בלאט 95 פון 110
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:52 pm
דורך חלום חלמתי
דייטשע אינערן מיניסטער האט צוריקגענומען בירגערשאפט פון א פארשוין א טאג נאכן עס געבן פאר יענעם, נאכעדעם וואס דער יעניגער האט אינעם ערשטן טאג אלס דייטשער געפאוסט פראו כאמאס פראפעגאנדע. דער מיניסטער זאגט אז דער אורח האט געוויזן אז ער שעצט נישט די דייטשע פרינציפן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:54 pm
דורך חלום חלמתי
טוויטער'ס גראק האט צייטווייליג די-סעיבלד זייער אטאמאטישע איבערטייטשער צו עברית, נאכדעם וואס דער עי איי האט צופיל מאל איבערגעטייטשט ווערטער אויף א ווילדע שאנדפולע פארנעם
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:54 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 10:28 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:23 pm
אם....
אילאן מאסק איז פון די ענגע געלאדנטע ביים מארגענדיגע זיצונג צווישן פרינץ מוכאמאד בין סאלאמאן און פרעזידענט טראמפ...!
מאסק איז צוריק!
ערשטע בילדער פונעם פארטי
מאסק באדאנקט זיך פאר פרעזידענט טראמפ נאך דעם זיצונג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:55 pm
דורך חלום חלמתי
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:12 pm
טראמפ האט אונטערגעשריבן די עפשטיין-פיילס געזעץ. די אדמיניסטראציע איז יעצט פארפליכטעט צו פארעפנטליכן אלע אינפארמאציע ארום דער טעמע.
טראמפ מעלדט אז ער האט אונטערגעשריבן די רעזולוציע ארויסצוגעבן די דאקומענטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:57 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 16, 2025 8:40 pm
טראמפ זאגט פאר רעפארטער'ס אז מאמדאני וויל קומען אויף א זיצונג צום ווייסן הויז.
טראמפ מעלדט אז דער קאמענסטישע מעיאר מאמדאני וועט אים קומען באזוכן דעם פרייטאג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:09 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:02 am
לעגענדארע פאליטיקאנט דיק טשעיני איז געשטארבן אין עלטער פון 84 יאר, נאכן ליידן פון הארץ קאמפליקאציעס.
טשעיני איז געווען דער וויצע פרעזידענט אינטער פרעזידענט בוש דער צווייטער, און פריער אינטער בוש דער ערשטער האט ער געדינט אלס פארטיידיקונגס סעקרעטאר.
טשעיני האט געהאט דעם צו-נאמען אלס מלחמה ליבהאבער, ווארום אונטער זיין זייגער איז אמעריקע אריין בימי בוש הראשון צום ערשטן מאל אין איראק, און בימי בוש השיני צום צווייטן מאל אין א כאאטישע מלחמה וואס האט זיך געצויגן פאר צוואנציג יאר.
מארגן קומט פאר דעם געוועזענעם וויצע'ס לוי', און אין א מערקבארע שריט איז פרעזידענט טראמפ נישט געווארן איינגעלאדענט. קומט נאכדעם וואס טשעיני האט שטארק אראפגעריסן טראמפ פון ווען ער איז די ערשטע מאל געלאפן, און טראמפ האט זיך אסאך געהארגעט מיט דעם פאמיליע אריינגערעכנט געוועזענע קאנגרעספרוי ליז טשעיני. און טראמפ האט טאקע נישט ארויסגעשטעלט קיין סטעיטמענט נאך די פטירה.
געוועזענע פרעזידענט ביידען און פארשטייט זיך בוש וועלן זיין צווישן די באטייליגטע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm
דורך חלום חלמתי
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:14 pm
דורך חלום חלמתי
די FBI האט אנגעקלאגט פלארידע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מעקקארמיק פאר וואשן 5 מיליאן דאלער פון 'פימא', און ניצן די געלט פאר איר קאמפיין, און די רעשטע פאר טאשן געלט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:15 pm
דורך פעיק ניוז
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:55 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 10:12 pm
טראמפ האט אונטערגעשריבן די עפשטיין-פיילס געזעץ. די אדמיניסטראציע איז יעצט פארפליכטעט צו פארעפנטליכן אלע אינפארמאציע ארום דער טעמע.
טראמפ מעלדט אז ער האט אונטערגעשריבן די רעזולוציע ארויסצוגעבן די דאקומענטן.
די אויסדריקליכע ווערטער אין די מעסעדזש הייבט ערווארטונגען צום מאקסימום. לאמיר זען מה יולד.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:48 pm
דורך פעיק ניוז
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:38 pm
עפעס א געקעכטץ האט שוין טראקער קארליסאן פרובירט אפצוקאכן אבער די FBI שלעפט אים ארויס די לופט נאך ביים סטעי טונד פאוסט...
פרישע אינפארמאציע קומט ארויס, אז טאמאס קרוקס האט געהאט א מאסיווע סאציאלע מידיא אנוועזנהייט, וואו ער האט גערופן אומצוברענגען אידן און פאליטיקאנטן. ער האט אפן געשריבן אז די איינציגסטע וועג צו באקעמפן די רעגירונג איז דורך "טעראריזם סטיל אטאקעס", דעטאלירנדיג זיינע מעטאדן וועלכע ער האט געזען אלס מערסטע ווירקזאם: "שלייך אריין א באמבע אין א וויכטיגע געביידע און רייס עס אויף בעפאר איינער זעט דיר, שפיאניר נאך סיי וועלכע וויכטיגע מענטשן/פאליטיקאנטן/מיליטערישע פירער וכדומה און פרוביר זיי אומצוברענגען".
לויט די באריכטן זעט מען אין זיין סוירטש היסטערי, אז קרוקס געזוכט פאר וועגן וויאזוי צו בויען אייגן-געמאכטע באמבעס, ווי אויך זענען פארהאן ווידעאוס און בילדער ווי ער לערנט זיך צו שיסן מיט ביקסן ביי זיך אינדערהיים.
די באריכטן ווייסן אנצודייטן אז קרוקס איז מעגליך געווען א שעטנז מיטגליד, און איז דורכאויס די יארן געגאנגען פון הייס שטיצן פרעזידענט טראמפ ביז'ן ווערן זיינ'ס א פייערדיגן קעגנער.
די עף-בי-איי קומט אונטער גרויס קריטיק, סיי פאר'ן שפילן ביז יעצט ווי קרוקס האט כמעט נישט געהאט קיין אנוועזנהייט אנליין און דעריבער איז שווער צו כאפן זיינע מאטיוון, און סיי פארוואס זיי האבן פארזען זיינע אקטיוויטעטן בעפאר ער האט זיך ארויסגעלאזט אומברענגען דעם פרעזידענט. וואס זוכן זיי צו באהאלטן.
קאנגרעס מיטגלידער זענען גאר אויפגעברויזט אויף די עף-בי-איי פאר'ן שטערן זייער אויספארשונג, דורכ'ן זיי נישט געבן אלע עוועילעבל אינפארמאציע און זיי האלטן אין דער טונקל. פון ווייסן הויז, האט פרעסע סעקרעטאר לעוויט געפאדערט ענטפערס פון די עף-בי-איי און גערופן די ביורא ארויסצוגעבן אלע אינפארמאציע וועלכע זיי האבן איבער קרוקס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:19 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
טראמפ רופט פאר די ארעסט פון די דאזיגע פארעטער
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:35 am
דורך חלום חלמתי
אילאן מאסק האט צוטירט אזא קאמיקס קארטון אז ער האט גארנישט אויף די וועלט אן טראמפ...
ריגעלע ריגעלע רוגז...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:37 am
דורך חלום חלמתי
טראמפס שליח צו אוקריינא, קעילאג. האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן אין יאנואר.
ער איז געווען פון די שטארקע פראו אוקריינא אין די אדמיניסטראציע, און ער ארבעט יעצט אקטיוו אויף נאך א שלום אפמאך.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:39 am
דורך חלום חלמתי
א גוטע דזשאבס רעפארט איז היינט ערשיינען, זאגענדיג אז מען האט צוגעלייגט 119,000 דזשאבס אינעם לעצטן קווארטאל.
מער וואס מען האט פאראויסגעשאצט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:41 am
דורך חלום חלמתי
ווערט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער אמבאסאדאר צו מדנ'י מייק הוקאבי, האט זיך שטילערהייט געטראפן מיטן געוועזענע שפיאן יהונתן פאלארד צוריק אין יולי.
די באזוך האט אלאמירט די CIA וואס זענען נישט געווארן אינפארמירט בעפאר, און זענען געכאפט געווארן אין שאק
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:46 am
דורך חלום חלמתי
גאר לינקער פארשוין מיטן נאמען טשי אסא האט געמאלדן זיין קאנדידאטור צו פריימערי'ען קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס.
מאמדאני איז זייער בייז, און איז פערזענליך געגאנגען צו די DSA פארטיי זיצונג בעטן מען זאל אים נישט שטיצן, נישט ווילנדיג מאכן די ריס צווישן די מעסיגע דעמאקראטן און ליבעראלן ערגער. און לויט אים וועט דאס שטערן זיין אגענדע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:20 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:19 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
טראמפ רופט פאר די ארעסט פון די דאזיגע פארעטער
אפדעיט:ארעסט איז נישט געווען גענוג און טראמפ האט ווידער געטרוט אז פאר אזעלכע רשעים קומט זיך טויט שטראָף!
דאס האט אויפגעריסן אין לאנד און געפירט צו שווערע רעאקציע'ס פון אלע פארטייען, פעטערמאן פארדאמט, לאולער טענה'ט אז טראמפ איז גערעכט פארן זיך רעגן אבער מען טאר נישט אזוי רעדן, שומער פארלאנגט מער סעקיוריטי פאר די באטרעפענדע. וויבאלד מען קען נישט וויסן אין די היינטיגע אמעריקע אויב איינער וועט דאס נעמען ערנסט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:23 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:20 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:19 am
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
טראמפ רופט פאר די ארעסט פון די דאזיגע פארעטער
אפדעיט:ארעסט איז נישט געווען גענוג און טראמפ האט ווידער געטרוט אז פאר אזעלכע רשעים קומט זיך טויט שטראָף!
וואס???
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:24 pm
דורך חלום חלמתי
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:23 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:20 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 9:19 am
טראמפ רופט פאר די ארעסט פון די דאזיגע פארעטער
אפדעיט:ארעסט איז נישט געווען גענוג און טראמפ האט ווידער געטרוט אז פאר אזעלכע רשעים קומט זיך טויט שטראָף!
וואס???
כ'האב געקעקעצט?
וועלקאם צו די טראמפ וועלט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:25 pm
דורך נאסע שמאטעס
איך פארדיי עס נישט... העלף מיר ארויס... טויט?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:26 pm
דורך חלום חלמתי
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:25 pm
איך פארדיי עס נישט... העלף מיר ארויס... טויט?
נישט קיין קויל אין קאפ, טויט דורך הענגען....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:34 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:26 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:25 pm
איך פארדיי עס נישט... העלף מיר ארויס... טויט?
נישט קיין קויל אין קאפ, טויט דורך הענגען....
אה. ער רעדט אפשר פון די זאך וואס מ'לאזט נישט באריכטן געהעריג וועגן עפעס ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק? אקעי... כ'מיין אז ס'איז זייער שווער צו טאנצן דארט היינטיגע צייטן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:48 pm
דורך ChatGPT
וואס איז אומפארשטענדליך? איך גיי נישט בארעכטיגען טראמפס שפראך און מדות גרועות.
חלום חלמתי'ס באריכט וואלט זיך געדארפט אזוי ליינען;
א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו רופנדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן נישט אויסצופאלגן בעפעלן פון זייער גענעראלן און אויבערהארן, האלטנדיג אז די אדמיניסטראציע געט ארויס אומלעגאלע באפעלן.
זשארזש וואשינגטאן וואלט פארדעם געהאנגען... א זעלנער וועלכע פאלגט נישט אויס באפעלן, אדער איז מסית אנדערע נישט אויסצופאלגן, אפגעזעהן די סיבות, ווערט אזא איינער פארעכנט אין יעדע מדינה אלס דעפעקטירער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:54 pm
דורך פעיק ניוז
טרוקענערהייט האט טראמפ נישט אזוי שלעכט געזאגט בכלל. זעלנער וואס ווערן געפינען שולדיג אויף seditious אויפפירונג, קענען מעגליך באקומען טויט שטראף לויט'ן געזעץ. ווען א ציווילער טוט עס, קען ער באקומען לאנגע יארן טורמע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:54 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:34 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:26 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:25 pm
איך פארדיי עס נישט... העלף מיר ארויס... טויט?
נישט קיין קויל אין קאפ, טויט דורך הענגען....
אה. ער רעדט אפשר פון די זאך וואס מ'לאזט נישט באריכטן געהעריג וועגן עפעס ביים דזשארדזש וואשינגטאן בריק? אקעי... כ'מיין אז ס'איז זייער שווער צו טאנצן דארט היינטיגע צייטן
די דזשארדזש וואשינגטאן בריק איז טאקע א הענגעדיגע בריק...