הקריה אימעיל
אומגלויבליך ברעכנדע נייעס אין עיר הקודש קרית יואל:
מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מכריז אויף 2,000 גאָר ביליגע דירות אין די סאַמע צענטערן פון די גאַנצע שטאָט!
- 1 -
אַסטראָנאָמישע נדבה פון הטפסר המרומם ר' עקיבא צבי קליין הי"ו צו שענקען אלע פרישע "1,000" דירות אין שכונת ויואל משה פאר בלויז $300 א סקווער פיס!
על אף: וואס דער "ועד הדירות" אפמאך צו פאדערן פון דעוועלאפער צו שניידן קאסטן און בויען פאר בלויז $300 א סקווער פיס איז געווידמעט בלויז פאר די וואס האבן נאכנישט קיין "סייט פלענס"
על אף: וואס "שכונת ויואל משה" האט פארקויפט א ריזן סכום פון 744 דירות פאר בלויז ארום "$200 א בילדעד סקווער פיס", פיל אונטער די מארקעט פרייז
על אף: וואס די 744 דירות זענען אריבער א קאוויד-סומאטוכע וואס האט געברענגט אז די אלע וועלכע האבן געצאלט טייער פאר לאנד האבן זייערע הוצאות דערגרייכט ביז כמעט $300 'קאסט' צו בויען א בילדעד סקווער פיס, און ר' עקיבא צבי נ"י איז געווען פון די איינציגסטע צו נעמען די שאדן אויף זיך און געקלאוזט פאר $200-$250 א סקווער פיס, פיל אונטער די קאסט פרייז (!!), אויף 744 דירות אין 'שכונת ויואל משה' און 253 דירות אין 'עיקערס ענקלעיוו'
על אף: טראץ וואס נאך הונדערטער דירות אין די דערמאנטע דעוועלאפמענטס בויען זיך יעצט פאר "אונטער קאסט פרייז" און דער דעוועלאפער האלט זיך צום קאנטראקט און בעט נישט צו קיין געלט
דאָך האט ר' עקיבא צבי לבקשתו הנמרצה פון מרן רבינו שליט"א געענטפערט 'הנני', און באַוויליגט צו אויפגעבן אויף רוב רווחים פון די פאַרבליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה, לעשות נחת רוח לרביה"ק מייסד הקרי' וממלא מקומו מרן רבינו שליט"א!
וזאת הברכה אשר ברכו מרן רבינו שליט"א: "דער אויבערשטער וועט דיר באצאלן צו פארדינען גענוג ריוח ביי די איבריגע ריזיגע געשעפטן! דער זכות וועט דיר ביישטיין בזה ובבא!"
- 2 -
ועד הקרי' שע"י מוסדות קרית יואל שענקען אַוועק דעם ריזן שטח אויף "קאַרלסבורג" צו בויען נאך קרוב צו 1,000 אַפאָרדעבל דירות!
ריזיגער שטח וועלכע האלט שוין אינמיטן די "אינפראסטרוקטור ארבעט" דורכ'ן ועד הקרי', וועט געגעבן ווערן פאר אן אויסנאם ביליגער פרייז אז דער דעוועלאפער זאל בויען דערויף דירות לויט די נייע סטאנדארטן פאר די נייע פרייזן פון $300 א סקווער פיס
אַסטראָנאָמישע דעזיגנירונג מטעם די ועד הקרי' ספעציעל געווידמעט אַז אנשי שלומינו זאָלן בע"ה קענען צוקומען צו אַ גאָר ביליגע דירה דאָ בתוככי עיר הקודש!
דער דראמאטישער הכרזה ברענגט צו א נייע עפאכע, אז "קרית יואל" וועט ווידער זיין דער סימבאל פון סערוויס לטובת הציבור, מיט'ן כח פונעם שטאטישער הנהגה רוחני וגשמי וועלכע רוט נישט א רגע און טוט אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטאנד ברענגען די גרעסטע היסטארישע פראיעקטן לטובת הציבור, כן יעזור ה' להלאה!
די פרישע נייעס מיט די טויזנטער ביליגע דירות, באדייט בע"ה א ריזן אויסוואל פון "אפארדעבל דירות" פאר יעדן תושב העיר וועלכע וויל טרעפן א דאך איבערן קאפ, דאס הייסט אז ער איז נישט קיין אינוועסטאר וואס זוכט צו פארדינען וכדומה נאר ער קויפט א דירה "פאר זיך צום וואוינען", און אזוי אויך אן קיין איבריגע לוקסוס און היינטיגע צוגעלייגטע סטאנדארטן.
ווי דער חשוב'ער דעוועלאפער ר' עקיבא הערש האט קלארגעמאכט ביים רבי'ן אין שטוב, וועט ער נישט בויען מיט קיין ביליגע מאטרעאל, און אפילו נישט שניידן סיי וועלכע זאך וואס מען קען נישט שפעטער צולייגן, ווי 9 פיסיגע דאך, עיר קאנדישאן ליינס, און דאס גלייכן, און בכלל וויל ער דוקא יא בויען לויט די בארימטע "אפסקעיל דעוועלאפערס" סטאנדארטן, נוסח ר' עקיבא הערש, "די בעסטע פאר די ביליגסטע" דויערהאפטיג גוט מיט געשמאק. אז מען דארף שניידן הוצאות וועט עס נאר גיין אויף איבריגע זאכן וואס יעדער קען שפעטער מיט די יארן צולייגן לויט זיין אייגענע מצב און יכולת, ווי ספאט לייטס, גרעניט קאונטער טאפס, און אנדערע לוקסוס און עקסטערס.
ביי די דברות קודש היינט נאכט האט דער רבי מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זי"ע האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!), און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס.
דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט ער אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און ער איז געקומען צו די הכרה אז מען קען בויען אפילו פאר $300 א סקווער פיס און מאכן שיין ריוח, דעריבער האט מען מסדר געווען אז דער ווילעדזש וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז, זאגנדיג אז דעוועלאפער מוז טאקע פארדינען שיין, ווייל ער לייגט אריין שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!
דא האט דער רבי צוגעלייגט אז אין שכונת ויואל משה האט הנגיד ר' עקיבא הערש קליין געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, נאך קאוויד, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען עטוואס העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה איבער פערמיטס זינט עס האט שוין אלע פערמיטס, אבער דאך – האט דער רבי אויסגעפירט – "איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!" און ער גייט פארקויפן די גאנצע איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז $300 א סקווער פיס!
דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט "צום וואוינען", אבער נישט אויב ער קויפט צו אינוועסטירן, און נאר פאר "תושבי קרית יואל". אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז פון $300 "אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה" אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז.
*
די נייעס איז געפאלן ווי א פריידיגע דונער אינמיטן א וואלקן, מאכנדיג אן אויסטערלישע שמחה איבער די גאנצע שטאט אז יא! קרית יואל האט נאך א כח הנהגה וואס קען באווייזן דאס אומגלויבליכע! ב"ה.
אין א צייט וואס די פרייזן שטייגן אזוי שרעקליך איבעראל און אין אלע הינזיכטן, און די פרייזן ביים קויפן א דירה קאסטן אזוי אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן און וויאזוי אנצוגיין מיט'ן לעבן, קען אין קרית יואל פאסירן אזא דורכברוך העכער אלע ערווארטונגען, און נישט בלויז פון ביליגע שטחים אינוועסטירער, נאר טאקע פון די וואס האבן שוין אזויפיל אוועקגעגעבן, טאקע פון די וואס האבן פארקויפט שווערע הונדערטער דירות אונטער די קאסט פרייז, טאקע די קענען נאך בע"ה נעמען די כוחות הקדושה און באווייזן צו טון רצון צדיק, און אויפגעבן אויף אזויפיל רווחים נאך אזויפיל הארעוואניע. אן אומגלויבליכער פאקט וואס רודערט אויף די שטאט מיט אויסטערלישע שמחה און אנערקענונג, און שרייט ארויס דעם כוחו וזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זיע"א מייסד הקרי'.
באזונדער איז דער לויב גאר גרויס פאר'ן געטרייער ועד הקרי', וואס איז אצינד מקדיש דעם גרויסן "קארלסבורג" שטח פאר א ריזן אפארדעבל פראיעקט, וואו די הנהלת הקרי' וועט געבן דעם לאט פאר גאר א ביליגע פרייזן פאר'ן דעוועלאפער וואס וועט דאס אהערשטעלן לויט די נייע ביליגע פרייזן און סטאנדארטן, אזוי אז אינאיינעם וועט זיין אזויפיל ווי 2,000 דירות בלויז פון די 2 פראיעקטן זעלבסט!
דער דורכברוך איז אויסטערליש. דער באדייט דערפון איז א דראמאטישער טראסק אינעם גאנצן לאקאלן דירות מארקעט, און טראץ וואס פרייזן זענען טאקע געשטיגן, מען קען טאקע היינט נישט פארקויפן פאר $200, און די וואס האבן דאס יא געטון האבן טאקע געמוזן אויפגעבן אויף רווחים, און היינט מוז מען שוין גיין מיט א מינימום פון $300, אבער די אינפלאציע קען מער נישט גיין בלי גבול! עס גייט נישט קענען זיין אז די פרייזן זאלן שטייגן יעדע האלבע יאר מיט נאך $50 אדער מער ח"ו. אלעס קומט אראפ צו א דראסטישע אנהויב מיט א ריזן טריט אויף צוריק! בס"ד. און נישט מיט א קליינע צאל דירות אויפ'ן מארקעט, נאר בע"ה מיט א ריזן אויסוואל פאר יעדן וואס זוכט באמת א דירה אויף צום וואוינען. תהילה לקל.
*
ביי די דברות קודש האט דער רבי אויך דערמאנט די געפלאנטע "אנעקסעישן" צו אריינברענגען נאך שטחים, זאגנדיג אז די דירות קאמיטע וואס איז עוסק אין די דירות פרייזן וועלן אויסשטעלן א תנאי פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם אפליקאציע פונעם ועד הקרי', און נאר ווער עס וועט זיך וועלן צושטעלן וועט קענען אריינקומען צום קרית יואל ווילעדזש.
דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז יעדער ווייסט אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, קומט אויס אז די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, דעריבער וועט די ועד אויסקלויבן נאר די וואס ווילן טאקע צושטעלן דירות פאר ביליגע פרייזן.
רבינו הקדוש בשמי מעל שעפט היינט א נחת רוח שלא היתה כמוהו! דאס האט דער רבי געוואלט! אזא שטאט, מיט אזא הנהגה, מיט אזעלכע עסקנים, מיט אזעלכע טפסרים, מיט אזעלכע אידישע הערצער, מיט אזא מאסיווע קייט פון פעולות חובקות זרועות עולם ומרעישות תבל לטובת חסידי סאטמאר ותושבי קרית יואל!
דרוקט צו הערן די דברות קודש