בלאט 90 פון 118

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:49 pm
דורך אויגעלעך
לאמיר נישט יעצט דן זיין אויף די פונקליכע לשונות פון די צעטל, ווייל דאס בפרטיות ווייס איך נישט ווער עס האט עס געשריבן.
אבער באופן כללי, די וועד הקריאה ביישטייט פון די מערסט פארשטענדליכסטע און אנגעזעהנסטע מענטשן אין אין די חינוך אפטיילונג אין קרית יואל, וביניהם הרה"ג ר' יואל ווערצבערגער שליט"א - מנהל בת"ת קרית יואל, הרה"ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א - מנהל ישיבת ישמח משה, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ ודומ"ץ ביהמ"ד דינוב, די דריי חברי הוועד זענען פארשטענדליכע בעלי שכל מענטשן וואס האלטן מיט די השפעה וואס די אלע מאגעזינען האבן אויף אונזערע קינדער און זיי האבן אראפ געשטעלט גיידליינס וואס מ'דארף נאכקומען כדי צו קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, ובפרטיות האבן זיי ארוית געלייגט שטרענגערע גיידליינס אויף די אומזיסטע אויסגאבעס ווייל דאס איז א זאך וואס עס איז נישט בידו פון א טאטע אפצוהאלטן זיין קינד פון ליינען ממילא האבן זיי פארשטאנען אז עס דארף זיין מער איינגעהאלטן

1) ווער עס קען די דריי חברי הוועד וועט נישט איינפאלן זיי צו באשולדיגן מיט עקטרעמיזעם
2) לפי די גיידליינס איז די מאמענט נישט ערלויבט צו פארקויפט ווערן אין קרית יואל אפילו עס שטייט אז זיי זענען בפיקוח א דיין הגם קיינער ווייסט נישט ווער זייער דיין איז און וואס זיינע גדרים זענען חוץ אויב זייער דיין איז הרב בערגער א שרייבער אין מאמענט
3) קיין איין בחור דרייט זיך נישט אין ישיבה מיט א היימשטאט און רוב בחורים ליינען נישט דורך די ביזנעס אפטיילונג אינדערהיים משא"כ די אינגערמאן אויסגאבע הגם איך ווייס נישט אויב די ביזנעס אפטיילונג איז געווען די פראבלעם פון די אינגערמאן

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 3:40 pm
דורך שמח
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 12:38 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:14 am
ווי איך פארשטיי איז די עיקר פראבלעם וואס זיי האבן, מיט די פאקט אז ס'איז מאגאזין פאפיר און נישט צייטונג פאפיר, אז זאך וואס מאכט עס מער ציענד צו ליינען.

יעצט פרעג מיך נישט אפ, ווייל כ'האב נישט געזאגט אז איך האלט אויך אזוי, נאר אז דאס איז וואס זיי טענה'ן...
'אינגערמאן' האט מען געהייסן ארויסנעמען די ביזנעס נייעס, ממש די זעלבע וואס היימשטאט פארמאגט...
דו רעדסט וואס דו טראכסט אדער וואס דו ווייסט קראנט פון די ''אינגערמאן'' ארויסגעבער?

מ'רעדט פון זאכן וואס איז ''ממש'' די זעלבע?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 4:43 pm
דורך Monroe On Scene
גרויסע קרענס היינט אנגעקימען און מציט ארויף אייזענע בימס אויף די נייע בימ"ד צעשנוב אויף העיס

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:51 pm
דורך פראנקרייך
Monroe On Scene האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 4:43 pm גרויסע קרענס היינט אנגעקימען און מציט ארויף אייזענע בימס אויף די נייע בימ"ד צעשנוב אויף העיס
קיקט אויס ווידער זעלבע קרעין וואס איז געווען ביז איצט ביים גרויסען בית מדרש,

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:53 pm
דורך אויגעלעך
פראנקרייך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 5:51 pm
Monroe On Scene האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 4:43 pm גרויסע קרענס היינט אנגעקימען און מציט ארויף אייזענע בימס אויף די נייע בימ"ד צעשנוב אויף העיס
קיקט אויס ווידער זעלבע קרעין וואס איז געווען ביז איצט ביים גרויסען בית מדרש,
ריכטיג די קרעין איז געווארן אווועק געפירט פון גארפיעלד ער"ש און עס איז געליגן במשך'ן שבת אויף העיס קט.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:31 pm
דורך דער תהלים איד
אויגעלעך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:49 pm לאמיר נישט יעצט דן זיין אויף די פונקליכע לשונות פון די צעטל, ווייל דאס בפרטיות ווייס איך נישט ווער עס האט עס געשריבן.
אבער באופן כללי, די וועד הקריאה ביישטייט פון די מערסט פארשטענדליכסטע און אנגעזעהנסטע מענטשן אין אין די חינוך אפטיילונג אין קרית יואל, וביניהם הרה"ג ר' יואל ווערצבערגער שליט"א - מנהל בת"ת קרית יואל, הרה"ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א - מנהל ישיבת ישמח משה, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ ודומ"ץ ביהמ"ד דינוב, די דריי חברי הוועד זענען פארשטענדליכע בעלי שכל מענטשן וואס האלטן מיט די השפעה וואס די אלע מאגעזינען האבן אויף אונזערע קינדער און זיי האבן אראפ געשטעלט גיידליינס וואס מ'דארף נאכקומען כדי צו קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, ובפרטיות האבן זיי ארוית געלייגט שטרענגערע גיידליינס אויף די אומזיסטע אויסגאבעס ווייל דאס איז א זאך וואס עס איז נישט בידו פון א טאטע אפצוהאלטן זיין קינד פון ליינען ממילא האבן זיי פארשטאנען אז עס דארף זיין מער איינגעהאלטן

1) ווער עס קען די דריי חברי הוועד וועט נישט איינפאלן זיי צו באשולדיגן מיט עקטרעמיזעם
2) לפי די גיידליינס איז די מאמענט נישט ערלויבט צו פארקויפט ווערן אין קרית יואל אפילו עס שטייט אז זיי זענען בפיקוח א דיין הגם קיינער ווייסט נישט ווער זייער דיין איז און וואס זיינע גדרים זענען חוץ אויב זייער דיין איז הרב בערגער א שרייבער אין מאמענט
3) קיין איין בחור דרייט זיך נישט אין ישיבה מיט א היימשטאט און רוב בחורים ליינען נישט דורך די ביזנעס אפטיילונג אינדערהיים משא"כ די אינגערמאן אויסגאבע הגם איך ווייס נישט אויב די ביזנעס אפטיילונג איז געווען די פראבלעם פון די אינגערמאן

1 און 3 זענען ריכטיג.

איך קען די חברי הועד און זיי זענען ביי מיר זייער מוסמך.

אבער היות דער צעטל מאכט נישט קיין סענס מחמת כמה טעמים שכבר כתבתי, און די ענטפערס דא זענען נישט עכט מאסגעבנד לפי המציאות והשכל, וועל איך אננעמען אז די חברי הועד האבן נישט געזען די גענויע לשון פונעם צעטל, זינט ס'איז ארויסגעגעבן אין איילעניש. ושגיאות מי יבין. אזוי וועל איך מוזן זאגן.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:46 pm
דורך דער תהלים איד
השקט לא יוכל. די פירער פון "טאון אוו מאנרא", סופערווייזער טאוני קארדאון און דעפיוטי סופערווייזער דארי האולל, דערקלערן א קאורט-מלחמה קעגן פארעסט שעטויס און קארלסבורג (חתן-כלה) דירות פראיעקטן.

שוין לאנגע חדשים וואס דער מאנרא טאון סופערווייזער קארדאון און זיינע טאון קאונסיללייט טיילן אויס צרות פאר'ן פארעסט-שעטויס פראיעקט פון ר' חיים נחום ווערצבערגער מיט א פאלשע טענה אז דער טייל פון פארעסט ראוד געהערט פאר זיי און זיי לאזן נישט דארט גראבן פאר אלע יוטיליטי'ס ווי וואסער, לעקטער, געז, דרעינעדזש, סוער אא"וו, און ווען די ווילעדזש האט אויפגעוויזן אז די ראוד געהערט נישט פאר'ן טאון נאר פאר די סטעיט DOT (א מעשה פאר זיך, אפשר שפעטער וועל איך שרייבן דערוועגן), האט די טאון אנגעהויבן לייגן פרעשור אויף די סטעיט אז זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיט.

דעם "ליל תשעה באב" איז אבער דערקלערט געווארן א פרישע קריג דורכ'ן טאון, סיי קעגן דעם פארעסט שעטויס דעוועלאפמענט, און סיי קעגן די קארלסבורג דעוועלפאמענט מיט'ן רבין'ס חתן-כלה דירות.

צו פארשטיין איבער וואס די רעדע איז, וועל איך קודם מסביר זיין אז זייט מ'האט ב"ה דערגרייכט אז קרית יואל זאל זיך אפטיילן פונעם טאון, האבן די שכנים אונטער'ן אפמאך איינגעשטילט פון אלע דעמאלסדיגע אנטי-וואוקס העצערייען, און זיי האבן ב"ה מער נישט געהאט קיין דעה אריינצורעדן קעגן קרית יואל'ס פראיעקטן פון דירות, ראודס, אא"וו.

אבער עכ"ז האבן זיי נאך אלעמאל פרובירט דא-דארט וואו צו לאזן הערן אז זיי לעבן נאך... און ספעציעל אין די לעצטע יאר צוויי. דא האבן זיי ערפינדן אז ס'איז דא 2 דעוועלאפמענטס וואס "כאפן אן" זייערע גרעניצן, האבן זיי באשלאסן אז דא קענען זיי זיך אריינקוועטשן מיט עפעס בעלות, און אויסנוצן דעם "כל המיצר לישראל נעשה ראש" צו צייגן פאר זייער פאלק אז זיי שטערן די וואוקס פון קרית יואל.

זייער עיקר טענה וואו זיי כאפן זיך אן, איז אז די "טאון ראודס" גייען אנכאפן די 2 דעוועלאפמענטס, ממילא קענען זיי דאס נישט אדורכלאזן אזוי פשוט... ווי כאילו קיינער ווייסט נישט אז אלע גאסן וואו קרית יואל האט געבויט דעוועלאפמענטס זענען די ראודס נאר געווארן פארבעסערט און פארשענערט און פארברייטערט, ווי עיקערס ראוד, בעיקערטאון ראוד, פארעסט ראוד, אזוי אז קיינער קען נישט חושד זיין אז מ'איז דא צו פארנאכלעסיגן די ראודס נאר פארקערט.

צו קרית יואל'ס מזל זענען אלע ביז יעצטיגע פראיעקטן ביי די גרעניצן געווען קאנעקטעד מיט "קאונטי ראודס" וואס געהערט צו אראנדזש קאונטי, למשל שכונת ויואל משה, אדער די דירות יענע געגנט פון ר' יוזפא לאנדא, ר' אהרן וויינבערגער. ווידער די גרויסע פראיעקטן אויף עיקערס און אויף בעיקערטאון האבן נאר אנגערירט "ווילעדזש ראודס".

אבער די 2 דערמאנטע פראיעקטן כאפן יא אן "טאון ראודס". קארלסבורג ביי סעווען ספרינגס איז אינגאנצן קאנעקטעד צום טאון, כאטש מ'דארף נישט צורירן צו זייער שטח, אבער עס קומט זיך צוזאם און זיי קענען פרובירן צו זאגן אז זיי זענען באזארגט פאר זייער ראוד. און ביי פארעסט שעטויס איז עס באמת א ראוד וואס געהער פאר די סטעיט DOT, אבער דער טאון שרייט אז היות דער שטח פון איין חלק פונעם ראוד איז אונטערן טאון גרעניץ, האבן זיי דא א ווארט. (נישט אז זיי זענען אין די לעצטע 5 יאר אמאל נכשל געווארן צו שארן די שניי אויף דעם חלק ראוד... אבער יעצט ווילן זיי למפרע האבן בעלות)

עכ"פ צום ענין פון יעצט ערב תשעה באב.

די טאון "דעפיוטי סופערווייזער" דארי האולל (קארדאון האט איר געשטעלט אלס דעפיוטי סופערווייזער אונטער אים, נאך די לעצטע נאוועמבער וואלן) האט אנגעפירט א טאון מיטינג ערב תשעה באב פארנאכטס, וואס האט זיך געצויגן נאנט צו 3 שעה, וואו זי האט אונטער פארמאכטע טירן געהעצט קעגן קרית יואל'ס וואוקס ממש אויפ'ן אמאליגן שטייגער פון די יונייטעד מאנרא צייטן. ביים ענדע פון די מיטינג איז פארגעקומען א וואוט, וואו אלע (אויסער קארדאון אליינס וואס איז נישט דארט געווען) האבן געשטימט אז די טאון זאל עפענען 2 קאורט קעיסעס קעגן קרית יואל איבער די צוויי פראיעקטן.

1) א קלאגע קעגן די פארעסט שעטויס פראיעקט, אז מען האט געמוזט אויסווארטן אויף אלע שלעפערייען פונעם טאון אוו מאנרא בעפארן צורירן דעם ראוד ווייל ס'איז אין די גרעניצן פונעם טאון, און אגב דערקלערן זיי אז דער ראוד געהער צו זיי, כאטש די סטעיט האט שוין קלארגעשטעלט אנדערש.

2) א קלאגע קעגן די קארלסבורג חתן-כלה דירות פראיעקט פונעם רבי'ן (מהר"א), וואו מען האט אריינגעכאפט אויסצוהאקן ביימער, טראץ וואס מען האלט נאך אינמיט די "סיקרע" פראצעדור, כדי נישט צו פארפאסן די חדשים ווען די היינטיגע ענווייראמענטאלע געזעצן לאזן האקן ביימער. טענה'ט די טאון א נייע פרישע טענה - אלס שכן - אז מ'האט נישט געטארט אנהייבן ארבעטן אויף א פראיעקט וואס "גייט בעתיד" ווערן קאנעקטעד מיט טאון ראודס... נאר אויב זיי געבן פאראויס זייער פולסטע הסכמה.

די קאונסיל פרוי, דעפיוטי סופערווייזאר, האולל האט אונטערגעשריבן די ארדער פאר'ן טאון אטוירני אריינצוגעבן די 2 קלאגעס בקרוב.

ווי געשריבן אנהויב, די שנאה פון קארדאון און האולל קעגן קרית יואל איז נישט ניי, קארדאון איז ארגינעל געווארן אריינגעברענגט דורך "יונייטעד מאנרא", אבער נאך עטליכע יאר זיין היבש רואיג זייט די שלום-דיעל, זענען זיי לעצטנס שטארק צולאזט אויף יעדע ריר, זיי טרייען צו שטערן קרית יואל מיט די ווילעדזש באסעס, מיט יעדע קאונטי בודזשעט, מיט די שניי שארן, מיט די רוזשין קאנעקטער ראוד, און יעצט מיט די 2 פרישע קלאגעס. דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל שנעל און גרינג ווערן אויסגעפייט.

(ס'איז מעגליך אז די רייץ יעצט קומט טאקע פון האולל, נאך מער ווי איר באסס קארדאון, ווייל האולל לויפט דאך נאוועמבער צום סטעיט סענאט און זי וויל אפשר נוצן איר אנטי קרית יואל 'אויפטוען' אלס א מיטל צו שלעפן מער טאון וויילער צו איר זייט. אויך קארדאון וויל איר אריינזען אינעם סענאט, וועלנדיג האבן דארט איינעם פון זיין רעפובליקאנע פארטיי, ואכמ"ל)

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 7:24 pm
דורך מכבי
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:31 pm
אויגעלעך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:49 pm לאמיר נישט יעצט דן זיין אויף די פונקליכע לשונות פון די צעטל, ווייל דאס בפרטיות ווייס איך נישט ווער עס האט עס געשריבן.
אבער באופן כללי, די וועד הקריאה ביישטייט פון די מערסט פארשטענדליכסטע און אנגעזעהנסטע מענטשן אין אין די חינוך אפטיילונג אין קרית יואל, וביניהם הרה"ג ר' יואל ווערצבערגער שליט"א - מנהל בת"ת קרית יואל, הרה"ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א - מנהל ישיבת ישמח משה, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ ודומ"ץ ביהמ"ד דינוב, די דריי חברי הוועד זענען פארשטענדליכע בעלי שכל מענטשן וואס האלטן מיט די השפעה וואס די אלע מאגעזינען האבן אויף אונזערע קינדער און זיי האבן אראפ געשטעלט גיידליינס וואס מ'דארף נאכקומען כדי צו קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, ובפרטיות האבן זיי ארוית געלייגט שטרענגערע גיידליינס אויף די אומזיסטע אויסגאבעס ווייל דאס איז א זאך וואס עס איז נישט בידו פון א טאטע אפצוהאלטן זיין קינד פון ליינען ממילא האבן זיי פארשטאנען אז עס דארף זיין מער איינגעהאלטן

1) ווער עס קען די דריי חברי הוועד וועט נישט איינפאלן זיי צו באשולדיגן מיט עקטרעמיזעם
2) לפי די גיידליינס איז די מאמענט נישט ערלויבט צו פארקויפט ווערן אין קרית יואל אפילו עס שטייט אז זיי זענען בפיקוח א דיין הגם קיינער ווייסט נישט ווער זייער דיין איז און וואס זיינע גדרים זענען חוץ אויב זייער דיין איז הרב בערגער א שרייבער אין מאמענט
3) קיין איין בחור דרייט זיך נישט אין ישיבה מיט א היימשטאט און רוב בחורים ליינען נישט דורך די ביזנעס אפטיילונג אינדערהיים משא"כ די אינגערמאן אויסגאבע הגם איך ווייס נישט אויב די ביזנעס אפטיילונג איז געווען די פראבלעם פון די אינגערמאן

1 און 3 זענען ריכטיג.

איך קען די חברי הועד און זיי זענען ביי מיר זייער מוסמך.

אבער היות דער צעטל מאכט נישט קיין סענס מחמת כמה טעמים שכבר כתבתי, און די ענטפערס דא זענען נישט עכט מאסגעבנד לפי המציאות והשכל, וועל איך אננעמען אז די חברי הועד האבן נישט געזען די גענויע לשון פונעם צעטל, זינט ס'איז ארויסגעגעבן אין איילעניש. ושגיאות מי יבין. אזוי וועל איך מוזן זאגן.
אזוי וואלט איך ווען אויך אנגענומען ווען נישט זייער זינלאזע "תיקונים" אינעם אינגערמאן. מערסטנס וואס מען קען אננעמען איז אז א צווייטער מדבר מתוך גרונם

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 7:43 pm
דורך מי שברך
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:46 pm השקט לא יוכל. די פירער פון "טאון אוו מאנרא", סופערווייזער טאוני קארדאון און דעפיוטי סופערווייזער דארי האולל, דערקלערן א קאורט-מלחמה קעגן פארעסט שעטויס און קארלסבורג (חתן-כלה) דירות פראיעקטן.

עס זענען נישט דא גענוג אידן און טאון אויף מאנראו זיי ארויס צו וואטן?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 8:17 pm
דורך דער תהלים איד
@מי שברך נע, דערווייל ווייט-נישט.

ווען יא וואלט מען עס דאך שוין לאנג געטון.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:04 pm
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 8:17 pm @מי שברך נע, דערווייל ווייט-נישט.

ווען יא וואלט מען עס דאך שוין לאנג געטון.
ער האט באקומען א גרויסן רוב אום 2021 (איז קיינער נישט געלאפן אויפן דעמאקראטישער טיקעט?)

https://www.orangecountygov.com/Documen ... rvisor-PDF

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:05 am
דורך יאנטשי
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 8:17 pm @מי שברך נע, דערווייל ווייט-נישט.

ווען יא וואלט מען עס דאך שוין לאנג געטון.
ער האט באקומען א גרויסן רוב אום 2021 (איז קיינער נישט געלאפן אויפן דעמאקראטישער טיקעט?)

https://www.orangecountygov.com/Documen ... rvisor-PDF
אום 2017 האט ער געווינען מיט 3371 קעגן 3278 פארן דעמאקראט, אין א ס"ה 11521 טורנאוט.

מען דארף געהעריג אפלערנען די נומערן, צי זענען זיינע רעפובליקאנע שטיצער מער ארויסגעקומען אין די 2021 וואלן, אדער האט ער געהויבן זיין שטיצע ביי די וויילער? איז מען דארט יעצט צופרידן פון זיין פירערשאפט?

די שאלה איז צו יעצט אין נאוועמבער לויפט קעגן אים א דעמאקראט? אויב יא וואס זענען זיינע שאנסן?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:36 am
דורך זרש
פארוואס גייט נישט די ווילעדזש אין קארט אקעגן זיי ?
(נישט יעצט שוין א האלבע יאר צוריק)

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:45 am
דורך אנדערער
זרש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:36 am פארוואס גייט נישט די ווילעדזש אין קארט אקעגן זיי ?
(נישט יעצט שוין א האלבע יאר צוריק)
וואס איז שייך געווען א האלבע יאר צוריק?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 1:17 am
דורך פשוט און גראד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:46 pm השקט לא יוכל. די פירער פון "טאון אוו מאנרא", סופערווייזער טאוני קארדאון און דעפיוטי סופערווייזער דארי האולל, דערקלערן א קאורט-מלחמה קעגן פארעסט שעטויס און קארלסבורג (חתן-כלה) דירות פראיעקטן.

שוין לאנגע חדשים וואס דער מאנרא טאון סופערווייזער קארדאון און זיינע טאון קאונסיללייט טיילן אויס צרות פאר'ן פארעסט-שעטויס פראיעקט פון ר' חיים נחום ווערצבערגער מיט א פאלשע טענה אז דער טייל פון פארעסט ראוד געהערט פאר זיי און זיי לאזן נישט דארט גראבן פאר אלע יוטיליטי'ס ווי וואסער, לעקטער, געז, דרעינעדזש, סוער אא"וו, און ווען די ווילעדזש האט אויפגעוויזן אז די ראוד געהערט נישט פאר'ן טאון נאר פאר די סטעיט DOT (א מעשה פאר זיך, אפשר שפעטער וועל איך שרייבן דערוועגן), האט די טאון אנגעהויבן לייגן פרעשור אויף די סטעיט אז זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיט.

דעם "ליל תשעה באב" איז אבער דערקלערט געווארן א פרישע קריג דורכ'ן טאון, סיי קעגן דעם פארעסט שעטויס דעוועלאפמענט, און סיי קעגן די קארלסבורג דעוועלפאמענט מיט'ן רבין'ס חתן-כלה דירות.

צו פארשטיין איבער וואס די רעדע איז, וועל איך קודם מסביר זיין אז זייט מ'האט ב"ה דערגרייכט אז קרית יואל זאל זיך אפטיילן פונעם טאון, האבן די שכנים אונטער'ן אפמאך איינגעשטילט פון אלע דעמאלסדיגע אנטי-וואוקס העצערייען, און זיי האבן ב"ה מער נישט געהאט קיין דעה אריינצורעדן קעגן קרית יואל'ס פראיעקטן פון דירות, ראודס, אא"וו.

אבער עכ"ז האבן זיי נאך אלעמאל פרובירט דא-דארט וואו צו לאזן הערן אז זיי לעבן נאך... און ספעציעל אין די לעצטע יאר צוויי. דא האבן זיי ערפינדן אז ס'איז דא 2 דעוועלאפמענטס וואס "כאפן אן" זייערע גרעניצן, האבן זיי באשלאסן אז דא קענען זיי זיך אריינקוועטשן מיט עפעס בעלות, און אויסנוצן דעם "כל המיצר לישראל נעשה ראש" צו צייגן פאר זייער פאלק אז זיי שטערן די וואוקס פון קרית יואל.

זייער עיקר טענה וואו זיי כאפן זיך אן, איז אז די "טאון ראודס" גייען אנכאפן די 2 דעוועלאפמענטס, ממילא קענען זיי דאס נישט אדורכלאזן אזוי פשוט... ווי כאילו קיינער ווייסט נישט אז אלע גאסן וואו קרית יואל האט געבויט דעוועלאפמענטס זענען די ראודס נאר געווארן פארבעסערט און פארשענערט און פארברייטערט, ווי עיקערס ראוד, בעיקערטאון ראוד, פארעסט ראוד, אזוי אז קיינער קען נישט חושד זיין אז מ'איז דא צו פארנאכלעסיגן די ראודס נאר פארקערט.

צו קרית יואל'ס מזל זענען אלע ביז יעצטיגע פראיעקטן ביי די גרעניצן געווען קאנעקטעד מיט "קאונטי ראודס" וואס געהערט צו אראנדזש קאונטי, למשל שכונת ויואל משה, אדער די דירות יענע געגנט פון ר' יוזפא לאנדא, ר' אהרן וויינבערגער. ווידער די גרויסע פראיעקטן אויף עיקערס און אויף בעיקערטאון האבן נאר אנגערירט "ווילעדזש ראודס".

אבער די 2 דערמאנטע פראיעקטן כאפן יא אן "טאון ראודס". קארלסבורג ביי סעווען ספרינגס איז אינגאנצן קאנעקטעד צום טאון, כאטש מ'דארף נישט צורירן צו זייער שטח, אבער עס קומט זיך צוזאם און זיי קענען פרובירן צו זאגן אז זיי זענען באזארגט פאר זייער ראוד. און ביי פארעסט שעטויס איז עס באמת א ראוד וואס געהער פאר די סטעיט DOT, אבער דער טאון שרייט אז היות דער שטח פון איין חלק פונעם ראוד איז אונטערן טאון גרעניץ, האבן זיי דא א ווארט. (נישט אז זיי זענען אין די לעצטע 5 יאר אמאל נכשל געווארן צו שארן די שניי אויף דעם חלק ראוד... אבער יעצט ווילן זיי למפרע האבן בעלות)

עכ"פ צום ענין פון יעצט ערב תשעה באב.

די טאון "דעפיוטי סופערווייזער" דארי האולל (קארדאון האט איר געשטעלט אלס דעפיוטי סופערווייזער אונטער אים, נאך די לעצטע נאוועמבער וואלן) האט אנגעפירט א טאון מיטינג ערב תשעה באב פארנאכטס, וואס האט זיך געצויגן נאנט צו 3 שעה, וואו זי האט אונטער פארמאכטע טירן געהעצט קעגן קרית יואל'ס וואוקס ממש אויפ'ן אמאליגן שטייגער פון די יונייטעד מאנרא צייטן. ביים ענדע פון די מיטינג איז פארגעקומען א וואוט, וואו אלע (אויסער קארדאון אליינס וואס איז נישט דארט געווען) האבן געשטימט אז די טאון זאל עפענען 2 קאורט קעיסעס קעגן קרית יואל איבער די צוויי פראיעקטן.

1) א קלאגע קעגן די פארעסט שעטויס פראיעקט, אז מען האט געמוזט אויסווארטן אויף אלע שלעפערייען פונעם טאון אוו מאנרא בעפארן צורירן דעם ראוד ווייל ס'איז אין די גרעניצן פונעם טאון, און אגב דערקלערן זיי אז דער ראוד געהער צו זיי, כאטש די סטעיט האט שוין קלארגעשטעלט אנדערש.

2) א קלאגע קעגן די קארלסבורג חתן-כלה דירות פראיעקט פונעם רבי'ן (מהר"א), וואו מען האט אריינגעכאפט אויסצוהאקן ביימער, טראץ וואס מען האלט נאך אינמיט די "סיקרע" פראצעדור, כדי נישט צו פארפאסן די חדשים ווען די היינטיגע ענווייראמענטאלע געזעצן לאזן האקן ביימער. טענה'ט די טאון א נייע פרישע טענה - אלס שכן - אז מ'האט נישט געטארט אנהייבן ארבעטן אויף א פראיעקט וואס "גייט בעתיד" ווערן קאנעקטעד מיט טאון ראודס... נאר אויב זיי געבן פאראויס זייער פולסטע הסכמה.

די קאונסיל פרוי, דעפיוטי סופערווייזאר, האולל האט אונטערגעשריבן די ארדער פאר'ן טאון אטוירני אריינצוגעבן די 2 קלאגעס בקרוב.

ווי געשריבן אנהויב, די שנאה פון קארדאון און האולל קעגן קרית יואל איז נישט ניי, קארדאון איז ארגינעל געווארן אריינגעברענגט דורך "יונייטעד מאנרא", אבער נאך עטליכע יאר זיין היבש רואיג זייט די שלום-דיעל, זענען זיי לעצטנס שטארק צולאזט אויף יעדע ריר, זיי טרייען צו שטערן קרית יואל מיט די ווילעדזש באסעס, מיט יעדע קאונטי בודזשעט, מיט די שניי שארן, מיט די רוזשין קאנעקטער ראוד, און יעצט מיט די 2 פרישע קלאגעס. דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל שנעל און גרינג ווערן אויסגעפייט.

(ס'איז מעגליך אז די רייץ יעצט קומט טאקע פון האולל, נאך מער ווי איר באסס קארדאון, ווייל האולל לויפט דאך נאוועמבער צום סטעיט סענאט און זי וויל אפשר נוצן איר אנטי קרית יואל 'אויפטוען' אלס א מיטל צו שלעפן מער טאון וויילער צו איר זייט. אויך קארדאון וויל איר אריינזען אינעם סענאט, וועלנדיג האבן דארט איינעם פון זיין רעפובליקאנע פארטיי, ואכמ"ל)
ר"ל. ה’ ירחם עלינו. יויש פארן דיוועלאפער.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:23 am
דורך שאינו יודע לשאול
ווי גרויס זענען זייערע שאנסן צו געווינען?

און וואס איז זייער טענה אין געריכט? א געלט שטראף?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:36 am
דורך אויגעלעך
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:31 pm
אויגעלעך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 2:49 pm לאמיר נישט יעצט דן זיין אויף די פונקליכע לשונות פון די צעטל, ווייל דאס בפרטיות ווייס איך נישט ווער עס האט עס געשריבן.
אבער באופן כללי, די וועד הקריאה ביישטייט פון די מערסט פארשטענדליכסטע און אנגעזעהנסטע מענטשן אין אין די חינוך אפטיילונג אין קרית יואל, וביניהם הרה"ג ר' יואל ווערצבערגער שליט"א - מנהל בת"ת קרית יואל, הרה"ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א - מנהל ישיבת ישמח משה, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ ודומ"ץ ביהמ"ד דינוב, די דריי חברי הוועד זענען פארשטענדליכע בעלי שכל מענטשן וואס האלטן מיט די השפעה וואס די אלע מאגעזינען האבן אויף אונזערע קינדער און זיי האבן אראפ געשטעלט גיידליינס וואס מ'דארף נאכקומען כדי צו קענען פארקויפט ווערן אין קרית יואל, ובפרטיות האבן זיי ארוית געלייגט שטרענגערע גיידליינס אויף די אומזיסטע אויסגאבעס ווייל דאס איז א זאך וואס עס איז נישט בידו פון א טאטע אפצוהאלטן זיין קינד פון ליינען ממילא האבן זיי פארשטאנען אז עס דארף זיין מער איינגעהאלטן

1) ווער עס קען די דריי חברי הוועד וועט נישט איינפאלן זיי צו באשולדיגן מיט עקטרעמיזעם
2) לפי די גיידליינס איז די מאמענט נישט ערלויבט צו פארקויפט ווערן אין קרית יואל אפילו עס שטייט אז זיי זענען בפיקוח א דיין הגם קיינער ווייסט נישט ווער זייער דיין איז און וואס זיינע גדרים זענען חוץ אויב זייער דיין איז הרב בערגער א שרייבער אין מאמענט
3) קיין איין בחור דרייט זיך נישט אין ישיבה מיט א היימשטאט און רוב בחורים ליינען נישט דורך די ביזנעס אפטיילונג אינדערהיים משא"כ די אינגערמאן אויסגאבע הגם איך ווייס נישט אויב די ביזנעס אפטיילונג איז געווען די פראבלעם פון די אינגערמאן

1 און 3 זענען ריכטיג.

איך קען די חברי הועד און זיי זענען ביי מיר זייער מוסמך.

אבער היות דער צעטל מאכט נישט קיין סענס מחמת כמה טעמים שכבר כתבתי, און די ענטפערס דא זענען נישט עכט מאסגעבנד לפי המציאות והשכל, וועל איך אננעמען אז די חברי הועד האבן נישט געזען די גענויע לשון פונעם צעטל, זינט ס'איז ארויסגעגעבן אין איילעניש. ושגיאות מי יבין. אזוי וועל איך מוזן זאגן.
באמת האב איך טאקע דאס געמיינט מיט די ווערטער "לאמיר נישט יעצט דן זיין אויף די פונקליכע לשונות פון די צעטל," אז מיין הקדמה איז נישט געוואנדן צו די מדובר פון דעם צעטל ספעציפיש און אויף קיין איין פרטיות'דיגע צעטל, אין מיין הקדמה רעדט איך בעיקר אויף די וועלכע זענען פארנומען אראפ צו רייסן יעדע זאך וואס די וועד טוהט, ווייל זיי האבן אפגע'פסל'ט די וועד משורשו אלס עקסטרעם, אויף דעם האב איך ארויס געברענגט אז ווער עס קען די חברי הוועד פארשטייט ווי רחוק מן המציאות עס איז אזוי צו זאגן, און ס"ה טוהן זיי עס ווייל זיי זעהן און זיי זענען משיג די שאדן וואס עס קומט ארויס דערפון

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:57 am
דורך גראסערי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:23 am וואס זענען זייערע שאנסן צו געווינען?
צייט

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:04 am
דורך מכבי
אויגעלעך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:36 am

קיינער וועם איך קען האט נישט אפגעפסל'ט די וועד ווייל זיי האלטן אז זיי זענען עקסטרעם משורשם און די תירוץ איז אז זיי טוען עקסטרעמע זאכן. נאר ווייל זיי טוען עקסטרעמע זאכן קוקט מען זײ אן עקסטרעם ופשוט היא. ווי געזאגט קען זיין אז עס איז בכלל נישט זיי

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:12 am
דורך שאינו יודע לשאול
מכבי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:04 am ווי געזאגט קען זיין אז עס איז בכלל נישט זיי
איך האב פערזענליך שוין געהאנדלט מיט איינע פון די חברי הוועד, און איך קען באשטעטיגן אז ס'איז יא זיי. כ'ווייס נישט צי אלעס וואס די וועד לעדערהעד טוט האט מיט זיי, אבער וויפיל איך האב געזען, זענען זיי פולי אין טשארדזש אויף דעם.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:25 am
דורך מכבי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:12 am
מכבי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:04 am ווי געזאגט קען זיין אז עס איז בכלל נישט זיי
איך האב פערזענליך שוין געהאנדלט מיט איינע פון די חברי הוועד, און איך קען באשטעטיגן אז ס'איז יא זיי. כ'ווייס נישט צי אלעס וואס די וועד לעדערהעד טוט האט מיט זיי, אבער וויפיל איך האב געזען, זענען זיי פולי אין טשארדזש אויף דעם.
דעמאלסט קוקט אויס אז זיי זענען יא געווארן עקסטרעם # אל תאמין בעצמך

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:12 pm
דורך דער תהלים איד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 9:23 am ווי גרויס זענען זייערע שאנסן צו געווינען?

און וואס איז זייער טענה אין געריכט? א געלט שטראף?
זיי האבן זיכער נישט קיין גרויסע שאנסן צו קענען שטערן 'אלטימעטלי'. אפגערעדט פון פארעסט שעטויס, אבער אפילו קארלסבורג.

דער עיקר אישו איז פארשלעפן, ווי איינער האט שוין געענטפערט. זיי קענען פארשלעפן די פראצעדור, און שלעפן קען אמאל מיינען יארן.

אבער, די ווילעדזש ארבעט שוין אפאר חדשים מיט די סטעיט איבער דעם, און האפנטליך וועלן זיי אויך באקעמפן די קאורט קלאגעס גענוג שנעל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:29 pm
דורך שבת קודש
זעה איך אז די גוישע געז סטיעשן נעבן קרית יואל פארקויפט אלע אויסגאבעס וואס מען פארקויפט נישט אין ק''י די שטערן מאמענט עמי משפחה וכדו'
איז עס א נייע זאך אדער האט מען עס אייביג פארקויפט דארטן?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:35 pm
דורך וואלף
מכבי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:25 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:12 am
מכבי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 11:04 am ווי געזאגט קען זיין אז עס איז בכלל נישט זיי
איך האב פערזענליך שוין געהאנדלט מיט איינע פון די חברי הוועד, און איך קען באשטעטיגן אז ס'איז יא זיי. כ'ווייס נישט צי אלעס וואס די וועד לעדערהעד טוט האט מיט זיי, אבער וויפיל איך האב געזען, זענען זיי פולי אין טשארדזש אויף דעם.
דעמאלסט קוקט אויס אז זיי זענען יא געווארן עקסטרעם # אל תאמין בעצמך
אפשר ביסטו געווארן ליבעראל?.... # אל תאמין בעצמך

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 12:44 pm
דורך מלאכי
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 1:17 am
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 6:46 pm השקט לא יוכל. די פירער פון "טאון אוו מאנרא", סופערווייזער טאוני קארדאון און דעפיוטי סופערווייזער דארי האולל, דערקלערן א קאורט-מלחמה קעגן פארעסט שעטויס און קארלסבורג (חתן-כלה) דירות פראיעקטן.

שוין לאנגע חדשים וואס דער מאנרא טאון סופערווייזער קארדאון און זיינע טאון קאונסיללייט טיילן אויס צרות פאר'ן פארעסט-שעטויס פראיעקט פון ר' חיים נחום ווערצבערגער מיט א פאלשע טענה אז דער טייל פון פארעסט ראוד געהערט פאר זיי און זיי לאזן נישט דארט גראבן פאר אלע יוטיליטי'ס ווי וואסער, לעקטער, געז, דרעינעדזש, סוער אא"וו, און ווען די ווילעדזש האט אויפגעוויזן אז די ראוד געהערט נישט פאר'ן טאון נאר פאר די סטעיט DOT (א מעשה פאר זיך, אפשר שפעטער וועל איך שרייבן דערוועגן), האט די טאון אנגעהויבן לייגן פרעשור אויף די סטעיט אז זיי זאלן נישט געבן קיין פערמיט.

דעם "ליל תשעה באב" איז אבער דערקלערט געווארן א פרישע קריג דורכ'ן טאון, סיי קעגן דעם פארעסט שעטויס דעוועלאפמענט, און סיי קעגן די קארלסבורג דעוועלפאמענט מיט'ן רבין'ס חתן-כלה דירות.

צו פארשטיין איבער וואס די רעדע איז, וועל איך קודם מסביר זיין אז זייט מ'האט ב"ה דערגרייכט אז קרית יואל זאל זיך אפטיילן פונעם טאון, האבן די שכנים אונטער'ן אפמאך איינגעשטילט פון אלע דעמאלסדיגע אנטי-וואוקס העצערייען, און זיי האבן ב"ה מער נישט געהאט קיין דעה אריינצורעדן קעגן קרית יואל'ס פראיעקטן פון דירות, ראודס, אא"וו.

אבער עכ"ז האבן זיי נאך אלעמאל פרובירט דא-דארט וואו צו לאזן הערן אז זיי לעבן נאך... און ספעציעל אין די לעצטע יאר צוויי. דא האבן זיי ערפינדן אז ס'איז דא 2 דעוועלאפמענטס וואס "כאפן אן" זייערע גרעניצן, האבן זיי באשלאסן אז דא קענען זיי זיך אריינקוועטשן מיט עפעס בעלות, און אויסנוצן דעם "כל המיצר לישראל נעשה ראש" צו צייגן פאר זייער פאלק אז זיי שטערן די וואוקס פון קרית יואל.

זייער עיקר טענה וואו זיי כאפן זיך אן, איז אז די "טאון ראודס" גייען אנכאפן די 2 דעוועלאפמענטס, ממילא קענען זיי דאס נישט אדורכלאזן אזוי פשוט... ווי כאילו קיינער ווייסט נישט אז אלע גאסן וואו קרית יואל האט געבויט דעוועלאפמענטס זענען די ראודס נאר געווארן פארבעסערט און פארשענערט און פארברייטערט, ווי עיקערס ראוד, בעיקערטאון ראוד, פארעסט ראוד, אזוי אז קיינער קען נישט חושד זיין אז מ'איז דא צו פארנאכלעסיגן די ראודס נאר פארקערט.

צו קרית יואל'ס מזל זענען אלע ביז יעצטיגע פראיעקטן ביי די גרעניצן געווען קאנעקטעד מיט "קאונטי ראודס" וואס געהערט צו אראנדזש קאונטי, למשל שכונת ויואל משה, אדער די דירות יענע געגנט פון ר' יוזפא לאנדא, ר' אהרן וויינבערגער. ווידער די גרויסע פראיעקטן אויף עיקערס און אויף בעיקערטאון האבן נאר אנגערירט "ווילעדזש ראודס".

אבער די 2 דערמאנטע פראיעקטן כאפן יא אן "טאון ראודס". קארלסבורג ביי סעווען ספרינגס איז אינגאנצן קאנעקטעד צום טאון, כאטש מ'דארף נישט צורירן צו זייער שטח, אבער עס קומט זיך צוזאם און זיי קענען פרובירן צו זאגן אז זיי זענען באזארגט פאר זייער ראוד. און ביי פארעסט שעטויס איז עס באמת א ראוד וואס געהער פאר די סטעיט DOT, אבער דער טאון שרייט אז היות דער שטח פון איין חלק פונעם ראוד איז אונטערן טאון גרעניץ, האבן זיי דא א ווארט. (נישט אז זיי זענען אין די לעצטע 5 יאר אמאל נכשל געווארן צו שארן די שניי אויף דעם חלק ראוד... אבער יעצט ווילן זיי למפרע האבן בעלות)

עכ"פ צום ענין פון יעצט ערב תשעה באב.

די טאון "דעפיוטי סופערווייזער" דארי האולל (קארדאון האט איר געשטעלט אלס דעפיוטי סופערווייזער אונטער אים, נאך די לעצטע נאוועמבער וואלן) האט אנגעפירט א טאון מיטינג ערב תשעה באב פארנאכטס, וואס האט זיך געצויגן נאנט צו 3 שעה, וואו זי האט אונטער פארמאכטע טירן געהעצט קעגן קרית יואל'ס וואוקס ממש אויפ'ן אמאליגן שטייגער פון די יונייטעד מאנרא צייטן. ביים ענדע פון די מיטינג איז פארגעקומען א וואוט, וואו אלע (אויסער קארדאון אליינס וואס איז נישט דארט געווען) האבן געשטימט אז די טאון זאל עפענען 2 קאורט קעיסעס קעגן קרית יואל איבער די צוויי פראיעקטן.

1) א קלאגע קעגן די פארעסט שעטויס פראיעקט, אז מען האט געמוזט אויסווארטן אויף אלע שלעפערייען פונעם טאון אוו מאנרא בעפארן צורירן דעם ראוד ווייל ס'איז אין די גרעניצן פונעם טאון, און אגב דערקלערן זיי אז דער ראוד געהער צו זיי, כאטש די סטעיט האט שוין קלארגעשטעלט אנדערש.

2) א קלאגע קעגן די קארלסבורג חתן-כלה דירות פראיעקט פונעם רבי'ן (מהר"א), וואו מען האט אריינגעכאפט אויסצוהאקן ביימער, טראץ וואס מען האלט נאך אינמיט די "סיקרע" פראצעדור, כדי נישט צו פארפאסן די חדשים ווען די היינטיגע ענווייראמענטאלע געזעצן לאזן האקן ביימער. טענה'ט די טאון א נייע פרישע טענה - אלס שכן - אז מ'האט נישט געטארט אנהייבן ארבעטן אויף א פראיעקט וואס "גייט בעתיד" ווערן קאנעקטעד מיט טאון ראודס... נאר אויב זיי געבן פאראויס זייער פולסטע הסכמה.

די קאונסיל פרוי, דעפיוטי סופערווייזאר, האולל האט אונטערגעשריבן די ארדער פאר'ן טאון אטוירני אריינצוגעבן די 2 קלאגעס בקרוב.

ווי געשריבן אנהויב, די שנאה פון קארדאון און האולל קעגן קרית יואל איז נישט ניי, קארדאון איז ארגינעל געווארן אריינגעברענגט דורך "יונייטעד מאנרא", אבער נאך עטליכע יאר זיין היבש רואיג זייט די שלום-דיעל, זענען זיי לעצטנס שטארק צולאזט אויף יעדע ריר, זיי טרייען צו שטערן קרית יואל מיט די ווילעדזש באסעס, מיט יעדע קאונטי בודזשעט, מיט די שניי שארן, מיט די רוזשין קאנעקטער ראוד, און יעצט מיט די 2 פרישע קלאגעס. דער אויבערשטער זאל העלפן אלעס זאל שנעל און גרינג ווערן אויסגעפייט.

(ס'איז מעגליך אז די רייץ יעצט קומט טאקע פון האולל, נאך מער ווי איר באסס קארדאון, ווייל האולל לויפט דאך נאוועמבער צום סטעיט סענאט און זי וויל אפשר נוצן איר אנטי קרית יואל 'אויפטוען' אלס א מיטל צו שלעפן מער טאון וויילער צו איר זייט. אויך קארדאון וויל איר אריינזען אינעם סענאט, וועלנדיג האבן דארט איינעם פון זיין רעפובליקאנע פארטיי, ואכמ"ל)
ר"ל. ה’ ירחם עלינו. יויש פארן דיוועלאפער.
יא אבער אונז גיי מיר זיך נישט לאזן סקאסט צו בויען 200 דאלער א פיס אין די דיווילאפערס זענען חיות און בלוט זויגערס און ער מיז נאכאלס בעטן 300 דאלער א פיס. איי סאיז נישט מעגליך פאראויסזאגן אזא פראבלעם גייט מיר נישט אן מסתמא זאגט ער ליגענט
(די פראבלעם איז איך שרייב עס סארקאסטיש אבער ליידער איז דא באמת מענטשן וואס גלייבן אזוי)