בלאט 10 פון 321

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 6:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
יעצט ביים מסיבת כ"א כסליו אין ישיבה גדולה קרית יואל, האט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א ארומגערעדט איבער די מיטינג מיט'ן קאנגרעס ספיקער.

ס'איז דארט געווען אנוועזנד ביים טיש הרב יעקב שפירא, און דער רבי האט אים ארויפגערופן, איבערגעגעבן די מייק, און געבעטן צו דערציילן וויאזוי די אסיפה איז צוגענגאנגען.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 7:11 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
דער רבי האט דערציילט א מעשה פון הייליגן ישמח משה זי"ע וואס האט געהאט א גרויסע קבלת פנים, און עס האט אים געשטערט די גאנצע כבוד, האט רבי אלעזר ניסן זי"ע אים בארואיגט אז מען מיינט די תורה, כבוד התורה.

האט דער ישמח משה זיך בארואיגט, און צוגעלייגט, אז וויאזוי ווייסט מען צו מען מיינט טאקע כבוד התורה? מען קוקט, אויב ווען מען איז מכבד א צווייטן ת"ח האט מען אויך הנאה דערפון, דעמאלס איז א סימן אז מען מיינט טאקע כבוד התורה.

האט דער רבי שליט"א געזאגט אז נעכטן איז געווען א אסיפה מיט'ן קאנגרעס ספיקער דורך אנדערע רבנים, "איך האב בכלל נישט געוויסט אז די רבנים ארבעטן אויף אזא זאך!". אבער ס'איז א גרויסע שמחה אז אנדערע טוען אויך ריכטיג. "איך וויל זיי אלע מחזק זיין, די רבנים, די עסקנים! אזוי דארף מען טון! אשרי חלקם! איך זאג אויף די בשורה א ברוך הטוב והמטיב"!

דאן האט דער רבי געזאגט אז אונז האמיר דא הרב יעקב שפירא וואס איז דארט געווען, און ער איז מכובד ארויפצוקומען דערציילן וואס ס'איז געווען דארט.

ר' יעקב איז ארויפגעקומען, און מסביר געווען פאר די בחורים וויאזוי ער האט מסביר געווען פאר די גויים אונזער שטעלונג. "ביי ענק דארף מען אכט געבן אויף די עדיוקעישן ווייל אז נישט טויגט עס נישט. אבער אונזערע קינדער, איר ווייסט וואס זיי טוען? איר ווייסט אז ווען זיי שטייען אויף און זיי זעען אז ס'איז שוין לעכטיג, ווייסן זיי אז זיי זענען פארשלאפן...?, זיי לערענן אגאנצן טאג! און יא, שפעטער ווערן זיי עלטער און זיי גייען צו די ארבעט און זייער קאפ איז אזוי אויסגעשארפט אז זיי זענען איבעראל מצליח!"

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 7:50 pm
דורך מענדל
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 4:46 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 4:43 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 4:37 pm

זיי מסביר
מקען זיך צוזאם זעצן און ארבעטן אלע מוסדות שוה בשווה ? איך רעד פון די גרויסע מוסדות
אויב גייט קומען אן עסקן לשם שמים, אן קיין שום פאליטישע חשבונות, גייט ער קענען עס טון.
נישט ריכטיג.

די נושא ווערט שוין אנגעכאפט מיט ביידע הענט דורך איין לויער, והמסתעף. נישטא בדרך הטבע קיין מעגליכקייט פאר אן עסקן לש"ש צו טון אין די נושא. לכאורה.
קענסט אפשר מרחיב זיין ווי אזוי די לויער שטערט אנדרע פון טוהן ?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:19 pm
דורך דער תהלים איד
@מענדל אז א לויער נעמט איבער קאנטראל אויף א ארגאניזאציע, געשעט אויטאמאטיש אז דער לויער טוט וואס ער וויל.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:26 pm
דורך מענדל
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:19 pm @מענדל אז א לויער נעמט איבער קאנטראל אויף א ארגאניזאציע, געשעט אויטאמאטיש אז דער לויער טוט וואס ער וויל.
קענסט עפנען א נייע ארגאניזאציע ווער לאזט נישט ?? אגב איז ער א באצלטע ארבייטער ער האט נישט קיין קאנטראל

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:29 pm
דורך דער תהלים איד
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:19 pm @מענדל אז א לויער נעמט איבער קאנטראל אויף א ארגאניזאציע, געשעט אויטאמאטיש אז דער לויער טוט וואס ער וויל.
קענסט עפנען א נייע ארגאניזאציע ווער לאזט נישט ?? אגב איז ער א באצלטע ארבייטער ער האט נישט קיין קאנטראל
גראדע האט אדמו"ר מהר"א געהאלטן אט ביים עפענען אן אפסטעיט ארגאניזאציע בערך 2 יאר צוריק, נאר דער וואס האט גענומען קאנטראל פון די ברוקלינע ארגאניזאציע איז געקומען פערזענליך בעטן סקווירא רבי און וויזניצע רבי אז זיי זאלן עס נישט טון פאר אים וכו'.

כ'פארשטיי אים גראדע, אבער זאג נישט אז מ'קען עפענען א אנדערע.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:33 pm
דורך מענדל
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:29 pm

אז סקווירא רבי און וויזניצע רבי ווילן אנדשער ארייבטן מיט עם ווי מיט אדמו"ר מהר"א איז ער נישט שילדג חוץ טאמער די האלסט אז ער האט זיי געצווינגען מיט א ביקס

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:34 pm
דורך דער תהלים איד
והמכין יכין.

גענוג.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:25 am
דורך נפתלי

מעמד ההודאה ביום ההצלה כ"א כסלו בהיכל המתיבתא - ישיבה של רביה''ק בעל הנס זיע''א, בראשות ריש מתיבתא כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
נואם הכבוד: הרה''ג ר' יעקב שפירא שליט''א, וועלכע רבינו שליט''א האט אים אויך מכבד געווען צו דערציילן איבער א אסיפה נעכטן איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 6:24 am
דורך איך ווייס
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:29 pm
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:19 pm @מענדל אז א לויער נעמט איבער קאנטראל אויף א ארגאניזאציע, געשעט אויטאמאטיש אז דער לויער טוט וואס ער וויל.
קענסט עפנען א נייע ארגאניזאציע ווער לאזט נישט ?? אגב איז ער א באצלטע ארבייטער ער האט נישט קיין קאנטראל
גראדע האט אדמו"ר מהר"א געהאלטן אט ביים עפענען אן אפסטעיט ארגאניזאציע בערך 2 יאר צוריק, נאר דער וואס האט גענומען קאנטראל פון די ברוקלינע ארגאניזאציע איז געקומען פערזענליך בעטן סקווירא רבי און וויזניצע רבי אז זיי זאלן עס נישט טון פאר אים וכו'.

כ'פארשטיי אים גראדע, אבער זאג נישט אז מ'קען עפענען א אנדערע.
סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז דאס R-PEC?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 9:38 am
דורך יום טוב
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:29 pm
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:26 pm
קענסט עפנען א נייע ארגאניזאציע ווער לאזט נישט ?? אגב איז ער א באצלטע ארבייטער ער האט נישט קיין קאנטראל
גראדע האט אדמו"ר מהר"א געהאלטן אט ביים עפענען אן אפסטעיט ארגאניזאציע בערך 2 יאר צוריק, נאר דער וואס האט גענומען קאנטראל פון די ברוקלינע ארגאניזאציע איז געקומען פערזענליך בעטן סקווירא רבי און וויזניצע רבי אז זיי זאלן עס נישט טון פאר אים וכו'.

כ'פארשטיי אים גראדע, אבער זאג נישט אז מ'קען עפענען א אנדערע.
אז סקווירא רבי און וויזניצע רבי ווילן אנדשער ארייבטן מיט עם ווי מיט אדמו"ר מהר"א איז ער נישט שילדג חוץ טאמער די האלסט אז ער האט זיי געצווינגען מיט א ביקס
להרחבת ידיעתך איז סקווירא און וויזניץ ארבעטן נישט מיט אים נאר האדמו"ר מהר"א שליט"א האט נישט קיין מיטלען פון צווינגען אויף עפענען א נייע ארגעניזאציע בזמן וואס יענער טערערעזירט זיי דאס נישט צו טון

ושאינו מבין לא יבין

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:00 am
דורך ענותן
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 6:24 am

לכאורה איז דאס וואס תהילים איד האט גערעדט.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:57 pm
דורך שבת קודש
איז שוין דא א החלטה פון קהלות וואס זיי גייען טועהן אננעמען איין וועג אדער נישט ענטפערן

סאטמאר מהר''א גייט נישט ענטפערן, איז שוין דא א החלטה פון נאך קהלות?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 1:09 pm
דורך דער תהלים איד
ענותן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:00 am
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 6:24 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:29 pm

גראדע האט אדמו"ר מהר"א געהאלטן אט ביים עפענען אן אפסטעיט ארגאניזאציע בערך 2 יאר צוריק, נאר דער וואס האט גענומען קאנטראל פון די ברוקלינע ארגאניזאציע איז געקומען פערזענליך בעטן סקווירא רבי און וויזניצע רבי אז זיי זאלן עס נישט טון פאר אים וכו'.

כ'פארשטיי אים גראדע, אבער זאג נישט אז מ'קען עפענען א אנדערע.
סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז דאס R-PEC?
לכאורה איז דאס וואס תהילים איד האט גערעדט.
פאר די ידיעה, נישט פון דעם האב איך גערעדט.

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 8:03 pm
דורך מענדל
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 9:38 am
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:29 pm

גראדע האט אדמו"ר מהר"א געהאלטן אט ביים עפענען אן אפסטעיט ארגאניזאציע בערך 2 יאר צוריק, נאר דער וואס האט גענומען קאנטראל פון די ברוקלינע ארגאניזאציע איז געקומען פערזענליך בעטן סקווירא רבי און וויזניצע רבי אז זיי זאלן עס נישט טון פאר אים וכו'.

כ'פארשטיי אים גראדע, אבער זאג נישט אז מ'קען עפענען א אנדערע.
אז סקווירא רבי און וויזניצע רבי ווילן אנדשער ארייבטן מיט עם ווי מיט אדמו"ר מהר"א איז ער נישט שילדג חוץ טאמער די האלסט אז ער האט זיי געצווינגען מיט א ביקס
להרחבת ידיעתך איז סקווירא און וויזניץ ארבעטן נישט מיט אים נאר האדמו"ר מהר"א שליט"א האט נישט קיין מיטלען פון צווינגען אויף עפענען א נייע ארגעניזאציע בזמן וואס יענער טערערעזירט זיי דאס נישט צו טון

ושאינו מבין לא יבין
סקווירא און וויזניץ ארבעטן געהריג מיט פערלס ווי אלע אנדרע קהלות. אגב פארשטיי איך נישט פארוואס מען קען נישט עפענען אן ארגאניזאציע אן סקווירא און וויזניץ

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:20 pm
דורך יום טוב
מענדל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 8:03 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 9:38 am
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:33 pm
אז סקווירא רבי און וויזניצע רבי ווילן אנדשער ארייבטן מיט עם ווי מיט אדמו"ר מהר"א איז ער נישט שילדג חוץ טאמער די האלסט אז ער האט זיי געצווינגען מיט א ביקס
להרחבת ידיעתך איז סקווירא און וויזניץ ארבעטן נישט מיט אים נאר האדמו"ר מהר"א שליט"א האט נישט קיין מיטלען פון צווינגען אויף עפענען א נייע ארגעניזאציע בזמן וואס יענער טערערעזירט זיי דאס נישט צו טון

ושאינו מבין לא יבין
סקווירא און וויזניץ ארבעטן געהריג מיט פערלס ווי אלע אנדרע קהלות. אגב פארשטיי איך נישט פארוואס מען קען נישט עפענען אן ארגאניזאציע אן סקווירא און וויזניץ
וואס הייסט זיי ארבעטן מיט?
סקווירא דיין און וויזניץ מאנסי דיין באטייליגן זיך ביי פארשידענע אסיפות וואס זענען ווייט נישט אין איינקלאנג מיט פערלס

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:35 pm
דורך ר' משה
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:20 pm

א דיין נישט דע דיין

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:36 pm
דורך יום טוב
ר' משה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:35 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:20 pm
מענדל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 8:03 pm
סקווירא און וויזניץ ארבעטן געהריג מיט פערלס ווי אלע אנדרע קהלות. אגב פארשטיי איך נישט פארוואס מען קען נישט עפענען אן ארגאניזאציע אן סקווירא און וויזניץ
וואס הייסט זיי ארבעטן מיט?
סקווירא דיין און וויזניץ מאנסי דיין באטייליגן זיך ביי פארשידענע אסיפות וואס זענען ווייט נישט אין איינקלאנג מיט פערלס
א דיין נישט דע דיין
סקווירא רעד איך פון די דיין נישט א דיין

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:14 pm
דורך דער תהלים איד
מענדל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 8:03 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 9:38 am
מענדל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:33 pm
אז סקווירא רבי און וויזניצע רבי ווילן אנדשער ארייבטן מיט עם ווי מיט אדמו"ר מהר"א איז ער נישט שילדג חוץ טאמער די האלסט אז ער האט זיי געצווינגען מיט א ביקס
להרחבת ידיעתך איז סקווירא און וויזניץ ארבעטן נישט מיט אים נאר האדמו"ר מהר"א שליט"א האט נישט קיין מיטלען פון צווינגען אויף עפענען א נייע ארגעניזאציע בזמן וואס יענער טערערעזירט זיי דאס נישט צו טון

ושאינו מבין לא יבין
סקווירא און וויזניץ ארבעטן געהריג מיט פערלס ווי אלע אנדרע קהלות. אגב פארשטיי איך נישט פארוואס מען קען נישט עפענען אן ארגאניזאציע אן סקווירא און וויזניץ
מ'האט געוואלט אפטיילן אפסטעיט. און פערלס האט זיכער געמאכט אז ס'געשעט נישט, ווייל סקווירא און וויזניץ זוכן נישט קיין מלחמות.

וואס שטימט דיר נישט?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:35 pm
דורך ענותן
בדרך צחות: .. האט פאררופן א מיטונג מיט אבי שיק און ר' משה דוד נידערמאן אריינצוברענגען די זכרו מהלך און דאס קען זיין אויסגעהאלטן לויט די רעגירונג פארשריפטן און מגייט עס אי"ה איינפירן אין די מוסדות אין וומ"ס...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:36 pm
דורך דעת קדשי
ענותן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:35 pm בדרך צחות: .. האט פאררופן א מיטונג מיט אבי שיק און ר' משה דוד נידערמאן אריינצוברענגען די זכרו מהלך און דאס קען זיין אויסגעהאלטן לויט די רעגירונג פארשריפטן און מגייט עס אי"ה איינפירן אין די מוסדות אין וומ"ס...
באבוב 45 איז נישט מסכים בשום פנים ואופן...

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:44 pm
דורך ענותן
קלארע ריקארדינג פון האדמ"ר מסאטמאר שליט"א און ר' יעקב שפירא כ"א כסלו בהיכל הישיבה
כ"א כסלו

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:55 pm
דורך ר' משה
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:36 pm
ר' משה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:35 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:20 pm
וואס הייסט זיי ארבעטן מיט?
סקווירא דיין און וויזניץ מאנסי דיין באטייליגן זיך ביי פארשידענע אסיפות וואס זענען ווייט נישט אין איינקלאנג מיט פערלס
א דיין נישט דע דיין
סקווירא רעד איך פון די דיין נישט א דיין
נאמען?

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:25 pm
דורך יום טוב
ר' משה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:55 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:36 pm
ר' משה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:35 pm

א דיין נישט דע דיין
סקווירא רעד איך פון די דיין נישט א דיין
נאמען?
הרב יוסף ישראל אייזענבערגער(אויב איך געדענק גוט)

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:33 pm
דורך ר' משה
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:25 pm
ר' משה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:55 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:36 pm
סקווירא רעד איך פון די דיין נישט א דיין
נאמען?
הרב אייזענבערגער(אויב איך געדענק גוט)
ווי האסטו אים געזעהן?