בלאט 98 פון 177
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:34 am
דורך Azoi Tzi Zugen
הורקנוס האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 10:52 pm
זאגטס מיר זענען ענק נארמאלע באזעסענע מענטשן? מען קען פירן א שמועס מיט ענק?
ווען דו זאלסט קומען בדרך שאלה וואלט מען דיר לכאורה געענטפערט נארמאל. אז דו ביסט גלייך געקומען מיט אן אטאקע אויף הרב וואזנער "א מין מיאוסע זאך דאס" אין די צייט וואס למעשה איז דא וואס "לייקענען די האלאקאסט" און טאקע דאס טרייבט צו פארציילן דעם אמת, האט געגעבן צו שפירן אז דיין ציל איז עפעס אנשערש. אויף למעשה זאגסטו דאך אז מען האט שוין אראפגענומען די פריוואטע זאכן. איז דאך אודאי גוט.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:50 am
דורך Azoi Tzi Zugen
הרב לייבוש ליש אויף קול מבשר גיבט זייער זייער א שיינע באריכט פון גוואטומאלא, לעבעדיג. ער רעדט זייער באווארנט גראדע, גיבט נישט ארויס קיין סאך.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:54 am
דורך על פי תורה
הורקנוס האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 10:52 pm
זאגטס מיר איך דיעל דא מיט א ציבור נארמאלע מענטשן?
איך האב געשריבן א תגובה איבער א עוולה וואס איך האלט עס איז געטון געווארן דורך א טעראפיסט פאר קליענטן סיי אויף א געוויסע פארנעם פאר די רחמנותדיגע בחורים דארט (גיין פארציילן וויפיל זיי דאווענען יא און וויפיל נישט וכו', העלא די חברה גייען זיך דרייען צווישן אונז בעז"ה און אפאר וואכן וויאזוי דארפן זיי צו קענען זיך אריינדרייען צווישן אונז ווען זיי גייען גאנץ שנעל וויסן וואס מען האט אונז פארציילט אויף זיי ?)
און בפרט פאר די טעלער בחור אנהייב שמועס (יעדע 18 יעריגע בחור היינט קען על פי דרך הטבע הערן יעדע שמועס וואס איז דא אויף א בליק לייוו און אויב נישט ער קען זיין חבר)
און די עולם דא אטאקירט מיר כאילו איך האב מיך אנגענומען אויף די כת
זאגטס מיר זענען ענק נארמאלע באזעסענע מענטשן? מען קען פירן א שמועס מיט ענק?
די שמועס איבער טעללער איז טאקע געווען א פליטת פה, עס אנז שוין געמעקט געווארן יענע חלק,
דאס איז געווען א טעות, און ס'איז שוין מסודר.
לאמיר נישט אוועקנעמען די פאוקעס פון די גאר שטארקע איבריגע 45 מינוט'יגע שמועס.
די בחורים ווילן זייער שטארק אז די וועלט זאל הערן די מעסידש.
זיי גייען זיך דרייען ציווישן אונז, און איינער וואס פארשטייט זיי נישט פארוואס זייער דאווענען כעת קען נעמען 2 מינוט, פעלט לענ''ד אביסל קאמאן סענס.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:01 am
דורך Headquarters
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:01 am
דורך עהעם
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:54 am פארוואס זייער דאווענען כעת קען נעמען 2 מינוט
למעשה האט מען זיי אפגעשניטן זייער חיות און די וועג ווי אזוי זיי זענען געווארן אויפגעצויגן, יעצט זענען זיי פטור פון אלע מצוות ביז די 120 ווייל די עסקנים האבן אפגעמאכט אז מ'דארף פארמאכן די קהילה מיט צוואנג און אלע ארויסנעמען פון דארט... ס'שמעקט נישט גוט דאס...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:05 am
דורך על פי תורה
עהעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:01 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:54 am פארוואס זייער דאווענען כעת קען נעמען 2 מינוט
למעשה האט מען זיי אפגעשניטן זייער חיות און די וועג ווי אזוי זיי זענען געווארן אויפגעצויגן, יעצט זענען זיי פטור פון אלע מצוות ביז די 120 ווייל די עסקנים האבן אפגעמאכט אז מ'דארף פארמאכן די קהילה מיט צוואנג און אלע ארויסנעמען פון דארט... ס'שמעקט נישט גוט דאס...
איך ענטפער נישט פאר קיין ניק אינטער 100 תגובות
דאס איז מיין כלל פאר לאקאלע ניקים
ניקים וועלעכע וואוינען אין גוואטאמאלא ווארט איך ביז 500 תגובות זיי צו ענטפערן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:17 am
דורך סענס אף יומער
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 6:11 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 5:32 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 5:16 pm
@סענס אף יומער איך הייב שוין אן כאפן ווי אונז זענען מחולק...
די נאציס האבן גע'הרג'ט מענטשן ווייל זיי האבן געוואלט אז אויף די וועלט זאל בלייבן נאר געזונטע איירישע. פארדעם האבן זיי געטון אלעס אנגעהויבן ביים הרג'ענען זייער אייגענע קינדער, ביים צוריק האלטן דורות פון מענטשן וועם זיי האבן געהאלטן אז זיי זאלן בעסער נישט האבן דורות, און גענדיגט ביים אויס'שחט'ן 6 מיליאן אידן.
וואס איך זאג איז דאס:
כ'האב מיך באצויגן צו וואס דו האסט
דא געשריבן.
ס'פליט זיך אביסל דור הפלגה'דיג...
לאמיך פראבירן נאך איינמאל צו קלאר מאכן האפענטליך וועט אלעס שטימען
דער חילוק איז אין אגענדע.
די נאציס האבן געוואלט איין זאך די זאלסט מער נישט זיין דא. טויט! און דערפאר האבן זיי געטון אלעס אין דער וועלט וואס אין אונזער פאל איז עס ווי געשריבן הרג'ענען און צוריק האלטן דורות.
לב טהור וויל אז די זאלסט זיין אונטערגעווארפן אונטער זיי און דערפאר טוען זיי אלעס און דער וועלט אריינגערעכנט פיייניגן און ברענגן צו טויט.
אין איין ווארט:
נאציס: הרג'ענען
לב טהור: אונטערדרוקן
ווי נאריש!! וואס א חילוק וואס די ציל איז?! טרעטן אויף די ג' חמורות בשאט נפש איז א משהו ווייניגער שקצות ווייל די ציל איז צו אונטערדרוקן און נישט טויט?!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:20 am
דורך Azoi Tzi Zugen
עהעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:58 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:34 am
הורקנוס האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 10:52 pm
זאגטס מיר זענען ענק נארמאלע באזעסענע מענטשן? מען קען פירן א שמועס מיט ענק?
דיין ציל איז עפעס אנדערש
יאפ, ווער עס דערווייגט זיך צו זאגן אנדערש ווי די רעזשים האט שוין 'אנדערע צילן' און קאנספעראציעס...
ווער איז א קאלט? וואו איז דער מיט'ן רויטן קאפל? שנעל קום אהער!
יעדער איינער וואס וויל געדערעם איז געווארן געזען ביים רויטן הוט אנגעטון מיט די גאנצע בילדינג ארויף און אראפ געצויגן געמאסטן די גאנצע זאך. למעשה בין איך דארט פאר געווען ביז נעבעך פרעג אים וואס, און דער איד זאגט פאר נעשה'לע געמאכט א געזונטער טעות מיט די נעקסטע פאר קעסטלעך. גלייך אין גארבעדזש האט ער שוין אנגעהויבן מאכן געוואלדעס אז די ערד איז געווארן נאס ביז די ווייכע אויבערהארן האבן אים איבערגענומען. שטארק ביז מארסי עוועניו האט זיך דער גאנצער עולם באזינגען שמוץ. פרעג אים איין ווארט וועסטו הערן וויפיל נידריגע לעוול'ס פון פורים תורה'ס ער האט קידוש געמאכט און געדאוונט א לאנגע רייע.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:20 am
דורך סענס אף יומער
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 6:33 pm
פרייער פויגל האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 6:32 pm
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 6:11 pm
ס'פליט זיך אביסל דור הפלגה'דיג...
לאמיך פראבירן נאך איינמאל צו קלאר מאכן האפענטליך וועט אלעס שטימען
דער חילוק איז אין אגענדע.
די נאציס האבן געוואלט איין זאך די זאלסט מער נישט זיין דא. טויט! און דערפאר האבן זיי געטון אלעס אין דער וועלט וואס אין אונזער פאל איז עס ווי געשריבן הרג'ענען און צוריק האלטן דורות.
לב טהור וויל אז די זאלסט זיין אונטערגעווארפן אונטער זיי און דערפאר טוען זיי אלעס און דער וועלט אריינגערעכנט פיייניגן און ברענגן צו טויט.
אין איין ווארט:
נאציס: הרג'ענען
לב טהור: אונטערדרוקן
ס'איז געווארן אזא זאך היינט א יעדע שלעכטער ווערט א נאצי... ביטע ביטע נישט פארגעסן (אויב מ'ווייסט בכלל..) וואס די נאציס ימ''ש אלס געטון גאר אסך האבן אונזערע זיידעס (אפי' וואס האבן יא גערעדט..) נישט דערציילט פשוט ווייל דארף זיין א נאצי דאס צו קענען אפי' איבערדעציילן...
יעצט ספעלט בכלל נישט אויס צו מדמה זיין ל''ט צו די נאציס (פון דיין זיידע וואלסטו באקומען מנא אחת אפיים פארן נאר ווילן זאגן אזוי...) נאר מ'קען פשוט דערציילן ל''ט אייגענע רשעות ספעלט בכלל נישט אויס צו דן צו זיי זענען יא ווי די נאציס צו נישט זייער רשעות אליין איז פינקט גענוג!
ביטע ביטע איינער וואס ווייסט נאר אביסל פון די צווייטע וועלט-מלחמה וואלט זיך מיינעך נישט געוואגט צו זאגן אזא זאך.
בתקוה להבנה..
right! א שאד @סענס אף יומער האט נישט אנגעיאגט צו זעהן די בילדער וואס כ'האב געלייגט...
עניוועי ס'פעלט ידיעות און היסטאריע אביסל
ס'איז מער א שאד אז דו האסט פלעין נישט געליינט אדער דערהערט וואס כ'האב געשריבן, כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז לב טהור זענען גרעסערע רוצחים ווי די נאציס, אז דו ווילסט קענסטו ליינען מיין אויבערשטע תגובה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:20 am
דורך העלאו בעלאו
עהעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:01 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:54 am פארוואס זייער דאווענען כעת קען נעמען 2 מינוט
למעשה האט מען זיי אפגעשניטן זייער חיות און די וועג ווי אזוי זיי זענען געווארן אויפגעצויגן, יעצט זענען זיי פטור פון אלע מצוות ביז די 120 ווייל די עסקנים האבן אפגעמאכט אז מ'דארף פארמאכן די קהילה מיט צוואנג און אלע ארויסנעמען פון דארט... ס'שמעקט נישט גוט דאס...
@עהעם דאס אז ל"ט לאזט נישט צו דו ערב רב צו דו קינדער טרייט צו פייטן קארט וכו' ענדערשער צו זיין מיט גויים אן כשר'ס אבי נישט מיט ערב רב ווייזט פונקטליך וויפיל אידישקייט באדערט זיי.
צוויי, זארג דיך נישט אז מען וועט דיר אטאקירן ווען דו קומסט אהער אזוי ווי אויף די אשכול דאס טוט מען בלויז וויייל דו שטעלסט דיך אהער ווי איינער וואס קומט נישט פון דארט, דו סעקונדע מען געפינט אויס אז דו קומסט פון דארט גייט מען דיך אינגאנצען פארשטיין און רעדן מיט רעספעקט און מיטלייד.
מיט האפענונג פאר א דיין גאנצער באפרייאונג בגוף ובנפש.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:21 am
דורך על פי תורה
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:17 am
טיפע חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 6:11 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 5:32 pm
כ'האב מיך באצויגן צו וואס דו האסט
דא געשריבן.
ס'פליט זיך אביסל דור הפלגה'דיג...
לאמיך פראבירן נאך איינמאל צו קלאר מאכן האפענטליך וועט אלעס שטימען
דער חילוק איז אין אגענדע.
די נאציס האבן געוואלט איין זאך די זאלסט מער נישט זיין דא. טויט! און דערפאר האבן זיי געטון אלעס אין דער וועלט וואס אין אונזער פאל איז עס ווי געשריבן הרג'ענען און צוריק האלטן דורות.
לב טהור וויל אז די זאלסט זיין אונטערגעווארפן אונטער זיי און דערפאר טוען זיי אלעס און דער וועלט אריינגערעכנט פיייניגן און ברענגן צו טויט.
אין איין ווארט:
נאציס: הרג'ענען
לב טהור: אונטערדרוקן
ווי נאריש!! וואס א חילוק וואס די ציל איז?! טרעטן אויף די ג' חמורות בשאט נפש איז א משהו ווייניגער שקצות ווייל די ציל איז צו אונטערדרוקן און נישט טויט?!
לאמיר זיין קלאר: לב טהור איז א כת רוצחים. פינטל.
בלי שום גוזמא כלל וכלל.
ממשיך זיין די שמועס צו זיי זענען מער, ווייניגער, אדער די זעלבע ווי די נאציס, וועט נאר ברענגן שטאף פאר די לב טהור ניקים.
ס'איז ממש א שאד, ס'פעלט נישט אויס.
וואס איז נוגע צו זיי זענען מער אדער ווייניגער ווי נאציס?
זיי זענען א כת רוצחים פאר זיך, און פאר יארן לאנג וועט נאך זיין א געמיינע שאנד טיטל צו זאגן אויף צוקנופט'דיגע רשעים 'ער איז ממש ווי לב טהור'...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:35 am
דורך מי שברך
ברוך'ל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:33 am
אייער נעכטן צוריק געגעבן צוויי קינדערלעך פאר זייער עלטערן
די געריכט האט נישט געטראפן קיין שום סיבה צו האלטן די קינדער
נשים אלערט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:38 am
דורך שמועות טובות
עהעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:01 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:54 am פארוואס זייער דאווענען כעת קען נעמען 2 מינוט
למעשה האט מען זיי אפגעשניטן זייער חיות און די וועג ווי אזוי זיי זענען געווארן אויפגעצויגן, יעצט זענען זיי פטור פון אלע מצוות ביז די 120 ווייל די עסקנים האבן אפגעמאכט אז מ'דארף פארמאכן די קהילה מיט צוואנג און אלע ארויסנעמען פון דארט... ס'שמעקט נישט גוט דאס...
וואס קען זיין בעסער פון דעם ווי דאס אז מען האט זיי אפגעשניטן פון די וועג ווי אזוי זיי זענען ר"ל געווארן אויפגעצויגן
עס איז דאך לויטער פדיון שבוים מיט אלע מפרשים!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:56 am
דורך טיפע חשבונות
@סענס אף יומער לאמיר שוין ענדיגן ווייל אונז גייען אין סירקלס.
נאציס זענען די ערגסטע און ביידע הינזיכטן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 10:59 am
דורך Think and Thank
ביטע ביטע ביטע! איגנארירט דעם טראל עהעם! אפילו ווען איר האט זייער א גוטע ענטפער! זיין היסטאריע האט געוויזן אז ער איז נישטא צו באקומען ענטפערס און איז א מומחה און חוש'ן און מישן ביז איר ווייסט אליינס נישט וואס איר ווילט. דזשאסט איגנאר!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:01 am
דורך ברוך'ל
נעכטן ביים געריכט האט די שופט צוריק געגעבען פאר א משפחה זייער 5 קינדערלעך
און אייער נעכטן האט נאך א משפחה צוריק באקומען זייער צוויי קינדערלעך
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:03 am
דורך מי שברך
ברוך'ל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:01 am
נעכטן ביים געריכט האט די שופט צוריק געגעבען פאר א משפחה זייער 5 קינדערלעך
און אייער נעכטן האט נאך א משפחה צוריק באקומען זייער צוויי קינדערלעך
קום אריין מיט דעטאלן...
וואס האט די קארט געפאסקענט און פארוואס.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר בשורות טובות, די 7 קינדער זאלן זיין די לעצטע קרבנות רח"ל על מזבח רוצחי לב טהור, און אויך זיי זאלן נאך אמאל זוכה זיין צו געראטעוועט ווערן צו אידישקייט און צו פרייהייט. אמן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:03 am
דורך גארנישט
עהעם האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 9:32 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 02, 2025 9:21 pm
א פלא פון א זאך, יעדער וואס שרייבט אין א געוויסע ריכטונג, אפגעזען וועלכע ספעציפישע נקודה ער בארירט, האט זיך לעצטנס אויפגעסיינט און האט געציילטע תגובות... אפשר איז @עהעם גערעכט און מען זאל פשוט איגנארירן אין די טעמע סיי ווער וואס האט נאכנישט קיין 100 תגובות, אריינגערעכנט אים.
איך האב נאך אינגאצן 7 הודעות צו גיין...
איך רעד נישט צו איינער וואס האט ווייניגער לייקס ווי תגובות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:10 am
דורך גארנישט
ברוך'ל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:01 am
נעכטן ביים געריכט האט די שופט צוריק געגעבען פאר א משפחה זייער 5 קינדערלעך
און אייער נעכטן האט נאך א משפחה צוריק באקומען זייער צוויי קינדערלעך
רבותי
מען האט שוין אפגעמאכט אז מען רעדט נישט צו קיין ניקס אן 100 תגובות, און אויכעט אן 100 לייקס..
זיכער ווען עס רעדט זיך אדער פון א פרוי, אדער ..וויאזוי הייסט נאר יענער גר (נישט גר צדק) פון די האנהאלע שר''י?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:12 am
דורך ברוך'ל
נעכטן ביים געריכט האט די שופט צוריק געגעבען פאר א משפחה זייער 5 קינדערלעך
און אייער נעכטן האט נאך א משפחה צוריק באקומען זייער צוויי קינדערלעך
קום אריין מיט דעטאלן...
וואס האט די קארט געפאסקענט און פארוואס.
די עלטערן האבן צוגעשטעלט די זאכן וואס די שופט האט זיי געבעטן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:13 am
דורך גארנישט
ברוך'ל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:12 am
נעכטן ביים געריכט האט די שופט צוריק געגעבען פאר א משפחה זייער 5 קינדערלעך
און אייער נעכטן האט נאך א משפחה צוריק באקומען זייער צוויי קינדערלעך
קום אריין מיט דעטאלן...
וואס האט די קארט געפאסקענט און פארוואס.
די עלטערן האבן צוגעשטעלט די זאכן וואס די שופט האט זיי געבעטן
ויסעו מ
@הוצל דבנימין ויחנו ב
@ברוך'ל אשר בקצה גוואטאמאלא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:18 am
דורך איך וויל זיין ערליך
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:32 am
קרעדיט @סענס אף יומער
עס ווערט יעצט באריכטעט אז איינע פון די לב טהור הנהלה, ניסן יושע יודא מלכה, האט געכאפט א סטראוק ל"ע בשעת וואס ער געפינט זיך אינדרויסן פון טורמע אויף בעיל.
אפדעיטס?
וואס איז זיין מצב?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:26 am
דורך מי שברך
ברוך'ל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:12 am
נעכטן ביים געריכט האט די שופט צוריק געגעבען פאר א משפחה זייער 5 קינדערלעך
און אייער נעכטן האט נאך א משפחה צוריק באקומען זייער צוויי קינדערלעך
קום אריין מיט דעטאלן...
וואס האט די קארט געפאסקענט און פארוואס.
די עלטערן האבן צוגעשטעלט די זאכן וואס די שופט האט זיי געבעטן
וואס האט די שופט געבעטן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:46 am
דורך דיאמאנט סוחר
איך וויל זיין ערליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 11:18 am
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 03, 2025 9:32 am
קרעדיט @סענס אף יומער
עס ווערט יעצט באריכטעט אז איינע פון די לב טהור הנהלה, ניסן יושע יודא מלכה, האט געכאפט א סטראוק ל"ע בשעת וואס ער געפינט זיך אינדרויסן פון טורמע אויף בעיל.
אפדעיטס?
וואס איז זיין מצב?
מאבד את עצמו רח"ל?