דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אויפ'ן וועג ארויס פון טיש האב איך געטראפן א אינגערמאן, ער האט געהאט טרערן אין די אויגן! קיין גוזמא! טרערן אין די אויגן!

ער זאגט מיר "איך האב שוין לאנג אויפגעגעבן אויף קויפן א דירה... אבער יעצט גלייב איך שוין אז דירות פרייזן גייען טאקע פאלן! עקיבא הערש האט נאכאמאל געראטעוועט קרית יואל!"

איך געדענק נישט ווען א נייעס האט מיר אזוי איבערגענומען וואס דאס. עס איז אומבאגרייפליך ווי דער איד טראסקעט אוועק פון זיך מיליאנען במספר גדול לטובת הציבור!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
פראנקרייך
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm
x 31

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פראנקרייך »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 11:59 pm ק''פ

פרישע צוויי טויזענט דירות ווערט יעצט געבויט ביי ביידע זייטן אין קרית יואל - שכונת ויואל משה, קארלסבורג.

ביידע פראיעקטן פאר 300 דאלאר א סקווער פיס!!!

דאס איז חוץ די פולע בויערס וואס האבן זיך שוין צוגעשטעלט צו די תקנה אפילו נאכן באקומען פערמיטס!!

ייש''כ רבינו הגה''ק מרא דאתרא שליט''א פארן שטייען על המשמר אין לינדערן די דירות קריזיס!!!
וועלכע נאך בויער האט זיך שוין צי געשטעלט צי די תקנות?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

פראנקרייך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:25 am
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 11:59 pm ק''פ

פרישע צוויי טויזענט דירות ווערט יעצט געבויט ביי ביידע זייטן אין קרית יואל - שכונת ויואל משה, קארלסבורג.

ביידע פראיעקטן פאר 300 דאלאר א סקווער פיס!!!

דאס איז חוץ די פולע בויערס וואס האבן זיך שוין צוגעשטעלט צו די תקנה אפילו נאכן באקומען פערמיטס!!

ייש''כ רבינו הגה''ק מרא דאתרא שליט''א פארן שטייען על המשמר אין לינדערן די דירות קריזיס!!!
וועלכע נאך בויער האט זיך שוין צי געשטעלט צי די תקנות?
יוסף יוזפא לאנדא
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 800
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1393

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

די רבי האט געווארפן פיר באמבעלעך און עטליכע קארגע מינוטן. האפענטליך וועט דאס זיין די ענטגילטיגע נאדל שטאך און די שרעקליכע דירות קריזיס אדער בעסער געזאגט שטחים קריזיס.

1. די דירות פרייז אין קרית יואל איז 300 א סקווער פיס וואס איז גענוג צו מאכן שיין געלט, נאר דעוועלאפערס וואס נעמען עס אונטער באקומען עפראוועלס.

2. הרה"ח בונה ומקים ר' עקיבא הערש קליין הי"ו שענקט מרצונו הטוב - טראצדעם וואס ער האט שוין אלע נויטיגע עפראוועלס - אלע פארליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה פאר 300 א סקווער פיס פאר ענד יוזערס.

3. די ועד הקרי' שטח אויף קארלסבורג מיט שטח צי בויען 1,000 דירות שטייט צי פארקויפן פאר דעוועלאפערס וואס זענען גרייט צי פארקויפן פאר 300 א סקווער פיס.

4. די ווילידש ארבעט אויף אנעקסעישן, עס וועלן ווערן אריינגענומען אין די אפליקאציע שטחים וואס די בעלי בתים נעמען זיך אונטער צי פארקויפן פאר 300 א סקווער פיס.

ברוך שמסר עולמו לשומרים.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הקריה אימעיל

אומגלויבליך ברעכנדע נייעס אין עיר הקודש קרית יואל:

מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מכריז אויף 2,000 גאָר ביליגע דירות אין די סאַמע צענטערן פון די גאַנצע שטאָט!

- 1 -

אַסטראָנאָמישע נדבה פון הטפסר המרומם ר' עקיבא צבי קליין הי"ו צו שענקען אלע פרישע "1,000" דירות אין שכונת ויואל משה פאר בלויז $300 א סקווער פיס!

על אף: וואס דער "ועד הדירות" אפמאך צו פאדערן פון דעוועלאפער צו שניידן קאסטן און בויען פאר בלויז $300 א סקווער פיס איז געווידמעט בלויז פאר די וואס האבן נאכנישט קיין "סייט פלענס"
על אף: וואס "שכונת ויואל משה" האט פארקויפט א ריזן סכום פון 744 דירות פאר בלויז ארום "$200 א בילדעד סקווער פיס", פיל אונטער די מארקעט פרייז

על אף: וואס די 744 דירות זענען אריבער א קאוויד-סומאטוכע וואס האט געברענגט אז די אלע וועלכע האבן געצאלט טייער פאר לאנד האבן זייערע הוצאות דערגרייכט ביז כמעט $300 'קאסט' צו בויען א בילדעד סקווער פיס, און ר' עקיבא צבי נ"י איז געווען פון די איינציגסטע צו נעמען די שאדן אויף זיך און געקלאוזט פאר $200-$250 א סקווער פיס, פיל אונטער די קאסט פרייז (!!), אויף 744 דירות אין 'שכונת ויואל משה' און 253 דירות אין 'עיקערס ענקלעיוו'

על אף: טראץ וואס נאך הונדערטער דירות אין די דערמאנטע דעוועלאפמענטס בויען זיך יעצט פאר "אונטער קאסט פרייז" און דער דעוועלאפער האלט זיך צום קאנטראקט און בעט נישט צו קיין געלט

דאָך האט ר' עקיבא צבי לבקשתו הנמרצה פון מרן רבינו שליט"א געענטפערט 'הנני', און באַוויליגט צו אויפגעבן אויף רוב רווחים פון די פאַרבליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה, לעשות נחת רוח לרביה"ק מייסד הקרי' וממלא מקומו מרן רבינו שליט"א!

וזאת הברכה אשר ברכו מרן רבינו שליט"א: "דער אויבערשטער וועט דיר באצאלן צו פארדינען גענוג ריוח ביי די איבריגע ריזיגע געשעפטן! דער זכות וועט דיר ביישטיין בזה ובבא!"

- 2 -

ועד הקרי' שע"י מוסדות קרית יואל שענקען אַוועק דעם ריזן שטח אויף "קאַרלסבורג" צו בויען נאך קרוב צו 1,000 אַפאָרדעבל דירות!

ריזיגער שטח וועלכע האלט שוין אינמיטן די "אינפראסטרוקטור ארבעט" דורכ'ן ועד הקרי', וועט געגעבן ווערן פאר אן אויסנאם ביליגער פרייז אז דער דעוועלאפער זאל בויען דערויף דירות לויט די נייע סטאנדארטן פאר די נייע פרייזן פון $300 א סקווער פיס

אַסטראָנאָמישע דעזיגנירונג מטעם די ועד הקרי' ספעציעל געווידמעט אַז אנשי שלומינו זאָלן בע"ה קענען צוקומען צו אַ גאָר ביליגע דירה דאָ בתוככי עיר הקודש!

דער דראמאטישער הכרזה ברענגט צו א נייע עפאכע, אז "קרית יואל" וועט ווידער זיין דער סימבאל פון סערוויס לטובת הציבור, מיט'ן כח פונעם שטאטישער הנהגה רוחני וגשמי וועלכע רוט נישט א רגע און טוט אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטאנד ברענגען די גרעסטע היסטארישע פראיעקטן לטובת הציבור, כן יעזור ה' להלאה!

די פרישע נייעס מיט די טויזנטער ביליגע דירות, באדייט בע"ה א ריזן אויסוואל פון "אפארדעבל דירות" פאר יעדן תושב העיר וועלכע וויל טרעפן א דאך איבערן קאפ, דאס הייסט אז ער איז נישט קיין אינוועסטאר וואס זוכט צו פארדינען וכדומה נאר ער קויפט א דירה "פאר זיך צום וואוינען", און אזוי אויך אן קיין איבריגע לוקסוס און היינטיגע צוגעלייגטע סטאנדארטן.

ווי דער חשוב'ער דעוועלאפער ר' עקיבא הערש האט קלארגעמאכט ביים רבי'ן אין שטוב, וועט ער נישט בויען מיט קיין ביליגע מאטרעאל, און אפילו נישט שניידן סיי וועלכע זאך וואס מען קען נישט שפעטער צולייגן, ווי 9 פיסיגע דאך, עיר קאנדישאן ליינס, און דאס גלייכן, און בכלל וויל ער דוקא יא בויען לויט די בארימטע "אפסקעיל דעוועלאפערס" סטאנדארטן, נוסח ר' עקיבא הערש, "די בעסטע פאר די ביליגסטע" דויערהאפטיג גוט מיט געשמאק. אז מען דארף שניידן הוצאות וועט עס נאר גיין אויף איבריגע זאכן וואס יעדער קען שפעטער מיט די יארן צולייגן לויט זיין אייגענע מצב און יכולת, ווי ספאט לייטס, גרעניט קאונטער טאפס, און אנדערע לוקסוס און עקסטערס.

ביי די דברות קודש היינט נאכט האט דער רבי מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זי"ע האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!), און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס.

דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט ער אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און ער איז געקומען צו די הכרה אז מען קען בויען אפילו פאר $300 א סקווער פיס און מאכן שיין ריוח, דעריבער האט מען מסדר געווען אז דער ווילעדזש וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז, זאגנדיג אז דעוועלאפער מוז טאקע פארדינען שיין, ווייל ער לייגט אריין שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!

דא האט דער רבי צוגעלייגט אז אין שכונת ויואל משה האט הנגיד ר' עקיבא הערש קליין געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, נאך קאוויד, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען עטוואס העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה איבער פערמיטס זינט עס האט שוין אלע פערמיטס, אבער דאך – האט דער רבי אויסגעפירט – "איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!" און ער גייט פארקויפן די גאנצע איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז $300 א סקווער פיס!

דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט "צום וואוינען", אבער נישט אויב ער קויפט צו אינוועסטירן, און נאר פאר "תושבי קרית יואל". אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז פון $300 "אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה" אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז.
*

די נייעס איז געפאלן ווי א פריידיגע דונער אינמיטן א וואלקן, מאכנדיג אן אויסטערלישע שמחה איבער די גאנצע שטאט אז יא! קרית יואל האט נאך א כח הנהגה וואס קען באווייזן דאס אומגלויבליכע! ב"ה.

אין א צייט וואס די פרייזן שטייגן אזוי שרעקליך איבעראל און אין אלע הינזיכטן, און די פרייזן ביים קויפן א דירה קאסטן אזוי אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן און וויאזוי אנצוגיין מיט'ן לעבן, קען אין קרית יואל פאסירן אזא דורכברוך העכער אלע ערווארטונגען, און נישט בלויז פון ביליגע שטחים אינוועסטירער, נאר טאקע פון די וואס האבן שוין אזויפיל אוועקגעגעבן, טאקע פון די וואס האבן פארקויפט שווערע הונדערטער דירות אונטער די קאסט פרייז, טאקע די קענען נאך בע"ה נעמען די כוחות הקדושה און באווייזן צו טון רצון צדיק, און אויפגעבן אויף אזויפיל רווחים נאך אזויפיל הארעוואניע. אן אומגלויבליכער פאקט וואס רודערט אויף די שטאט מיט אויסטערלישע שמחה און אנערקענונג, און שרייט ארויס דעם כוחו וזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זיע"א מייסד הקרי'.

באזונדער איז דער לויב גאר גרויס פאר'ן געטרייער ועד הקרי', וואס איז אצינד מקדיש דעם גרויסן "קארלסבורג" שטח פאר א ריזן אפארדעבל פראיעקט, וואו די הנהלת הקרי' וועט געבן דעם לאט פאר גאר א ביליגע פרייזן פאר'ן דעוועלאפער וואס וועט דאס אהערשטעלן לויט די נייע ביליגע פרייזן און סטאנדארטן, אזוי אז אינאיינעם וועט זיין אזויפיל ווי 2,000 דירות בלויז פון די 2 פראיעקטן זעלבסט!

דער דורכברוך איז אויסטערליש. דער באדייט דערפון איז א דראמאטישער טראסק אינעם גאנצן לאקאלן דירות מארקעט, און טראץ וואס פרייזן זענען טאקע געשטיגן, מען קען טאקע היינט נישט פארקויפן פאר $200, און די וואס האבן דאס יא געטון האבן טאקע געמוזן אויפגעבן אויף רווחים, און היינט מוז מען שוין גיין מיט א מינימום פון $300, אבער די אינפלאציע קען מער נישט גיין בלי גבול! עס גייט נישט קענען זיין אז די פרייזן זאלן שטייגן יעדע האלבע יאר מיט נאך $50 אדער מער ח"ו. אלעס קומט אראפ צו א דראסטישע אנהויב מיט א ריזן טריט אויף צוריק! בס"ד. און נישט מיט א קליינע צאל דירות אויפ'ן מארקעט, נאר בע"ה מיט א ריזן אויסוואל פאר יעדן וואס זוכט באמת א דירה אויף צום וואוינען. תהילה לקל.

*

ביי די דברות קודש האט דער רבי אויך דערמאנט די געפלאנטע "אנעקסעישן" צו אריינברענגען נאך שטחים, זאגנדיג אז די דירות קאמיטע וואס איז עוסק אין די דירות פרייזן וועלן אויסשטעלן א תנאי פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם אפליקאציע פונעם ועד הקרי', און נאר ווער עס וועט זיך וועלן צושטעלן וועט קענען אריינקומען צום קרית יואל ווילעדזש.

דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז יעדער ווייסט אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, קומט אויס אז די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, דעריבער וועט די ועד אויסקלויבן נאר די וואס ווילן טאקע צושטעלן דירות פאר ביליגע פרייזן.

רבינו הקדוש בשמי מעל שעפט היינט א נחת רוח שלא היתה כמוהו! דאס האט דער רבי געוואלט! אזא שטאט, מיט אזא הנהגה, מיט אזעלכע עסקנים, מיט אזעלכע טפסרים, מיט אזעלכע אידישע הערצער, מיט אזא מאסיווע קייט פון פעולות חובקות זרועות עולם ומרעישות תבל לטובת חסידי סאטמאר ותושבי קרית יואל!

דרוקט צו הערן די דברות קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך בין געווען פארנומען פריער... יעצט קום איך אריין נאכ'ן זיך אביסל בארואיגן... אבער עכט איז שווער זיך צו בארואיגן.

ס'איז ממש אומגלויבליך.

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ברוך שלא השבית לנו גואל.
UTA
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 6:12 pm
x 50

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך UTA »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:43 am איך בין געווען פארנומען פריער... יעצט קום איך אריין נאכ'ן זיך אביסל בארואיגן... אבער עכט איז שווער זיך צו בארואיגן.

ס'איז ממש אומגלויבליך.

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ברוך שלא השבית לנו גואל.
ווען בערך קען מען שוין קלויזען אויף דעם פרייז?
אוועיטער
שמעון סאמעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:03 pm
x 119

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמעון סאמעט »

UTA האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 2:39 am
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:43 am איך בין געווען פארנומען פריער... יעצט קום איך אריין נאכ'ן זיך אביסל בארואיגן... אבער עכט איז שווער זיך צו בארואיגן.

ס'איז ממש אומגלויבליך.

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ברוך שלא השבית לנו גואל.
ווען בערך קען מען שוין קלויזען אויף דעם פרייז?
הממממ

מאנטאג איז חאגע.... קאל מיר דינסטאג.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 178

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

איינער וואס האט שוין אראפ געלייגט א דאון פעימעינט און שכונת ויואל משה גייט ער געבן פאר ביליגער?
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 125

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

מי שברך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 9:27 am איינער וואס האט שוין אראפ געלייגט א דאון פעימעינט און שכונת ויואל משה גייט ער געבן פאר ביליגער?
יא, יוסל לאנדא טוט דאס אויך ביי זיין חברון פראדזשעקט (ביודעי ובמכירי קאמינא), דאס גייט אי"ה האבן א שטארקע אפעקט אויך אויף די געגנטער ארום קרית יואל וואו הייזער זענען יעצט צום פארקויפן פאר אומדערהערטע נומבערס
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

היימשטאט אימעיל:
קרית יואל שאקלט פון פרייד:
דירות אויפטרייסלונג ווען מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מבשר אויף פראַיעקטן פון 2,000 גאָר ביליגע דירות אין קרית יואל!

אשריך רבי עקיבא, אשריך וטוב לך!

אומגלויבליכע נדבה פון הנגיד מו"ה עקיבא צבי קליין הי"ו וואָס באַשליסט צו קעגנקומען מרן רבינו שליט"א און פאַרקויפן אלע דירות אין שכונת ויואל משה פאַר בלויז $300 אַ סקווער פיס!

נאָכ'ן זיין דער נחשון מיט 8 יאר צוריק צו ברענגען דראמאטישע טראסק אינעם מארקעט מיט דירות פאר ארום $200 א סקווער פיס, און שפעטער זיין דער עז כנמר צו האלטן די קאנטראקט טראץ די שטייגנדע קאסטן און נעמען די שאדנס פון קאוויד אויף זיך, וועט ער אצינד זיין דער נחשון צו קעגנקומען די תושבי העיר, טראץ וואס מטעם די הנהלת העיר האט ער שוין געהאט אלע פערמיטן, און מרצונו הטוב וועט ער נידערן די פרייזן און ווידער זיין דער וועגווייזער און מיט מסירת נפש אויפגעבן אויף רוב רווחים פון די שכונה און פארקויפן אויך די פאַרבליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה פאר אפארדעבל פרייזן, לעשות נחת רוח לרביה"ק מייסד הקרי' וממלא מקומו מרן רבינו שליט"א!

באַזונדערע דראַמאַטישע בשורה: ועד הקרי' דעזיגנירן דעם "קאַרלסבורג שטח" צו פאַרקויפט ווערן פאַר גאָר ביליג, צום בויען נאָך קרוב צו 1,000 אַפאָרדעבל דירות!

ריזיגער שטח וועלכע האלט שוין אינמיטן די "אינפראסטרוקטור ארבעט" דורכ'ן ועד הקרי', וועט געגעבן ווערן פאר אן אויסנאם ביליגער פרייז אז דער דעוועלאפער זאל בויען דערויף דירות לויט די נייע סטאנדארטן פאר די נייע פרייזן פון $300 א סקווער פיס - אַסטראָנאָמישע דעזיגנירונג מטעם די ועד הקרי' ספעציעל געווידמעט אַז אנשי שלומינו זאָלן בע"ה קענען צוקומען צו אַ גאָר ביליגע דירה דאָ בתוככי עיר הקודש!

דער דראמאטישער הכרזה ברענגט צו א נייע עפאכע, אז "קרית יואל" וועט ווידער זיין דער סימבאל פון סערוויס לטובת הציבור, מיט'ן כח פונעם שטאטישער הנהגה רוחני וגשמי וועלכע רוט נישט א רגע און טוט אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטאנד ברענגען די גרעסטע היסטארישע פראיעקטן לטובת הציבור, כן יעזור ה' להלאה!

די פרישע נייעס מיט די טויזנטער ביליגע דירות, באדייט בע"ה א ריזן אויסוואל פון "אפארדעבל דירות" פאר יעדן תושב העיר וועלכע וויל טרעפן א דאך איבערן קאפ, דאס הייסט אז ער איז נישט קיין אינוועסטאר וואס זוכט צו פארדינען וכדומה נאר ער קויפט א דירה "פאר זיך צום וואוינען", און אזוי אויך אן קיין איבריגע לוקסוס און היינטיגע צוגעלייגטע סטאנדארטן.

ווי דער חשוב'ער דעוועלאפער ר' עקיבא הערש האט קלארגעמאכט ביים רבי'ן אין שטוב, וועט ער נישט בויען מיט קיין ביליגע מאטרעאל, און אפילו נישט שניידן סיי וועלכע זאך וואס מען קען נישט שפעטער צולייגן, ווי 9 פיסיגע דאך, עיר קאנדישאן ליינס, און דאס גלייכן, און בכלל וויל ער דוקא יא בויען לויט די בארימטע "אפסקעיל דעוועלאפערס" סטאנדארטן, נוסח ר' עקיבא הערש, "די בעסטע פאר די ביליגסטע" דויערהאפטיג גוט מיט געשמאק. אז מען דארף שניידן הוצאות וועט עס נאר גיין אויף איבריגע זאכן וואס יעדער קען שפעטער מיט די יארן צולייגן לויט זיין אייגענע מצב און יכולת, ווי ספאט לייטס, גרעניט קאונטער טאפס, און אנדערע לוקסוס און עקסטערס.

ביי די דברות קודש היינט נאכט האט דער רבי מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זי"ע האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!), און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס.

דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט ער אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און ער איז געקומען צו די הכרה אז מען קען בויען אפילו פאר $300 א סקווער פיס און מאכן שיין ריוח, דעריבער האט מען מסדר געווען אז דער ווילעדזש וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז, זאגנדיג אז דעוועלאפער מוז טאקע פארדינען שיין, ווייל ער לייגט אריין שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!

דא האט דער רבי צוגעלייגט אז אין שכונת ויואל משה האט הנגיד ר' עקיבא הערש קליין געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, נאך קאוויד, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען עטוואס העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה איבער פערמיטס זינט עס האט שוין אלע פערמיטס, אבער דאך – האט דער רבי אויסגעפירט – "איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!" און ער גייט פארקויפן די גאנצע איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז $300 א סקווער פיס!

דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט "צום וואוינען", אבער נישט אויב ער קויפט צו אינוועסטירן, און נאר פאר "תושבי קרית יואל". אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז פון $300 "אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה" אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז.

*

די נייעס איז געפאלן ווי א פריידיגע דונער אינמיטן א וואלקן, מאכנדיג אן אויסטערלישע שמחה איבער די גאנצע שטאט אז יא! קרית יואל האט נאך א כח הנהגה וואס קען באווייזן דאס אומגלויבליכע! ב"ה.

אין א צייט וואס די פרייזן שטייגן אזוי שרעקליך איבעראל און אין אלע הינזיכטן, און די פרייזן ביים קויפן א דירה קאסטן אזוי אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן און וויאזוי אנצוגיין מיט'ן לעבן, קען אין קרית יואל פאסירן אזא דורכברוך העכער אלע ערווארטונגען, און נישט בלויז פון ביליגע שטחים אינוועסטירער, נאר טאקע פון די וואס האבן שוין אזויפיל אוועקגעגעבן, טאקע פון די וואס האבן פארקויפט שווערע הונדערטער דירות אונטער די קאסט פרייז, טאקע די קענען נאך בע"ה נעמען די כוחות הקדושה און באווייזן צו טון רצון צדיק, און אויפגעבן אויף אזויפיל רווחים נאך אזויפיל הארעוואניע. אן אומגלויבליכער פאקט וואס רודערט אויף די שטאט מיט אויסטערלישע שמחה און אנערקענונג, און שרייט ארויס דעם כוחו וזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זיע"א מייסד הקרי'.

באזונדער איז דער לויב גאר גרויס פאר'ן געטרייער ועד הקרי', וואס איז אצינד מקדיש דעם גרויסן "קארלסבורג" שטח פאר א ריזן אפארדעבל פראיעקט, וואו די הנהלת הקרי' וועט געבן דעם לאט פאר גאר א ביליגע פרייזן פאר'ן דעוועלאפער וואס וועט דאס אהערשטעלן לויט די נייע ביליגע פרייזן און סטאנדארטן, אזוי אז אינאיינעם וועט זיין אזויפיל ווי 2,000 דירות בלויז פון די 2 פראיעקטן זעלבסט!

דער דורכברוך איז אויסטערליש. דער באדייט דערפון איז א דראמאטישער טראסק אינעם גאנצן לאקאלן דירות מארקעט, און טראץ וואס פרייזן זענען טאקע געשטיגן, מען קען טאקע היינט נישט פארקויפן פאר $200, און די וואס האבן דאס יא געטון האבן טאקע געמוזן אויפגעבן אויף רווחים, און היינט מוז מען שוין גיין מיט א מינימום פון $300, אבער די אינפלאציע קען מער נישט גיין בלי גבול! עס גייט נישט קענען זיין אז די פרייזן זאלן שטייגן יעדע האלבע יאר מיט נאך $50 אדער מער ח"ו. אלעס קומט אראפ צו א דראסטישע אנהויב מיט א ריזן טריט אויף צוריק! בס"ד. און נישט מיט א קליינע צאל דירות אויפ'ן מארקעט, נאר בע"ה מיט א ריזן אויסוואל פאר יעדן וואס זוכט באמת א דירה אויף צום וואוינען. תהילה לקל.

*

ביי די דברות קודש האט דער רבי אויך דערמאנט די געפלאנטע "אנעקסעישן" צו אריינברענגען נאך שטחים, זאגנדיג אז די דירות קאמיטע וואס איז עוסק אין די דירות פרייזן וועלן אויסשטעלן א תנאי פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם אפליקאציע פונעם ועד הקרי', און נאר ווער עס וועט זיך וועלן צושטעלן וועט קענען אריינקומען צום קרית יואל ווילעדזש.

דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז יעדער ווייסט אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, קומט אויס אז די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, דעריבער וועט די ועד אויסקלויבן נאר די וואס ווילן טאקע צושטעלן דירות פאר ביליגע פרייזן.

רבינו הקדוש בשמי מעל שעפט היינט א נחת רוח שלא היתה כמוהו! דאס האט דער רבי געוואלט! אזא שטאט, מיט אזא הנהגה, מיט אזעלכע עסקנים, מיט אזעלכע טפסרים, מיט אזעלכע אידישע הערצער, מיט אזא מאסיווע קייט פון פעולות חובקות זרועות עולם ומרעישות תבל לטובת חסידי סאטמאר ותושבי קרית יואל!
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1362
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2148

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

איך קען נישט גלייבן אז די אשכול ליגט פארשטויבט נאך אזאלכע געהויבענע פרייליכע נייעס פאר תושבי קרית יואל!!!

עס איז אומגלויבליך וואס מען האט געהערט דעם פארגאנגענעם כ"ו אב איבער די ברעכונג פון די קרית יואל דירות פרייזן, אויף 300 א סקווער פיס

ובמיוחד אויף די פאנטאסטישע נדבה, וואס קען ווערן געצייכענט אלטס די גרעסטע נדבה אין כלל ישראל! ווען הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין האט זיך מרצונו הטוב פארפליכטעט צוצושטעלן 1000 דירות, פאר 300 א סקווער פיס, און מיט דעם אוועקגעגעבן פאר תושבי העיר, סכומים וואס איז שווער בכלל אפצושאצן,

נאכן מאכן דא אזויפיל חשבונות בעבר אויף פרייזן קען מען לייכט אפשאצן אז די סכום וואס די איד האט אוועקגעגעבן האט נישט קיין שאץ, און קיין דמיון צו קיין שום נדבה וואס מיר ווייסן!

עס איז בלי שום ספק, אז ר' עקיבא צבי וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל ווי איינע פון די פרנסים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן, און פארמעגן, לטובת ישראל, און די זכותים אדירים עד אין שיעור, וואס איז בכלל נישט מעגליך אפצושאצן, פון הרחבת הדעת, פון צענדליגע יארן פאר טויזענטער אידן איז אלעס לזכותו!!

עס קען ריכטיג געזאגט ווערן יש קונה עולמו בשעה אחת!! די כח היחיד פון א איינצעלנע מענטש און א שריט וואס האט געראטעוועט טויזענטער אידן און א גאנצע שטאט לדורי דורות!!!

עס וועט זיין סעמפל און א דוגמא, וויאזוי מען קען ביישטיין די נסיון העושר אויף אזא אומגלויבליכע פארנעם, און יעדע אידישע שטוב וואס וועט געניסן פון די ביליג דירות, וועט וויסן צו געדענקן די געוואלדיגע שריט!!!

אשריך אשריך!!
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 186

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך צדיק נסתר »

נפתלי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:03 pm איך קען נישט גלייבן אז די אשכול ליגט פארשטויבט נאך אזאלכע געהויבענע פרייליכע נייעס פאר תושבי קרית יואל!!!

עס איז אומגלויבליך וואס מען האט געהערט דעם פארגאנגענעם כ"ו אב איבער די ברעכונג פון די קרית יואל דירות פרייזן, אויף 300 א סקווער פיס

ובמיוחד אויף די פאנטאסטישע נדבה, וואס קען ווערן געצייכענט אלטס די גרעסטע נדבה אין כלל ישראל! ווען הרבני הנגיד האט זיך מרצונו הטוב פארפליכטעט צוצושטעלן 1000 דירות, פאר 300 א סקווער פיס, און מיט דעם אוועקגעגעבן פאר תושבי העיר, סכומים וואס איז שווער בכלל אפצושאצן,

נאכן מאכן דא אזויפיל חשבונות בעבר אויף פרייזן קען מען לייכט אפשאצן אז די סכום וואס די איד האט אוועקגעגעבן האט נישט קיין שאץ, און קיין דמיון צו קיין שום נדבה וואס מיר ווייסן!

עס איז בלי שום ספק, אז ר' עקיבא צבי וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל ווי איינע פון די פרנסים וואס האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן, און פארמעגן, לטובת ישראל, און די זכותים אדירים עד אין שיעור, וואס איז בכלל נישט מעגליך אפצושאצן, פון הרחבת הדעת, פון צענדליגע יארן פאר טויזענטער אידן איז אלעס לזכותו!!

עס קען ריכטיג געזאגט ווערן יש קונה עולמו בשעה אחת!! די כח היחיד פון א איינצעלנע מענטש און א שריט וואס האט געראטעוועט טויזענטער אידן און א גאנצע שטאט לדורי דורות!!!

עס וועט זיין סעמפל און א דוגמא, וויאזוי מען קען ביישטיין די נסיון העושר אויף אזא אומגלויבליכע פארנעם, און יעדע אידישע שטוב וואס וועט געניסן פון די ביליג דירות, וועט וויסן צו געדענקן די געוואלדיגע שריט!!!

אשריך אשריך!!
די שמועסן איבער די היסטארישע דורכברוך איז אנגעגאנגען אין די נייעס פון קרית יואל אשכול
מעג טאקע אריבער געפירט ווערן דא ווייל עס ווערט איבער געדעקט
שלעפער טראק
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 10:57 pm
x 38

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שלעפער טראק »

דער עולם ווערט דא אזוי ווילד, איך גלייב ער איז בלויז סארקאסטיש.. עכ"פ אזוי האב איך עס אנגעקוקט ביים ליינען, איך גלייב נישט ער מיינט עס ערענסט
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1362
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2148

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

שלעפער טראק האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:38 pm דער עולם ווערט דא אזוי ווילד, איך גלייב ער איז בלויז סארקאסטיש.. עכ"פ אזוי האב איך עס אנגעקוקט ביים ליינען, איך גלייב נישט ער מיינט עס ערענסט
פון וועם רעדסטו?

אויב דו מיינסט מיר גלייב מיר אז שוין וואכן וואס איך בין נישט געווען אין דעם אשכול, און איך האב פשוט געוואלט ארויסברענגעו מיינע געפילן.
שלעפער טראק
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 10:57 pm
x 38

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שלעפער טראק »

נפתלי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:39 pm
שלעפער טראק האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:38 pm דער עולם ווערט דא אזוי ווילד, איך גלייב ער איז בלויז סארקאסטיש.. עכ"פ אזוי האב איך עס אנגעקוקט ביים ליינען, איך גלייב נישט ער מיינט עס ערענסט
פון וועם רעדסטו?

אויב דו מיינסט מיר גלייב מיר אז שוין וואכן וואס איך בין נישט געווען אין דעם אשכול, און איך האב פשוט געוואלט ארויסברענגעו מיינע געפילן.
איך רעדט פון דעים
לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 631

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

שלעפער טראק האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:38 pm דער עולם ווערט דא אזוי ווילד, איך גלייב ער איז בלויז סארקאסטיש.. עכ"פ אזוי האב איך עס אנגעקוקט ביים ליינען, איך גלייב נישט ער מיינט עס ערענסט
איך האב אויך אזוי געטראכט, ביזן דריקן דעם לינק אינטן די פאוסט וואס פירט צו דעם גרופע
viewtopic.php?p=119386#p119386
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 178

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

היינט באקומען פון Loop פרייזן הייבן אן פאלן
א חודש צוריק איז דעיס געגאנגען פאר איבער א מעלאונע
IMG_20240902_124444.jpg
IMG_20240902_124444.jpg (86.79 KiB) געזען געווארן 1606 מאל
IMG_20240902_124450.jpg
IMG_20240902_124450.jpg (129.14 KiB) געזען געווארן 1606 מאל
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מי שברך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 12:46 pm היינט באקומען פון Loop פרייזן הייבן אן פאלן
א חודש צוריק איז דעיס געגאנגען פאר איבער א מעלאונע
IMG_20240902_124444.jpgIMG_20240902_124450.jpg
WOW!

דאס איז שוין א חידוש, ווייל ס'איז פון די פליפערס. דאס מיינט אז די מארקעט האט פלעין יעצט געטראסקעט! נאטורליך.

(אגב אפאר הערות פאר LOOP... ער שרייבט צווייטע שטאק, די פלען איז פון א ערשטע שטאק. ער שרייבט אז ס'איז 2300 ס"פ, ס'איז כמעט 2400)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די כוואליעס פונעם ערדציטערניש!

זייט כ"ו דרייט זיך דער קרית יואל דירות מארקעט ווי א רעדל. די אלע דעוועלאפערס וועלכע ווארטן אויף ווילעדזש אפראוועלס, זיצן מיט די דירות קאמיטע, און רובם ככולם ווילן זיך בע"ה צושטעלן צו פארקויפן פאר $300 א סקווער פיס.

אין די יעצטיגע מינוט'ן האט הר"ר חיים נחום ווערצבערגער אונטערגעשריבן אויף זיין פראיעקט אויף בעיקערטאון, ביים שטח פון די דירה פון רבי'ן זי"ע, וואו ער גייט אי"ה בויען בערך 80 דירות מיט'ן נאמען "לענדמארק שעטויס", און ער וועט עס אי"ה פארקויפן פאר'ן ביליגן פרייז פון $300 פער סקווער פיס.

ער וועט אי"ה ערהאלטן אלע ווילעדזש פערמיטס בקרוב ממש און קענען אנהייבן די פאקטישע בוי ארבעט בקרוב.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 385

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך totty2024 »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:42 pm די כוואליעס פונעם ערדציטערניש!

WOW

אינטערגעשריבן מיטן רבין אדער מיטן וועד?
אוועיטער
מחישי
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 9:13 am
x 51

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מחישי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:42 pm די כוואליעס פונעם ערדציטערניש!

זייט כ"ו דרייט זיך דער קרית יואל דירות מארקעט ווי א רעדל. די אלע דעוועלאפערס וועלכע ווארטן אויף ווילעדזש אפראוועלס, זיצן מיט די דירות קאמיטע, און רובם ככולם ווילן זיך בע"ה צושטעלן צו פארקויפן פאר $300 א סקווער פיס.

אין די יעצטיגע מינוט'ן האט הר"ר חיים נחום ווערצבערגער אונטערגעשריבן אויף זיין פראיעקט אויף בעיקערטאון, ביים שטח פון די דירה פון רבי'ן זי"ע, וואו ער גייט אי"ה בויען בערך 80 דירות מיט'ן נאמען "לענדמארק שעטויס", און ער וועט עס אי"ה פארקויפן פאר'ן ביליגן פרייז פון $300 פער סקווער פיס.

ער וועט אי"ה ערהאלטן אלע ווילעדזש פערמיטס בקרוב ממש און קענען אנהייבן די פאקטישע בוי ארבעט בקרוב.
וואס טוט זיך מיט סוער? סאיז דא גענוג?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

6840aecd-14d6-5108-5fa1-7ab8defa5f1f.jpg
6840aecd-14d6-5108-5fa1-7ab8defa5f1f.jpg (327.57 KiB) געזען געווארן 1173 מאל
שרייב פאוסט