אז איר זענט נישט קיין מורה הוראה דאן שיקט אים צו איינס ,מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 9:45 amשוין כבין מחולק. אדם עושה בתוך שלו, אויב דו ווילסט קענסטו אים באצאלן ווי דער גוי. אינדערהיים האט מען געוואוינט צווישן גוים. דאס ארויסהאלטן די גוים איז לענ"ד א תורה חדשה וואס קאסט שנאת ישראל.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 29, 2024 9:40 am רופט מיר נעכטן א איד פון אן אנדערע געגנט ער האט דא געקויפט אן הויז ביי אונז אין געגנט און עס שטייט אים שוין ליידיג פאר לאנגע חדשים, ער האט שוין פארלוירן איבער 20000$ רענטאל אינקאם, ער דעקט ממש נישט זיין חודש ממילא הייבט ער אן טראכטן אז בלית ברירה זאל ער עס פארדינגען פאר א גוי, ער האט א גרויסע נסיון, למעשה איז נאך ממילא דא גוים אין די געגנט וכו' וכו' וכו'
האב איך אים געזאגט,
דא איז היינט ב"ה א פולע אידישע געגנט, מיט אידישע שכנים, ממילא אפי' זאלסט פארלירן דאפלט, גלייב איך נישט אז ס'איז דא א היתר אריינציברענגען גוים וואס דאס איז מכשיל די שכנים מיט ראיות אסורות, דאס איז א מעוות לא יוכל לתקן, און גייט לכאו' אריין אין די כלל פון מחטיא את הרבים, איך בין נישט קיין מורא הוראה אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נגד תקנת העיר אז מען טאר נישט פאררענטן דירות פאר שוואכע עלעמענטן.
אבער די מעין פוינט וואס דאס איז גאר וויכטיג אז מענטשן זאלן כאפן, אז ס'איז באמת אינגאנצן נישט קיין נסיון אויב מען קוקט עס אן מיט די ריכטיגע גלעזער:
כ'האב אים געפרעגט איז די הויז נישט ווערד מיט א פאר הונדערט טויזנט דאלער מער וויפל דו האסט באצאלט? פארוואס איז די פרייז אזוי הויעך ארויף? דאס איז געשעהן בלויז וויבאלד ס'איז געווארן אינגאנצן אידיש-קרית יואל,
איז דאך די גאנצע סיבה פון די פרייז אינקריס וויבאלד ס'איז געווארן אידיש, אויב אזוי וויאזוי ווילסטו פראבירן צו זאגן אז דא איז ממילא דא גוים,
אז דו ווילסט גיב מיר די דירה פאר די ארגינאלע פרייז וויפל דו האסט באצאלט פאר'ן גוי איך קויף עס גלייך אפ פון דיר פאר יענע אלטע פרייז... אה, דאס וויל ער נישט, פארוואס? אלא מאי דו פארשטייסט ס'איז ווערד פיל מער וויבאלד די געגנט איז אידיש-קרית יואל,
נו, אויב אזוי, שלינג אראפ די שאדן, האסט נאך אלס פיל מער פארדינט ווי די רענטאל שאדן...
מען קען נישט פסקענען מיט געפילן , אודאי אויב קען ער פארדיגען פאר א איד דארף ער דאס טון אבער אויב טרעפט ער נישט איז מאן יימר לך אז ער איז מחויב שאדן צו האבן ? ער איז מכשיל מיט ראיות אסורות? און ווען איינער נעמט א קלינינג לעידי איז ער אויך מכשיל ? איך זאג נישט אויף למעשה אבער שיק אים צו אן ערליכע איד זיך מתייעץ זיין , ווען עס איז דיין נסיון איז זיכער תבא עליך ברכה פארן טון אזוי אבער אויף יענעם קען עס זיין א שאלה פון ולפני עור לא תתן מכשול , לאז עס פאר א דיין