אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5865

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך הדסים »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2026 3:47 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2026 8:17 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2026 6:13 pm אמעריקאנער קרעפטן וועלן אנהייבן דורכפירן די ים בלאקאדע אין דעם הארמוז דורכגאנג, מארגן צען אזייגער אינדערפרי, לויט א סטעיטמענט פון אמעריקע'ס צענטראל קאמענד.

די בלאקאדע וועט צוריקהאלטן שיפן פון אלע לענדער וועלכע קומען און גייען פון די איראנער פארטן, אריינגערעכנט די איראנער פארטן ביים פערסישן גאלף און ביים גאלף אף אמאן. שיפן וועלכע קומען און גייען פון פארטן פון אנדערע לענדער און ווילן דורכשווימען דעם הארמוז, וועלן נישט געשטערט ווערן דורך די אמעריקאנער קרעפטן.



איך וואלט אזאנס נישט אנגערופן א בלאקאדע אויפ'ן הארמוז, נאר ליבערשט א באלאגערונג אויף איראן לענגאויס דעם גאנצן גאלף, ווען אין דער זעלבער צייט וועט דער הארמוז פאקטיש 'געעפנט' ווערן פאר שיפן פון אנדערע לענדער.
ווי אזוי וועט דער הארמוז ווערן געעפנט? חוץ אויב דו רעדסט אז איראן וועט זיך ברעכן.
אדער וועט איראן זיך ברעכן צוליב די פינאנציעלע דרוק וואס דאס לייגט אויף זיי. אדער וועט איראן זיך פשוט נישט וואגן צו אטאקירן שיפן צוליב אמעריקע'ס מיליטערישער אנוועזנהייט. אדער וועלן זיי יא פרובירן צו אטאקירן, אבער אמעריקע וועט אנהייבן ארבעטן צו באשיצן דורכשווימענדע שיפן, זינט זיי געפינען זיך יעצט נענטער צום סטרעיט פון סיי ווען בעפאר.
איראן דארף נישט קיין מיליטערישע שיפלעך, שיסן דראונס אויף די שיפן איז גענוג אויף אפצושטעלן דעם פארקער.

אייגנטליך, סטראשען צו שיסן איז אויך גענוג.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1744
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6020

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך Think and Thank »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג אפריל 13, 2026 4:21 pm זינט דער סטרעיט אף הארמוז איז פארמאכט, האט סאודי אראביע געטוישט זייער אויל עקספארטן צו שווימען דורכ'ן רויטן ים ווי איידער דורכ'ן גאלף, וואס באדייט אז זיי דארפן זיך באניצן מיט'ן באב-על-מאנדעב סטרעיט כדי אנצוקומען צו דער ברייטער וועלט. מיט'ן פארמאכן אויך יענעם וואסער וועג, שטייען די שיפן פון גאלף לענדער אויס פולקאם אפגעהאקט צו ווערן פון דער איבעריגער וועלט.

די רויטע ים (ים סוף) האט אויך אן ארויסגאנג ביי די אנדערע זייט - די סועץ קאנאל. און פאר גאר גרויסע טאנקערס וואס זענען צו גרויס דורכצופארן די סועץ קאנאל איז דא דארט א פייפליין פון איין זייט סועץ קאנאל ביז'ן מיטללענדישן ים ביי די אנדערע זייט, ספעציעל געמאכט פאר גרויסע טאנקערס צו אנלאודן זייער סחורה אויף איין זייט פייפליין צו ווערן אפגענומען ביים אנדערן זייט.

די זאך איז נאר אז פון אלע גאלף לענדער איז סאודי אראביע די איינציגסטע וואס האט עקסעס צום רויט'ן ים. די איבריגע גאלף לענדער האבן נאר ברעגעס ביים פערסישן גאלף, וואס דאס מיינט אז די איינציגסטע וועג פאר זייערע אויל טאנקערס צו די וועלט איז דורך די הארמוז וואסער וועג.
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1038

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

אפאר אמעריקאנע נעווי ’מינע מלחמה שיפן’ (שיפן וואס רייניגן אויס מינעס)
זענען געזעהן געווארן אויף טרעקינג סייטס,
ווי זיי פארן פון זייער באזע אין יאפאן צו די מיטל מזרח.
minesweeper-activity-pacific-iran-strait-of-hormuz.jpg
minesweeper-activity-pacific-iran-strait-of-hormuz.jpg (127.19 KiB) געזען געווארן 278 מאל
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4800
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 20728

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך פליט »

ברעיקינג:

2 קאר באמבעס האבן אויפגעריסן אין טעהראן.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4800
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 20728

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך פליט »

א חשד פון נאך 2 קאר באמבעס אויפן פריי, די איראנע רעגירונג בעט צו אוועקשטיין פון דעם געגנט.
IMG_20260414_181608_144.jpg
IMG_20260414_181608_144.jpg (187.39 KiB) געזען געווארן 94 מאל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4800
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 20728

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך פליט »

לויט די באריכטן רעדט מען פון 2 קליינע באמבעלעך וואס האבן קוים געמאכט שאדן, סתם געווען צו אנדרייען שרעק.

נישטא קיין באריכטן פון געשעדיגטע אדער אומגעקומענע.
IMG_20260414_181812_440.jpg
IMG_20260414_181812_440.jpg (98.98 KiB) געזען געווארן 86 מאל
IMG_20260414_181816_556.jpg
IMG_20260414_181816_556.jpg (201.59 KiB) געזען געווארן 86 מאל
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4800
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 20728

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך פליט »

אויך גייען ארום קלאנגען אז דראונס האבן אויפגעריסן אויף טשעקפוינטס אין טעהראן, אבער נישט באשטעטיגט.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
שרייב פאוסט