איך הער וואס די זאגטס, און ס'איז באמת דברים של טעם.daikin האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 08, 2025 2:51 pm
דיין תגובה דערמאנט מיר פון די בת היענה וואס איז אריינגעטרויטען און בלאטע האט זי געזיכט א וועג ארויס אבער איר פיס איז געוועהן איינגעזינקען איז איר איינגעפאלן א געדאנק איך וועל אריינשטעקן מיין נאז אין ארויסשלעפן מיין פיס און וכך הוה ווי נאר זי האט ארויס געשלעפט איר פיס איז זי געבליבן מיטן פראבלעם פון די נאז אינעוויניג ווי נעמט מען ארויס די נאז האט זי אריינגעלייגט די פיס און ארויס געשלעפט די נאז אזוי איז געגאנגען חוזר חלילה (איך שרייב בקיצור איך וויל נישט פארדרייען די נושא)
אבער האסט דיך אזוי גוט ארויס געברענגט פארוואס די רבי האלט אז מ״א איז נישט בכדי שיעשו
וויל מען קען נישט פייטן די גאווערמינט דאס איז נישט די וועג ווי גלות יודען פורן זיך אויף
ב״ה מען האט אסאך קשרים אינעוויניג די פייער דיפארטמענט די קאמישענערס זענען ערנסטע יונגעלייט וואס די רבנים האבן אריינגעלייגט די דיינים זענען ערענסטע דיינים וואס די רבנים האבן אריינגעלייגט זיי לייגן אריין א געוואלד מיט ארבעט און ב״ה מען שנייד די פירות צוביסלעך מען בעהט מען זאל נישט שטערן
און דאס איז וואס די רבנים האבן מחליט געוועהן נאך און די ווינטער תשפ״ב נאך פאר מ״א איז געשטאנען און ב״ה מען האלט שוין דא
וואס איז אבער די סיבה אז הגה"צ ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א אין הגה"צ ר' בצלאל טוביה וועטענשטיין שליט"א [און נאך אסאך, אבער די זענען זיכער געווען ביי די מיטונגס] האבן פארגעסן דערפון? און זיי קענען זיך נישט דערמאנען פון זייער אייגענע החלטה אויך נישט נאכדעם וואס ר' ש.כ. און ר' א.מ.ה. שרייען אויף זיי בקולות וברקים אז זייער הענט איז פול מיט בלוט אא"וו?