בלאט 89 פון 95

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 29, 2025 3:53 pm
דורך שאטעריסט
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 29, 2025 2:46 pm אידטיש תשפ"ה איז ווי קול מבשר תשס"ה.

ביים הדלקה האבן מיר - ווי געשריבן - צענדליגע מענטשן אפגעשטעלט קאמענטירן אויף וואס איך האב געשריבן אויף אידטיש, און דאס רוב פון זיי, ווען כ'האב זיי געפרעגט צי זיי זענען אויף אידטיש, האבן געקרומט און געדרייט, אז נע, נישט אייביג, נאר ווען דאס און יענס, בלא בלא בלא... אבער סאם האו זענען זיי אלע געווען בקי בשבילי דאידטיש.

נעכטן האב איך מיטגעהאלטן אויף א געוויסע גרופע ווי איינער האט געפרעגט ווער ס'איז אויף אידטיש, און עטליכע האבן זיך אנגערופן, אבער אלע מיט דיסקלעימערס... איינער אז ער ליינט נאר לב טהור טעמע, א צווייטער אז נאר ווען ער האט ליידיג צייט, א דריטער אז יא נאר אן א ניק, וכו' וכו'...

יא יא... "איך הער נישט קול מבשר, נאר מיין אייניקל האט עס אנגעצינדן אויף ספיקער".
ס'איז דא וואס ליינען אידטיש אן ליידיג צייט???

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 29, 2025 4:34 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 29, 2025 2:46 pm אידטיש תשפ"ה איז ווי קול מבשר תשס"ה.

ביים הדלקה האבן מיר - ווי געשריבן - צענדליגע מענטשן אפגעשטעלט קאמענטירן אויף וואס איך האב געשריבן אויף אידטיש, און דאס רוב פון זיי, ווען כ'האב זיי געפרעגט צי זיי זענען אויף אידטיש, האבן געקרומט און געדרייט, אז נע, נישט אייביג, נאר ווען דאס און יענס, בלא בלא בלא... אבער סאם האו זענען זיי אלע געווען בקי בשבילי דאידטיש.

נעכטן האב איך מיטגעהאלטן אויף א געוויסע גרופע ווי איינער האט געפרעגט ווער ס'איז אויף אידטיש, און עטליכע האבן זיך אנגערופן, אבער אלע מיט דיסקלעימערס... איינער אז ער ליינט נאר לב טהור טעמע, א צווייטער אז נאר ווען ער האט ליידיג צייט, א דריטער אז יא נאר אן א ניק, וכו' וכו'...

יא יא... "איך הער נישט קול מבשר, נאר מיין אייניקל האט עס אנגעצינדן אויף ספיקער".
איך עגרי מיט יעדע ווארט... :lol:

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 29, 2025 5:34 pm
דורך פשוט און גראד
צו אלע מיטגלידער פון גוטאמאלע

ביטע פליז מאפטס ע"י ס ע"י פ. הנקרא ASAP

די אשכול פון לב טהור גייט מיר אויף די נערווען

עשה למעני אם לא למענכיכם (וואטעווער)

Thank you for your attantion to this matter
הק‘ @פשוט און גראד

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 29, 2025 6:37 pm
דורך וואוילער
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 29, 2025 5:34 pm צו אלע מיטגלידער פון גוטאמאלע

ביטע פליז מאפטס ע"י ס ע"י פ. הנקרא ASAP

די אשכול פון לב טהור גייט מיר אויף די נערווען

עשה למעני אם לא למענכיכם (וואטעווער)

Thank you for your attantion to this matter
הק‘ @פשוט און גראד
האסט פרובירט צו 'פשוט און גראד' נישט עפענען יענע אשכול?

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 29, 2025 6:42 pm
דורך פשוט און גראד
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 29, 2025 6:37 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 29, 2025 5:34 pm צו אלע מיטגלידער פון גוטאמאלע

ביטע פליז מאפטס ע"י ס ע"י פ. הנקרא ASAP

די אשכול פון לב טהור גייט מיר אויף די נערווען

עשה למעני אם לא למענכיכם (וואטעווער)

Thank you for your attantion to this matter
הק‘ @פשוט און גראד
האסט פרובירט צו 'פשוט און גראד' נישט עפענען יענע אשכול?
ס‘קוקט דיר אויס איך הייס @וואוילער

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: פרייטאג מאי 30, 2025 1:51 pm
דורך שמח
אז ווען דו נעמסט ארויס אויף יום טוב א דירה פון איינעם - אפי' פאר געלט - דארפסטו האבן אחריות און אָבאַכט געבן אויף יענעם'ס דירה און חפצים און פארשטייט זיך נארמאל אפרייניגן און צאמנעמען.

כזאג עס פשוט ווייל כ'האב געהערט געוויסע מסביר'ן פארוואס זיי בעטן אזויפיל ביים אוועקגעבן די דירה אויף יום טוב צוליב אומאיינגענומענע אינצידענטן וואס האט זיך געמאכט בעבר.

געדענק: אויב ווילסטו קענען טרעפן דירות פאר גוטע פרייזן דארפן די ארויסגעבער זיין רואיג אז זיי וועלן נישט שאדן האבן מער וויפיל זיי האבן פארדינט.

אויב דו קערסט נישט פאר דיר טוה עס כאטשיג פאר דיין חבר...

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: זונטאג יוני 01, 2025 12:17 pm
דורך פשוט און גראד
להסיר מכשול!

די בעגס דארף מען אויפמאכען ביפאר יום טוב, ס'איז נישט Pre-Cut אינגאנצען.

ס‘קען זיין א דאורייתא

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דינסטאג יוני 03, 2025 9:43 pm
דורך never say never
א גוטע וואך.

מ'האט שוין מקבל געוועהן די תורה יעצט דארף מען בעטן אויף משיח.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 12:56 am
דורך וואוילער
לכבוד אלע אידן וואס כ'האב זיי געזאגט בעפאר פסח ״רוף מיך נאך יום טוב״, ס'מיינט נישט ממש מארגן אסרו חג שבועות צופרי 9:01, גיב מיר נאך א טאג צוויי, לכתחלה ביז נאך שבת...
א דאנק.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 2:03 am
דורך אייביג אייביג
.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 5:24 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אייביג אייביג האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:03 am .
פון וואס איז די רעדע? איך כאפ נישט

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: מיטוואך יוני 04, 2025 5:26 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג יוני 01, 2025 12:17 pm
להסיר מכשול!

די בעגס דארף מען אויפמאכען ביפאר יום טוב, ס'איז נישט Pre-Cut אינגאנצען.

ס‘קען זיין א דאורייתא
מ'דארף מברר זיין אויב דאס איז טאקע נישט אפגעשניטן, אדער ווערט עס צוריק פארקלעבט שפעטער.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:04 am
דורך טלית
...די הייליגע צאנזע רב זי"ע פלעגט שבועות ביי די מילכיגע סעודה עסן קרעפלעך (אדער נאר איין קרעפל), זאגן א שארפע פשעטל, און אזוי האט זיך געפירט רביה"ק מסאטמאר, און אזוי איז די מנהג עד היום הזה.

און איינער האט לץ האט עס אנגעהויבן צו רופן 'קרעפל פשעטל', און די נאמען איז געבליבען צוגעקלעבט עד היום הזה. לדעתי איז עס אבער ליצנות געמאכט פון די תורה.
יונגער זיידע האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:24 pm
טלית האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:12 pm
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:32 am איך הער די קרעפל פשעטל איז געווען גאר ספעציעל
ס'פאסט נישט אנצורופען דברי תורה 'קרעפל פשעטל'.

מ'קען עס רופען פלעין 'פשעטל'.
אנטשולדיגט! אבער מ'רופט עס קרעפל פשעטל
איך ווייס, פון דעם רעד איך דאך...
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:25 pm
טלית האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:12 pm
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 2:32 am איך הער די קרעפל פשעטל איז געווען גאר ספעציעל
ס'פאסט נישט אנצורופען דברי תורה 'קרעפל פשעטל'.

מ'קען עס רופען פלעין 'פשעטל'.
די מעשה מיט סאנזער רב אז הקרעפיל איז גימ' פרנסה איז באקאנט - דעריבער מיין איך אז עס האט א פריערדיגע מקור - ובפרט היי יאר ווען עס איז געווען א היתר כרוך וואס 'דרייעט' זיך ארום און עס איז געווען ווי חז"ל זאגן אין גיטין "חסדאין מילך" האט עס זיכער א פשט...
צו עסן קרעפלעך, יא, אבער אנרופען די תורה אזוי, נע...

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:13 am
דורך Azoi Tzi Zugen
אז איך בין מוחל במחילה גמורה דער וואס האט דעם שבועות אויסגעגאסן א קאווע אויף א טיש אין היכל התורה אין קרית יואל און עס געלאזט רינען אויף מיין שטריימל וועלכע איז געווארן נאס פון קאווע און ער האט עס ניטאמאל אפגעווישט נאר געלאזט אזוי ביז נאכ'ן דאווענען... אבער איך בעהט זייער שטארק ער זאל דאס מער נישט טון ווייל עס איז גזילה.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:08 pm
דורך הימל
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:13 am אז איך בין מוחל במחילה גמורה דער וואס האט דעם שבועות אויסגעגאסן א קאווע אויף א טיש אין היכל התורה אין קרית יואל און עס געלאזט רינען אויף מיין שטריימל וועלכע איז געווארן נאס פון קאווע און ער האט עס ניטאמאל אפגעווישט נאר געלאזט אזוי ביז נאכ'ן דאווענען... אבער איך בעהט זייער שטארק ער זאל דאס מער נישט טון ווייל עס איז גזילה.
איך וועל קומענדיגע מאל בעסער אכטונג געבן.

סארי.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:30 pm
דורך שבת קודש
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:13 am אז איך בין מוחל במחילה גמורה דער וואס האט דעם שבועות אויסגעגאסן א קאווע אויף א טיש אין היכל התורה אין קרית יואל און עס געלאזט רינען אויף מיין שטריימל וועלכע איז געווארן נאס פון קאווע און ער האט עס ניטאמאל אפגעווישט נאר געלאזט אזוי ביז נאכ'ן דאווענען... אבער איך בעהט זייער שטארק ער זאל דאס מער נישט טון ווייל עס איז גזילה.
לכאורה געווען א יונגל וואס איז דורכגעלאפן און געשטופט די טיש מעשים בכל יום אזא זאך אין היכל

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:31 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:30 pm

עס קען זיין. איר זאגט א גוטער לימוד זכות. אויב איז עס ריכטיג זענען מיינע ווערטער געוואנדן צו דעם וואס האט איבערגעלאזט א פולע קאפ קאווע נעבן שטריימלעך....

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:38 pm
דורך שבת קודש
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:31 pm

מעגליך אויך געווען א קינד

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:38 pm
דורך אנדערער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:31 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:30 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:13 am אז איך בין מוחל במחילה גמורה דער וואס האט דעם שבועות אויסגעגאסן א קאווע אויף א טיש אין היכל התורה אין קרית יואל און עס געלאזט רינען אויף מיין שטריימל וועלכע איז געווארן נאס פון קאווע און ער האט עס ניטאמאל אפגעווישט נאר געלאזט אזוי ביז נאכ'ן דאווענען... אבער איך בעהט זייער שטארק ער זאל דאס מער נישט טון ווייל עס איז גזילה.
לכאורה געווען א יונגל וואס איז דורכגעלאפן און געשטופט די טיש מעשים בכל יום אזא זאך אין היכל
עס קען זיין. איר זאגט א גוטער לימוד זכות. אויב איז עס ריכטיג זענען מיינע ווערטער געוואנדן צו דעם וואס האט איבערגעלאזט א פולע קאפ קאווע נעבן שטריימלעך....
אויך א יונגל...

האקט

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:39 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וואס טוען ענק מיט מיר.... איר ווייסט ווי א שווערע געפיל דאס איז אז מען קען קיינעם נישט באשולדיגן?.... נאר א ווערטל. זאלן אלע אידן זיין געבענטשט.

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 4:17 pm
דורך פשוט און גראד
השם יתברך מיט א פרישע גילו, גלייך נאך יו"ט מתן תורה, מ‘זאל קענען מאכען בעסער - שענער - אמתדיגער הברכת שלא עשני גוי

זעהענדיג ווי די צוויי מערסט סוקסעספעלע גוים, ביידע מיט דאס מערסטע געלט - חכמה (אינווענשען) אקעמפלישמענט (פרעזידענט פון די פאראייניגע שטאטען) כבוד מלכים - האבען זיך פיין צופראסקעט, ביודעים - ובלא יודעים - בשוגג - במזיד - באונס - ברצון -

ברידערלעך, לאמיר אויסניצען די געוואלדיגע מתנה.

והי‘ ה‘ למלך על כל הארץ וכו‘
ומלאה הארץ דעה את ה‘

יישכ
ידיד נפש

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:32 pm
דורך שינאווער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:31 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 2:30 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 11:13 am אז איך בין מוחל במחילה גמורה דער וואס האט דעם שבועות אויסגעגאסן א קאווע אויף א טיש אין היכל התורה אין קרית יואל און עס געלאזט רינען אויף מיין שטריימל וועלכע איז געווארן נאס פון קאווע און ער האט עס ניטאמאל אפגעווישט נאר געלאזט אזוי ביז נאכ'ן דאווענען... אבער איך בעהט זייער שטארק ער זאל דאס מער נישט טון ווייל עס איז גזילה.
לכאורה געווען א יונגל וואס איז דורכגעלאפן און געשטופט די טיש מעשים בכל יום אזא זאך אין היכל
עס קען זיין. איר זאגט א גוטער לימוד זכות. אויב איז עס ריכטיג זענען מיינע ווערטער געוואנדן צו דעם וואס האט איבערגעלאזט א פולע קאפ קאווע נעבן שטריימלעך....
אבער וואס האסטו למעשה געטון מיטן שטריימעל?

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:49 pm
דורך דער תהלים איד
איך וויל אייך זאגן... אדער וויל איך וויסן.... עכ"פ איך וויל שרייבן...

אז לעצטנס האט טשיינע איינגעפלאנצט א שרעקליכע וויירוס אין אלע אונזערע סעלאפון'ס... ספעציעל אין סמארטפאונס אבער אויך אין פשוטע פאונס, אז ביי יעדע צווייטע סענטענס וואס א מענטש רעדט הער איך אומקלאר אזוי ווי יענער וואלט אריינגעפאלן אין וואסער יעצט.

איך זאג עס ווי א וויץ, אבער ס'איז ממש נישט קיין דזשאוק... יעדע צווייטע מענטש מיט וועמען איך רעד... אינמיטן וויכטיגע טעלעפאן קאלס... און: בעגעדזשענאלעוואסייענעקזשעניגמענגענאדע. הא? וואס? אה, סארי, יעצט הערסטו בעסער?

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:51 pm
דורך שינאווער
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:49 pm איך וויל אייך זאגן... אדער וויל איך וויסן.... עכ"פ איך וויל שרייבן...

סגעשעהט אויך ביי קאנפרענץ קאללס?

Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:51 pm
דורך חלום חלמתי
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 5:49 pm איך וויל אייך זאגן... אדער וויל איך וויסן.... עכ"פ איך וויל שרייבן...

אז לעצטנס האט טשיינע איינגעפלאנצט א שרעקליכע וויירוס אין אלע אונזערע סעלאפון'ס... ספעציעל אין סמארטפאונס אבער אויך אין פשוטע פאונס, אז ביי יעדע צווייטע סענטענס וואס א מענטש רעדט הער איך אומקלאר אזוי ווי יענער וואלט אריינגעפאלן אין וואסער יעצט.

איך זאג עס ווי א וויץ, אבער ס'איז ממש נישט קיין דזשאוק... יעדע צווייטע מענטש מיט וועמען איך רעד... אינמיטן וויכטיגע טעלעפאן קאלס... און: בעגעדזשענאלעוואסייענעקזשעניגמענגענאדע. הא? וואס? אה, סארי, יעצט הערסטו בעסער?
די פאם פאון....