בלאט 92 פון 146

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 3:41 am
דורך הדסים
קלאפן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:44 am
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:23 pm טראמפ גייט איר נישט אונטערברענגען. זי האט א באזע אונטער זיך, די באזע פון 'נעכטן הייסע מאגא שטיצער היינט הייסע מאגא סקעפטיקער'. טראמפ האט מער נישט די זאך אין האנט. די עפסטין סומאטוכע האט אויפגעשאקלט די באזע, פארפאלן.
קיינער אבער קיינער אינערהאלב די רעפאבליקאנער און ספעציעל אינער האלב מאגא וואס איז ארויס קעגן טראמפ (צ"ל וואס טראמפ איז ארויס קעגן אים) איז נישט אנגעקומען אין ערגעץ.
פינטל
טראמפ לאזט דיסעגריען אבער ביזן פארלירן די רעספעקט צו אים די רגע ער נעמט זיך איבער איינעם איז יענער אראפ פון די מאפע.
גראדע איז טראמפ זייער שנעל מוותר אויב בייגט מען זיך פאר אים און דעיס קען נאך געשען מיט פרוי גרין אבער דערווייל שטייט מען נישט דארט
טראמפ האט שוין אינטערגעברענגט קאנאנען פון נעמען וואס האבן געשאקעלט א וועלט און אלע אבער אלע וואס זענען גרויס כהיום איז עס ווייל זיי גייען אונטערן שפאן פונעם קעניג.
אפגערעדט פרוי גרין וואס איר גאנצע שטארקייט איז נאר אדאנק טראמפ און די זעלבע מיט אלע מאגא איפלוענסערס וואס מיינען די וועלט איז זייערס אויב וועלן זיי איבערציען דעם שטריק זענען זיי דערנאך.
מרס גרין איז דערנאך. פינטל.
מען זעט איר פארלוירנקייט ווי זי הייבט אן שפילן מה יפית'ניק(טע)...

איינער וואס רעדט זיך איין אז דעי סאמעטוכע דא וועט שאטן טראמפענען איז לכאורה ממש א גרינער אין פאליטיק (לכאורה בשעת די איראנער מלחמה איז יענער אויך געשלאפן ווייל דעמאלטס האבן אויך אסאך יונגע אנאליסטן פאראויסגעזאגט אז מאגא איז אווער והנה...)
קיינער וואס איז געווען מאגא ווי פרוי גרין, דהיינו מאגאאיזם וואס איז באשטאנען פון גלייבן אין קאנספיראציעס און קעמפן קעגן דיעפ סטעיט וכדו' וואס דאס איז געווען טראמפ'ס כח מיט נייע וויילער כידוע, איז נאך נישט ארויסגעטרעטן קעגן טראמפ.

קען זיין אז טראמפ וועט ווידעראמאל זיגן אבער קיין ראי' פון ביז היינט מיין איך אז מ'קען נישט ברענגען.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 3:44 pm
דורך פעיק ניוז
קלאפן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 12:44 am
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 11:23 pm טראמפ גייט איר נישט אונטערברענגען. זי האט א באזע אונטער זיך, די באזע פון 'נעכטן הייסע מאגא שטיצער היינט הייסע מאגא סקעפטיקער'. טראמפ האט מער נישט די זאך אין האנט. די עפסטין סומאטוכע האט אויפגעשאקלט די באזע, פארפאלן.
קיינער אבער קיינער אינערהאלב די רעפאבליקאנער און ספעציעל אינער האלב מאגא וואס איז ארויס קעגן טראמפ (צ"ל וואס טראמפ איז ארויס קעגן אים) איז נישט אנגעקומען אין ערגעץ.
פינטל
טראמפ לאזט דיסעגריען אבער ביזן פארלירן די רעספעקט צו אים די רגע ער נעמט זיך איבער איינעם איז יענער אראפ פון די מאפע.
גראדע איז טראמפ זייער שנעל מוותר אויב בייגט מען זיך פאר אים און דעיס קען נאך געשען מיט פרוי גרין אבער דערווייל שטייט מען נישט דארט
טראמפ האט שוין אינטערגעברענגט קאנאנען פון נעמען וואס האבן געשאקעלט א וועלט און אלע אבער אלע וואס זענען גרויס כהיום איז עס ווייל זיי גייען אונטערן שפאן פונעם קעניג.
אפגערעדט פרוי גרין וואס איר גאנצע שטארקייט איז נאר אדאנק טראמפ און די זעלבע מיט אלע מאגא איפלוענסערס וואס מיינען די וועלט איז זייערס אויב וועלן זיי איבערציען דעם שטריק זענען זיי דערנאך.
מרס גרין איז דערנאך. פינטל.
מען זעט איר פארלוירנקייט ווי זי הייבט אן שפילן מה יפית'ניק(טע)...

איינער וואס רעדט זיך איין אז דעי סאמעטוכע דא וועט שאטן טראמפענען איז לכאורה ממש א גרינער אין פאליטיק (לכאורה בשעת די איראנער מלחמה איז יענער אויך געשלאפן ווייל דעמאלטס האבן אויך אסאך יונגע אנאליסטן פאראויסגעזאגט אז מאגא איז אווער והנה...)
איך האב נישט געזאגט אז גרין גייט ערגעץ, אבער איר קאמפיין גייט שוין איינמאל ערגעץ. די שטילע מאגא רעוואלוציע פון די לעצטע פאר חדשים הייבט אן ארויסקומען אויפ'ן אויבערפלאך, און די ארויסטריט פון אזא מאגאאיסט ווי גרין איז די גרעסטע באווייז דערצו. טראמפ איז נאך קיינמאל נישט געווען אין א סיטואציע אין וועלכע זיינע הייסטע שטיצער זאלן אנהייבן צווייפלען אין אים אדער זיך אויסדרייען קעגן אים. דאס איז קלאר א רעזולטאט פון די עפשטיין סקאנדאל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:04 pm
דורך חלום חלמתי
אין איראן הערשט א שווערע וואסער מאנגל נאך א לענגערע עצירת גשמים, פרייזן פון וואסער איז ארויף מיט %100 און נאר 6 באטלעך פאר א משפּחה..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:09 pm
דורך חלום חלמתי
ניו יארקער מעיאר עדעמס האט באזיכט אין א"י, ווי ער האט ווידער אויסגעדריקט זיין נאנטשאפט צו די אידן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:11 pm
דורך חלום חלמתי
א טאג פאר טראמפ וועט אויפנעמען דעם סאודי אראביע פרינץ, זאגט טראמפ אין אוועל אפיס אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו פארקויפן F_35 סטעלט פליגער פאר סאודי אראביע. ''זיי זענען אונזערע פריינד...''

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:13 pm
דורך חלום חלמתי
אקסיאס באריכטעט אז טעד קרוז גרייט זיך צו אנאנסירן א פרעזידענטליכע קאמפיין, צילנדיג די אנטי טאקער קאנסערוואטיוון.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:14 pm
דורך חלום חלמתי
פיטסבורג פענסילוועניע איז די מערסט עפארדעבל סיטי אין אמעריקע, לויט א פרישע באריכט.

הייזער גייען צווישן 150 און 250 טויזנט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:16 pm
דורך חלום חלמתי
אויף די פראגע פון רעפארטערס פארוואס ער איז הייזעריג און צו ער איז אקעי; זאגט טראמפ אז ער האט געמיזט פריער מאכן קולות אויף געוויסע וואס זענען געווען סטופיד בנוגע טרעיד דיעלס...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:18 pm
דורך חלום חלמתי
אקטיווע וואלקעינא בארג אין יאפאן האט זיך צושפילט און עטליכע מאל אויפגעריסן, פארשפרייטענדיג אש און פארעך אויפן גאנצן באשטאנס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:23 pm
דורך חלום חלמתי
אם....

אילאן מאסק איז פון די ענגע געלאדנטע ביים מארגענדיגע זיצונג צווישן פרינץ מוכאמאד בין סאלאמאן און פרעזידענט טראמפ...!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:27 pm
דורך חלום חלמתי
אפשטימונג אריבער אין די UN צו באשטעטיגן טראמפס רעזאלוציע איבער עזה.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:30 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:23 pm אם....

אילאן מאסק איז פון די ענגע געלאדנטע ביים מארגענדיגע זיצונג צווישן פרינץ מוכאמאד בין סאלאמאן און פרעזידענט טראמפ...!
דער פרינץ וועט אויך אנקומען מיטוואך צום קאפיטאל געביידע, ווי ער וועט זיך טרעפן מיט קאנגרעס לייט און סענעטארן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 8:19 pm
דורך אנדערער
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:27 pm אפשטימונג אריבער אין די UN צו באשטעטיגן טראמפס רעזאלוציע איבער עזה.
וואס איז די רעזאלוציע?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 8:21 pm
דורך חלום חלמתי
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 8:19 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:27 pm אפשטימונג אריבער אין די UN צו באשטעטיגן טראמפס רעזאלוציע איבער עזה.
וואס איז די רעזאלוציע?
צו גיין פאראויס מיט די שלום אפמאך, אריינשטעלן א צייטווייליגע שלום רעגירונג, אינטערנאציאנאלע שלום טרופן וכו'

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 8:26 pm
דורך חלום חלמתי
רעפארטער: מר. סענאטער, פארוואס האט מען נישט ארויסגעגעבן די עפשטיין פיילס די לעצטע פיר יאר ווען ביידן איז געווען פרעזידענט?

שומער: יא, דאס איז די פראגע וואס יעדע אמעריקאנער פרעגט, נישט ממש יעדע אבער אסאך. פארוואס האט מען דאס נישט ארויסגעבן? וואס באהאלט ער?

(🙄🤔)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 8:29 pm
דורך חלום חלמתי
צייטווייליגע פימא דירעקטער מר. דעוויד ריטשארדסאן האט רעזיגנירט.

דעוויד האט נישט געהאט קיין שום ערפארונג בעפאר אין קאטאסטראפע מענידזשמענט, און איז געקומען אונטער שווערע קריטיק ביי די טעקסעס פארפלייצונגען.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:14 pm
דורך חלום חלמתי
דער אלטער שייסער אין בילד, איז א דעמאקראטישע קאנגרעסמאן פון אילינאי מיטן נאמען גארסיע, וואס איז מיד געווארן פון קלאצן אין באשלאסן אז ס'איז צייט צו אויפהערן לויפן פאר קאנגרעס. האט ער באשלאסן אז נישטא קיין פאסיגערע קאנדידאט איבערצונעמען זיין שטעלע ווי זיין רעכטע האנט און טשיף אוו סטעף מרת גארסיע. (קיינע קרובים)

איז ער געגאנגען און פארראטן זיינע וויילער מיטן נישט מעלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג, ביז די לעצטע מינוט וואס מען קען זיך איינשרייבן צו לויפן לויט די אילינאי געזעצן, זיין געטרייע טשיף אוו סטעף זייענדיג די איינציגסטע וואס האט געוויסט דערפון האט שנעל אריינגעווארפן די פאפירן, און והנה די איינציגסטע קאנדידאט אין א סעיף דעמאקראטישע פעסטונג, לויפט אין א פריימערי אן קיין קעגנער...

איז א קאָלעגע דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מיטן נאמען פרוי פערעז - פון וואשינגטאן סטעיט - ארויסגעקומען רופן פאר אן אפציעלע פארדאמונג מטעם די גאנצע קהילה, היתכן א פשוטער קאנגרעסמאן טוט אזאנע שריט, וואס איז ממש אומדערהערט אין די פארטיי וואס האט ארויסגעשטעלט העריס צו לויפן אן קיין פריימערי און היינט איז פארגעקומען די אפשטימונג.

האט די אמעריקאנע באפעלקערונג געהאט די געלעגנהייט צו זעהן ווי די 'נאו קינגס' פארטיי, און פאָנטרעגער פון יושר און גערעכטיקייט, נעמט זיך אן פאר דעם העלד וואס האט זיך אזוי שטארק מוסר נפש געווען פאר די ארימע אימיגראנטן, און זיך ארויסגעשטעלט קעגן דאנאלד טראמפ. און בכלל ווי קען מען פארדאמען א מענטש וואס איז שוין נעבעך נישט יונג, און האט אפילו עטליכע העלט אישאס. בלא בלא בלא.

הערט מען יעצט אז די סקוואד איינהייט פון קאנגרעס, די לינקע עקסטרעמע פליגל, דיסקוסירט פלענער צו נקמה נעמען אינעם פאררעטער פערעז, היתכן זי האט פארשעמט די פארטיי...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:22 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ איז זייער בייז אויף די סענאטארן פון אינדיאנע. אינדיאנע איז א בלוט רויטע שטאט, און טראמפ קען באשטיין צו איבערשניידן און פארדינען עטליכע קאנגרעס זיצן. אבער דער יעניגער סענאט פירער וויל נישט. קודם האט ער געטענה'ט אז סגייט נישט האבן גענוג שטומען - אין א שטאט ווי די רעפובליקאנע האבן כמעט א סופער מעדזשארטי - נאכדעם וויל ער סתם נישט..

טראמפ האט זיך עטליכע מאל געלאזט הערן די לעצטערע טעג פאר רעפארטער און אויף טרוט אז דעם חצוף וועט מען פריימערי'ען.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:30 pm
דורך כאטש טראץ אפי'
@חלום חלמתי דו שרייבסט כמעט בלויז ביינאכט, האט דאס עפעס צו טון מיט דיין ניק?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:32 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט היינט ווידערהאלט אז ער גייט געבן 2,000 טאלער פאר יעדן ראש בית אב , און די געלטער וועלן אנהייבן קומען קומענדיגן למספרם יאר 2026.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:37 pm
דורך חלום חלמתי
א געוועזענע מעקדאנעלד'ס ארבעטער איז היינט מכובד געווארן מיט די משא המעמד ביי א גרויסע מעקדאנעלד פארזאמלונג. ווי די פירמע האט יענעם באערט מיט א ספעציעלע שירצל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:40 pm
דורך חלום חלמתי
א דייטשע ליציטאציע איז היינט געווארן אפגערופן, נאך א רצחת וגם ירשת פריוו, ווען זיי האבן געוואלט פארקויפן צענדליגע היסטארישע חפצים פון די קדושים פארכאפט אין די לאגערן. נאך מערערע טענות פון ארום די וועלט אז די מאטריאלן זענען נישט געאייגנט צו פארדינען געלט דערויף און דאס באלאנגט אין א מוזיאום.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:42 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 12:41 pm די סיקרעט סערוויס האט פארשלאסן דעם אריינגאנג צום עליפס פארק ווי די מידיע האט געסטרימט לייוו דעם פארניכטונג פונעם ווייסן הויז
אזויווי די שאטדאון איז שוין פאריבער האבן די רעפארטער און נייגעריגע מאסן א קלארע אויסבליק צום קאנסטרוקציע פונעם לינקאלן מעמאריעל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:44 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:37 pm א געוועזענע מעקדאנעלד'ס ארבעטער איז היינט מכובד געווארן מיט די משא המעמד ביי א גרויסע מעקדאנעלד פארזאמלונג. ווי די פירמע האט יענעם באערט מיט א ספעציעלע שירצל.
אזוי מעלדט עס די ווייסע הויז אקאונט...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:47 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:44 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 11:37 pm א געוועזענע מעקדאנעלד'ס ארבעטער איז היינט מכובד געווארן מיט די משא המעמד ביי א גרויסע מעקדאנעלד פארזאמלונג. ווי די פירמע האט יענעם באערט מיט א ספעציעלע שירצל.
אזוי מעלדט עס די ווייסע הויז אקאונט...
וויפיל דארף מעקדאנעלד צאלן פאר אזעלכע מאסיווע פי אר?