בלאט 97 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:54 pm
דורך פעיק ניוז
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:36 pm בארבארישע אייס אגענטן אויף אן אומשולדיגער אימיגראנט!!!

(אוי, מען קען זעהן די מעסער אין זיינע הענט...)
מעסער? ס'איז א טעלעפאן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:56 pm
דורך פעיק ניוז
אזוי אויך איז עס נישט ICE, נאר בארדער פאטראל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 11:29 pm
דורך חלום חלמתי
פעיק ניוז האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:54 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:36 pm בארבארישע אייס אגענטן אויף אן אומשולדיגער אימיגראנט!!!

(אוי, מען קען זעהן די מעסער אין זיינע הענט...)
מעסער? ס'איז א טעלעפאן.
קוק אויף די אנדערע הענט.

(טיילווייז פארמעקט דורך דער וואס האט עס געפאוסט און געוואלט מען זאל נישט כאפן.)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:07 am
דורך Think and Thank
פעיק ניוז האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:54 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:36 pm בארבארישע אייס אגענטן אויף אן אומשולדיגער אימיגראנט!!!

(אוי, מען קען זעהן די מעסער אין זיינע הענט...)
מעסער? ס'איז א טעלעפאן.

פארגעס וועגן די מעסער. ווען איך, א פול פלעדזשד אמעריקאנער בירגער, פארט למשל מיט סוספענדירטע לייסענס, א פאליציאנט שטעלט מיר אפ און איך רעזיסט ארעסט, וועל איך באקומען גענוי די זעלבע באהאנדלונג.

ווייל יענער איז א פרעמדער אינוואדירער קומט אים בעסערע באהאנדלונג ווי די אייגענע בירגער?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 12:49 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 6:16 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 4:18 pm טוויטער / עקס וועט צילייגן אן אפציע צו קענען זעהן פון וואנעט יענער שרייבט געווענליך זיינע פאוסט'ס...

ביסט א רוסישער? זאל יעדער וויסן פארוואס דו נעמסט זיך אן פאר פוטין. שרייבסט לטובת כאמאס? זאל מען זעהן אז די שרייבסט פון שפאניע...
די פרישע אפציע איז ארויף, און בום... היימלאנד זיכערהייט אקאונט איז געעפענט געווארן, און ווערט אנגעפירט אין מדינת ישראל...

יעצט זאגט עקס אז זיי וועלן אראפנעמען די אפציע פון רעגירונג אקאונט'ס אבער ס'איז שוין לאחר המעשה..
קעי, האומלענד סעקיוריטי טענה'ט אז די סקרין שאט איז פאלש און ס'איז קיינמאל נישט געשטאנען איזרעאל...

איך קען מיך נישט טענה'נען, ווייל ווען דא איז געווען מוצאי שבת איז שוין זיכער געשטאנען יוניידעט סטעיטס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 1:12 pm
דורך חלום חלמתי
דזשעק טעיפער: די פרעזידענט האט געזאגט פאר די וואלן אז ער וועט צוריקהאלטן געלט פון ניו יארק אויב מאמדאני געווינט. האט זיך געטוישט זיין מיינונג?

העססעט: קוקט אזוי אויס, מאמדאני האט מיטן נעמען פרוי טיש געוויזן אז ער וויל ארבעטן צו האלטן פארברעכנס ווייטער נידריג, ער וויל באמת ארבעטן צו מאכן ניו יארק פאר א בעסערע פלאץ, און דער פרעזידענט וועט ארבעטן מיט יעדן מעיאר וואס וויל מיטארבעטן מיט אים צו מאכן אמעריקע פאר א בעסערע פלאץ. אפגעזען צו וועלכע פארטיי יענער געהערט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 1:13 pm
דורך חלום חלמתי
והם רצים: בילד ווי צאללאזע הייבן אן דעם מאראטאן אין דוביי..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 1:14 pm
דורך חלום חלמתי
קאמפיוטער'ס זענען דאון אין JFK, כאאס אין די טערמינאלן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:08 pm
דורך יפת
באריכטער: טוסטו באשטעטיגן אז טראמפ איז א פאשיסט?
מאמדאני: וואס איך זאג איז…
טראמפ: סאיז אקעי, זאג יא אין פערטיג. עס איז גרינגער ווי דרייען מיט די צינג. גייט מיך נישט אן :P
(האט קול אישה בדיבור)


Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:06 pm
דורך חלום חלמתי
ווייסע הויז אקאונט טראולט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:08 pm
דורך חלום חלמתי
קאנסערוואטיווע רעדנער בנימין שפירא האט ארויסגענומען פולע טאוולען אין טיימס סקווער, צו שאפן פרישע סובסקרייבער פאר זיין פאדקעסט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:10 pm
דורך חלום חלמתי
פרעזידענט טראמפ איבער די רוסישע מלחמה, אין די צייט וואס די אדמיניסטראציע פירט אגרעסיווע געשפרעכן צו שאפן א פרישע שלום אפמאך

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
דורך חלום חלמתי
פייער עקסינגוויטשער ארבעט? אין בארא פארק האט א חברים וואלונטיר געראטעוועט א בנין פון ארויפגיין אין פלאמען, נאכדעם וואס א וואש מאשין האט אנגעהויבן ברענען און א האר האט געפעלט אז די בנין זאל אהיימפארן..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:18 pm
דורך חלום חלמתי
צווייט ראנקיגע כיזבאלא פירער, 'עלי טאבאטבאי' איז געווארן עלימינירט אין א געצילטע אקציע אין לבנון, דורך די מדנ"י מיליטער. דער פירער האט געהאט א 5 מיליאן דאלער באלוין פון אמעריקע פאר סיי ווער ס'ברענגט אים אראפ.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:09 pm
דורך פעיק ניוז
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:07 am
פעיק ניוז האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:54 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 22, 2025 10:36 pm בארבארישע אייס אגענטן אויף אן אומשולדיגער אימיגראנט!!!

(אוי, מען קען זעהן די מעסער אין זיינע הענט...)
מעסער? ס'איז א טעלעפאן.

פארגעס וועגן די מעסער. ווען איך, א פול פלעדזשד אמעריקאנער בירגער, פארט למשל מיט סוספענדירטע לייסענס, א פאליציאנט שטעלט מיר אפ און איך רעזיסט ארעסט, וועל איך באקומען גענוי די זעלבע באהאנדלונג.

ווייל יענער איז א פרעמדער אינוואדירער קומט אים בעסערע באהאנדלונג ווי די אייגענע בירגער?
איך האב דאס נישט געזאגט. איך האב סתם גערעדט פון די דיטעילס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:19 pm
דורך חלום חלמתי
רויטער'ס: דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישנסי (דאוזש) איז שוין פארמאכט. שטייענדיג 8 חדשים בעפאר ס'האט זיך געזאלט שליסן.


די ס"ה סכום וואס זיי האבן באוויזן צו שפארן איז - לויט זייער וועבזייטל - גאנצע 214 ביליאן דאלער...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:21 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:19 pm רויטער'ס: דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישנסי (דאוזש) איז שוין פארמאכט. שטייענדיג 8 חדשים בעפאר ס'האט זיך געזאלט שליסן.


די ס"ה סכום וואס זיי האבן באוויזן צו שפארן איז - לויט זייער וועבזייטל - גאנצע 214 ביליאן דאלער...
די סוואמפ האט געווינען, זאגט פלארידע געווערנער דיסענטיס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:46 pm
דורך פעיק ניוז
געוואונען איט איז.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 6:55 pm
דורך חלום חלמתי
די רעפובליקאנער פארטיי איז פאראייניגט ווי קיינמאל בעפאר!

זאגט טראמפ ווען פרוי גרין בעקט ארויס פון הונטערוויילעכס, קרוז שומפט אויף די טאקער פאפעט'ן, משפחת טשעיני לאדענט אים נישט צום לוי', טאמעס מעיסי און רענד פאול שטויסן פון די אנדערע זייט, און די אלטע בוש'סטן גרייטן זיך צו פארכאפן קאנטראל פונעם פארטיי איינמאל טראמפ'ס טערמין ענדיגט זיך. אבער לאמיר עס איבערזאגן ביז איך גלייב עס אליינס....

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 6:58 pm
דורך חלום חלמתי
די FBI בהנהלת קעש פאטעל זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום קאווער אפ אויף די טראמפ שיסעריי אין יולי '24.

אלע אינפארמאציע וואס מיר האבן האט טראמפ אויך, און ער איז צופרידן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 7:58 pm
דורך פעינטיג
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:06 pm ווייסע הויז אקאונט טראולט...
:lol:

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 8:38 pm
דורך חלום חלמתי
אפילו די האריקעינס האבן מורא...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 8:39 pm
דורך חלום חלמתי
אבות ובנים מיטן אידישן קושנער אייניקל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:16 pm
דורך חלום חלמתי
די חברה ארבעטן אויף א פרישע באזוך פון זעלענסקי אין וואשינגטאן, געוואנדן וויזוי די געשפרעכן אין שווייץ גייען.

טראמפ ארבעט צו האבן א שלום אפמאך אויף דאנערשטאג ווען ס'געפאלט די טענקסגיווינג חאגע

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:18 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:19 pm רויטער'ס: דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישנסי (דאוזש) איז שוין פארמאכט. שטייענדיג 8 חדשים בעפאר ס'האט זיך געזאלט שליסן.


די ס"ה סכום וואס זיי האבן באוויזן צו שפארן איז - לויט זייער וועבזייטל - גאנצע 214 ביליאן דאלער...
דער דאוזדש מיניסטער ענפערט אז די ציל און אויפגאבע פון די עפישנסי דעפארטמענט גייט ווייטער אן, מען שפארט ווייטער און מען סטאפט די אביוז און שווענדעריי.