בלאט 10 פון 178
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 12:06 am
דורך לחידודא
אגב, עס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זען וויאזוי דער לב טהור פרעדיגער פייש אוריאל סאמטינג, תוך כדאי דיבור וואס ער ברענגט ארויס די וויכטיגקייט פון זייער אזוי גערופענע 'הנהגה' איז ער פארנומען צו חוזק מאכן און אראפרייסן אלע הנהגות פון אלע אנדערע חסידות'ן...
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 8:33 am
דורך צווייטער
שינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 3:20 pm
און נאך א שאלה:
ווען דער רבי ז"ל לעבט ווען אין די יעצטיגע טעג וואלט ער ארויסגעקומען אנטקעגן אזאנע קולט און זייער פירער?
איז דא עפעס היסטאריע וואס קען אנצייגן א תירוץ דערויף?
חוץ ציונית.
אויב היסטאריע, איז כדי צו צוצייכענען אז לויט טייל גדולי ישראל מדור העבר איז דאס געווען די שפיץ נקודה פון די מלחמת חרמה וואס מרן הגה''ק מצאנז זי''ע האט געפירט אנטקעגן סאדיגורא.
(שווער צו מדמה זיין ווייל יעצט וועט ער קומען זאגן אז ער איז סאדיגורא... אבער אויב איינער וויל וויסן היסטאריע איז עס כדאי)
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 9:14 am
דורך בערל דער פייפער
בינה האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 11:29 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 9:46 pm
Media האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 4:32 pm
שלמה העלבראנץ - דרשה פאר די נשים וועגן תשובה און שטראפן
דאס איז נישט שלמה, דאס איז נחמן פון תפיסה גייט איבער תקנות איבער די אלע וואס זענען פראבלעמאטיש/מנודה, עס האקט זיך אפ אפאר מאל אינמיטן, און זיי בעטן די ”חכם” זאל איבער זאגן,
דאס איז לעצטענס ביי א שמועס וועגן די מורדים, ער דערמאנט זיין ברודער יואליש
דרך אגב מען קען הערן אויף די שמועס אז זיי האבן טעלעפאנען, טעקסט, אינטערנעט, אימעל וכו,
אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין צו אפשרייבן די סעיפים לטובת הציבור עס איז צום לאכן און צום וויינען...
ער הערט נישט אויף קלאר מאכן…
ער פירט ווייטער די מלוכה פון אמעריקענער תפיסה?
יא געהאט א טעלעפאן ביז יעצט, מען האט אים אריין געלייגט אין לאך פארגאנגענע וואך
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 9:22 am
דורך טיפע טאשן
פרייליכער איד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 8:07 pm
איינער מיט די ארטיקל אין משפחה שכוייח
איינער מיט די ארטיקל אין מאמענט?
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 10:07 am
דורך Think and Thank
צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 8:33 am
שינאווער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 3:20 pm
און נאך א שאלה:
ווען דער רבי ז"ל לעבט ווען אין די יעצטיגע טעג וואלט ער ארויסגעקומען אנטקעגן אזאנע קולט און זייער פירער?
איז דא עפעס היסטאריע וואס קען אנצייגן א תירוץ דערויף?
חוץ ציונית.
אויב היסטאריע, איז כדי צו צוצייכענען אז לויט טייל גדולי ישראל מדור העבר איז דאס געווען די שפיץ נקודה פון די מלחמת חרמה וואס מרן הגה''ק מצאנז זי''ע האט געפירט אנטקעגן סאדיגורא.
(שווער צו מדמה זיין ווייל יעצט וועט ער קומען זאגן אז ער איז סאדיגורא... אבער אויב איינער וויל וויסן היסטאריע איז עס כדאי)
א ריכטיגע נקודה. צאנזער רב איז ארויס אין א מלחמת חרמה קעגן סאדיגורה צוליב זאכן וואס האבן געהאט א שטיקל שמעק מעין דמעין דמעין פון וואס יענער מנהיג - א רוזשינער אייניקל - טוט. חלילה צו זאגן אז די רוזשינער קינדער האבן געטון וואס מען טוט דארט.
Re: וואס טוען מיר ווען 'לב טהור' איז נאך צווישן אונז?
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 11:24 am
דורך Think and Thank
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 01, 2025 11:51 pm
צוויי אויסצוגן וואס זענען געווען געדרוקט אין ''מאמענט'' וואס זייער לעקציע דערגרייכן פיל ווייטער פון די גואטאמאלא גרעניצן:
אויף די פראגע צי דאס איז א כת פון עובדי ע''ז האט הגרחי''ד ווייס געענטפערט אז ער ווייסט נישט אבער עס איז א כת וואס זענען עובר אויף חמורות שבחמורות.
הרב יושע העכט דרוקט זיך אויס אז ער האט שוין לאנגע יארן געוויסט פון דעם, און עס טוט אים וויי אז ער האט זיך נישט אריינגעלייגט פריער.
יעצט ווען מען אנטדעקט שוין לעיני השמש די גרוילטאטן איז עס לאחר המעשה פון פילע יארן פון שאדנס פאר אידישע קינדער, און אצינד איז לייכט צו מיטשפרונגען מיטן וואגאן און פארדאמען וואס עס האט זיך אפגעטון, אבער עס איז ווי א שירעם נאך א שטורעם.
כיכיכי... כאילו ביז יעצט האט מען נישט געהאט קיין אנונג אז עפעס גייט פאר, מ'האט געמיינט אז די רעגירונג זענען פשוט אנטיסעמיטן וואס זעען ערליכע אידן ווילן זיי זיי אונטערדרוקן... בסך הכל איז מען יעצט געוואויר געווארן אז עפעס גייט דארט פאר. זיי מיינעען טאקע אז אזוי וועלן זיי פארווישן זייערע גרוילהאפטע 'פאזיטיווע' באריכטן ביז יעצט.
ס'גארנישט, מאמענט האט געטרייט צו מאכן דעם שבור את החבית ושמור את יינה, סיי צו שרייבן פאזיטיוו ווי זייערע אזויגערופענע 'ברייטע מוחות' דיקטירן און יעצט ווי א שירעם נאך א רעגן שרייבן מיט היסטעריע אז 'מהאט אנטדעקט די ערגסטע זאכן, ווער וואלט זיך געקענט פארשטעלן?!' אבער ניין, קיינער איז נישט אזוי דום. ווען איר האט אראפגעריסן די
אגרעסיווע פאליצייאישע איבערפאל, און אפילו אין די פריערדיגע באריכטן, האט יעדער מיט א טראפקעלע דזשעלי שוין געוואוסט וואס גייט דארט פאר (כאטש אפשר נישט ווי ווייט), נאר איר האט פרובירט צו זיין אויפגעקלערט און ציען א קאנטראווערסיע. קיינער - אפילו נישט מאמענט - איז נישט געכאפט אין סורפרייז פון וואס גייט דארט פאר, און קיינער חוץ מאמענט איז נישט אנגעקומען ווי א שירעם נאך א רעגן.
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 1:44 pm
דורך דער תהלים איד
@Think and Thank ס'איז ידוע אז דער מאמענט פון דעמאלס און דער מאמענט פון היינט זענען אנדערע מענטשן.
סוי בפועל איז דער צושטעל בכלל נישט ריכטיג.
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:36 pm
דורך תינוק הבורח
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 1:44 pm
@Think and Thank ס'איז ידוע אז דער מאמענט פון דעמאלס און דער מאמענט פון היינט זענען אנדערע מענטשן.
סוי בפועל איז דער צושטעל בכלל נישט ריכטיג.
צווישן דעצעמבער אין פאברואר האט זיך געטוישט די הנהלה?
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:37 pm
דורך Think and Thank
מיט דעמאלס מיינט איר גאנצע
פינף א האלב וואכן צוריק? דאס איז שוין געווען 4-5 חדשים נאך די כלומרש'טע שינוי צורה.
עס זענען טאקע אריינגעקומען פרישע מענטשן, אבער רוב אלטע זענען געבליבן און ווי עס קוקט אויס איז די מענטאליטעט אויך געבליבן (הענס דאס ווייטער נישט ווערן ערלויבט צו פארקויפן אין קר"י).
---
האקט ווי א תינוק הבורח...
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:46 pm
דורך מטות מיכל
כדי צו האלטן קאפ.
לב טהור האט אויך ניקס דא. סא אויב זעהסטו איינעם גיין קאפ אין וואנט אז ער פארשטייט נישט די פראבלעם מיט כל מיני תמימות'דיגע פראגן, דאן איז א שאד צו זיך טענה'ען מיט עהים
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:46 pm
דורך מטות מיכל
Media האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 4:32 pm
שלמה העלבראנץ - דרשה פאר די נשים וועגן תשובה און שטראפן
פארוואס איז די לינק נישט מסודר? כ'קען נישט מישן
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:51 pm
דורך דער תהלים איד
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:37 pm
מיט דעמאלס מיינט איר גאנצע
פינף א האלב וואכן צוריק? דאס איז שוין געווען 4-5 חדשים נאך די כלומרש'טע שינוי צורה.
עס זענען טאקע אריינגעקומען פרישע מענטשן, אבער רוב אלטע זענען געבליבן און ווי עס קוקט אויס איז די מענטאליטעט אויך געבליבן (הענס דאס ווייטער נישט ווערן ערלויבט צו פארקויפן אין קר"י).
---
האקט ווי א תינוק הבורח...
ערשטנס למען האמת, איך האב געמיינט מען באציט זיך דא צום קאווער-סטארי אפהאנדלונג וואס זיי האבן געגעבן אפאר יאר צוריק, מיט א פאזיטיווע ברעינוואשונג לטובת לב טהור, רח"ל.
צווייטנס יעצט אז מ'רעדט פון וואס ס'איז געשטאנען אפאר וואכן צוריק, האב איך אנגערופן איינעם פרעגן, און ס'איז ס"ה געליגן ווי א נייעס, וואס א שרייבער האט געשריבן וויאזוי מ'שרייבט אין אלגעמיין, און ס'איז טאקע נישט געווען אויפריכטיג צו שרייבן אויף אזא אופן ווי כאילו ס'איז עפעס א איבערפאל אויף באשיידענע קהלה.
אבער ס'איז נישט געווען מיט קיין שום אגענדע, נאר ענדערשט א כאילו-שאקינג נייעס כשגגה היוצא. און זיי האבן עס טאקע יעצט פאראכטן.
און דריטנס, די נייע רעדאקציע האלט נאך גארדע יא אין אירע לעצטע שטאפלען פון איינגלידערונג, און ממש 2 וואכן צוריק איז ידידינו
@חיים אייזיק שווארטץ דארט אריין... און לויט ווי איך פארשטיי האט ער איבערגענומען אור-אלטע פאזיציעס.
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:11 pm
דורך אנדערער
Media האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 4:31 pm
פייש אריאל יוסף רעדט אויף די מורדים
AUDIO
קוקט אויס פון זיינע ווערטער אז איינער וואס האט געהערט שלעכטס קעגן די קולט ווערט באשטראפט ווי אין צפון קארעא
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:12 pm
דורך לחידודא
נישט ער ווערט באשטראפט, זיין נשמה וואס האט באקומען די סם דארף ווערן אויסגעוואשן מיט בליטש...
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:33 pm
דורך אנדערער
לחידודא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:12 pm
נישט ער ווערט באשטראפט, זיין נשמה וואס האט באקומען די סם דארף ווערן אויסגעוואשן מיט בליטש...
דער רעדנער איז זייער קעירפול נישט צו רעדן וואס עס פעלט נישט אויס פאר אונז צו הערן.
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:50 pm
דורך צווייטער
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:33 pm
לחידודא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:12 pm
נישט ער ווערט באשטראפט, זיין נשמה וואס האט באקומען די סם דארף ווערן אויסגעוואשן מיט בליטש...
דער רעדנער איז זייער קעירפול נישט צו רעדן וואס עס פעלט נישט אויס פאר אונז צו הערן.
דער מר. אריאל איז דער ווארטזאגער דארטן, ער האט א זעלטן געשליפן צונג, און ווייסט פונקטליך וואס צו זאגן און וויאזוי צו זאגן.
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:53 pm
דורך לחידודא
ווער עס קען ליינען צווישן די שורות פארשטייט וואס ער זאגט.
ער זאגט: קומט צום בית דין, מען וועט אייך אפשר אנשרייען און באשטראפן, אבער האטסט נישט מורא, ווייל וואס וועלן ענק ענטפערן אין בית דין של מעלה אז ענק האבן פארשמירט ענקער נשמה ווייל ענק האבן מורא געהאט פון אונזער שטראף?!
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 12:00 am
דורך אנדערער
לחידודא האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 3:53 pm
ווער עס קען ליינען צווישן די שורות פארשטייט וואס ער זאגט.
ער זאגט: קומט צום בית דין, מען וועט אייך אפשר אנשרייען און באשטראפן, אבער האטסט נישט מורא, ווייל וואס וועלן ענק ענטפערן אין בית דין של מעלה אז ענק האבן פארשמירט ענקער נשמה ווייל ענק האבן מורא געהאט פון אונזער שטראף?!
ער זאגט אויך מען זאל אויסזאגן איינעם מיט מחשבות זרות
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 9:23 am
דורך ר' משה
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 9:42 am
דורך בינה
ויי האלט מען עפעס ריקט זיך? א פלאן ווי צו פלאצירן די קינדער?
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 9:45 am
דורך עדיטאריעל
אסיפת גדולי האדמורי"ם והרבנים איבער דעם שרעקליכן מצב פון ילדי לב טהור
ווי באקאנט האבן די אינסטאנצן אין גוואטאמאלא אין די לעצטע וואכן זיך גענומען צום פראבלעם פון די 'לב טהור' גרופע וועלכע פלאגט שוין דאס יהדות החרדית פאר לאנגע יארן. וואו די משפחות און קינדער חפים מפשע ליידן זיך נעבעך צוזאם זייענדיג נע ונד מיט א פארצווייפעלטן עתיד.
גדולי ישראל פון פילע שיכטן און קרייזן האבן זיך אין די לעצטע וואכן אריינגעלייגט בעובי הקורה, צווישן זיי הגאון הגדול חיד"ו ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, וועלכע איז פערזענליך אראפגעפארן קיין גוואטאמאלא זיך אומקוקן אויפן שרעקליכן מצב פון די אומשולדיגע קינדערליך און פרובירן אויסארבייטן א מהלך וויאזוי צו ראטעווען זייער עתיד.
כדי מטכס עצה צו זיין וויאזוי זיך פאראויס צו רוקן מיט די שתדלנות אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן עפ"י דעת תורה ודעת גדולי ומאורי הדור, איז פארופן געווארן אן אסיפה פון גדולי האדמורי"ם והרבנים שליט"א ותשועה ברוב יועץ און האפענטליך וועט מען ביי די אסיפה ארויסקומען מיט קלארע באשלוסן וואס עס זאל זיין די קומענדיגע שריט פון די עסקנים.
די אסיפה איז באשטימט געווארן אויף מארגן דינסטאג נאכמיטאג, וואו עסקנים און רבנים ובראשם הגאון החיד"ו ווייס שליט"א וועלן אויפטרעטן, און עס וועט פארקומען אין שטוב פון איינע פון די גדולי האדמורי"ם שליט"א.
ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעז"ה נאכפאלגן
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 11:35 am
דורך אנדערער
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 04, 2025 9:45 am

וועלכע רבנים?
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 12:48 pm
דורך פעיק ניוז
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:36 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 1:44 pm
@Think and Thank ס'איז ידוע אז דער מאמענט פון דעמאלס און דער מאמענט פון היינט זענען אנדערע מענטשן.
סוי בפועל איז דער צושטעל בכלל נישט ריכטיג.
צווישן דעצעמבער אין פאברואר האט זיך געטוישט די הנהלה?
יא
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 12:52 pm
דורך פעיק ניוז
Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:37 pm
מיט דעמאלס מיינט איר גאנצע
פינף א האלב וואכן צוריק? דאס איז שוין געווען 4-5 חדשים נאך די כלומרש'טע שינוי צורה.
עס זענען טאקע אריינגעקומען פרישע מענטשן, אבער רוב אלטע זענען געבליבן און ווי עס קוקט אויס איז די מענטאליטעט אויך געבליבן (הענס דאס ווייטער נישט ווערן ערלויבט צו פארקויפן אין קר"י).
---
האקט ווי א תינוק הבורח...
אבער די דעסיזשן מעיקערס האבן זיך געטוישט.
דאס איז איינס. צווייטנס, מאמענט האט נישט קיין זייט, עס איז פאלאטפארמע וואו אינדיווידואלן אדער קאנצעפטן ווערן באשריבן לויט'ן רוח פון דעם ספעציפישן שרייבער. פאריגעס מאל האט עפעס א שרייבער באשריבן לב טהור אין דעם ליכט ווי ער האט געוואלט און דאסמאל האט מען עס באשריבן אין דעם ליכט פון הרב ווייס שליט"א.
ווי איך הער אבער האבן די חברה דארט חרטה טאקע פאר'ן געבן א פלאטפארמע פאר אן אנאנימען שרייבער צו שרייבן עפעס וואס זעט אויס פראו לב טהור.
Re: קהילת לב טהור אין גוטעמאלע
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 1:27 pm
דורך Think and Thank
פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 04, 2025 12:52 pm
מאמענט האט נישט קיין זייט, עס איז פאלאטפארמע וואו אינדיווידואלן אדער קאנצעפטן ווערן באשריבן לויט'ן רוח פון דעם ספעציפישן שרייבער. פאריגעס מאל האט עפעס א שרייבער באשריבן לב טהור אין דעם ליכט ווי ער האט געוואלט און דאסמאל האט מען עס באשריבן אין דעם ליכט פון הרב ווייס שליט"א.
ווי איך הער אבער האבן די חברה דארט חרטה טאקע פאר'ן געבן א פלאטפארמע פאר אן אנאנימען שרייבער צו שרייבן עפעס וואס זעט אויס פראו לב טהור.
עס קוקט נישט אויס אז איר זענט באהאוונט אין די וועלט פון שרייבעריי. איך בין יא, איך האב שוין געשריבן פאר א צאל אויסגאבעס און געהאט שייכות מיט נאך. נישטא אזא זאך אן אנאנימער שרייבער שרייבט זיין אייגענע מהלך המחשבה און ער האט נישט מיט די פלאטפארמע. אן אויסגאבע איז נישט קיין סאושעל מידיע פלאטפארמע.
(און אפילו ווען יא איז מערקווירדיג אז פונקט האט יענער באשלאסן צו לופטערן זיינע מיינונגן דוקא אויף די מאמענט פלאטפארמע. ממש השגחה פרטית.)