בלאט 90 פון 633
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 7:37 pm
דורך פלאם
מנהיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:52 pm
פלאם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:49 pm
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:22 pm
בין איך די איינציגער וואס הייבט נישט אן כאפען וואס די כותב התגובה וויל דא?
די גאנצע פראבלעם פון לב טמא איז אז מ'האט זיך צוקריגט מיט עלטערן און זיי זענען אנגעהעצט אז זיי קענען נישט שעפן נחת פון די אייניקלעך, אדער אפשר אז מ'פייניגט דארט אויס קינדער (און עלטערע) מיט נאצישע פייניגונגען און איסורי מיתות בי"ד וכריתות אלס א דבר שבשיגרה וכו' וכו' וכו'???
וזאת ועוד, איך בין נישט אזוי אלט, אבער ווי איך געדענק עס איז עס געווען א בעל תשובה וואס האט גערעדט ביי אונז אין די שטעט, בעיקר אין מאנסי צו די פרומע ציבור, און פראבירט איינצורעדן די עולם אז ער זיכט קירבת אלקים מיט אן אמת, דאס האט געמאכט אז מ'זאל מיזן אפהאקן מיט די עלטערן, און נישט פארקערט.
[פארשטייט זיך יעצט שעמען זיי זיך צוריק צוקומען אהער, נעמטס די רב (זאל ער ווען קענען קומען) צו וועם זאל ער קומען צו זיין ערשטע ווייב מיט קינדער? צווייטע ווייב מיט קינדער? אדער גאר בלייבן מיט די דריטע?, די בעל תשובה האט גענומען מענטשן אין זיי ערנסט איינגעמיירעט,
זיי האבן נישט קיין וועג צוריק אפילו זיי ווילן, ב"ה ביים צווייטן דור איז נישט אזוי].
ניין?????? סאו זיי גייט מען דארט לאזן און די כת גייט געהעריג אנגיין???? הייבעך שוין אן טראכטן אז אויב האבן זיי נאו וועי בעק, דאן וואזשע וויל מען פון זיי?.......
אנטשולדיגט איך האב געשריבן זיי האבן נישט קיין וועג צוריק, איך האב געמיינט צו זאגן די וועג צוריק איז אסאך שווערער ווי דארט בלייבן, ווי אומבאקוועם דארט איז.
בנוסף לזה דארף מען פארשטיין די אלע פון די ערשטע דור זיי האבן זיך געשלאגן מיט זייערע עלטערן אויף זייער א מיאוס'ע אופן, מ'האט זיך געשלאגן וכו', יעצט צירוק קומען אין זאגן פאר די עלטערן [די וועלכע זענען נאך דא] און געשוויסטער מ'האט מיר גענומען אויף א רייד פאר צוואנציג דרייסיג יאר און טעיתי, איז זייער א שווער פיל צו טוען, די קינדער האבן נישט די אפהאלט, זיי האבן סך הכל זיידע באבע דא [דער וואס האט] וואס ווארטן אויף זיי בכליון עינים, און פעטערס און מומעס, זיי פארשטייען שנעלער אז קיינער וועט זיי קיינמאל פרעגן היתכן, די ערשטע דור האט ווי נישט ווי אונטער די באווסזיין, יא מיין מאמע וועט מיר אויפנעמען און זיך האלדזן, אבער פינף וואכן שפעטער גייט זי מיר נישט פרעגן א שאלה וואס וועט מיר שטעלן אין א פאזיציע פון צו דארפן זאגן טעיתי? אין פארגעס נישט דאס זאגן טעיתי מיינט איך האב מקריב געווען מיין לעבן [און מיין משפחה'ס לעבן] פאר די טעות.
בנוסף לזה די אלע פונעם אויבשטן שטייסל זענען דארט אויף א געוויסע פאזיציע, ווען זיי קומען אהער גייען זיי מסתבר גארנישט קענען אנהאלטן, זיי וועלן זיין [לכל היותר] אנשים מן השורה, דאס איז א גרויסע אפהאלט פאר זיי, אפילו דארט זענען זיי סך הכל מלך אויף א הויפן גארבידזש, אבער ווען די ווערימל איז איינגעגעסן אין די חריין זעט ער גארנישט בעסער דערפון, און ער האלט אז ער האט אלעס צו פארלירן [און ער גייט פארלירן שררה ביים פארלאזן די פלאץ] אויב לאזט ער אפ די דארטיגע מקום.
און צו דעם אלעם קומט צו די קולט וואס נעמט אוועק די שכל הישר פון א מענטש, בנוסף צום פחד פון פארלאזן דעם פלאץ, קיינער ווייסט נישט אויב זיין ווייב און קינדער קומען מיט וכו', און ווי אויך די באקוועמקייט פון בלייבן ווי מ'איז [אונז אלע האבן די פראבלעם] און איבער לאזן אלעס וואס מ'קען היימיש.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 8:41 pm
דורך ראובי
פלאם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 7:37 pm

דו האסט מיר געגעבן א גאנצע נייע פערספעקטיוו איך האב קיינמאל נישט געטראכט און דעי דירעקשן !
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:40 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:22 pm
ווייסע טיילס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:51 pm
דא איז די ערשטע מאל וואס אינגעלייט וואס האבען 30 יאר צירוק געפילט ווי זייער עלטערען זענען צי שווער פאר זיי עלטערען קאנטראלען זיי ח"ו, און
אנשטאט עס זאל אויסקראכען אז זיי זאלען ווערען שקצים אפענע פרייע סעלף העיטערס און האקען אויף די סיסטעם, חינוך פון ווי זיי קומען אזוי ווי די שטייגער פון די זאכען,
האבען זיי זיך צוזאמגענומען מיט די הילף פון א בעל תשובה אין אפגעבראכען פאר א אייגענע סא קאלד
קהילה צו שיקען א מעסעזש אויף די וועג פאר יעדעם, און ביי דיפאלט אפפרעגען זייערע עלטערען און זייער מסורה,
דעס אז מען באהאלט זיך אונטער א שלייער פון קנאות אז עלטערען זענען נישט גענוג גוט איז כבר היה לעולמים, גארנישט ניי,
נאר נישט מיט די גאנצע רעסעפי ווי געשמועסט
איך האב טאקע נישט גובה עדות געווען מעגליך
מען האט אפשר ציגעלייגט זאכען די לעצטע 30 יאר כדרך המחלוקת ווי שוויגערס און מומעס זענען אינוואלווד..
דעס איז זייער א אינטים פייט זייער פערזענליך,
די עלטערען זענען אנגעהעצט אנגעווייטיגט און
ווילען נישט משלים זיין אז זייערע גרויסע קינדער זענען אין גווטאמאלא און זענען געבליבען
ציקריגט און קענען נישט שעפען נחת פון זייערע אייניקלעך, פארפאלען דאס זענען זייערע עלטערען זיי קענען עס נישט טוישען די גוטאמאלא חברה דארפען זיך אויסלערנען לעבן מיט די מציאות,
עטס יכולטס זייערע שוויגערס יכול'ן אויך,
זיי האבען געווינען די פי אר פייט און זיי גייען יעצט באקומען זייערע אייניקלעך ביז ווילאנג עטס פירטס ענק אויף מיט ענקערע עלטערענס מסורה.
בין איך די איינציגער וואס הייבט נישט אן כאפען וואס די כותב התגובה וויל דא?
די גאנצע פראבלעם פון לב טמא איז אז מ'האט זיך צוקריגט מיט עלטערן און זיי זענען אנגעהעצט אז זיי קענען נישט שעפן נחת פון די אייניקלעך, אדער אפשר אז מ'פייניגט דארט אויס קינדער (און עלטערע) מיט נאצישע פייניגונגען און איסורי מיתות בי"ד וכריתות אלס א דבר שבשיגרה וכו' וכו' וכו'???
ער רעדט כאילו צו די בני הכת, א דוגמא ווי דער רעדנער וואס רעדט ענגליש ביי די פראטעסטן, פאר די פרעסע...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:48 pm
דורך סוחר
איך האב געשריבן עפעס אנפאנג טאג, און ארויסגעטשעקט פארן טאג. (עס איז מער באשערט צו ארבעטן ב”ה)
איך זעה עטליכע האבן מיר צוטירט און באדאנקט און אראפגעריסן. יישר כח יעדען אייניג
כ‘וועל אי”ה מאכן צייט צו ענפערן אויף וואס מען האט געפרעגט
א גוטע נאכט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 10:01 pm
דורך טיפע טאשן
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:57 am
איש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:54 am
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 8:59 am
וואס איז די מעשה דא?
פון ווי ברענגט ער די ס"ת און פארוואס??
די מעליצ'ער האט עס געגעבן פאר כנישתא חדא א יאר א האלב צוריק, יעצט האט ער עס צוגענומען פון כנישתא חדא און געטראגן קיין בבל
האט זיך עס נישט צוגעמאכט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:16 pm
דורך זכריה
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:57 am
איש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:54 am
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 8:59 am
וואס איז די מעשה דא?
פון ווי ברענגט ער די ס"ת און פארוואס??
די מעליצ'ער האט עס געגעבן פאר כנישתא חדא א יאר א האלב צוריק, יעצט האט ער עס צוגענומען פון כנישתא חדא און געטראגן קיין בבל
פארוואסהאט ער עס אוועק גענומען???
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 12:30 am
דורך מחודש
ליכטעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:35 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 10:56 am
סך הכל פון משפחת מאיר יששכר ראזנער וואס געפינען זיך שוין אינדרויסן פון לב טהור:
זוהן - שנור:
חיים יעקב ראזנער וב"ב - 1 קינד (איידעם ביי מרת טעללער, געוועזענע ווייבּ פון אהרן ארי' און טאכטער פון שלמה העלבראנץ, אויך אינדרויסן)
לוי יצחק ראזנער (איידעם ביי מיכאל יודא גאלדמאן, 4 חדשים צוריק האט מען אים ארויס געווארפן און אוועקגעכאפט זיין ווייב)
טעכטער - איידעמער:
משפחת ישראל יודא אפרים גאלדמאן - 6 קינדער
משפחת יחזקאל ראָזנער - 3 קינדער (די דריטע געבוירן דא אין ניו יארק)
משפחת יואל גאלדמאן - 2 קינדער
משפחת יצחק עליאס - 1 קינד
סך הכל:
2 זוהן - 1 שנור
4 טעכטער - 4 איידעמער
13 אייניקלעך
24 נפשות אינדרויסן.
בליע"ה.
אהרן ארי' איז יעצט ווייב-לאז, אדער ער האט חתונה געהאט מיט א צוויטן ?
סתם נייגעריג די ערשטע צוויי האבן א גט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 12:35 am
דורך כבוד מלכים
כהיום יא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 1:45 am
דורך על פי תורה
זכריה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:16 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:57 am
איש חשוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 11:54 am
וואס איז די מעשה דא?
פון ווי ברענגט ער די ס"ת און פארוואס??
די מעליצ'ער האט עס געגעבן פאר כנישתא חדא א יאר א האלב צוריק, יעצט האט ער עס צוגענומען פון כנישתא חדא און געטראגן קיין בבל
פארוואסהאט ער עס אוועק גענומען???
דאס דארפט איר אים פרעגן
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 1:57 pm
דורך פופציגער
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 11:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 11:22 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 9:59 pm
מער דעטאלן איבער די גאר פאזיטיווע נייעס היינט, איבערגעגעבן דורך די עסקנים אויפן ארט אין גוואטעמאלא.
א חתונה געהאטע טאכטער פון מאיר יששכר ראזנער וועלכע איז נארוואס געווארן 16 יאר אלט, צוזאמען מיט איר מאן און זיבן חדשים'דיג קינד, קומען היינט אן קיין ניו יארק בעז''ה.
איר מאן הייסט ר' יצחק עליאס, אויך 16 יאר אלט, און איז שוין אינדרויסן פאר א שטיק צייט זיך אויפהאלטנדיג אין כנישתא חדא.
זיי קומען ארויס מיט די קאסטעדי פון א ראזנער פעטער פון מאנסי.
דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מ'נעמט ארויס קינדער פון זייער אייגענע ווילן און 'אנטקעגן די ווילן פון זייערע עלטערן'. און דאס וועט אי''ה נאכפאלגן מיט נאך א רייע קינדער וואס וועלן נאכגיין אין זייערע פיס טריט און טוהן די זעלבע, אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט נאר געקענט ארויסנעמען קינדער צוזאמען אדער מיט די באשטעטיגונג פון די עלטערן.
נאך פאזיטיווע אנטוויקלונגען אויפן פראנט:
איבער די יונגע קינדער פון משה יוסף ראזנער, האט א ריכטער היינט אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט אז אויב ביז די קומענדיגע הירינג וואס איז געסקעדזשולט פארצוקומען תיכף נאך פסח וועלן די עלטערן זיך נישט ברעכן און איינגיין איבערצולאזן לב טהור, וועט מען אוועקנעמען זייערע צוויי קינדער אונטער 18 יאר און זיי איבערגעבן פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אין ניו יארק.
עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז ביז היינט איז געווען די שטערקסטע חיזוק מיט וואס די קולט פירער האבן מחזק געווען און געמוטיגט זייערע מיטגלידער נישט אויפצוגעבן דעם קאמף און פארבלייבן אין לב טהור, אז דערווייל האט נאכנישט פאסירט אזא זאך אז א ריכטער זאל ערלויבן צו באפרייען די קינדער אן דעם וואס זייערע עלטערן זענען אויך ארויסגעקומען צוזאמען מיט די קינדער, אדער אז מען זאל ערלויבן איבערצוגעבן די קינדער פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אן די צושטימונג פון די עלטערן, אםילו אויב דער קרוב האט געפיילט קאסטעדי. און דאס איז געווען די שטערקסטע חיזוק און שטופ פאר די פארבליבענע לב טהור מיטגלידער אז ביים ענדע וועלן זיי געווינען און צוריקבאקומען אלע זייערע קינדער אן דארפן איבערלאזן דעם קולט.
ממילא איז די יעצטיגע אורטייל בנוגע די יונגע ראזנער טאכטער און אזוי אויך די קלארשטעלונג פונעם ריכטער בנוגע משה יוסף'ס יונגערע קינדער, גאר א שטאקע טויט קלאפ פאר די גאנצע כת און איר עקזיסטענץ, און גלייכצייטיג א שטארקע געווינס פאר די עסקנים און גאנץ כלל ישראל, שפרייזנדיג א גרויסן טריט פאראויס אין דעם קריטישן קאמף גענצליך אויסצוראטן דעם שמוציגן קליפה ביזן גרונד.
ובשם השם נעשה ונצליח.
דראמאטישע דורכברוכן. יישר כח פאר'ן באריכטן.
לגבי דיין צווייטע טייל פארשטיי איך נישט. וואסערע בענעפיט איז עס פאר אונז אז די עלטערן זאלן זיין "געצווינגען" ארויסצוקומען בעת זייער שיטה איז פולי פארפוילט און פארשימלט נעבעך?
זאלן זיי בלייבן וואו זיי ווילן, נאר די קינדער זאלן גיין צו קרובים.
זיי ווילן ארויסקומען, זייער מח איז נאר אין א קולט, די ווילן צו באקומען די קינדער איז א הילף פאר זיי צו מאכן די ריכטיגע החלטה און אפיאגן פון שטח
פונעם עבר זעט מען אנדערש.
פארהאן א שיינע פאר יוצאים וואס זענען נאך פולי דארט, בעיקר די וואס זענען ארויס מיט צוואנג.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:43 pm
דורך על פי תורה
פופציגער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 28, 2025 1:57 pm
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 11:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 26, 2025 11:22 pm
דראמאטישע דורכברוכן. יישר כח פאר'ן באריכטן.
לגבי דיין צווייטע טייל פארשטיי איך נישט. וואסערע בענעפיט איז עס פאר אונז אז די עלטערן זאלן זיין "געצווינגען" ארויסצוקומען בעת זייער שיטה איז פולי פארפוילט און פארשימלט נעבעך?
זאלן זיי בלייבן וואו זיי ווילן, נאר די קינדער זאלן גיין צו קרובים.
זיי ווילן ארויסקומען, זייער מח איז נאר אין א קולט, די ווילן צו באקומען די קינדער איז א הילף פאר זיי צו מאכן די ריכטיגע החלטה און אפיאגן פון שטח
פונעם עבר זעט מען אנדערש.
פארהאן א שיינע פאר יוצאים וואס זענען נאך פולי דארט, בעיקר די וואס זענען ארויס מיט צוואנג.
איך רעדט נישט פון די יוצאים וואס לב טהור האט ארויסגעווארפן, אדער די לב טהור חברה וואס די אמעריקאנע רעגירונג לאזט נישט ארויס פון לאנד פאר 5 יאר
איך רעדט פון די וועלעכע האבן באשלאסן אז פאר זייער טובה לוינט זיך ארויסצוגיין, אוו זיי האבן קעגן די רצון פון די הנהלה אפגעיאגט פון דארט
ביי יענע יוצאים איז נישט דא קיין איינער וואס איז אפילו א משהו דארט
איך קען ב''ה אלע יוצאים
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 9:15 pm
דורך ראובי
איך בין ניי דא אויפן פארום , איך פרובירן צו צאמנעמען דעם פאסירונג אין מיין מח, . אויב זיי לערנען נישט קיין גמרא זענען זיי גארנישט אנדערש ווי די צדוקים וואס לייקענען תורה שבעל פה, צדוקים זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל.פארוואס דארף מען העלפן דעי מענטשן איוב זיי זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 10:47 pm
דורך בערל דער פייפער
ראובי האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 9:15 pm
איך בין ניי דא אויפן פארום , איך פרובירן צו צאמנעמען דעם פאסירונג אין מיין מח, . אויב זיי לערנען נישט קיין גמרא זענען זיי גארנישט אנדערש ווי די צדוקים וואס לייקענען תורה שבעל פה, צדוקים זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל.פארוואס דארף מען העלפן דעי מענטשן איוב זיי זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל?
זיי לערנען ספרים געבויעט אויף גמרא,
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:09 pm
דורך גארנישט
ראובי האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 9:15 pm
איך בין ניי דא אויפן פארום , איך פרובירן צו צאמנעמען דעם פאסירונג אין מיין מח, . אויב זיי לערנען נישט קיין גמרא זענען זיי גארנישט אנדערש ווי די צדוקים וואס לייקענען תורה שבעל פה, צדוקים זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל.פארוואס דארף מען העלפן דעי מענטשן איוב זיי זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל?
ווייל זיי זענען גארנישט שולדיג, און דארט צו בלייבן דארף מען זיי טאקע נישט העלפן און מען טאר זיי נישט העלפן
די פרייע תינוקות שנשבו זענען בעסער ווי די צדוקים? מען דארף זיי מחזיר בתשובה זיין
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:23 pm
דורך Think and Thank
גארנישט האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:09 pm
ראובי האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 9:15 pm
איך בין ניי דא אויפן פארום , איך פרובירן צו צאמנעמען דעם פאסירונג אין מיין מח, . אויב זיי לערנען נישט קיין גמרא זענען זיי גארנישט אנדערש ווי די צדוקים וואס לייקענען תורה שבעל פה, צדוקים זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל.פארוואס דארף מען העלפן דעי מענטשן איוב זיי זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל?
ווייל זיי זענען גארנישט שולדיג, און דארט צו בלייבן דארף מען זיי טאקע נישט העלפן און מען טאר זיי נישט העלפן
די פרייע תינוקות שנשבו זענען בעסער ווי די צדוקים? מען דארף זיי מחזיר בתשובה זיין
כעין זה כתב הרדב"ז בתשובתו על הפאלאשן, שאע"פ שאינם שומרים כ"א תורה שבכתב אי"ז מחמת אפיקורסות אלא מחמת עם הארצות ומשו"ה אין דינם כצדוקים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 12:23 am
דורך ראובי
וואס איז שלעכט מיט גמרא אז זיי לערנען עס נישט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 12:37 am
דורך ראובי
גארנישט האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:09 pm
ראובי האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 9:15 pm
איך בין ניי דא אויפן פארום , איך פרובירן צו צאמנעמען דעם פאסירונג אין מיין מח, . אויב זיי לערנען נישט קיין גמרא זענען זיי גארנישט אנדערש ווי די צדוקים וואס לייקענען תורה שבעל פה, צדוקים זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל.פארוואס דארף מען העלפן דעי מענטשן איוב זיי זענען נישט אז חלק פון כלל ישראל?
ווייל זיי זענען גארנישט שולדיג, און דארט צו בלייבן דארף מען זיי טאקע נישט העלפן און מען טאר זיי נישט העלפן
די פרייע תינוקות שנשבו זענען בעסער ווי די צדוקים? מען דארף זיי מחזיר בתשובה זיין
זיי זענען נישט אהין געגאנגען פון זייער אייגענע ווילן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 12:51 am
דורך פלעשלייט
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:37 am

די זיידעס זענען אהינגעגאנגען פון די אייגענע ווילן, אבער די קינדער וואס מ' ראטעוועט יעצט ארויס זענען דארט געבוירן געווארן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 12:56 am
דורך נייפעסט
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:23 am
וואס איז שלעכט מיט גמרא אז זיי לערנען עס נישט?
עדות ה’ נאמנה מחכימת פסי,
פשוט לערנען מאכט קלוג,
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
דורך ראובי
פלעשלייט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:51 am
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:37 am
גארנישט האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:09 pm
ווייל זיי זענען גארנישט שולדיג, און דארט צו בלייבן דארף מען זיי טאקע נישט העלפן און מען טאר זיי נישט העלפן
די פרייע תינוקות שנשבו זענען בעסער ווי די צדוקים? מען דארף זיי מחזיר בתשובה זיין
זיי זענען נישט אהין געגאנגען פון זייער אייגענע ווילן?
די זיידעס זענען אהינגעגאנגען פון די אייגענע ווילן, אבער די קינדער וואס מ' ראטעוועט יעצט ארויס זענען דארט געבוירן געווארן.
פארוואס דארף מען ראטעווען קינדער פון צדוקים אויב זיי גייען נישט אריין מכלל ישראל?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
דורך פלעשלייט
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
פלעשלייט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:51 am
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:37 am
זיי זענען נישט אהין געגאנגען פון זייער אייגענע ווילן?
די זיידעס זענען אהינגעגאנגען פון די אייגענע ווילן, אבער די קינדער וואס מ' ראטעוועט יעצט ארויס זענען דארט געבוירן געווארן.
פארוואס דארף מען ראטעווען קינדער פון צדוקים אויב זיי גייען נישט אריין מכלל ישראל?
זיי זענען נישט קיין צדוקים, און זיי לייקענען נישט ספעציעל אין תורה של בעל פה.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:04 am
דורך ראובי
נייפעסט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:56 am
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:23 am
וואס איז שלעכט מיט גמרא אז זיי לערנען עס נישט?
עדות ה’ נאמנה מחכימת פסי,
פשוט לערנען מאכט קלוג,
און דעס איז זייער סיבה וואס זיי זאגן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:07 am
דורך ראובי
פלעשלייט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
פלעשלייט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 12:51 am
די זיידעס זענען אהינגעגאנגען פון די אייגענע ווילן, אבער די קינדער וואס מ' ראטעוועט יעצט ארויס זענען דארט געבוירן געווארן.
פארוואס דארף מען ראטעווען קינדער פון צדוקים אויב זיי גייען נישט אריין מכלל ישראל?
זיי זענען נישט קיין צדוקים, און זיי לייקענען נישט ספעציעל אין תורה של בעל פה.
דעמאלס פארוואס זענען זיי אנטקעגן עס צו לערנען?
איך פארשטיי אז מען מוז נישט אלעס פארשטיין, איך בין אבער דאך נייגעריג.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:08 am
דורך פלעשלייט
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 1:07 am
פלעשלייט האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
ראובי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 30, 2025 1:03 am
פארוואס דארף מען ראטעווען קינדער פון צדוקים אויב זיי גייען נישט אריין מכלל ישראל?
זיי זענען נישט קיין צדוקים, און זיי לייקענען נישט ספעציעל אין תורה של בעל פה.
דעמאלס פארוואס זענען זיי אנטקעגן עס צו לערנען?
איך פארשטיי אז מען מוז נישט אלעס פארשטיין, איך בין אבער דאס נייגעריג.
די פירער ווילן נישט אז מ' זאל זעהן אין די תורה אנדערש וואס זיי הייסן טוהן.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 1:16 am
דורך ראובי
איך האב רחמנות אויף דעי עלטערן הלוואי זייער מח זאל זיך שנעל אויסהיילן זיי זאלן זיך קענען פאראייניגן מיט זייער קינדער. זיין אפגעריסן פון די קינדער אן צוטריט איז א שרעקליכע פייניגונג וואס מען קען פון דעם אליין אראפגיין פון זינען. איך האף מען וועט זיי שנעל קענען ארויסראטעווען פון דארט מיט וואס ווייניגער שאדן.