולה פון סטראשענען ארויסצוווארפן קינדער פון חדר, צוליב רופן פרייוואט א זינגער וואס האט געזינגען ביי צה"ל.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:18 pm
דורך דער תהלים איד
@פייל און בויגן כהאב נישט קיין מושג וועמענס החלטות דאס זענען, כ'ווייס נאר אז אלגעמיינע סאטמאר'ע אידן האבן דאס זייער אפרישיעיטעד.

@צווייטער די רעדע איז נישט איבער טוען עניטינג קעגן יענעם. ח"ו.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:29 pm
דורך פייל און בויגן
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:18 pm @פייל און בויגן כהאב נישט קיין מושג וועמענס החלטות דאס זענען, כ'ווייס נאר אז אלגעמיינע סאטמאר'ע אידן האבן דאס זייער אפרישיעיטעד.
אז דו ווייסט נישט, זאג איך דיר, אז דאס איז אן החלטה פון א יחיד.

ווייס איך נישט פון וועלכע אלגעמיינע סאטמערע אידן דו רעדסט, זאג אויך דיין מיינונג, אנשטאט רעדן נאר פון אנדערע.


איך האב נאכנישט געהערט פון קיין איין סאטמארע איד וואס פארשטייט עס.

(קלארשטעלונג: איך רעדט יעצט נאר פון די מעשה פון די פרייוואטע מסיבה וואס איז דאכט זיך מיר געווען אין מאנסי)

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:33 pm
דורך שכל הישר
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
און דאס אז מען גייט צום סאטמערע רבי'ס ציון און מען איז מסביר פאר די רבי זי"ע וואס די אמת איז, דאס קומט אויך פון פלעין א צובראכענע נשמה??
וד"ל ואכמ"ל ודוק ותמצא נחת!!
ניין דעיס קומט פון ווייטאג פון די טעראר ...

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:45 pm
דורך פישל שווארץ
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:18 pm @פייל און בויגן כהאב נישט קיין מושג וועמענס החלטות דאס זענען, כ'ווייס נאר אז אלגעמיינע סאטמאר'ע אידן האבן דאס זייער אפרישיעיטעד.

אז דו ווייסט נישט, זאג איך דיר, אז דאס איז אן החלטה פון א יחיד.

ווייס איך נישט פון וועלכע אלגעמיינע סאטמערע אידן דו רעדסט, זאג אויך דיין מיינונג, אנשטאט רעדן נאר פון אנדערע.


איך האב נאכנישט געהערט פון קיין איין סאטמארע איד וואס פארשטייט עס.

(קלארשטעלונג: איך רעדט יעצט נאר פון די מעשה פון די פרייוואטע מסיבה וואס איז דאכט זיך מיר געווען אין מאנסי)
ווער איז די יחיד פון וועמען די רעדע איז? פריוואט איז אויך גוט.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:10 pm
דורך נקודות טובות
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
דן זיין מנטשען קען נאר דער בוחן כליות ולב, מיר קענען נישט שאצן צובראכענקייט פון נשמות. מיר דארפן קוקן אויף די עתיד הדורות.

אבער יתכן אז ביי איין ספעציפישער זינגער ביסטו גערעכט, אבער על הכלל כולו יצא. מיר דארפן קוקן אויף די עתיד הדורות און פאר דעם זענען דא גדולי ישראל וואס זענען שוקל.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:14 pm
דורך נקודות טובות
פייל און בויגן האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:18 pm @פייל און בויגן כהאב נישט קיין מושג וועמענס החלטות דאס זענען, כ'ווייס נאר אז אלגעמיינע סאטמאר'ע אידן האבן דאס זייער אפרישיעיטעד.
אז דו ווייסט נישט, זאג איך דיר, אז דאס איז אן החלטה פון א יחיד.

ווייס איך נישט פון וועלכע אלגעמיינע סאטמערע אידן דו רעדסט, זאג אויך דיין מיינונג, אנשטאט רעדן נאר פון אנדערע.


איך האב נאכנישט געהערט פון קיין איין סאטמארע איד וואס פארשטייט עס.

(קלארשטעלונג: איך רעדט יעצט נאר פון די מעשה פון די פרייוואטע מסיבה וואס איז דאכט זיך מיר געווען אין מאנסי)
און איך האב יא געטראפען הונדערטער סאטמארע אידן וואס האבן עס יא פארשטאנען. דא אליינס אויף אידטיש זענען דא עטליכע סאטמארע וואס האבן עס פארשטאנען. @דער תהלים איד האט די פולסטע רעכט צו זאגן אלגעמיינע סאטמארע אידן. און אזוי ווי איך האב שוין אויבן געזאגט, יעדער חוץ פון די וואס מען רופט היינט די מחנה מגשמים.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:19 pm
דורך וואוילער
די קליפ ביים ציון, און פון די פריוואטע מסיבה אין מאנסי האב'ך נאכנישט געזעהן, ווער קען ביטע שיקן פריוואט?

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:25 pm
דורך נקודות טובות
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:33 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
און דאס אז מען גייט צום סאטמערע רבי'ס ציון און מען איז מסביר פאר די רבי זי"ע וואס די אמת איז, דאס קומט אויך פון פלעין א צובראכענע נשמה??
וד"ל ואכמ"ל ודוק ותמצא נחת!!
ניין דעיס קומט פון ווייטאג פון די טעראר ...
עס איז דא אן אויסדריק אין חז''ל וואס רופט זיך שנאה מקלקלת את השורה. איך זאג נישט אז דאס איז דא גילטיג, אבער די איידיע איז אז צומאל קוקט מען אן זאכן ממש פארקערט צוליב פערזענדליכע אגענדעס.

יעדע בר דעת האט געכאפט א טרייסעל זעהענדיג די ווידאו ביים ציון הקדוש. אפגעזעהן יא שיטה אדער נישט שיטה האבן אלע גדולי ישראל רעספעקטירט סאטמאר רב, און יעדער האט פאר אים געציטערט! ווען עס קומט אן איש בליעל און שטעכט אריין א מעסער אין רוקן פון הייליגען רבי'ן דארף יעדע איד כאפן א טרייסעל. ווען איינער מאכט ווען לצנות פון הייליגער בעלזא רב ביי זיין קבר, וואלט אויך כלל ישראל געווען ערשיטערט!

דאס אהבת הציונות, און די שנאה אויף סאטמאר לאזט אייך נישט טראכטן גראד!

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:30 pm
דורך אויגעלעך
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:10 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
דן זיין מנטשען קען נאר דער בוחן כליות ולב, מיר קענען נישט שאצן צובראכענקייט פון נשמות. מיר דארפן קוקן אויף די עתיד הדורות.

אבער יתכן אז ביי איין ספעציפישער זינגער ביסטו גערעכט, אבער על הכלל כולו יצא, ער איז נישט דער איינציגער דא. איי וועסטו מיר זאגן אז די אנדערע האבן אויך נישט געהאט קיין גרינגען יוגענט? יתכן, אבער כאשר דברתי מיר דארפן קוקן אויף די עתיד הדורות און פאר דעם זענען דא גדולי ישראל וואס זענען שוקל.
געהערט אמאל א שטארק ווארט וועלכע איז דאן געזאגט געווארן אויף איינע פון די מנהיגים וועלכע האט בשעתו געמאכט גרויסע פשרות אנבאלאנגט געוויסע ענינים אבער עס קען אויך זיין גילטיג ביי די פאל "עס איז גאר שטארק מעגליך אז אויף יענע וועלט וועט ער זיצן אין גן עדן אויפן ערשטן פלאץ אבער דא אויף דער וועלט מאכט ער גרויסע חרבנות" וד"ל

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 10:06 pm
דורך בן מלך
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:18 pm @פייל און בויגן כהאב נישט קיין מושג וועמענס החלטות דאס זענען, כ'ווייס נאר אז אלגעמיינע סאטמאר'ע אידן האבן דאס זייער אפרישיעיטעד.
איך האב נאר געהערט מענטשן זיך אפרעדן אונטוישטערהייט אויף די ווערטשאפט. איך רעד פון עכטע ערנסטע כולל יונגעלייט שטארקע חסידים

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 10:06 pm
דורך נקודות טובות
אויגעלעך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:30 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:10 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:56 pm כ'בין מסופק בעצם, כ'וויל פשוט ארויפברענגען מיין צווייטע זייט פון מחשבה

מ'נעמט א צובראכענע נשמה וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האלט, ער גייט פלעין נאך די גאס שטראם און מ'טוט וואס מ'טוט.
דן זיין מנטשען קען נאר דער בוחן כליות ולב, מיר קענען נישט שאצן צובראכענקייט פון נשמות. מיר דארפן קוקן אויף די עתיד הדורות.

אבער יתכן אז ביי איין ספעציפישער זינגער ביסטו גערעכט, אבער על הכלל כולו יצא, ער איז נישט דער איינציגער דא. איי וועסטו מיר זאגן אז די אנדערע האבן אויך נישט געהאט קיין גרינגען יוגענט? יתכן, אבער כאשר דברתי מיר דארפן קוקן אויף די עתיד הדורות און פאר דעם זענען דא גדולי ישראל וואס זענען שוקל.
געהערט אמאל א שטארק ווארט וועלכע איז דאן געזאגט געווארן אויף איינע פון די מנהיגים וועלכע האט בשעתו געמאכט גרויסע פשרות אנבאלאנגט געוויסע ענינים אבער עס קען אויך זיין גילטיג ביי די פאל "עס איז גאר שטארק מעגליך אז אויף יענע וועלט וועט ער זיצן אין גן עדן אויפן ערשטן פלאץ אבער דא אויף דער וועלט מאכט ער גרויסע חרבנות" וד"ל
ריכטיג, אבער מען טאר נאכאלץ נישט פארגעסן. יעדע ווידיאוי פון דעם איד זעהט מען נעבעך זיין גייסטישע צער וואס ער גייט אריבער. מען דארף זיך נאר אריין לייגן אין זיין מצב וואס ער איז אלץ אריבער די לעצטע צוואנציג יאר, שרעקליך! עס ליגט א חיוב אויף יעדע איד מיטצופילן זיין צער, און צו זאגן א קאפיטעל תהילים און בעטן דעם אויבערשטען אז ער זאל שוין אויפרעכטן די אלע פארקלאפטע הערצער. דאס איז זיכער עפעס וואס די רבי וואלט געטוהן!

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 10:17 pm
דורך דער תהלים איד
@פייל און בויגן ועוד.

דאס אז די מוסדות - אדער א יחיד, וואטעווער - זאל יענעם צווינגען, איז א שאלה פאר זיך וואס גייט קיינעם נישט אן. לכאורה מאכט עס נישט קיין סענס, באט איי דאונט קעיר. (קען זיין אז באותו מקום איז דא אידן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף יענעמס ווירטשאפט ממילא דרוקן זיי עס דא אויס. אולי. איך וואוין נישט דארט ווייס איך נישט).

איך למשל האלט נאך א טרעפ פריער לגבי יענע סטארי, כ'וואלט בכלל נישט געווען פרייליך אז מיין אינגל לערנט אין חדר מיט קינדער וואס זייער טאטע פראוועט א יארצייט פון א צדיק מיט א סלעב, מיט א זינגער, מיט א וויזויהייסטעס. ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ אין פירסט פלעיס.

איך רעד יעצט אבער צו די עצם נייעס פון אפשטעלן די מגיפה פון זינגערס וואס מאכן גאנצע כלל ישראל פעולות, דאסמאל בנוגע "ציונות" און צה"ל (@שכל הישר און אויב אגודאים טוען עס אויך, איז עס ווייטער ציונות, ביטע נישט אויסמישן פון ציונות ביז ציונים... ואכמ"ל), דאס צו קערי נעמען איז מורא'דיג ארויפגעקוקט אין גאנץ סאטמאר, וואו איך האב זיך נאר געדרייט, פון אימעיל און טשעט ביז אידן אין ביהמ"ד. פארקערט, דער עולם איז געווען זייער צופרידן אז ענדליך הערט מען שוין אז סאטמאר פאדערט עפעס!

יא, ציונות אין סאטמאר מעג זיין כאטש אזוי הארב ווי ליובאוויטש אין פאנאוויטש, אדער ווי ליקוטי מוהר"ן אין סקווירא, אדער ווי באבוב45 אין באבוב, אדער ווי שוואנצאנעס אין וויזניץ. עטליעסט!...

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:11 pm
דורך שכל הישר
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 9:25 pm
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:33 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:09 pm

און דאס אז מען גייט צום סאטמערע רבי'ס ציון און מען איז מסביר פאר די רבי זי"ע וואס די אמת איז, דאס קומט אויך פון פלעין א צובראכענע נשמה??
וד"ל ואכמ"ל ודוק ותמצא נחת!!
ניין דעיס קומט פון ווייטאג פון די טעראר ...
עס איז דא אן אויסדריק אין חז''ל וואס רופט זיך שנאה מקלקלת את השורה. איך זאג נישט אז דאס איז דא גילטיג, אבער די איידיע איז אז צומאל קוקט מען אן זאכן ממש פארקערט צוליב פערזענדליכע אגענדעס.

יעדע בר דעת האט געכאפט א טרייסעל זעהענדיג די ווידאו ביים ציון הקדוש. אפגעזעהן יא שיטה אדער נישט שיטה האבן אלע גדולי ישראל רעספעקטירט סאטמאר רב, און יעדער האט פאר אים געציטערט! ווען עס קומט אן איש בליעל און שטעכט אריין א מעסער אין רוקן פון הייליגען רבי'ן דארף יעדע איד כאפן א טרייסעל. ווען איינער מאכט ווען לצנות פון הייליגער בעלזא רב ביי זיין קבר, וואלט אויך כלל ישראל געווען ערשיטערט!

דאס אהבת הציונות, און די שנאה אויף סאטמאר לאזט אייך נישט טראכטן גראד!
איך פארשטיי נישט די אויסברוך...

איך האב נאר מסביר געוועהן זיין הרגשים פון ווי ס'איז געקומען...

איך האלט אויך אז עס איז א גרויסע חוצפה מאכן ליצנות פון א גדול בישראל...

איך בין נאר מסביר פארוואס דער זינגער איז איינגעפאלן צו טוהן אזאנס...

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:21 pm
דורך להגדיל הטראסק
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:11 pm

איך פארשטיי נישט די אויסברוך...

איך האב נאר מסביר געוועהן זיין הרגשים פון ווי ס'איז געקומען...

איך האלט אויך אז עס איז א גרויסע חוצפה מאכן ליצנות פון א גדול בישראל...

איך בין נאר מסביר פארוואס דער זינגער איז איינגעפאלן צו טוהן אזאנס...
אה! אלע כאראקטערן און היסטארישע פיגורן במשך די יארן, אלע באקאנטע נעמען האבן געהאט סיבות פאר זייערע שטיק

די היינטיגע דאקטוירים טוען זאגאר אידענטיפיצירן זייערע גייסטישע מחלות וואס זיי האבן מיטגעמאכט ל"ע
אבער מ"מ זענען די פארשוינען נישט פארבליבן פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אין כלל ישראל'ס היסטאריע...

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:31 pm
דורך פייל און בויגן
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 10:17 pm יא, ציונות אין סאטמאר מעג זיין כאטש אזוי הארב ווי ליובאוויטש אין פאנאוויטש, אדער ווי ליקוטי מוהר"ן אין סקווירא, אדער ווי באבוב45 אין באבוב, אדער ווי שוואנצאנעס אין וויזניץ. עטליעסט!...
מארגן אויב יענע יחיד וועט סטראשענען, אז ווער עס הערט אין שטוב ניגונים פון יענע זינגער, גייט מען ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות, גייסטו עס אויך פארשטיין??

די אלגעמיינע סאטמארע עולם וועט הנאה האבן אז ענדליך לאזט זיך שוין סאטמאר הערן??

האלטס אז אויב א סקווירא'ע חסיד וואס וואוינט אין מאנסי, גייט פארלערנען ביי אים אין שטוב ליקוטי מוהר"ן, גייט מען ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות??


קאָמאַן.

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:42 pm
דורך דער תהלים איד
@פייל און בויגן זארגסט זיך פאר העטעך פעטעך? העמיר זיך דאן זארגן...

איצטער איז די רעדע געווען פון א פובליק סעודה (אכן, פארופן דורך א יחיד).

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:59 pm
דורך פייל און בויגן
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:42 pm @פייל און בויגן זארגסט זיך פאר העטעך פעטעך? העמיר זיך דאן זארגן...

איצטער איז די רעדע געווען פון א פובליק סעודה (אכן, פארופן דורך א יחיד).
א איד רופט זיינע חברים צו א סעודה ביי אים אין שטוב הייסט עס פובליק??