דאנערשטאג פרשת בשלח
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף הרה״ג ר׳ סנדר אשכנזי שליט״א בעל תפילה איז געווען הב׳ משה יוסף ראזענטאהל ני״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הב׳ פנחס וואלף כ״ץ ני״ו
לוי: הב׳ שבתי מרדכי טירנוער ני״ו
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: הרה״ג ר׳ סנדר אשכנזי שליט״א
גלילה: הב׳ ישראל לעבאוויטש ני״ו
נאכן דאווענען זענען אריין די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך מקבל געווען צו לערנען שעות רציפות במשך די ימי השובבי״ם, די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
אום 3:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ישיבה גדולה ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל חמשה עשר בשבט,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים לכבוד היום,
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש בעניני דיומא, דער רבי האט שטארק ארומגערעדט אז חמשה עשר בשבט איז מסוגל אויך תורה און מעורר געווען געווען איבער לימוד והתמדת התורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
פארן בענטשן האט דער רבי געמאכט א העץ אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוג קאמפאט און פון אלע שבעת המינים, דערנאך פארטיילט פירות פאר די מרביצי תורה און פאר די בחורים וואס האבן אנגעפירט מיט די ניגונים ביים טיש,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל חלק א׳.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען החתן דוד שמואל טענענבוים ני״ו.
אום 5:45 איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק אין די פרדס נח זאל צום שמחת פדיון הבן פאר בן הרב אברהם יעקב דוב שפיטץ שליט״א זוהן פון גיסו הרה״ג ר׳ חיים ארי שפיטץ שליט״א ר״י עץ חיים ווילרייק, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די בעל שמחה און די זיידעס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי משפחת שפערבער וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם ואמם ע״ה, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת תנחומין.
זמני כניסה איז געווען פון 7:15 ביז 9:00 אויפדערנאכט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא זופניק ני״ו.
ארום 10:20 איז דער רבי אנגעקומען קיין קרית יואל און שטוב פון הרה״ח ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי״ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי די קינדער פון ר׳ ישראל דוב הי״ו האבן אפגעקויפט לכבודו א זכות קומה אינעם נייעם בנין האדיר בית חינוך לבנות וואס ווערט געבויט דורך מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק, און דערביי האט ר׳ ישראל דוב הי״ו מוסף געווען א פאנטאסטישע סומע לטובת מוסדות יטב לב,
עס האט אויפגעטרעטן הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א און הרה״ח ר׳ ירמי טייטלבוים הי״ו מנהל מוסדות יטב לב בארה״ב,
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר ר׳ ישראל דוב הי״ו און די בני המשפחה, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד.
אום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה״ח ר׳ בערל גרינהוט הי״ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכן באנקעט לטובת מוסדותינו הק׳ מוסדות יטב לב אין ׳בני ברק׳,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די מוסדותינו הק׳ אין בני ברק, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות פאר די נדיבים בעם.
אום 12:15 איז דער רבי צוריק אנגעקומען אהיים לביתו נאוה קודש.
~


~