בלאט 91 פון 94
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 7:52 pm
דורך פשוט און גראד
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק יוני 14, 2025 10:29 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 6:33 pm
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 1:37 pm
איך גיי פין דא
יא יא, אוי ווי איך פארשטיי דיר.
באט שוין..
@וואוילער האט מיר גע‘עצהט אביסעל פריער צו דזוסט איגנארען די אשכול.
וכן אני נוהג - חוץ ווען די נערווען קענען עס אויסהאלטען. (ליין אז איך קען מיר קאנטראלען)
וואס גייט פאר?
די לב טהור אשכול
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 8:05 pm
דורך פופציגער
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 7:52 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק יוני 14, 2025 10:29 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 12, 2025 6:33 pm
יא יא, אוי ווי איך פארשטיי דיר.
באט שוין..
@וואוילער האט מיר גע‘עצהט אביסעל פריער צו דזוסט איגנארען די אשכול.
וכן אני נוהג - חוץ ווען די נערווען קענען עס אויסהאלטען. (ליין אז איך קען מיר קאנטראלען)
וואס גייט פאר?
די לב טהור אשכול
וואס גענוי באדערט אים?
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:50 pm
דורך פשוט און גראד
זאלענסקי ארבעט שווער אויף לא תחמוד מיט די מצב אין מדינת ישראל - מיט די הילף וואס זיי באקומען - מיט די אטענטשען.
אין מיט די פארלוסט פון אטענטשען פון אוקריינא
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 8:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 7:52 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק יוני 14, 2025 10:29 pm
וואס גייט פאר?
די לב טהור אשכול
וואס גענוי באדערט אים?
איך קען נישט רעדן פאר אים, אבער איך קען דיר זאגן וואס מיר באדערט דארט...
די ענדלאזע טענה'רייען, די היציגע אטמאספער, די באשולדיגונגען הין און צוריק, די סתירות צווישן די עסקנים פון אלע סארטן און שיכטן, און אָן טאַפ, די הוצל דבנימינ'ס אויפן ארט.
גענוג?
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: זונטאג יוני 15, 2025 9:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 9:50 pm
זאלענסקי ארבעט שווער אויף לא תחמוד מיט די מצב אין מדינה - מיט די הילף וואס זיי באקומען - מיט די אטענטשען.
אין מיט די פארלוסט פון אטענטשען פון אוקריינא
יע... נאכדערצו יעצט ווען ער האט דורכגעפירט אזא געלונגענע אקציע, וואס וואלט אין אנדערע טעג באקומען אסאך מער קרעדיט.
#נישט באשערט
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 11:08 am
דורך פופציגער
@להגדיל הטראסק האט מיר געמאכט איבערגיין מיינע אלע ארטיקלען דא און זען צי איך רייס נישט אראפ קיין מענטשן..
האלאו, דו, דיין פסק האט מיר געקאסט א שיינע פאר מינוט...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 11:12 am
דורך להגדיל הטראסק
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 11:08 am
@להגדיל הטראסק האט מיר געמאכט איבערגיין מיינע אלע ארטיקלען דא און זען צי איך רייס נישט אראפ קיין מענטשן..
האלאו, דו, דיין פסק האט מיר געקאסט א שיינע פאר מינוט...
כ'האב עס געזען...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 11:20 am
דורך פופציגער
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 10:22 pm
מענטשן וואס קומען אריין צו א חתונה אנהייב ערשטע טאנץ, גייען צו צום מחותן געבן מזל טוב מיט’ן הוט און רעקל, זענען ווי מענטשן וואס טראגן מקוה וועש אין א פאפירענע בעג.
@להגדיל הטראסק
אויך דער תגובה איז געשריבן געווארן אין ליכט פון א פילינג וואס איך האב געהאט אריינגייענדיג צו א חתונה. נישט חלילה צו לאכן פון יענעם.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 11:47 am
דורך וואוילער
האלאוי!
ביטע הערזשע זאפארט אויף זיך צו פארענטפערן... מענטשן גלייכן נישט איינער וואס פארענטפערט זיך אסאך

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 11:53 am
דורך נקודות טובות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 9:51 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 8:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 7:52 pm
די לב טהור אשכול
וואס גענוי באדערט אים?
איך קען נישט רעדן פאר אים, אבער איך קען דיר זאגן וואס מיר באדערט דארט...
די ענדלאזע טענה'רייען, די היציגע אטמאספער, די באשולדיגונגען הין און צוריק, די סתירות צווישן די עסקנים פון אלע סארטן און שיכטן, און אָן טאַפ, די הוצל דבנימינ'ס אויפן ארט.
גענוג?
איינער וואס פארנעמט נישט די טעמע זאל נישט ליינען דארט. די עסקנים האלטן אז פאר די טובה פון די זאך דארף מען חוש'ן. נו נו... דו האסט אויך אויפגעהערט הערן נייעס ווייל טראמפ חוש'ט?...
דער עיקר איז, מען דארף זיכער מאכן אז די מאראסט דארט לאזט נישט קיין פוטסטעפס איבער די גאנצע פארום. און האלטן א נאנטע אויג אויף אלע פרישע באניצער וואס פאוסטן נאר דארט, אז זיי זאלן נישט אריבער ברענגען די גיפט אין אנדערע טעמעס.
האפנטלעך וועט נישט נעמען לאנג און די פרשה וועט אראפגיין פון טיש, און דעמאלטס וועט די הנהלה ווארשיינלעך פארמעקן דעם טעמע אן איבערלאזן א שפיר דערפון.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 12:39 pm
דורך טלית
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 2:50 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 09, 2025 10:22 pm
מענטשן וואס קומען אריין צו א חתונה אנהייב ערשטע טאנץ, גייען צו צום מחותן געבן מזל טוב מיט’ן הוט און רעקל, זענען ווי מענטשן וואס טראגן מקוה וועש אין א פאפירענע בעג.
איך האלט שוין לאנג אז מען דארף אויפקומען מיט עפעס א סעלושען- בכלל נישט קומען וועט די זאל זיין ליידיג און דער מחותן וועט נישט האבן מיט וועם צו טאנצן, ווידער איך זאל מוזן אויסרעכענען פונקטליך וועלכע האלבע שעה אנצוקומען און הערשט דעמאלס טאנצט מען מיטן אדמו"ר און אויב געב איך יא מזל טוב קומען גלאנצער פיפציגער און יעדע שרייבערל און רעדנערל און מאכן חוזק אז איך בין אן אורח, סאו וואלט מען ווען געדארפט האבן אזא פושקע אז אויב עס גייט דורך 5 מינוט און איך האב נישט געכאפט דעם מחותן לייגט מען אריין א מזל טוב קארטל מיטן נאמען און נאמבער צו זאגן אז איך בין דא געווען...
און בכלל נישט אלעמאל איז דער חתן אדער מחותן דאהי, צו פון הרגשים, צו פון דאגות, צו פון טרונקען, וואלט מען ווען געדארפט ערצייגן אזא אפציע...
מיין מיינוג איז אז יעדע מחותן דארף מאכן א זמן 'קבלת קהל' פופצן מינוט אדער א האלבע שעה ווען ער טאנצט נישט נאר ער זעצט זיך אראפ אויבענאן און נעמט אויף אלע וואס קומען וואוונטשען מזל טוב, און אויפשרייבן אויף די אינוועטעשען ווען די זמן איז
יעצט קום איך צו א חתונה אדער דארף איך אים אויפזוכן צען מינוט ביז איך טרעף אים, אדער דארף אים שטערן אינמיטן א פייערליכע ריקוד מיט זיין ברודער.
לדעתי פעלט בכלל נישט אויס צו געבן מזל טוב פאר א מחותן ווען ער מאכט חתונה.
א נאנטע ידיד מאכט חתונה, קומט מען מיטהאלטן די שמחה. אז ער האט נישט וואס צו טון, געט מען אים א ווארימע מזל טוב און מ'באגיסט אים מיט כל מיני ברכות.
אויב איז ער פארנומען מיט עסן/טאנצען וכו', פעלט בכלל נישט אויס אים צו שטערן, נאר מ'פריידט זיך מיט, מ'כאפט א ריקוד, מ'איז טועם לכבוד די שמחה, און מ'גייט אהיים.
אז מ'וויל קען מען זאגן מזל טוב אין ביהמ"ד, אדער בדיעבד קען מען זיך פארלאזן אויף די מזל טוב פון די באווארפען, וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן.
און אויב איינער קומט צו די חתונה און האלט גארנישט מיט, נאר ער זיכט אויף די מחותן צו געבן מזל טוב ותו לא, איז אזוי ווי ער ברענגט די מקוה וועש אין מקוה און ער גייט אהיים אן גיין אין מקוה.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 16, 2025 3:40 pm
דורך פופציגער
טלית האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 16, 2025 12:39 pm

בקיצור, דאס בלייבט באשלאסן כולם פה אחד אז קומען צו א חתונה איז ווי קומען מיט א מקוה בעג. די פראגע איז נאר וועלכע סארט בעג און וואס מען טוט דערמיט.
אפשר האט עס מיט דעם וואס דער מחותן טובל'ט זיך אין חובות?
אקעי, ביי.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: דינסטאג יוני 17, 2025 1:54 am
דורך שאינו יודע לשאול
געטראפן אין מיינע דרעפטס, דענקעך שויניש וואו דאס האט געזאלט גיין, זאל זיין דא.
איך וועל דיר פרובירן צו מסבירן וויאזוי איך האב פארשטאנען די נקודה אז פאלשע שפלות און געקלאפטקייט קומט פון גאווה, און איז גאר א שטער צו ענווה.
פארוואס ווערט א מענטש צעקלאפט ביי זיך, אויף די נישט געזונטע אופן? ווייל ער שפירט ביי זיך איך טויג נישט, איך בין נישט געלונגען, איך בין נישט קלוג, וכו'
די קושיא איז, פארוואס טראכסטו אז זיין נישט קלוג איז א טרויעריגע זאך? פארוואס מאכט דאס דיר בעצבות? אַה, ווייל דו האסט זיך אויפגעבויט אן אימעזש אין קאפ אז איך בין מער פון פלוני, קלוגער פון אלמוני, און בכלל פון די העכערע שטייסל, יעדער אין זיין הינזיכט און אויף זיין מדריגה, און אויב זיין טרוים אין לעבן - פון זיין דער קלוגער געלונגענער און שטארקער - ווערט צעבלאזן, איז עס א טרויעריגע זאך.
איינמאל דו הייבסט אן אנערקענען אין זיך אליין, דהיינו, איך בין א נברא פון גא-ט ב"ה, א איד וואס פארמאגט א חלק אלוקי בתוכו, א מקדש בלבבו, ווערט ער נישט בעצבות פון דעם אז ער איז נישט דער געלונגענער וכו', דאס מאכט דאך נישט אויס אין זיין ווערט! ער איז סייווי ווערטפול קיין נפק"מ די זייטיגע פרטים.
ווילאנג דער מענטש איז נאך אין זיין אומגעזונטע צעבראכנקייט, קען ער נישט האבן קיין עכטע ענווה, ווייל ער איז זיך נישט מכניע פארן אויבערשטן, נאר פאר די וואס זענען יא געלונגען.
אין אנדערע ווערטער, אויב האלטסטו אז דיין ווערט איז געשאצט אין דיינע תכונות הנפש, דיין קלוגשאפט וכו', קענסטו נישט אנערקענען אז די אלע זאכן זענען בטל כלפי דעם בוכ"ע און זיין גרויסקייט, ווייל דו האלטסט אז ס'דא אנדערע זאכן וואס טראגן א שוויות אין דיין לעבן.
וויאזוי רייסט מען דאס אויס? דורכן אנערקענען אין די גדלות הבורא, און זען ווי אלע מעלות וואס דו האסט יא אדער נישט זענען גארנישט מיט נישט כלפי רוממתו יתברך, און בחדא מחתא וועסטו אנהייבן זען דיין אייגענע ווערט, הלמאי, איך בין דאך א נברא פונעם אויבערשטן, א ויפח באפיו נשמת חיים, און גלייכצייטיג די ריכטיגע ענווה, ווייל דו וועט וויסן אז דיין גאנצע גרויסקייט און סיי וואס טוסט אדער פארמאגסט קומט נאר פון אים.
כ'האפ אז איך האב מיר קלאר ארויסגעברענגט. הערות והארות יתקבלו בברכה...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מיטוואך יוני 18, 2025 3:22 pm
דורך שבת קודש
די יאר האט זיך קוים אנגעהויבן און ס'איז שוין שבת מברכים תמוז וואס איז ר''ת זמני תשובה ממשמשין ובאין
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: פרייטאג יוני 20, 2025 4:09 pm
דורך פופציגער
מדארף ווען מאכן א טעמע פאר געקליבענע פאוסטס פון @נקודות טובות
כטרעף זיך ארומקלעטערן זוכן די וואס כהאב פארפאסט
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: פרייטאג יוני 20, 2025 5:58 pm
דורך להגדיל הטראסק
אויב איז עס דיין ווייב - דאן זאג איר אז א אידישע פרוי לייגט נישט איר בילד אויף די בילד פון די אימעיל אדרעס
זי שיקט אימעילס צו ביזנעסעס וואו מענער זעהן איר בילד און עס איז נישט קיין צניעות - יישר כח.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: פרייטאג יוני 20, 2025 7:01 pm
דורך הדסים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:58 pm
אויב איז עס דיין ווייב - דאן זאג איר אז א אידישע פרוי לייגט נישט איר בילד אויף די בילד פון די אימעיל אדרעס
זי שיקט אימעילס צו ביזנעסעס וואו מענער זעהן איר בילד און עס איז נישט קיין צניעות - יישר כח.
געבלאקט ביי נעטפרי.
(איך ווייס אז ס'איז נישט קיין אויסוואל פאר יעדן איך ברענג עס נאר ארויס לאור עטליכע וואס האבן געזאגט אז די איינציגסטע אויפטו איז גוגל דרייווס)
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: זונטאג יוני 22, 2025 1:08 am
דורך להגדיל הטראסק
הדסים האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 7:01 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:58 pm
אויב איז עס דיין ווייב - דאן זאג איר אז א אידישע פרוי לייגט נישט איר בילד אויף די בילד פון די אימעיל אדרעס
זי שיקט אימעילס צו ביזנעסעס וואו מענער זעהן איר בילד און עס איז נישט קיין צניעות - יישר כח.
געבלאקט ביי נעטפרי.
(איך ווייס אז ס'איז נישט קיין אויסוואל פאר יעדן איך ברענג עס נאר ארויס לאור עטליכע וואס האבן געזאגט אז די איינציגסטע אויפטו איז גוגל דרייווס)
לא הבנתי - ביי מיר איז עס אויך פיקטשער פעינט ווען עס דערקענט די סקין קאלער, אבער די ארום איז נישט געפעינט, און עס איז א שאנדע פאר א אידישע פרוי צו ארויסלייגן איר בילד אויף איר אימעיל אייקאן
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 3:33 pm
דורך ראדריגאז
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 9:53 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 15, 2025 9:50 pm
זאלענסקי ארבעט שווער אויף לא תחמוד מיט די מצב אין מדינה - מיט די הילף וואס זיי באקומען - מיט די אטענטשען.
אין מיט די פארלוסט פון אטענטשען פון אוקריינא
יע... נאכדערצו יעצט ווען ער האט דורכגעפירט אזא געלונגענע אקציע, וואס וואלט אין אנדערע טעג באקומען אסאך מער קרעדיט.
#נישט באשערט
די חלק קען ער זיך מחזק אינאיינעם מיט טראמפ
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 3:53 pm
דורך נקודות טובות
ווער עס וויל ווייזן אז ער הערט נישט קול מבשר (נאר ווען זיין טאכטער צינדט עס אן), זאגט יעצט דוקא נישט כאמעיני.... האללא, אז זלמן זאגט כאמעיני איז עס כאמעיני, האק נישט אין קאפ אריין מיט כאמנאי, חומנאי, חומני....
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מאנטאג יוני 23, 2025 3:55 pm
דורך דעת קדשי
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 3:53 pm
ווער עס וויל ווייזן אז ער הערט נישט קול מבשר (נאר ווען זיין טאכטער צינדט עס אן), זאגט יעצט דוקא נישט חומעיני.... האללא, אז זלמן זאגט כאמעיני איז עס כאמעיני, האק נישט אין קאפ אריין מיט כאמנאי, חומנאי, חומני....
וואס הייסט?וואס זאגט קול מבשר?
מיין טאכטער איז נאך אין סקול....
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: דינסטאג יוני 24, 2025 11:04 am
דורך נקודות טובות
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 3:55 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 3:53 pm
ווער עס וויל ווייזן אז ער הערט נישט קול מבשר (נאר ווען זיין טאכטער צינדט עס אן), זאגט יעצט דוקא נישט חומעיני.... האללא, אז זלמן זאגט כאמעיני איז עס כאמעיני, האק נישט אין קאפ אריין מיט כאמנאי, חומנאי, חומני....
וואס הייסט?וואס זאגט קול מבשר?
מיין טאכטער איז נאך אין סקול....
זייער פשוט. ביז היינט ווען מען האט גערעדט פון חומעיני האט מען געוויסט אז מען זאגט חומעיני, פארוואס? ווייל אזוי רופט אים זלמן ווידער. איינער איז אויפגעקומען אז חומעיני איז געווען דער פאטער, און דער היינטיגער הייסט גאר כאמנאי און פלוצלינג ברעכט זיך דער עולם די ציין צו זאגן כאמנאי אז קיינער זאל חס ושלום נישט מיינען אז ער הערט קול מבשר...
נאטינג מעידזשער, ס'נאר געווען אן אויפפאסונג...
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מיטוואך יוני 25, 2025 12:33 am
דורך הדסים
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 11:04 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 3:55 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 3:53 pm
ווער עס וויל ווייזן אז ער הערט נישט קול מבשר (נאר ווען זיין טאכטער צינדט עס אן), זאגט יעצט דוקא נישט חומעיני.... האללא, אז זלמן זאגט כאמעיני איז עס כאמעיני, האק נישט אין קאפ אריין מיט כאמנאי, חומנאי, חומני....
וואס הייסט?וואס זאגט קול מבשר?
מיין טאכטער איז נאך אין סקול....
זייער פשוט. ביז היינט ווען מען האט גערעדט פון חומעיני האט מען געוויסט אז מען זאגט חומעיני, פארוואס? ווייל אזוי רופט אים זלמן ווידער. איינער איז אויפגעקומען אז חומעיני איז געווען דער פאטער, און דער היינטיגער הייסט גאר כאמנאי און פלוצלינג ברעכט זיך דער עולם די ציין צו זאגן כאמנאי אז קיינער זאל חס ושלום נישט מיינען אז ער הערט קול מבשר...
נאטינג מעידזשער, ס'נאר געווען אן אויפפאסונג...
יאפ ערעב זלמן האט א שטארקע ווארט אין די זאכן, למשל ביז לעצטנס האבן אלע געוואוסט נאר פון הוטיס משא"כ חיזבאלה און חאמאס.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מיטוואך יוני 25, 2025 2:23 am
דורך פופציגער
סתם אויפגעפאסט.
אין יעדע משפחה איז דא איין עלטער פעטער וואס ווען די מוזיק האלט זיך שוין ביים ענדיגן, דער מוזיקאנט מאכט שוין אזעכע אויסגעצויגענע תקועה גדולה’ס, וועט ער שטייף ווייזן מיט די הענט צום שפילער אז מ’זאל אפשטעלן די מוזיק, אזא תנועה פון "נו, יוצא געוועזן".
אזא רויט-לייט סיגנאליזירער אזאנס.
-
@להגדיל הטראסק גייט נישט זיין העפי מיט דעם תגובה.
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
געפאוסט: מיטוואך יוני 25, 2025 11:19 am
דורך להגדיל הטראסק
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 25, 2025 2:23 am
סתם אויפגעפאסט.
אין יעדע משפחה איז דא איין עלטער פעטער וואס ווען די מוזיק האלט זיך שוין ביים ענדיגן, דער מוזיקאנט מאכט שוין אזעכע אויסגעצויגענע תקועה גדולה’ס, וועט ער שטייף ווייזן מיט די הענט צום שפילער אז מ’זאל אפשטעלן די מוזיק, אזא תנועה פון "נו, יוצא געוועזן".
אזא רויט-לייט סיגנאליזירער אזאנס.
-
@להגדיל הטראסק גייט נישט זיין העפי מיט דעם תגובה.
היות דו האסט מיר דערמאנט וויל איך דיר נישט איגנארירן - היות ביסט מיר א גוטער פריינט.
איך וועל דיר זאגן: כ'האב מיר איבערגעקלערט אז דא גילט אויך דער כלל וואס כ'האב שוין לאנג געזאגט.
ווען איינער טוט עפעס אינטערעסאנט אדער לעבעדיג, זאגט א גוט ווערטל וכדו' איז ער משמח אלע דריי סארטן מענטשן.
1) דער וואס האט הנאה דערפון
2) דער וואס האט נישט בעצם הנאה, אבער ער גייט צו זאגן א קאמפלימענט און זיך באדאנקן, און ער שפירט גוט אז ער האט יענעם געמאכט גוט שפירן.
3) דער וואס רעגט זיך אדער מאכט חוזק - יענער שפירט זיך גוט אז "איך בין קלוגער פון יענעם"...