
- Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1486 מאל
חלק ה'
נאכן שווייגן אפאר מינוט, נעמט ער ארויס א ריקארדער פון טאש און צינדט עס אן און בלייבט שטיל, נאך אפאר מינוט אזוי זיצן שטיל האב איך גענומען די קאראזש און געבראכן די שטילקייט, איך געב מיך א רוף אן צו אים, דו קענסט מיר אפשר זאגן וואס דו און דיינע חברים ווילן פון מיר? איך האב אייך אמאל עפעס שלעכטס געטון אז עטס פארכאפטס מיר אזוי אינמיטן העלן טאג? ער קוקט מיך אזוי אן כאילו ער האט ניטאמאל געהערט אז איך האב עפעס געזאגט, און נאך א מינוט קוקן אויף מיר גיבט ער א פלאץ אויס אין א הילכיגן געלעכטער, וואס האט זיך שנעל געטוישט צו א אויפגעברויזטע שטימע. דו מיינסט אז די ביסט דא אויף א סטעידש, דו מיינסט אונז האבן דיר געדינגען צו עקטן פאר אונז? איך ווייס אז מ'האט דיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו עקטן ווען דו פאלסט אריין אין אונזערע הענט, אבער ס'וועט דיך גארנישט העלפן, אונז ווייסן פונקטליך ווער דו ביסט, דו זאלסט נישט טראכטן אפילו פון פרובירן עפעס צו באהאלטן פון אונז...
איך בין געווארן פארפרוירן, הייסט זיי זענען מיך חושד אז איך ארבעט פאר איינעם קעגן זיי, אבער איך האב מיך געשטארקט איבער די שאק און איך גיב מיך א רוף אן צו אים, אבער איך ווייס באמת נישט וואס עטס ווילטס פון מיר האבן, איך ארבעט נישט פאר קיינעם קעגן אייך, קיינער האט מיר נישט אויסגעלערנט צו עקטן, און איך האב נישט וואס צו באהאלטן, איך מיין דו האסט פארכאפט די נישט ריכטיגע מענטש...
ער גיבט זיך א רוף צוריק אן צו מיר, הייסט דו ביסט ממש א געלערנטע עקטער, דו מאכסט עס מורא'דיג גוט, זאג נאר דו רעדסט דיך איין אז איך גיי דא אפקויפן דיינע שטותים?! איך ווייס ווער דו ביסט, דו ביסט א פאליציי דיטעקטיוו, און איך ווייס וואס דו ווילסט, מ'האט דיך געשיקט נאכצוקוקן אונזערע אקטיוויטעטן אז ענק זאלן האבן הארטע באווייז, דו מיינסט טאקע אז אונז פארכאפן אומשולדיגע מענטשן? אונז זענען עפעס פאליציי אפיצירן?...
זיכער פארכאפן ענק אומשולדיגע מענטשן גיב איך אים א שריי צוריק! עטס האטס מיך פארכאפט, איך בין נישט קיין דיטעקטיוו, איך בין א סטודענט אין א אידישע סקול דא אין געגנט, און קיינער האט מיך נישט געשיקט ענק נאכקוקן, איך האב סך הכל געווארט דארט פאר א היטש, גיי צוריק אהין און זיך אויף דיין פאליציי אפיציר וואס מ'האט דיך געשיקט נאכקוקן, פארכאפ אים און לאז מיך צורו! לאז מיך ארויס פון דא!...
אזוי איז עס גאגאנגען אהין און צוריק ער האט געשריגן אז איך בין א דיטעקטיוו וואס ארבעט פאר די פאליציי, און איך לייקן שטיין און ביין. ביז ער האט געפלאצט און ער רופט זיך אן צו מיר, איך בין גאנץ ווייניג אינטערסירט צו הערן דיינע תירוצים, איך גיי דיר פרעגן עטליכע שאלות און אויב ווייסטו וואס ס'איז גוט פאר דיר, זאלסטו מיטארבעטן מיט מיר און ענטפערן אויף יעדע פראגע, און פארשטייט זיך נאר דעם אמת, און מיט א גיפטיגע שטימע האט ער צוגענדיגט, חוץ אויב דו זוכסט אונז זאלן זיך קענען אונטערהאלטן מיטן שניידן דיינע פינגער'ס...
איז אזוי מיין ערשטע פראגע איז, ווען זענען ענק די ערשטע מאל ארויפגעקומען אויף אונזערע שפירן און ווער פון אונז האט קאלאברירט מיט ענק? איך האב נישט געוויסט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען, טאטע אין הימל וואס ענטפער איך אים דא, מיין ראש ישיבה'ס נאמען אדער מיין משגיח'ס נאמען, איך בין דאך נישט קיין דיטעקטיוו און איך ארבעט נישט פאר די פאליציי און איך האב נישט קיין אנונג וואס אים צוריק צו ענטפערן...
זעענדיג אז איך ענטפער נישט האט ער זיך געגעבן א רוף אן, הייסט דו ווילסט איך זאל מיך באנוצן מיט אונזערע מיטלען פאר איינער וואס האלט נישט ביים ענטפערן, ניין ענטפער איך אים, איז פארוואס ענטפערסטו נישט וואס איך פרעג דיך? ווייל איך בין נישט קיין דיטעקטיוו...
און אנשטאט צוריק פרעגן אויף מיין פראגע פרעגט ער מיך נאכאמאל, ווען זענען ענק די ערשטע מאל ארויפגעקומען אויף אונזערע שפירן? ווער פון אונז האט קאלאברירט מיט ענק? איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געגעבן א פלאץ אויס אין געלעכטער, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר, איך בין נישט קיין פאליציי דיטעקטיוו, אדרבה קוק דורך אלע מיינע טאשן, איך האב נישט קיין בעטש דארט און גארנישט וואס האט מיט די פאליציי. ער קוקט מיך אזוי אן, הייסט דאס איז א נייע טאקטיק וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט צו נוצן, דו שוטה איינער, איך האב טאקע געמיינט אז דו וועסט אונז קומען נאכקוקן מיט א בעטש פון די פאליציי, זיכער האסטו נישט קיין בעטש און גארנישט פון די פאליציי, טאקע אויב אונז וועלן דיך כאפן...
איך האב געזען אז אונז גייען דא ארום און ארום און ארום און ארום, ער גלייבט מיך נישט און ער וויל נישט הערן וואס איך זאג, האב איך מיך אנגערופן צו אים, לאמיר זאגן איך בין טאקע א דעטעקטיוו וואס ארבעט פאר די פאליציי, דא האט ער גלייך געגעבן א עפן אויף זיינע אויגן גרויס, ווי צו זאגן אה, ענדליך הייבט ער אן צו זינגען, אויב אזוי פאר וועלעכע סיבה אין די וועלט זאל איך אריינגיין אין א קאר פון א מענטש וואס איך קען נישט, ווען איך האב דא א אויפגאבע ענק נאכצוקוקן אויף עפעס א זאך וואס איך ווייס נאכאלץ נישט? גלייך זענען זיינע אויגן צוריק נארמאל געווארן, אבער מיט אזא בליק ווי צו זאגן איך הער וואס דו זאגסט, עפעס זאגסטו...
אבער ער האט עס גלייך אוועק געמאכט, אפשר האסטו געוויסט אז דער דרייווער איז פון אונזערע און דו האסט דיך מיטגעכאפט מיט אים ווייל אפשר וועסטו דערשנאפן עפעס אינפראמאציע איבער אונז, אדער עפעס אזוי, איך דארף עפעס וויסן וואס דיינע חשבונות זענען געווען? איך קוק אים אזוי אן מיט אזא האלבע שמייכל און איך רוף מיך אן צו אים, איך, וואס איך בין נישט קיין "אויספארשער" אזוי ווי דיך און איך בין נישט קיין דיטעקטיוו, אבער נאך אזוי קלוג בין איך, צו וויסן אז ווען איך בין ווען א דיטעקטיוו פאר די פאליציי ענק נאכצוקוקן, אז מ'גייט נישט אריין אין לייבן גרוב כדי צו דערשנאפן אינפארמאציע, איך ווייס נישט וואס ענק וועלן אלס טון מיט מיר נאכדעם וואס ענק האבן שוין אלע אינפארמאציע פון מיר, אבער ארויסלאזן וועלן ענק מיך נישט, איז פאר וועלעכע סיבה זאל איך אריין גיין אין א קאר וואס ענקערס א מענטש דרייווט, און ער ווייסט ווער איך בין?...
ער קוקט מיר אן, יעצט שוין מיט אזא שטיקל פארלוירענע בליק, איך דארף וויסן וואס דיין פלאן איז געווען, פארוואס דו ביסט אריין אין די קאר, איך ווייס אז דו ביסט א פאליציי דיטעקטיוו ארויפצוקומען אויף אונזערע שפירן. און מיר גייט גאנץ ווייניג אן ווי אזוי דו ביסט אהערגעקומען, רוף איך מיך צוריק אן צו אים, זעסטו דו האסט נישט קיין שום ראי' אז איך בין א פאליציי דיטעקטיוו, נאר דאס אז מ'האט מיר פארכאפט, און דו אליין ביסט דאך מודה אז אויב איך בין טאקע א דיטעקטיוו ווייסטו נישט פארוואס איך בין טאקע אריין אין די קאר, ווייל ס'האט נישט קיין לאגישע הסבר, איז אויב אזוי ביסטו מודה אז דא איז געשען א טעות, איז אויב אזוי גיי צוריק צו דיין באסס, און פרעג אים פון וואו ער נעמט דאס אז איך בין א פליציי דיטעקטיוו...
ער איז געווארן אינגאנצן פארלוירן, ער הייבט זיך אויף און נעמט ארויס זיין סעלפאון און רופט איינעם, וואס זיי האבן גערעדט האב איך נישט פארשטאנען ווייל זיי האבן אויך גערעדט ספאניש, אבער לויט די קולות וואס ס'איז דארט פארגעגאנגען האב איך פארשטאנען אז זיי טענה'ן זיך צי ס'איז געשען דא עפעס א טעות צי נישט...
נאך אפאר מינוט רעדן אויפן טעלעפאון גיבט ער א לייג אראפ, און ער רופט זיך אן צו מיר, איך גיי, אבער איך בין דא צוריק ביז אפאר מינוט מיט נאך צוויי חברה, און פרוביר אפילו נישט צו טראכטן פון חלום'ן צו מאכן א פלאן צו קענען פרובירן צו אנטלויפן פון דא. ער גייט צום טיר און שפאצירט ארויס און גיבט עס א קלאפ צו ווי צו זאגן, פארוואס זענען מיר אדורכגעפאלן. ער שפארט צו אלע שלעסער זיכער צו מאכן אז פון דא גיי איך נישט ארויס...