"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
קונטסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:44 pm
x 78

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך קונטסל »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 12:47 pm
קונטסל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 12:13 pm די וואס האבן גענוצט ביי קאראנע, האלץ-ארויפגיין אלטס תירוץ פאר די געהעכערטע פרייזן, זענען נישט ארויסגעקומען זאגן ווען ס'איז אראפ.
רייט. ווייל די בויען קאסט בכלליות איז ווייטער דראמאטיש ארויף.
סאו שיק אריין א ברייו צום היום יום מיט די מאטריאל וואס איז ארויף.
ער האט זייער גוט געטון ווען ער האט אריינגעשיקט וועגן האלץ.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך שיק נישט קיין בריוון. (כאילו איינער שיקט...)

האסט געפרעגט פארוואס קיינער האט נישט פארציילט 2 יאר צוריק ווען האלץ איז אראפ, האב איך דיר געענטפערט די עכטע סיבה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Vaad.jpg
Vaad.jpg (303.66 KiB) געזען געווארן 1135 מאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1176
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Screenshot 2024-08-19 191735.jpg
Screenshot 2024-08-19 191735.jpg (251.79 KiB) געזען געווארן 1062 מאל
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 533

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

א גוט מארגען טייערע חברים!

תושבי קרית יואל נעמען אויף מיט גרויס באגריסעניש די פאזיטיווע שריט וואס איז געטוהן געווארן דורך די טאון אף מאנראו ובראושם אונזער געטרייע קאנדידאט דארי האול, אפציהיטן די זיכערקייט פון אונזערע קינדער דורך אומפאראנווארטליך דיוועלאפערס!

אזוי ווי יעדער פון אונז ווייסן האט קרית יואל אריין געשטעלט א נייע געזעץ, אז יעדע דיוועלאפער וואס בויעט פרישע דיוועלאפמענטס. דארפן זעהן ברייטער צו מאכן די ראודס כדי ס׳זאל נישט ציקומען צו קיין סכנות ח״ו, און אזוי אויך אז די טרעפיק זאל קענען פארן בעסער און גרינגער.

וואס איז ליידער אבער דורך דעם צוגעקומען א גרויסע אישו א דאנק געוויסע דיוועלאפערס.

די דיוועלאפערס האבן זיך גענימען און אנגעהויבן טוהן זאכן וואס זיי מוזן טוהן ווי למשל ברייטער מאכן געגענטער. אבער איגנארירן די פאקט וואס קומט ארויס דורך דעם אין די טאון אף מאנראו.

צו פארשטיין:
ביי ריזשן ווי מ׳האט אויפגעמאכט ביי רעיוואוד אדער די זעלבע זאך ביי די נייע דיוועלאפמענט וואס ווערט געבויעט ביי סעווען ספרינגס מאונטען ראוד און אזוי אויך ביי פארעסט וכדומה, איז ברייטער געווארן די ראוד און דעיס איז די שטארקייט פון די ווילעדזש אין קרית יואל.
אבער אין די רגע וואס הייבט אן צו גיין צו די גאסן פון טאון אף מאנראו, ווי די גאסן זענען שמעלער. ווערט עס אלץ א סכנהדיג פלאץ וואס שטעלט אריין די געפאר פון אונזערע קינדער יעדן איינציגסטן טאג.
אזוי ווי אונז קענען אלע זעהן ביי 101 פארעסט אין קרית יואל וואס האט ברייטערע גאסן וואס די דיוועלאפערס האבן איבער געמאכט און ווערט קאנעקטעט צו וואודבארי וואס איז קלענער די גאסן.

איצט, וויבאלד קרית יואל האט נישט די כוחות צו פארלאנגען די טאון אף מאנראו ברייטערע גאסן, שטעלט עס אריין די לעבן אין א באלדיגע געפאר.

איז ברוך השם אויפגענימען געווארן די פרייליכע נייעס אז די טאון אף מאנראו דורך א איינצעלע מיטינג אינטער די פירערשאפט דורך די יודן פריינט און אונזער קאנדידאט דאורי האול. ארויס שטעלנדיג א האלד אז אלע נייע דיוועלאפמענטס קענען נישט ווייטער בויען ביז ווילאנג זיי קומען זיך נישט דורך מיטן טאון אף מאנראו און אזוי זיכער צו מאכן אז אונזערע קינדער קענען זיך פילן פארזיכערט און קומען חלילה נישט צו צו קיין סכנות.

מיט דעי גוטע נייעס לאמיר האפן אז אינזערע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און זאלן ח״ו נישט צוקומען צו קיין סכנה און אינזערע קאנדידאטן זאלן קענען ווייטער ארבעטן פאר אונז און פאר אינזערע קינדער בס״ד
https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 533

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am א גוט מארגען טייערע חברים!

באקומען אויף א גרופע, איך ברענג עס נאר נאך, איך וויל נאך ענטפערן דעם קטן אבער די צייט ערלויבט עס נישט יעצט, העמיר זען אפשר שפעטער...
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
קונטסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:44 pm
x 78

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך קונטסל »

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:45 am

אפשר האט עס געשריבן די זעלבער וואס שרייבט פאר די חילל שבת פייער דעפארמענט.... אדער סתם א גאגל טרענסעלעטער, איך גלייב נישט אנדערש.
אוועיטער
בן תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 784

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

אין היימשטאט פאריגע וואך איז געשטאנען אז אין בלומינגראוו זענען די פרייזן פון די גראונד אפ דירות געווארן רעדוצירט צו אינטער 300 א ספ.
איז עס די זעלבע זאך ווי דאס? אויב יא, פארוואס איז עס הערשט יעצט אין די נייעס, סתם א אדווטייזמענט? וויפיל איז געווען די אריגינעלע פרייזן פארן אראפלאזן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am א גוט מארגען טייערע חברים!
די חברים פונעם שרייבער קענען דאך נישט קיין אידיש...

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am תושבי קרית יואל נעמען אויף מיט גרויס באגריסעניש די פאזיטיווע שריט וואס איז געטוהן געווארן דורך די טאון אף מאנראו ובראושם אונזער געטרייע קאנדידאט דארי האול, אפציהיטן די זיכערקייט פון אונזערע קינדער דורך אומפאראנווארטליך דיוועלאפערס!

עעענדליך! ב"ה! כ'האב טאקע באמערקט דעם שבת די שטאט איז פרייליך, נישט געכאפט פארוואס! יעצט פארשטיי איך. ווייל דארי האולל האט ב"ה געעפנט א קאורט קלאגע קעגן די שרעקליכע ראוד אויסברייטערונג מיט וואס חיים נחום ווערצבערגער האט געוואלט פארקריפלען פארעסט ראוד!

ששון ושמחה ליהודים.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am אזוי ווי יעדער פון אונז ווייסן האט קרית יואל אריין געשטעלט א נייע געזעץ, אז יעדע דיוועלאפער וואס בויעט פרישע דיוועלאפמענטס. דארפן זעהן ברייטער צו מאכן די ראודס כדי ס׳זאל נישט ציקומען צו קיין סכנות ח״ו, און אזוי אויך אז די טרעפיק זאל קענען פארן בעסער און גרינגער.

וואס איז ליידער אבער דורך דעם צוגעקומען א גרויסע אישו א דאנק געוויסע דיוועלאפערס.

די דיוועלאפערס האבן זיך גענימען און אנגעהויבן טוהן זאכן וואס זיי מוזן טוהן ווי למשל ברייטער מאכן געגענטער. אבער איגנארירן די פאקט וואס קומט ארויס דורך דעם אין די טאון אף מאנראו.
בערך אזא סכנה ווי עס קומט ארויס ווען די ווילעדזש באסעס פארן אריבער א טאון ראוד רח"ל אנצוקומען צו וואלמארט, ה"י. א שרעקליכע אומפאראנוטווארטליכקייט פון וואס טאוני קארדאון מיט דארי האולל קענען נישט רואיג שלאפן דערפון דעריבער גיבן זיי ארויס גזירות דערויף.

שוין אפגערעדט פון דעם אז איינמאל דאס ווערט מסודר, גייט דער טאון אנהייבן איבערבויען די קרית יואלע גאסן וואס ווערן אפעקטירט פון די הונדערטער טאון איינוואוינער וועלכע פארן אריין אין קרית יואל יעדן טאג, און דער טאון וועט ביישטייערן פאר טרעפיק אימפראוומענטס וואס זייערע שטייערצאלער מאכן אן. דאס איז זעלבסטפארשטענדליך.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am צו פארשטיין:
ביי ריזשן ווי מ׳האט אויפגעמאכט ביי רעיוואוד אדער די זעלבע זאך ביי די נייע דיוועלאפמענט וואס ווערט געבויעט ביי סעווען ספרינגס מאונטען ראוד און אזוי אויך ביי פארעסט וכדומה, איז ברייטער געווארן די ראוד און דעיס איז די שטארקייט פון די ווילעדזש אין קרית יואל.
אבער אין די רגע וואס הייבט אן צו גיין צו די גאסן פון טאון אף מאנראו, ווי די גאסן זענען שמעלער. ווערט עס אלץ א סכנהדיג פלאץ וואס שטעלט אריין די געפאר פון אונזערע קינדער יעדן איינציגסטן טאג.
נישט נאר אונזערע קינדער, נאר אויך די קינדס קינדער עד סוף כל הדורות. ווי עס זעט זיך אן במציאות פאר די לעצטע 54 יובל'עך.

די רוזשין ראוד איז דאך געווען אפן פאר עטליכע חדשים, און ווי יעדער האט געזען איז געווען דארט ממש פחד פחדים.... קארס זענען געפארן א מחי', אפילו באסעס אויך, ס'איז רח"ל געווען ממש א גן עדן פאר אלע ביידע זייטן, אפילו די רעיוואד איינוואוינער האבן מורא'דיג הנאה געהאט ר"ל!... ביז קארדאון איז אנגעקומען אהין צוליב א אנדערע ווייאלעישן פון א רעיוואד איינוואוינער און באמערקט די געוואלדיגע סכנות... און גלייך געשריבן אן ארדער צו אפשפארן דעם ראוד.

א שאצונג פון 5 לעבנס א טאג ווערן אצינד געראטעוועט.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am אזוי ווי אונז קענען אלע זעהן ביי 101 פארעסט אין קרית יואל וואס האט ברייטערע גאסן וואס די דיוועלאפערס האבן איבער געמאכט און ווערט קאנעקטעט צו וואודבארי וואס איז קלענער די גאסן.

איצט, וויבאלד קרית יואל האט נישט די כוחות צו פארלאנגען די טאון אף מאנראו ברייטערע גאסן, שטעלט עס אריין די לעבן אין א באלדיגע געפאר.

101 פארעסט ברייטערע גאסן? וואו? וואס? בלויז איין אומלעגאלע זאל אן קיין שייכות צו גארנישט מהנ"ל.

וועלכע טויש מצד וואודבורי וואלט דא געהאלפן? ס'טע געהערט... ניטאמאל קלעבט איין ליגנט צום דריטן.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am איז ברוך השם אויפגענימען געווארן די פרייליכע נייעס אז די טאון אף מאנראו דורך א איינצעלע מיטינג אינטער די פירערשאפט דורך די יודן פריינט און אונזער קאנדידאט דאורי האול. ארויס שטעלנדיג א האלד אז אלע נייע דיוועלאפמענטס קענען נישט ווייטער בויען ביז ווילאנג זיי קומען זיך נישט דורך מיטן טאון אף מאנראו און אזוי זיכער צו מאכן אז אונזערע קינדער קענען זיך פילן פארזיכערט און קומען חלילה נישט צו צו קיין סכנות.

מיט דעי גוטע נייעס לאמיר האפן אז אינזערע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און זאלן ח״ו נישט צוקומען צו קיין סכנה און אינזערע קאנדידאטן זאלן קענען ווייטער ארבעטן פאר אונז און פאר אינזערע קינדער בס״ד
https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb
די שמחה איז עד אין לשער.

נאר איין אישו. מען האט אלעמאל אלעס קאלאבארירט מיט'ן טאון, די פארעסט ראוד איז אריבער אלע פראצעדורן, און ס'שטייט פיקס גרייט צו ווערן געמאכט, בעסער געזאגט ס'האלט אינמיטן! נאר די טאון האט עס אפגעשטעלט מיט די טענה אז ס'איז זייערס און זיי לאזן עס נישט אימפראוון. פראסט און פשוט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1945
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4644

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

@דער תהלים איד

אייזן שטארק!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 759
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 843

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

קונטסל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 12:24 pm
לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:45 am
לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am א גוט מארגען טייערע חברים!

תושבי קרית יואל נעמען אויף מיט גרויס באגריסעניש די פאזיטיווע שריט וואס איז געטוהן געווארן דורך די טאון אף מאנראו ובראושם אונזער געטרייע קאנדידאט דארי האול, אפציהיטן די זיכערקייט פון אונזערע קינדער דורך אומפאראנווארטליך דיוועלאפערס!

אזוי ווי יעדער פון אונז ווייסן האט קרית יואל אריין געשטעלט א נייע געזעץ, אז יעדע דיוועלאפער וואס בויעט פרישע דיוועלאפמענטס. דארפן זעהן ברייטער צו מאכן די ראודס כדי ס׳זאל נישט ציקומען צו קיין סכנות ח״ו, און אזוי אויך אז די טרעפיק זאל קענען פארן בעסער און גרינגער.

וואס איז ליידער אבער דורך דעם צוגעקומען א גרויסע אישו א דאנק געוויסע דיוועלאפערס.

די דיוועלאפערס האבן זיך גענימען און אנגעהויבן טוהן זאכן וואס זיי מוזן טוהן ווי למשל ברייטער מאכן געגענטער. אבער איגנארירן די פאקט וואס קומט ארויס דורך דעם אין די טאון אף מאנראו.

צו פארשטיין:
ביי ריזשן ווי מ׳האט אויפגעמאכט ביי רעיוואוד אדער די זעלבע זאך ביי די נייע דיוועלאפמענט וואס ווערט געבויעט ביי סעווען ספרינגס מאונטען ראוד און אזוי אויך ביי פארעסט וכדומה, איז ברייטער געווארן די ראוד און דעיס איז די שטארקייט פון די ווילעדזש אין קרית יואל.
אבער אין די רגע וואס הייבט אן צו גיין צו די גאסן פון טאון אף מאנראו, ווי די גאסן זענען שמעלער. ווערט עס אלץ א סכנהדיג פלאץ וואס שטעלט אריין די געפאר פון אונזערע קינדער יעדן איינציגסטן טאג.
אזוי ווי אונז קענען אלע זעהן ביי 101 פארעסט אין קרית יואל וואס האט ברייטערע גאסן וואס די דיוועלאפערס האבן איבער געמאכט און ווערט קאנעקטעט צו וואודבארי וואס איז קלענער די גאסן.

איצט, וויבאלד קרית יואל האט נישט די כוחות צו פארלאנגען די טאון אף מאנראו ברייטערע גאסן, שטעלט עס אריין די לעבן אין א באלדיגע געפאר.

איז ברוך השם אויפגענימען געווארן די פרייליכע נייעס אז די טאון אף מאנראו דורך א איינצעלע מיטינג אינטער די פירערשאפט דורך די יודן פריינט און אונזער קאנדידאט דאורי האול. ארויס שטעלנדיג א האלד אז אלע נייע דיוועלאפמענטס קענען נישט ווייטער בויען ביז ווילאנג זיי קומען זיך נישט דורך מיטן טאון אף מאנראו און אזוי זיכער צו מאכן אז אונזערע קינדער קענען זיך פילן פארזיכערט און קומען חלילה נישט צו צו קיין סכנות.

מיט דעי גוטע נייעס לאמיר האפן אז אינזערע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און זאלן ח״ו נישט צוקומען צו קיין סכנה און אינזערע קאנדידאטן זאלן קענען ווייטער ארבעטן פאר אונז און פאר אינזערע קינדער בס״ד
https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb
באקומען אויף א גרופע, איך ברענג עס נאר נאך, איך וויל נאך ענטפערן דעם קטן אבער די צייט ערלויבט עס נישט יעצט, העמיר זען אפשר שפעטער...
אפשר האט עס געשריבן די זעלבער וואס שרייבט פאר די חילל שבת פייער דעפארמענט.... אדער סתם א גאגל טרענסעלעטער, איך גלייב נישט אנדערש.
איך קען די שרייבער...
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1945
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4644

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:44 pm
קונטסל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 12:24 pm
לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:45 am

באקומען אויף א גרופע, איך ברענג עס נאר נאך, איך וויל נאך ענטפערן דעם קטן אבער די צייט ערלויבט עס נישט יעצט, העמיר זען אפשר שפעטער...
אפשר האט עס געשריבן די זעלבער וואס שרייבט פאר די חילל שבת פייער דעפארמענט.... אדער סתם א גאגל טרענסעלעטער, איך גלייב נישט אנדערש.
איך קען די שרייבער...
דיין טאטע ווייסט אז דו דרייסטיך מיט אזעכע חברים?!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1176
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שכוח. קלאר. איך ווייס נישט ווער עס איז דער שרייבער, אבער איך ווייס אז עס איז דא געוויסע (בני עשרים וחמש) וואס האבן זייער ליב די רעפובליקאנע, און כדי צו ראטעווען אידישקייט... זענען זיי ארום דאהי אין כולל אויפטרייבן געלט שטיצע פאר דארי האול פאר סענאט... קוקט אויס עפעס א אנשיקעניש. לכאורה האט עס שייכות, אזוי פארשטיי איך.
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 348
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 246

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am א גוט מארגען טייערע חברים!

בס״ד
https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb
דער לינק פירט צו א גרופע מיט נאמען. כהאף דא קומט נישט קיין שמוציגע קאמפיין ווי אינעם דערנעבענדיגן מאנסי.
פיילס
Screenshot_20240825_161300_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20240825_161300_WhatsAppBusiness.jpg (38.04 KiB) געזען געווארן 694 מאל
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 533

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:13 pm
לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am א גוט מארגען טייערע חברים!

בס״ד
https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb
דער לינק פירט צו א גרופע מיט נאמען. כהאף דא קומט נישט קיין שמוציגע קאמפיין ווי אינעם דערנעבענדיגן מאנסי.
זיי ווילן, אבער ב"ה תושבי קרית יואל (אלע דריי סאטמאר) זענען קלוגער פון דעם...
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 270
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 533

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:01 pm
לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am א גוט מארגען טייערע חברים!
די חברים פונעם שרייבער קענען דאך נישט קיין אידיש...

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am תושבי קרית יואל נעמען אויף מיט גרויס באגריסעניש די פאזיטיווע שריט וואס איז געטוהן געווארן דורך די טאון אף מאנראו ובראושם אונזער געטרייע קאנדידאט דארי האול, אפציהיטן די זיכערקייט פון אונזערע קינדער דורך אומפאראנווארטליך דיוועלאפערס!

עעענדליך! ב"ה! כ'האב טאקע באמערקט דעם שבת די שטאט איז פרייליך, נישט געכאפט פארוואס! יעצט פארשטיי איך. ווייל דארי האולל האט ב"ה געעפנט א קאורט קלאגע קעגן די שרעקליכע ראוד אויסברייטערונג מיט וואס חיים נחום ווערצבערגער האט געוואלט פארקריפלען פארעסט ראוד!

ששון ושמחה ליהודים.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am אזוי ווי יעדער פון אונז ווייסן האט קרית יואל אריין געשטעלט א נייע געזעץ, אז יעדע דיוועלאפער וואס בויעט פרישע דיוועלאפמענטס. דארפן זעהן ברייטער צו מאכן די ראודס כדי ס׳זאל נישט ציקומען צו קיין סכנות ח״ו, און אזוי אויך אז די טרעפיק זאל קענען פארן בעסער און גרינגער.

וואס איז ליידער אבער דורך דעם צוגעקומען א גרויסע אישו א דאנק געוויסע דיוועלאפערס.

די דיוועלאפערס האבן זיך גענימען און אנגעהויבן טוהן זאכן וואס זיי מוזן טוהן ווי למשל ברייטער מאכן געגענטער. אבער איגנארירן די פאקט וואס קומט ארויס דורך דעם אין די טאון אף מאנראו.
בערך אזא סכנה ווי עס קומט ארויס ווען די ווילעדזש באסעס פארן אריבער א טאון ראוד רח"ל אנצוקומען צו וואלמארט, ה"י. א שרעקליכע אומפאראנוטווארטליכקייט פון וואס טאוני קארדאון מיט דארי האולל קענען נישט רואיג שלאפן דערפון דעריבער גיבן זיי ארויס גזירות דערויף.

שוין אפגערעדט פון דעם אז איינמאל דאס ווערט מסודר, גייט דער טאון אנהייבן איבערבויען די קרית יואלע גאסן וואס ווערן אפעקטירט פון די הונדערטער טאון איינוואוינער וועלכע פארן אריין אין קרית יואל יעדן טאג, און דער טאון וועט ביישטייערן פאר טרעפיק אימפראוומענטס וואס זייערע שטייערצאלער מאכן אן. דאס איז זעלבסטפארשטענדליך.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am צו פארשטיין:
ביי ריזשן ווי מ׳האט אויפגעמאכט ביי רעיוואוד אדער די זעלבע זאך ביי די נייע דיוועלאפמענט וואס ווערט געבויעט ביי סעווען ספרינגס מאונטען ראוד און אזוי אויך ביי פארעסט וכדומה, איז ברייטער געווארן די ראוד און דעיס איז די שטארקייט פון די ווילעדזש אין קרית יואל.
אבער אין די רגע וואס הייבט אן צו גיין צו די גאסן פון טאון אף מאנראו, ווי די גאסן זענען שמעלער. ווערט עס אלץ א סכנהדיג פלאץ וואס שטעלט אריין די געפאר פון אונזערע קינדער יעדן איינציגסטן טאג.
נישט נאר אונזערע קינדער, נאר אויך די קינדס קינדער עד סוף כל הדורות. ווי עס זעט זיך אן במציאות פאר די לעצטע 54 יובל'עך.

די רוזשין ראוד איז דאך געווען אפן פאר עטליכע חדשים, און ווי יעדער האט געזען איז געווען דארט ממש פחד פחדים.... קארס זענען געפארן א מחי', אפילו באסעס אויך, ס'איז רח"ל געווען ממש א גן עדן פאר אלע ביידע זייטן, אפילו די רעיוואד איינוואוינער האבן מורא'דיג הנאה געהאט ר"ל!... ביז קארדאון איז אנגעקומען אהין צוליב א אנדערע ווייאלעישן פון א רעיוואד איינוואוינער און באמערקט די געוואלדיגע סכנות... און גלייך געשריבן אן ארדער צו אפשפארן דעם ראוד.

א שאצונג פון 5 לעבנס א טאג ווערן אצינד געראטעוועט.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am אזוי ווי אונז קענען אלע זעהן ביי 101 פארעסט אין קרית יואל וואס האט ברייטערע גאסן וואס די דיוועלאפערס האבן איבער געמאכט און ווערט קאנעקטעט צו וואודבארי וואס איז קלענער די גאסן.

איצט, וויבאלד קרית יואל האט נישט די כוחות צו פארלאנגען די טאון אף מאנראו ברייטערע גאסן, שטעלט עס אריין די לעבן אין א באלדיגע געפאר.

101 פארעסט ברייטערע גאסן? וואו? וואס? בלויז איין אומלעגאלע זאל אן קיין שייכות צו גארנישט מהנ"ל.

וועלכע טויש מצד וואודבורי וואלט דא געהאלפן? ס'טע געהערט... ניטאמאל קלעבט איין ליגנט צום דריטן.

לך לך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:43 am איז ברוך השם אויפגענימען געווארן די פרייליכע נייעס אז די טאון אף מאנראו דורך א איינצעלע מיטינג אינטער די פירערשאפט דורך די יודן פריינט און אונזער קאנדידאט דאורי האול. ארויס שטעלנדיג א האלד אז אלע נייע דיוועלאפמענטס קענען נישט ווייטער בויען ביז ווילאנג זיי קומען זיך נישט דורך מיטן טאון אף מאנראו און אזוי זיכער צו מאכן אז אונזערע קינדער קענען זיך פילן פארזיכערט און קומען חלילה נישט צו צו קיין סכנות.

מיט דעי גוטע נייעס לאמיר האפן אז אינזערע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און זאלן ח״ו נישט צוקומען צו קיין סכנה און אינזערע קאנדידאטן זאלן קענען ווייטער ארבעטן פאר אונז און פאר אינזערע קינדער בס״ד
https://chat.whatsapp.com/D7tyTvOyIyuLvAeZISolBb
די שמחה איז עד אין לשער.

נאר איין אישו. מען האט אלעמאל אלעס קאלאבארירט מיט'ן טאון, די פארעסט ראוד איז אריבער אלע פראצעדורן, און ס'שטייט פיקס גרייט צו ווערן געמאכט, בעסער געזאגט ס'האלט אינמיטן! נאר די טאון האט עס אפגעשטעלט מיט די טענה אז ס'איז זייערס און זיי לאזן עס נישט אימפראוון. פראסט און פשוט.
זייער קלאר, יישר כח פארן ענטפערן אזוי דארף איך נישט געבן מיין צוויי צענט (איך גיי נאך ענטפערן וועגן דעם קטן אבער שפעטער)
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3050
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3411

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

ק''פ

פרישע צוויי טויזענט דירות ווערט יעצט געבויט ביי ביידע זייטן אין קרית יואל - שכונת ויואל משה, קארלסבורג.

ביידע פראיעקטן פאר 300 דאלאר א סקווער פיס!!!

דאס איז חוץ די פולע בויערס וואס האבן זיך שוין צוגעשטעלט צו די תקנה אפילו נאכן באקומען פערמיטס!!

ייש''כ רבינו הגה''ק מרא דאתרא שליט''א פארן שטייען על המשמר אין לינדערן די דירות קריזיס!!!
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1945
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4644

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אשריך עיר הקודש קרית יואל!!

וואויל פאר א שטאט מיט אזא מרא דאתרא וואס נעמט צום הארצן די געברויכן פון שטאט, בגשמיות ווי ברחניות!!

וואויל פאר א שטאט וואס די וואס שטעלן צו די גשמיות'דיגע געברויכן זענען אזעלכע אנשי חסד!!

וואויל פאר א שטאט מיט אזא ווילעדזש פירערשאפט וואס מיינט דעם טובה פונעם ציבור!!

וואויל איז די חלק פון הנגיד החסיד ר' עקיבא הערש קליין, וועלכע האט יעצט צום צווייטן מאל ארויסגעבעילט קרית יואל פון א דירות קריזיס!!

אשריך קרית יואל! אשריך רבי עקיבא!!

תושבי קרית יואל זענען שפראכלאז!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1945
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4644

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אויפ'ן וועג ארויס פון טיש האב איך געטראפן א אינגערמאן, ער האט געהאט טרערן אין די אויגן! קיין גוזמא! טרערן אין די אויגן!

ער זאגט מיר "איך האב שוין לאנג אויפגעגעבן אויף קויפן א דירה... אבער יעצט גלייב איך שוין אז דירות פרייזן גייען טאקע פאלן! עקיבא הערש האט נאכאמאל געראטעוועט קרית יואל!"

איך געדענק נישט ווען א נייעס האט מיר אזוי איבערגענומען וואס דאס. עס איז אומבאגרייפליך ווי דער איד טראסקעט אוועק פון זיך מיליאנען במספר גדול לטובת הציבור!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פראנקרייך
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 11:25 pm
x 29

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פראנקרייך »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 11:59 pm ק''פ

פרישע צוויי טויזענט דירות ווערט יעצט געבויט ביי ביידע זייטן אין קרית יואל - שכונת ויואל משה, קארלסבורג.

ביידע פראיעקטן פאר 300 דאלאר א סקווער פיס!!!

דאס איז חוץ די פולע בויערס וואס האבן זיך שוין צוגעשטעלט צו די תקנה אפילו נאכן באקומען פערמיטס!!

ייש''כ רבינו הגה''ק מרא דאתרא שליט''א פארן שטייען על המשמר אין לינדערן די דירות קריזיס!!!
וועלכע נאך בויער האט זיך שוין צי געשטעלט צי די תקנות?
אוועיטער
בן תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 784

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

פראנקרייך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:25 am
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 11:59 pm ק''פ

פרישע צוויי טויזענט דירות ווערט יעצט געבויט ביי ביידע זייטן אין קרית יואל - שכונת ויואל משה, קארלסבורג.

ביידע פראיעקטן פאר 300 דאלאר א סקווער פיס!!!

דאס איז חוץ די פולע בויערס וואס האבן זיך שוין צוגעשטעלט צו די תקנה אפילו נאכן באקומען פערמיטס!!

ייש''כ רבינו הגה''ק מרא דאתרא שליט''א פארן שטייען על המשמר אין לינדערן די דירות קריזיס!!!
וועלכע נאך בויער האט זיך שוין צי געשטעלט צי די תקנות?
יוסף יוזפא לאנדא
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 680
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1039

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

די רבי האט געווארפן פיר באמבעלעך און עטליכע קארגע מינוטן. האפענטליך וועט דאס זיין די ענטגילטיגע נאדל שטאך און די שרעקליכע דירות קריזיס אדער בעסער געזאגט שטחים קריזיס.

1. די דירות פרייז אין קרית יואל איז 300 א סקווער פיס וואס איז גענוג צו מאכן שיין געלט, נאר דעוועלאפערס וואס נעמען עס אונטער באקומען עפראוועלס.

2. הרה"ח בונה ומקים ר' עקיבא הערש קליין הי"ו שענקט מרצונו הטוב - טראצדעם וואס ער האט שוין אלע נויטיגע עפראוועלס - אלע פארליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה פאר 300 א סקווער פיס פאר ענד יוזערס.

3. די ועד הקרי' שטח אויף קארלסבורג מיט שטח צי בויען 1,000 דירות שטייט צי פארקויפן פאר דעוועלאפערס וואס זענען גרייט צי פארקויפן פאר 300 א סקווער פיס.

4. די ווילידש ארבעט אויף אנעקסעישן, עס וועלן ווערן אריינגענומען אין די אפליקאציע שטחים וואס די בעלי בתים נעמען זיך אונטער צי פארקויפן פאר 300 א סקווער פיס.

ברוך שמסר עולמו לשומרים.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הקריה אימעיל

אומגלויבליך ברעכנדע נייעס אין עיר הקודש קרית יואל:

מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו שליט"א איז מכריז אויף 2,000 גאָר ביליגע דירות אין די סאַמע צענטערן פון די גאַנצע שטאָט!

- 1 -

אַסטראָנאָמישע נדבה פון הטפסר המרומם ר' עקיבא צבי קליין הי"ו צו שענקען אלע פרישע "1,000" דירות אין שכונת ויואל משה פאר בלויז $300 א סקווער פיס!

על אף: וואס דער "ועד הדירות" אפמאך צו פאדערן פון דעוועלאפער צו שניידן קאסטן און בויען פאר בלויז $300 א סקווער פיס איז געווידמעט בלויז פאר די וואס האבן נאכנישט קיין "סייט פלענס"
על אף: וואס "שכונת ויואל משה" האט פארקויפט א ריזן סכום פון 744 דירות פאר בלויז ארום "$200 א בילדעד סקווער פיס", פיל אונטער די מארקעט פרייז

על אף: וואס די 744 דירות זענען אריבער א קאוויד-סומאטוכע וואס האט געברענגט אז די אלע וועלכע האבן געצאלט טייער פאר לאנד האבן זייערע הוצאות דערגרייכט ביז כמעט $300 'קאסט' צו בויען א בילדעד סקווער פיס, און ר' עקיבא צבי נ"י איז געווען פון די איינציגסטע צו נעמען די שאדן אויף זיך און געקלאוזט פאר $200-$250 א סקווער פיס, פיל אונטער די קאסט פרייז (!!), אויף 744 דירות אין 'שכונת ויואל משה' און 253 דירות אין 'עיקערס ענקלעיוו'

על אף: טראץ וואס נאך הונדערטער דירות אין די דערמאנטע דעוועלאפמענטס בויען זיך יעצט פאר "אונטער קאסט פרייז" און דער דעוועלאפער האלט זיך צום קאנטראקט און בעט נישט צו קיין געלט

דאָך האט ר' עקיבא צבי לבקשתו הנמרצה פון מרן רבינו שליט"א געענטפערט 'הנני', און באַוויליגט צו אויפגעבן אויף רוב רווחים פון די פאַרבליבענע 1,000 דירות אין שכונת ויואל משה, לעשות נחת רוח לרביה"ק מייסד הקרי' וממלא מקומו מרן רבינו שליט"א!

וזאת הברכה אשר ברכו מרן רבינו שליט"א: "דער אויבערשטער וועט דיר באצאלן צו פארדינען גענוג ריוח ביי די איבריגע ריזיגע געשעפטן! דער זכות וועט דיר ביישטיין בזה ובבא!"

- 2 -

ועד הקרי' שע"י מוסדות קרית יואל שענקען אַוועק דעם ריזן שטח אויף "קאַרלסבורג" צו בויען נאך קרוב צו 1,000 אַפאָרדעבל דירות!

ריזיגער שטח וועלכע האלט שוין אינמיטן די "אינפראסטרוקטור ארבעט" דורכ'ן ועד הקרי', וועט געגעבן ווערן פאר אן אויסנאם ביליגער פרייז אז דער דעוועלאפער זאל בויען דערויף דירות לויט די נייע סטאנדארטן פאר די נייע פרייזן פון $300 א סקווער פיס

אַסטראָנאָמישע דעזיגנירונג מטעם די ועד הקרי' ספעציעל געווידמעט אַז אנשי שלומינו זאָלן בע"ה קענען צוקומען צו אַ גאָר ביליגע דירה דאָ בתוככי עיר הקודש!

דער דראמאטישער הכרזה ברענגט צו א נייע עפאכע, אז "קרית יואל" וועט ווידער זיין דער סימבאל פון סערוויס לטובת הציבור, מיט'ן כח פונעם שטאטישער הנהגה רוחני וגשמי וועלכע רוט נישט א רגע און טוט אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטאנד ברענגען די גרעסטע היסטארישע פראיעקטן לטובת הציבור, כן יעזור ה' להלאה!

די פרישע נייעס מיט די טויזנטער ביליגע דירות, באדייט בע"ה א ריזן אויסוואל פון "אפארדעבל דירות" פאר יעדן תושב העיר וועלכע וויל טרעפן א דאך איבערן קאפ, דאס הייסט אז ער איז נישט קיין אינוועסטאר וואס זוכט צו פארדינען וכדומה נאר ער קויפט א דירה "פאר זיך צום וואוינען", און אזוי אויך אן קיין איבריגע לוקסוס און היינטיגע צוגעלייגטע סטאנדארטן.

ווי דער חשוב'ער דעוועלאפער ר' עקיבא הערש האט קלארגעמאכט ביים רבי'ן אין שטוב, וועט ער נישט בויען מיט קיין ביליגע מאטרעאל, און אפילו נישט שניידן סיי וועלכע זאך וואס מען קען נישט שפעטער צולייגן, ווי 9 פיסיגע דאך, עיר קאנדישאן ליינס, און דאס גלייכן, און בכלל וויל ער דוקא יא בויען לויט די בארימטע "אפסקעיל דעוועלאפערס" סטאנדארטן, נוסח ר' עקיבא הערש, "די בעסטע פאר די ביליגסטע" דויערהאפטיג גוט מיט געשמאק. אז מען דארף שניידן הוצאות וועט עס נאר גיין אויף איבריגע זאכן וואס יעדער קען שפעטער מיט די יארן צולייגן לויט זיין אייגענע מצב און יכולת, ווי ספאט לייטס, גרעניט קאונטער טאפס, און אנדערע לוקסוס און עקסטערס.

ביי די דברות קודש היינט נאכט האט דער רבי מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זי"ע האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!), און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס.

דאן האט דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט ער אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און ער איז געקומען צו די הכרה אז מען קען בויען אפילו פאר $300 א סקווער פיס און מאכן שיין ריוח, דעריבער האט מען מסדר געווען אז דער ווילעדזש וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז, זאגנדיג אז דעוועלאפער מוז טאקע פארדינען שיין, ווייל ער לייגט אריין שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!

דא האט דער רבי צוגעלייגט אז אין שכונת ויואל משה האט הנגיד ר' עקיבא הערש קליין געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, נאך קאוויד, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען עטוואס העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה איבער פערמיטס זינט עס האט שוין אלע פערמיטס, אבער דאך – האט דער רבי אויסגעפירט – "איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!" און ער גייט פארקויפן די גאנצע איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז $300 א סקווער פיס!

דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט "צום וואוינען", אבער נישט אויב ער קויפט צו אינוועסטירן, און נאר פאר "תושבי קרית יואל". אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז פון $300 "אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה" אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז.
*

די נייעס איז געפאלן ווי א פריידיגע דונער אינמיטן א וואלקן, מאכנדיג אן אויסטערלישע שמחה איבער די גאנצע שטאט אז יא! קרית יואל האט נאך א כח הנהגה וואס קען באווייזן דאס אומגלויבליכע! ב"ה.

אין א צייט וואס די פרייזן שטייגן אזוי שרעקליך איבעראל און אין אלע הינזיכטן, און די פרייזן ביים קויפן א דירה קאסטן אזוי אז מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן און וויאזוי אנצוגיין מיט'ן לעבן, קען אין קרית יואל פאסירן אזא דורכברוך העכער אלע ערווארטונגען, און נישט בלויז פון ביליגע שטחים אינוועסטירער, נאר טאקע פון די וואס האבן שוין אזויפיל אוועקגעגעבן, טאקע פון די וואס האבן פארקויפט שווערע הונדערטער דירות אונטער די קאסט פרייז, טאקע די קענען נאך בע"ה נעמען די כוחות הקדושה און באווייזן צו טון רצון צדיק, און אויפגעבן אויף אזויפיל רווחים נאך אזויפיל הארעוואניע. אן אומגלויבליכער פאקט וואס רודערט אויף די שטאט מיט אויסטערלישע שמחה און אנערקענונג, און שרייט ארויס דעם כוחו וזכותו של אותו זקן מרן רביה"ק זיע"א מייסד הקרי'.

באזונדער איז דער לויב גאר גרויס פאר'ן געטרייער ועד הקרי', וואס איז אצינד מקדיש דעם גרויסן "קארלסבורג" שטח פאר א ריזן אפארדעבל פראיעקט, וואו די הנהלת הקרי' וועט געבן דעם לאט פאר גאר א ביליגע פרייזן פאר'ן דעוועלאפער וואס וועט דאס אהערשטעלן לויט די נייע ביליגע פרייזן און סטאנדארטן, אזוי אז אינאיינעם וועט זיין אזויפיל ווי 2,000 דירות בלויז פון די 2 פראיעקטן זעלבסט!

דער דורכברוך איז אויסטערליש. דער באדייט דערפון איז א דראמאטישער טראסק אינעם גאנצן לאקאלן דירות מארקעט, און טראץ וואס פרייזן זענען טאקע געשטיגן, מען קען טאקע היינט נישט פארקויפן פאר $200, און די וואס האבן דאס יא געטון האבן טאקע געמוזן אויפגעבן אויף רווחים, און היינט מוז מען שוין גיין מיט א מינימום פון $300, אבער די אינפלאציע קען מער נישט גיין בלי גבול! עס גייט נישט קענען זיין אז די פרייזן זאלן שטייגן יעדע האלבע יאר מיט נאך $50 אדער מער ח"ו. אלעס קומט אראפ צו א דראסטישע אנהויב מיט א ריזן טריט אויף צוריק! בס"ד. און נישט מיט א קליינע צאל דירות אויפ'ן מארקעט, נאר בע"ה מיט א ריזן אויסוואל פאר יעדן וואס זוכט באמת א דירה אויף צום וואוינען. תהילה לקל.

*

ביי די דברות קודש האט דער רבי אויך דערמאנט די געפלאנטע "אנעקסעישן" צו אריינברענגען נאך שטחים, זאגנדיג אז די דירות קאמיטע וואס איז עוסק אין די דירות פרייזן וועלן אויסשטעלן א תנאי פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם אפליקאציע פונעם ועד הקרי', און נאר ווער עס וועט זיך וועלן צושטעלן וועט קענען אריינקומען צום קרית יואל ווילעדזש.

דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז יעדער ווייסט אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, קומט אויס אז די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, דעריבער וועט די ועד אויסקלויבן נאר די וואס ווילן טאקע צושטעלן דירות פאר ביליגע פרייזן.

רבינו הקדוש בשמי מעל שעפט היינט א נחת רוח שלא היתה כמוהו! דאס האט דער רבי געוואלט! אזא שטאט, מיט אזא הנהגה, מיט אזעלכע עסקנים, מיט אזעלכע טפסרים, מיט אזעלכע אידישע הערצער, מיט אזא מאסיווע קייט פון פעולות חובקות זרועות עולם ומרעישות תבל לטובת חסידי סאטמאר ותושבי קרית יואל!

דרוקט צו הערן די דברות קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8126

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך בין געווען פארנומען פריער... יעצט קום איך אריין נאכ'ן זיך אביסל בארואיגן... אבער עכט איז שווער זיך צו בארואיגן.

ס'איז ממש אומגלויבליך.

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ברוך שלא השבית לנו גואל.
UTA
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 6:12 pm
x 35

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך UTA »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:43 am איך בין געווען פארנומען פריער... יעצט קום איך אריין נאכ'ן זיך אביסל בארואיגן... אבער עכט איז שווער זיך צו בארואיגן.

ס'איז ממש אומגלויבליך.

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

ברוך שלא השבית לנו גואל.
ווען בערך קען מען שוין קלויזען אויף דעם פרייז?
שרייב פאוסט