בלאט 10 פון 29
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:37 pm
דורך שמח
להיות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 2:12 pm
וואס מיינט linked accounts?
Screenshot_20240501_140904_Video Player.jpg
דו האסט אויך אן אקאונט מיטן נאמען?
(ס'איז געמאכט פאר אזעלכע פעלער)
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 3:49 pm
דורך להיות
שמח האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 3:37 pm
להיות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 2:12 pm
וואס מיינט linked accounts?
Screenshot_20240501_140904_Video Player.jpg
דו האסט אויך אן אקאונט מיטן נאמען?
(ס'איז געמאכט פאר אזעלכע פעלער)
אה, ש’כח. איך האב נישט. אפשר איין טאג.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 5:07 pm
דורך להיות
וויאזוי קען איך איינמאל פאר אלעמאל אנסובסקרייבן פון אימעיל ביי אלע אשכולות?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:29 pm
דורך שמח
להיות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 5:07 pm
וויאזוי קען איך איינמאל פאר אלעמאל אנסובסקרייבן פון אימעיל ביי אלע אשכולות?
כאפ א בליק דא
ucp.php?i=ucp_notifications&mode=notification_options
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 6:40 pm
דורך אנדערער
אין בעלזא הערט מען מוזיק ביז ראש חודש?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: זונטאג מאי 12, 2024 3:33 pm
דורך סטעישאן וועעגן
איך זיך אין וויליאמבורג א קאנסאלטענט פאר גאווערמענט פראגראמען ד.ה. פס סעק 8 מעדיקעיד וכו. א כל בו וואס גייט מיר געבן געהעריג צייט זיך צו דורך שמועסן
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:18 pm
דורך שבת קודש
שב''ק האט מען געמאכט א מי שברך פאר די וואס פאסטן בה''ב, איז נאך דא אידן וואס פאסטן בה''ב?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:23 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:18 pm
שב''ק האט מען געמאכט א מי שברך פאר די וואס פאסטן בה''ב, איז נאך דא אידן וואס פאסטן בה''ב?
יא.
"ראה הקדוש ברוך הוא שצדיקים מועטין – עמד ושתלן בכל דור ודור" (מסכת יומא ל"ח ע"ב)
"אמר אביי לא פחות עלמא מתלתין ושיתא צדיקי דמקבלי אפי שכינה בכל דרא שנאמר אשרי כל חוכי לו, לו בגימטריא תלתין ושיתא הוו" (סוכה מ"ה ע"ב)
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
דורך שבת קודש
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
מיין זיידע האט מיר געזאגט פאר מיין שבע ברכות הבדלה, אז די מקור פון ווארפן האנטוכער ביי הבדלה איז די זעלבע מקור ווי צוהאקן די חתנ'ס הוט שבת קאפעלוטש.
והוא הדין הכא...
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 2:58 pm
דורך פופציגער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:51 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
מיין זיידע האט מיר געזאגט פאר מיין שבע ברכות הבדלה, אז די מקור פון ווארפן האנטוכער ביי הבדלה איז די זעלבע מקור ווי צוהאקן די חתנ'ס הוט שבת קאפעלוטש.
והוא הדין הכא...
מען זאגט נאך פונעם ברך משה זי"ע אן ענליכע תשובה אויף פארוואס מען לאזט נישט בחורים שמעקן טאביק...
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:05 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
אזוי אויך צו ביי 'לעבעדיגע צדיקים' איז אויך די זעלבע זאך אז אויב מען קען נישט אנקומען צום צדיק גייט מען צו זיין ברודער...
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:06 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:05 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
אזוי אויך צו ביי 'לעבעדיגע צדיקים' איז אויך די זעלבע זאך אז אויב מען קען נישט אנקומען צום צדיק גייט מען צו זיין ברודער...

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 3:13 pm
דורך שמח
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:58 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:51 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
מיין זיידע האט מיר געזאגט פאר מיין שבע ברכות הבדלה, אז די מקור פון ווארפן האנטוכער ביי הבדלה איז די זעלבע מקור ווי צוהאקן די חתנ'ס הוט שבת קאפעלוטש.
והוא הדין הכא...
מען זאגט נאך פונעם ברך משה זי"ע אן ענליכע תשובה אויף פארוואס מען לאזט נישט בחורים שמעקן טאביק...
וואס?
כ'האב יא געהערט פון ערענסטע עלטערע אידן נאכזאגן אז מ'זאל נישט שמעקן פאר די צוואנציג (אדער אלס בחור) ווייל עס נעמט אוועק די חן.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 7:16 am
דורך ווינטעלע
איז א סכנה צו וואקן צום כותל דורך שער שכם?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:18 am
דורך מהודר
ווינטעלע האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 7:16 am
איז א סכנה צו וואקן צום כותל דורך שער שכם?
ניין!
איך האב געוואקט יעדע פרייטיג צונאכטס צום כותל דורך שער שכם פאר כמעט צוויי יאר און א צו, עס וואקן דארט מער אידן ווי דורך שער יפו
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 12:05 pm
דורך שיטתי
איז דא א וועג צי מאכן אז מזאל נישט זעהן מיין ניק פון אויווען, ווען כבין אריינגעסיינט ?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 1:48 pm
דורך להגדיל הטראסק
שמח האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 3:13 pm
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:58 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:51 pm
מיין זיידע האט מיר געזאגט פאר מיין שבע ברכות הבדלה, אז די מקור פון ווארפן האנטוכער ביי הבדלה איז די זעלבע מקור ווי צוהאקן די חתנ'ס הוט שבת קאפעלוטש.
והוא הדין הכא...
מען זאגט נאך פונעם ברך משה זי"ע אן ענליכע תשובה אויף פארוואס מען לאזט נישט בחורים שמעקן טאביק...
וואס?
כ'האב יא געהערט פון ערענסטע עלטערע אידן נאכזאגן אז מ'זאל נישט שמעקן פאר די צוואנציג (אדער אלס בחור) ווייל עס נעמט אוועק די חן.
און ר' מענדל עקשטיין זאגט אז דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר א בחור וואס פוצט זיך און זוכט חן, משא"כ איינער וואס פוצט זיך נישט...
און ווען יענער בנש"ק מגזע עצי התמרים האט מיר אמאל געפליקט מיט די מימרא פון ראפשיצער רב אז איינער וואס ווייסט נישט דער סוד פון שמעקן טאביק איז א שאד אז ער זאל זיך שמוציג מאכן די נאז (אויב דו קענסט די מימרא בעסער קום אריין) א תקופה שפעטער אין א אויסגעשוויצטע שמחת תורה האט ער זיך מחי' געווען דערמיט...
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 1:53 pm
דורך מהודר
ווען זעהט מען וויפיל לייקס מען האט באקומען אונטער די נאמען פון די ניק און ווען נישט?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 2:03 pm
דורך world champion
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:58 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:51 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 2:45 pm
די מקור אז ווען מען קען נישט גיין צו א ציון פון א צדיק גייט מען צו זיין ברודער?
מיין זיידע האט מיר געזאגט פאר מיין שבע ברכות הבדלה, אז די מקור פון ווארפן האנטוכער ביי הבדלה איז די זעלבע מקור ווי צוהאקן די חתנ'ס הוט שבת קאפעלוטש.
והוא הדין הכא...
מען זאגט נאך פונעם ברך משה זי"ע אן ענליכע תשובה אויף פארוואס מען לאזט נישט בחורים שמעקן טאביק...
קיינמאל געהערט פון די קעפעידע.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 2:56 pm
דורך וואוילער
מהודר האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 1:53 pm
ווען זעהט מען וויפיל לייקס מען האט באקומען אונטער די נאמען פון די ניק און ווען נישט?
ווען מ'קוקט זעהט מען עס.
כ'האב קיינמאל נישט געזעהן אז מ'זעהט נישט.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm
דורך פופציגער
ווען מזאגט אויף עמיצן ער האט א פאטעטא קאפ, וואס מיינט עס?
ס'וואקסט אים אויפן האלז א פאטעטא אנשטאט א קאפ?
אדער, חוץ די קאפ, איז דא באזונדער א פאטעטא?
אויב איז עס באזונדער פונעם פליישיגן קאפ, וואקסט עס פאראלעל נעבן ס'קעפל? אדער איז די פאטעטא-קאפ באהאלטן ערגעצוואו אונטערן מארדע אדער גאר אין די האלז?
נאך עפעס, מרעדט פון א קליינע רויטע פאטעטעלע? אדער א געהעריגע? אדער גאר א גראסע ארגעניק פאטעטא?
נאך איין זאך, ס’נארמאל א מענטשליכע האלז זאל שפראצן פאטעטאס? אדער דארף עס עקסטער געפלאנצט ווערן?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 11:47 pm
דורך וואוילער
ארגעניק??
ווענד זיך וואס מ'עסט פאר נאכטמאל.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: מאנטאג יוני 10, 2024 11:53 pm
דורך דער תהלים איד
פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm
ווען מזאגט אויף עמיצן ער האט א פאטעטא קאפ, וואס מיינט עס?
ס'וואקסט אים אויפן האלז א פאטעטא אנשטאט א קאפ?
וואס עפעס אויפ'ן האלז? אפשר אינעווייניג 'אין' די האלז???
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן
געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 12:36 am
דורך וואוילער
צ.ק.
אויב @ס'קען זיין אז.. האט א סקעדזול ווען ער לייגט ארויף אפדעיטס ביי: ערשטע פאוסט / אינטערעסאנטע ניק נעמען / פאפולערסטע טעמע / ווידיאוס / מערסטע הנאה געהאט היינט / וכו'