נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 429

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

מכבי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:04 am
אויגעלעך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:36 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:31 pm

1 און 3 זענען ריכטיג.

איך קען די חברי הועד און זיי זענען ביי מיר זייער מוסמך.

אבער היות דער צעטל מאכט נישט קיין סענס מחמת כמה טעמים שכבר כתבתי, און די ענטפערס דא זענען נישט עכט מאסגעבנד לפי המציאות והשכל, וועל איך אננעמען אז די חברי הועד האבן נישט געזען די גענויע לשון פונעם צעטל, זינט ס'איז ארויסגעגעבן אין איילעניש. ושגיאות מי יבין. אזוי וועל איך מוזן זאגן.
באמת האב איך טאקע דאס געמיינט מיט די ווערטער "לאמיר נישט יעצט דן זיין אויף די פונקליכע לשונות פון די צעטל," אז מיין הקדמה איז נישט געוואנדן צו די מדובר פון דעם צעטל ספעציפיש און אויף קיין איין פרטיות'דיגע צעטל, אין מיין הקדמה רעדט איך בעיקר אויף די וועלכע זענען פארנומען אראפ צו רייסן יעדע זאך וואס די וועד טוהט, ווייל זיי האבן אפגע'פסל'ט די וועד משורשו אלס עקסטרעם, אויף דעם האב איך ארויס געברענגט אז ווער עס קען די חברי הוועד פארשטייט ווי רחוק מן המציאות עס איז אזוי צו זאגן, און ס"ה טוהן זיי עס ווייל זיי זעהן און זיי זענען משיג די שאדן וואס עס קומט ארויס דערפון
קיינער וועם איך קען האט נישט אפגעפסל'ט די וועד ווייל זיי האלטן אז זיי זענען עקסטרעם משורשם און די תירוץ איז אז זיי טוען עקסטרעמע זאכן. נאר ווייל זיי טוען עקסטרעמע זאכן קוקט מען זײ אן עקסטרעם ופשוט היא. ווי געזאגט קען זיין אז עס איז בכלל נישט זיי
צו זיין קלאר זיי טוהן נישט גארנישט, זיי האבן בלויז אראפ געשטעלט גיידליינס, און אויב דו קלערסט אז אנדערע טוהן עס בשמם קענסטו זיי גיין פרעגן און זיך איבערצייגן אז זיי נעמען די פולע אחריות אויף די אלע גיידליינס
אויב דו האלטסט אז זיי טוהן עקסטרעמע זאכן, מאכט עס זיי נאכנישט עקסטרעם ס"ה האלטסו אז עס איז עקסטרעם
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:12 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:23 am ווי גרויס זענען זייערע שאנסן צו געווינען?

און וואס איז זייער טענה אין געריכט? א געלט שטראף?
זיי האבן זיכער נישט קיין גרויסע שאנסן צו קענען שטערן 'אלטימעטלי'. אפגערעדט פון פארעסט שעטויס, אבער אפילו קארלסבורג.

דער עיקר אישו איז פארשלעפן, ווי איינער האט שוין געענטפערט. זיי קענען פארשלעפן די פראצעדור, און שלעפן קען אמאל מיינען יארן.

אבער, די ווילעדזש ארבעט שוין אפאר חדשים מיט די סטעיט איבער דעם, און האפנטליך וועלן זיי אויך באקעמפן די קאורט קלאגעס גענוג שנעל.

כ'וויל צולייגן, כאטש ס'איז נאר מיין השערה, אז איינמאל די נאוועמבער וואלן וועלן אריבערגיין, האפנטליך מיט א נידערלאגע פאר האולל אינעם סענאט פארמעסט, איז אפשר מעגליך אז די טאון'ס מערכה וועט שטילער ווערן. האולל וויל לכאורה געינען אנטי-וואוקס און אנטי-אידן וויילער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9340

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:29 pm זעה איך אז די גוישע געז סטיעשן נעבן קרית יואל פארקויפט אלע אויסגאבעס וואס מען פארקויפט נישט אין ק''י די שטערן מאמענט עמי משפחה וכדו'
איז עס א נייע זאך אדער האט מען עס אייביג פארקויפט דארטן?
עס פלעגט פארקויפט ווערן אין עקסאן - מלפנים וואלערא - און ווען מ'האט עס דארט געסטאפט האבן זיי עס אנגעהויבן פארקויפן.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1203
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 1911

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

[
► Show Spoiler
quote]

ר"ל. ה’ ירחם עלינו. יויש פארן דיוועלאפער.
[/quote]

יא אבער אונז גיי מיר זיך נישט לאזן סקאסט צו בויען 200 דאלער א פיס אין די דיווילאפערס זענען חיות און בלוט זויגערס און ער מיז נאכאלס בעטן 300 דאלער א פיס. איי סאיז נישט מעגליך פאראויסזאגן אזא פראבלעם גייט מיר נישט אן מסתמא זאגט ער ליגענט
(די פראבלעם איז איך שרייב עס סארקאסטיש אבער ליידער איז דא באמת מענטשן וואס גלייבן אזוי)
[/quote]

אינז כאפען נישט די עמקות פון בנין נערים סתירה. וואטעווער..
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 574
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1032

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 1:17 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:29 pm זעה איך אז די גוישע געז סטיעשן נעבן קרית יואל פארקויפט אלע אויסגאבעס וואס מען פארקויפט נישט אין ק''י די שטערן מאמענט עמי משפחה וכדו'
איז עס א נייע זאך אדער האט מען עס אייביג פארקויפט דארטן?
עס פלעגט פארקויפט ווערן אין עקסאן - מלפנים וואלערא - און ווען מ'האט עס דארט געסטאפט האבן זיי עס אנגעהויבן פארקויפן.
איך מיין סגייט שוין אן א שיינע פאר יאר.

אגב, איך האלט נישט אז סאיז א פראלבעם (אפילו לויט וועד הצניעות). ווען איינער גייט אין א גויאישע סטאר און קויפט די ניו יארק טיימס איז עס זיין אייגענע פראבלעם, ווען א אידישע סטאר פארקויפט פראבלעמאטישע ליין מאטריאל איז עס א מכשול פאר מענטשן וואס זוכן צו קויפן נאר כשר'ס.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1593

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:46 pm השקט לא יוכל. די פירער פון "טאון אוו מאנרא", סופערווייזער טאוני קארדאון און דעפיוטי סופערווייזער דארי האולל, דערקלערן א קאורט-מלחמה קעגן פארעסט שעטויס און קארלסבורג (חתן-כלה) דירות פראיעקטן.

שוין לאנגע חדשים וואס דער מאנרא טאון סופערווייזער קארדאון און זיינע טאון קאונסיללייט טיילן אויס צרות פאר'ן פארעסט-שעטויס פראיעקט פון ר' חיים נחום ווערצבערגער מיט א פאלשע טענה אז דער טייל פון פארעסט ראוד געהערט פאר זיי און זיי לאזן נישט דארט גראבן פאר אלע יוטיליטי'ס ווי וואסער, לעקטער, געז, דרעינעדזש, סוער אא"וו, און ווען די ווילעדזש האט אויפגעוויזן אז די ראוד געהערט נישט פאר'ן טאון נאר פאר די סטעיט DOT (א מעשה פאר זיך, אפשר שפעטער וועל איך שרייבן דערוועגן), האט די טאון אנגעהויבן לייגן פרעשור אויף די סטעיט אז זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיט.

דעם "ליל תשעה באב" איז אבער דערקלערט געווארן א פרישע קריג דורכ'ן טאון, סיי קעגן דעם פארעסט שעטויס דעוועלאפמענט, און סיי קעגן די קארלסבורג דעוועלפאמענט מיט'ן רבין'ס חתן-כלה דירות.

צו פארשטיין איבער וואס די רעדע איז, וועל איך קודם מסביר זיין אז זייט מ'האט ב"ה דערגרייכט אז קרית יואל זאל זיך אפטיילן פונעם טאון, האבן די שכנים אונטער'ן אפמאך איינגעשטילט פון אלע דעמאלסדיגע אנטי-וואוקס העצערייען, און זיי האבן ב"ה מער נישט געהאט קיין דעה אריינצורעדן קעגן קרית יואל'ס פראיעקטן פון דירות, ראודס, אא"וו.

אבער עכ"ז האבן זיי נאך אלעמאל פרובירט דא-דארט וואו צו לאזן הערן אז זיי לעבן נאך... און ספעציעל אין די לעצטע יאר צוויי. דא האבן זיי ערפינדן אז ס'איז דא 2 דעוועלאפמענטס וואס "כאפן אן" זייערע גרעניצן, האבן זיי באשלאסן אז דא קענען זיי זיך אריינקוועטשן מיט עפעס בעלות, און אויסנוצן דעם "כל המיצר לישראל נעשה ראש" צו צייגן פאר זייער פאלק אז זיי שטערן די וואוקס פון קרית יואל.

זייער עיקר טענה וואו זיי כאפן זיך אן, איז אז די "טאון ראודס" גייען אנכאפן די 2 דעוועלאפמענטס, ממילא קענען זיי דאס נישט אדורכלאזן אזוי פשוט... ווי כאילו קיינער ווייסט נישט אז אלע גאסן וואו קרית יואל האט געבויט דעוועלאפמענטס זענען די ראודס נאר געווארן פארבעסערט און פארשענערט און פארברייטערט, ווי עיקערס ראוד, בעיקערטאון ראוד, פארעסט ראוד, אזוי אז קיינער קען נישט חושד זיין אז מ'איז דא צו פארנאכלעסיגן די ראודס נאר פארקערט.

צו קרית יואל'ס מזל זענען אלע ביז יעצטיגע פראיעקטן ביי די גרעניצן געווען קאנעקטעד מיט "קאונטי ראודס" וואס געהערט צו אראנדזש קאונטי, למשל שכונת ויואל משה, אדער די דירות יענע געגנט פון ר' יוזפא לאנדא, ר' אהרן וויינבערגער. ווידער די גרויסע פראיעקטן אויף עיקערס און אויף בעיקערטאון האבן נאר אנגערירט "ווילעדזש ראודס".

אבער די 2 דערמאנטע פראיעקטן כאפן יא אן "טאון ראודס". קארלסבורג ביי סעווען ספרינגס איז אינגאנצן קאנעקטעד צום טאון, כאטש מ'דארף נישט צורירן צו זייער שטח, אבער עס קומט זיך צוזאם און זיי קענען פרובירן צו זאגן אז זיי זענען באזארגט פאר זייער ראוד. און ביי פארעסט שעטויס איז עס באמת א ראוד וואס געהער פאר די סטעיט DOT, אבער דער טאון שרייט אז היות דער שטח פון איין חלק פונעם ראוד איז אונטערן טאון גרעניץ, האבן זיי דא א ווארט. (נישט אז זיי זענען אין די לעצטע 5 יאר אמאל נכשל געווארן צו שארן די שניי אויף דעם חלק ראוד... אבער יעצט ווילן זיי למפרע האבן בעלות)

עכ"פ צום ענין פון יעצט ערב תשעה באב.

די טאון "דעפיוטי סופערווייזער" דארי האולל (קארדאון האט איר געשטעלט אלס דעפיוטי סופערווייזער אונטער אים, נאך די לעצטע נאוועמבער וואלן) האט אנגעפירט א טאון מיטינג ערב תשעה באב פארנאכטס, וואס האט זיך געצויגן נאנט צו 3 שעה, וואו זי האט אונטער פארמאכטע טירן געהעצט קעגן קרית יואל'ס וואוקס ממש אויפ'ן אמאליגן שטייגער פון די יונייטעד מאנרא צייטן. ביים ענדע פון די מיטינג איז פארגעקומען א וואוט, וואו אלע (אויסער קארדאון אליינס וואס איז נישט דארט געווען) האבן געשטימט אז די טאון זאל עפענען 2 קאורט קעיסעס קעגן קרית יואל איבער די צוויי פראיעקטן.

1) א קלאגע קעגן די פארעסט שעטויס פראיעקט, אז מען האט געמוזט אויסווארטן אויף אלע שלעפערייען פונעם טאון אוו מאנרא בעפארן צורירן דעם ראוד ווייל ס'איז אין די גרעניצן פונעם טאון, און אגב דערקלערן זיי אז דער ראוד געהער צו זיי, כאטש די סטעיט האט שוין קלארגעשטעלט אנדערש.

2) א קלאגע קעגן די קארלסבורג חתן-כלה דירות פראיעקט פונעם רבי'ן (מהר"א), וואו מען האט אריינגעכאפט אויסצוהאקן ביימער, טראץ וואס מען האלט נאך אינמיט די "סיקרע" פראצעדור, כדי נישט צו פארפאסן די חדשים ווען די היינטיגע ענווייראמענטאלע געזעצן לאזן האקן ביימער. טענה'ט די טאון א נייע פרישע טענה - אלס שכן - אז מ'האט נישט געטארט אנהייבן ארבעטן אויף א פראיעקט וואס "גייט בעתיד" ווערן קאנעקטעד מיט טאון ראודס... נאר אויב זיי געבן פאראויס זייער פולסטע הסכמה.

די קאונסיל פרוי, דעפיוטי סופערווייזאר, האולל האט אונטערגעשריבן די ארדער פאר'ן טאון אטוירני אריינצוגעבן די 2 קלאגעס בקרוב.

ווי געשריבן אנהויב, די שנאה פון קארדאון און האולל קעגן קרית יואל איז נישט ניי, קארדאון איז ארגינעל געווארן אריינגעברענגט דורך "יונייטעד מאנרא", אבער נאך עטליכע יאר זיין היבש רואיג זייט די שלום-דיעל, זענען זיי לעצטנס שטארק צולאזט אויף יעדע ריר, זיי טרייען צו שטערן קרית יואל מיט די ווילעדזש באסעס, מיט יעדע קאונטי בודזשעט, מיט די שניי שארן, מיט די רוזשין קאנעקטער ראוד, און יעצט מיט די 2 פרישע קלאגעס. דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל שנעל און גרינג ווערן אויסגעפייט.

(ס'איז מעגליך אז די רייץ יעצט קומט טאקע פון האולל, נאך מער ווי איר באסס קארדאון, ווייל האולל לויפט דאך נאוועמבער צום סטעיט סענאט און זי וויל אפשר נוצן איר אנטי קרית יואל 'אויפטוען' אלס א מיטל צו שלעפן מער טאון וויילער צו איר זייט. אויך קארדאון וויל איר אריינזען אינעם סענאט, וועלנדיג האבן דארט איינעם פון זיין רעפובליקאנע פארטיי, ואכמ"ל)
@דער תהלים איד אין א אנדערע וועב זייטל האט איינער דאס געשריבן [שוין געמעקט געווארן] וואס זאגסטו צו דעם?

איך האב נארוואס באקומען א טעלעפאון רוף פון מיין חבר וואס האט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט דארי האלל (זי הייבט אויף טעלעפאון רופן פון יעדעם איינעם) זי טענה'ט אז אין יעדע ווילידש איז דא געזעץ אז ווען מען בויט א גרויסע דעוועלעפמענט ברויך מען פארברייטערן די ארומיגע ראוד'ס צו דערשטרייטן דעם פארגרעסערטן פלוס, און ווען קרית יואל בויעט נייע דעוועלפמענטס טוען זיי פארברייטערן די ראודס ארום איר אין קרית יואל.
אבער יעצט ווען זיי ווילן בויען דעם דירות פראיעקט אויף קארלסבורג גייט דאס אפעקטירן די ראוד אין טאון אוו מאנרא, און זי פארלאנגט אז דער ווילידש אדער די דעוועלפער זאלן דאס צאלן פאר איר, ווארום זי גייט נישט פארדינען קיין שטייער פון די נייע דירות, טא פארוואסזע זאל זי דאס טון.
דאס זעלביגע איז ביי רעווארד-ריזשין וואס וועט אנלייגן גאנץ רעווארד און ווערן דעם הויפט אריינגאנג צו שכונת עצי תמרים.
אבער וויבאלד דער ווילידש אוו קרית יואל האט אפגעזאגט איר פארלאנג, האט זי געזאגט איך וועל ענק אינטערלייגן פיסלעך, און דא שטיימיר יעצט
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 275

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

ביים רבינ'ס דירות איז זי לכאורה גערעכט, נארמאל וועט א גרויסע דיוועלאפמענט זיין אחראי אויף די גאנצע ארומיגע טרעפיק וואס דאס ברענגט.

אבער צו האט שוין די ק"י ווילעדש געהאט א געלעגענהייט אפצוזאגן אזא פארלאנג? פון טרעפיק קען מען הערשט רעדן נאכן האבן סייט פלענס.

און וואס איז איר טענה אויף פארעסט? דארט מאכט דאך דער דיוועלאפער איבער די ראוד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2364
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6056

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 1:39 pm ביים רבינ'ס דירות איז זי לכאורה גערעכט, נארמאל וועט א גרויסע דיוועלאפמענט זיין אחראי אויף די גאנצע ארומיגע טרעפיק וואס דאס ברענגט.

אבער צו האט שוין די ק"י ווילעדש געהאט א געלעגענהייט אפצוזאגן אזא פארלאנג? פון טרעפיק קען מען הערשט רעדן נאכן האבן סייט פלענס.

און וואס איז איר טענה אויף פארעסט? דארט מאכט דאך דער דיוועלאפער איבער די ראוד.
אויב געדענק איך גוט האט מען גערעדט אז מגייט איבערמאכן סעווען ספרינגס נעבן דעם רבי'נס דירות.

איינס פון די פראבלעמען מיט די טאון איז אז די רעכטע האנט ווייסט נישט וואס די לינקע טוט, און אפילו ווען יא איז ליגנט נישט עכט קיין אישו דארט.

ביי ריזשין האבן זיי געהאט א טענה אז מ'האט עס געמאכט אן פרעגן, און די ווילעדזש האט געהאט הארטע באווייז אז מ'האט יא געפרעגט און ס'איז געהעריג געווען אויף זייער אגענדע
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3308

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3308

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

H.jpg
H.jpg (166.9 KiB) געזען געווארן 695 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:43 pm @דער תהלים איד אין א אנדערע וועב זייטל האט איינער דאס געשריבן [שוין געמעקט געווארן] וואס זאגסטו צו דעם?

איך האב נארוואס באקומען א טעלעפאון רוף פון מיין חבר וואס האט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט דארי האלל (זי הייבט אויף טעלעפאון רופן פון יעדעם איינעם) זי טענה'ט אז אין יעדע ווילידש איז דא געזעץ אז ווען מען בויט א גרויסע דעוועלעפמענט ברויך מען פארברייטערן די ארומיגע ראוד'ס צו דערשטרייטן דעם פארגרעסערטן פלוס, און ווען קרית יואל בויעט נייע דעוועלפמענטס טוען זיי פארברייטערן די ראודס ארום איר אין קרית יואל.
אבער יעצט ווען זיי ווילן בויען דעם דירות פראיעקט אויף קארלסבורג גייט דאס אפעקטירן די ראוד אין טאון אוו מאנרא, און זי פארלאנגט אז דער ווילידש אדער די דעוועלפער זאלן דאס צאלן פאר איר, ווארום זי גייט נישט פארדינען קיין שטייער פון די נייע דירות, טא פארוואסזע זאל זי דאס טון.
דאס זעלביגע איז ביי רעווארד-ריזשין וואס וועט אנלייגן גאנץ רעווארד און ווערן דעם הויפט אריינגאנג צו שכונת עצי תמרים.
אבער וויבאלד דער ווילידש אוו קרית יואל האט אפגעזאגט איר פארלאנג, האט זי געזאגט איך וועל ענק אינטערלייגן פיסלעך, און דא שטיימיר יעצט
עכט גייט מען דאך נישט גיין דא ענטפערן אויף יעדע פאון קאל וואס איינער גייט מאכן און הערן א בפירוש'ע תירוץ פון האולל... ענדערשט וועט מען עס זען אין קאורט.

אבער אז איינער האט געשריבן, און ס'קוקט אויס ווי ער גלייבט נאך... לאמיך שרייבן די מציאות:

קודם פארעסט ראוד, ביי חיים נחום:

דארט האט מען געהעריג סובמיטעד מאסיווע פארטיגע פלענס פאר אלע ראודס, שיין און ברייט, מיט קורבס, מיט סיידוואקס, מיט טורנינג לעין'ס, מיט רויט לייטס, ס'דארף ווערן נאך אסאך אסאך בעסער ווי אלע יארן ביז היינט.

און, מ'האט עס שוין גענגעהויבן מאכן! איז געקומען די טאון און עס אפגעשטעלט, מיט א ליגנט אז ס'געהער פאר זיי. נאכ'ן אויפווייזן אז ס'געהערט פאר די סטעיט DOT, און די סטעיט וויל געבן א פערמיט צו מאכן א מעכטיגע ראוד, שרייט די טאון פאר די סטעיט "פליז לאז אים נישט!".

זאגט זי אז זיי זארגן פאר ראודס?! מהפך קערה על פי'.

און בנוגע קארלסבורג:

די גאנצע פראיעקט האט נאכנישט קיין סייט פלען אפראוועל פונעם ווילעדזש אפילו, ס'איז נאריש צו זאגן אזא ליגנט אז די טאון האט געבעטן מ'זאל איבערמאכן די ראוד און מ'האט אפגעזאגט. להד"ם. מ'האלט נאך פאר אלעם דארט.

מ'האט ס"ה יעצט אויסגעהאקט ביימער, אריינצוכאפן די חדשים וואס די צדיקי הדור אין די סטעיט לאזט האקן ביימער. ניטאמאל האט מען אוועקגענומען די ביימער, ס'ליגט נאך אויפ'ן שטח, טאקע ווייל מ'האט נישט געוואלט אז די ראוד'ס זאלן שוין יעצט ווערן אנגעלייגט מיט קאנסטראקשן וויהעקלס און די טאון וועט אנהייבן פארפירן.

אשע"כ, איך פארשטיי אז זי קען באשטיין צו האבן וואוט'ס סיי פון די שונאי ישראל און סיי פון די אידן, טאנצן אויף זייער חתונה און שפילן אונזער פידל, אבער גיב איר איבער אז ס'ארבעט נישט אזוי. פאר אידן זאל זי ביטע נישט פארקויפן קיין לאקשן אן קיין הכשר...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1086
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3635

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1593

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...
קעגן וועם לויפט זי?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:38 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...
קעגן וועם לויפט זי?
זי לויפט אלס רעפובליקען אין סענאט, קעגן סקופיס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:28 pm קודם פארעסט ראוד, ביי חיים נחום:

דארט האט מען געהעריג סובמיטעד מאסיווע פארטיגע פלענס פאר אלע ראודס, שיין און ברייט, מיט קורבס, מיט סיידוואקס, מיט טורנינג לעין'ס, מיט רויט לייטס, ס'דארף ווערן נאך אסאך אסאך בעסער ווי אלע יארן ביז היינט.
Screenshot 2024-08-20 141904.jpg
Screenshot 2024-08-20 141904.jpg (170 KiB) געזען געווארן 638 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3203
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3686

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:02 pm הקריה https://simplebooklet.com/hakiriauv5784
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...

כ'גלייב נישט אז ס'גייט זיין 2 צדדים ביי אונז.

האולל און קארדאון טיילן אויס גרויסע צרות פאר מוסדות מהרי"י.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1593

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:45 pm

גייט סוקפיס זיין בעסער?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9511

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:45 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...

כ'גלייב נישט אז ס'גייט זיין 2 צדדים ביי אונז.

האולל און קארדאון טיילן אויס גרויסע צרות פאר מוסדות מהרי"י.
גייט סוקפיס זיין בעסער?

ער גייט זיין? ער איז. ער איז דער וואס שטיפט אלעס אדורך אין די סטעיט, ער האט שוין געברענגט מיליאנען, און ער פייט העפטיג פאר'ן רבין'ס חינוך פלאן, ועוד הרבה.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1086
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3635

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...
כ'האב נישט געזאגט צווישן מהרא און מהריי
כ'האב געזאגט בעצם אז מען זאל ארויסקומען וואוטן

צווישן מהרא און מהריי און שוין נישט געווען היציג מער ווי 2 3 יאר ב"ה כ"י (אויסער זעלדין)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 506
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 659

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

מהר"יי האט דאך זיי אריינגעוואוט אינאיינעם מיט יונייטעד מאנרא
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3308

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:43 pm @דער תהלים איד אין א אנדערע וועב זייטל האט איינער דאס געשריבן [שוין געמעקט געווארן]

פאר וועלכע סיבה איז דאס פארמעקט געווארן?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1511
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1593

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:43 pm @דער תהלים איד אין א אנדערע וועב זייטל האט איינער דאס געשריבן [שוין געמעקט געווארן]

פאר וועלכע סיבה איז דאס פארמעקט געווארן?
דא יעצט דארט א פרעסע קאנפערץ מיטן מנהל קענסט אריינגיין יעצט פרעגן..
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 55

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:28 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 12:43 pm @דער תהלים איד אין א אנדערע וועב זייטל האט איינער דאס געשריבן [שוין געמעקט געווארן] וואס זאגסטו צו דעם?

איך האב נארוואס באקומען א טעלעפאון רוף פון מיין חבר וואס האט נארוואס אראפגעלייגט דעם טעלעפאון מיט דארי האלל (זי הייבט אויף טעלעפאון רופן פון יעדעם איינעם) זי טענה'ט אז אין יעדע ווילידש איז דא געזעץ אז ווען מען בויט א גרויסע דעוועלעפמענט ברויך מען פארברייטערן די ארומיגע ראוד'ס צו דערשטרייטן דעם פארגרעסערטן פלוס, און ווען קרית יואל בויעט נייע דעוועלפמענטס טוען זיי פארברייטערן די ראודס ארום איר אין קרית יואל.
אבער יעצט ווען זיי ווילן בויען דעם דירות פראיעקט אויף קארלסבורג גייט דאס אפעקטירן די ראוד אין טאון אוו מאנרא, און זי פארלאנגט אז דער ווילידש אדער די דעוועלפער זאלן דאס צאלן פאר איר, ווארום זי גייט נישט פארדינען קיין שטייער פון די נייע דירות, טא פארוואסזע זאל זי דאס טון.
דאס זעלביגע איז ביי רעווארד-ריזשין וואס וועט אנלייגן גאנץ רעווארד און ווערן דעם הויפט אריינגאנג צו שכונת עצי תמרים.
אבער וויבאלד דער ווילידש אוו קרית יואל האט אפגעזאגט איר פארלאנג, האט זי געזאגט איך וועל ענק אינטערלייגן פיסלעך, און דא שטיימיר יעצט
עכט גייט מען דאך נישט גיין דא ענטפערן אויף יעדע פאון קאל וואס איינער גייט מאכן און הערן א בפירוש'ע תירוץ פון האולל... ענדערשט וועט מען עס זען אין קאורט.

אבער אז איינער האט געשריבן, און ס'קוקט אויס ווי ער גלייבט נאך... לאמיך שרייבן די מציאות:

קודם פארעסט ראוד, ביי חיים נחום:

דארט האט מען געהעריג סובמיטעד מאסיווע פארטיגע פלענס פאר אלע ראודס, שיין און ברייט, מיט קורבס, מיט סיידוואקס, מיט טורנינג לעין'ס, מיט רויט לייטס, ס'דארף ווערן נאך אסאך אסאך בעסער ווי אלע יארן ביז היינט.

און, מ'האט עס שוין גענגעהויבן מאכן! איז געקומען די טאון און עס אפגעשטעלט, מיט א ליגנט אז ס'געהער פאר זיי. נאכ'ן אויפווייזן אז ס'געהערט פאר די סטעיט DOT, און די סטעיט וויל געבן א פערמיט צו מאכן א מעכטיגע ראוד, שרייט די טאון פאר די סטעיט "פליז לאז אים נישט!".

זאגט זי אז זיי זארגן פאר ראודס?! מהפך קערה על פי'.

און בנוגע קארלסבורג:

די גאנצע פראיעקט האט נאכנישט קיין סייט פלען אפראוועל פונעם ווילעדזש אפילו, ס'איז נאריש צו זאגן אזא ליגנט אז די טאון האט געבעטן מ'זאל איבערמאכן די ראוד און מ'האט אפגעזאגט. להד"ם. מ'האלט נאך פאר אלעם דארט.

מ'האט ס"ה יעצט אויסגעהאקט ביימער, אריינצוכאפן די חדשים וואס די צדיקי הדור אין די סטעיט לאזט האקן ביימער. ניטאמאל האט מען אוועקגענומען די ביימער, ס'ליגט נאך אויפ'ן שטח, טאקע ווייל מ'האט נישט געוואלט אז די ראוד'ס זאלן שוין יעצט ווערן אנגעלייגט מיט קאנסטראקשן וויהעקלס און די טאון וועט אנהייבן פארפירן.

אשע"כ, איך פארשטיי אז זי קען באשטיין צו האבן וואוט'ס סיי פון די שונאי ישראל און סיי פון די אידן, טאנצן אויף זייער חתונה און שפילן אונזער פידל, אבער גיב איר איבער אז ס'ארבעט נישט אזוי. פאר אידן זאל זי ביטע נישט פארקויפן קיין לאקשן אן קיין הכשר...
זאגט מיר איינער וואס האט גערעדט צו איר.

זי טענה'ט אז ביי 101 פארעסט ווי עס איז אנגעשטויסן יעדע נאכט און פאסירט ליידער אפטע עקסידענטן האט זי פארלאנגט אז הלמאי מען מאכט נישט ברייטער אירע ראוד'ס, ווען קרית יואל איז דער גורם, מען האט איר געוויזן דעם רוקן.
האט זי אנגעהויבן שטעלן פיסלעך איבעראל.
זי טענה'ט אז די געלט פאר די געריכטן איז שוין מער ווי די געלט צו ברייטער מאכן די ראוד'ס.

און לגבי אנטיסעמיטיזם!
יעדער אין קרית יואל געדענט וואספארא אידן פריינד סקופיס איז! ער איז דער ערשטער געווען זיך צו אויפשטעלן קעגן חינוך!
אלע אידן אינדרויסן פון ווילידש אוו ק"י ליידן זיך צוזאם פון אים, אין קאנטראסט צו דארי האלל וואס איז פיל מער פריינטליך צו אידן.
טא פארוואס זיך ווארפן זאמד אין די אויגן ווען סקופיס האט בלויז פארמאכט זיין מויל אויף קרית יואל און געברענגט גרענט'ס.
קונטסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:44 pm
x 78

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך קונטסל »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:54 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm סאו עס קומט א היציגע וואל קאמפיין
עפעס וואס איז שוין נישט געווען א יאר צוויי דריי אין קרית יואל...
כ'האב נישט געזאגט צווישן מהרא און מהריי
כ'האב געזאגט בעצם אז מען זאל ארויסקומען וואוטן

צווישן מהרא און מהריי און שוין נישט געווען היציג מער ווי 2 3 יאר ב"ה כ"י (אויסער זעלדין)
איך מיין אז מלויט בויען די שול און זיי וואטן נישט אנטי.
שרייב פאוסט