האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 3:37 pm
שַׁעֲרֵי חַיִּי״ם • שַׁעֲרֵי אוֹרָה • שַׁעֲרֵי הוֹד • שַׁעֲרֵי הָדָר:
אַלוועלטליך-סאַטמאַרער פילאַנטראָפּ, אביר הבונים ועטרת הנגידים, הר״ר חיים מרדכי אינזליכט שליט״א, שענקט אסטראנאמישע נדבה אַלס ערשטער סכום אויפצובויען
נייע מלכות׳דיגע ״צענטראַלע עס-זאַל״ אין ״מחנה רב טוב״ מחנה יהודא נעפּאַנעק!
נאָך באַלד ״70 יאָר״ וואס עקזיסטירנדער בנין אַקאָמאָדירט די אלפי צאן קדשים, שטעלט זיך אַרויס דער שר הנדיבים וטפסר המקימים הבוער באש להבה למען רבינו הקדוש זי״ע ומוסדותיו ומחנותיו תחת דגלו של כ״ק מרן רבינו שליט״א, אלס
״ראש וראשון״ צו שענקען ״ערשטער שטופּ״ אויפצובויען א מעכטיגע מאַיעסטעטישע געביידע פונדאָסניי
באותו מקום וואו רבינו הקדוש זי״ע האט געזאגט די הייליגע דיבורים: ״עתידין מקומות אלו להקבע בארץ ישראל, ואפשר שיהי׳ מקום המקדש״!!!
ערהאַבענע מאָמענטן ביי ״מסיבת גמר המקח״ בבית הנדיב, מיט ברכת הקודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א דורך טעלעפאָנישן הוקאַפּ
״כי גדו״ל מרדכ״י בבית המלך! ומרדכ״י עומד בשע״ר המלך״!
תלמידי וחסידי סאטמאר שטורעמען פון פרייד, הערנדיג די בשורה טובה ומרנינה, אַז דער ״אביר הבונים״ דער אלוועלטליכער בונה ומקים לטובת מוסדות וק״ק סאטמאר בכל קצוי ארץ, החסיד הנגיד רבי חיים מרדכי אינזליכט שליט״א, האט אצינד זוכה געווען אין א שטוינענדער ״מחיל אל חיל״ שריט, נאך א סעריע מאסיווע נדבות און אומגלויבליכע קנין זכותים פאר ממלכת סאטמאר, געהאט די זכי׳ צו זיין דער ״ראש וראשון״ פאר א פרישער ריזן פּראָיעקט, מיט א היסטארישן באדייט!
אויב איז החסיד המרומם רבי חיים מרדכי שליט״א תמיד דער בונה ומקים בה״א הידוע, איז דאס אצינד ארויף אויף די העכסטע שטאפּלען, ווען ער שענקט נישט בלויז א נדבה אדירה ומפוארה — נאר האי נדיב, האי בונה, איז זאָגאָר דער ״מלאך המכה האומר גַדֵל״!
ער איז דער וויזיאָנערישער ״מתחיל במצוה״, וועלכער איז אַנטקעגן געקומען מדעת עצמו פאר הנהלת מחנה רב טוב, והוא שנתן עצה תחילה: עמדו נא! התייצבו נאָ! נבנה עָרים לטפּינו! הגיע הזמן צו בויען אַ פרישער מגדל עוז למען דורותינו העתידים!
נעמליך: א נייער, מאיעסטעטישער און רחבות׳דיגער בנין אדיר ומפואר, א שפּאָגל-נייער ״בנין חדר האוכל״ פאר די אלפי תינוקות של בית רבן אין ״מחנה יהודא״, דער צענטראלער סאטמארער קעמפּ מאז ומקדם, אין נעפּאַנעק!
נאָך 70 יאָר אין באַנוץ לטובת אלופי אלפי תשב״ר!
דיו אילו ימי, די טינט פון די גאנצע וועלט, איז נישט אומשטאַנד צו באַשרייבן און שילדערן יקרת ערכה פון אָט די קדושה-געווייקטע ווענט פון אָט דעם בנין חדר האוכל — וואו רבינו הקדוש והטהור זי״ע האָט נאָך באַזוכט, אַראָפּגעשטעלט זיינע יסודות הקדושה, און צענדליגער צענדליגער טויזנטער הייליגע תינוקות של בית רבן האבן זיך דא דורכגעדרייט במשך די למעלה מיובל שנים!
במקום הזה, אויף אָט די אדמת קודש, שקדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבוא, האָט דער צדיק הדורות רבינו הק׳ זי״ע געזאָגט די פּחד-פּחדימ׳דיגע דיבורים ״עתידין מקומות אלו להקבע בארץ ישראל ואפשר שיהי׳ מקום המקדש״!!!
דא אויף דעם ארט האט דער צדיק אמת באַזוכט און זיך אומגעקוקט אויף זיינע שעפעלעך, זיינע צאן קדשים, בני הם אשר נתן לי אלקים בזה, ולזגו עינו של אותו צדיק דמעות, זעענדיג ווי יגיעתו איז נישט געגאַנגען לריק, הערנדיג ווי די תינוקות של בית רבן בענטשן דעם נותן לחם לכל בשר מיט אזא ריינקייט און לויטערקייט, זאָגנדיג ״זה חלקי מכל עמלי״!
דורות און דורות מיט זיידעס און עלטער זיידעס, תלמידי וחסידי סאטמאר לדורותיהם, זענען בימי ילדותם ובחרותם דאָ אויפגעצויגן געווארן, בשמן וחמין שסכו להם המרביצי תורה והעוסקים במלאכת הקודש מיט אַזויפיל נאמנות.
צענדליגער טויזנטער שעה׳ן פון הייליגע סיפורים, ענינים, השקפה טהורה, חיזוק והתחזקות, ברכת המזון׳ס, האָבן געבויעט דעם מהות פון רבבות תשב״ר לדורותיהם, און אריינגעפלאָסן אוצרות קדושה אין דעם גאַנצן שטח, אויסלייטערנדיג די קרקע, ותקומה היתה לה!
אַצינד אַ נייער בנין אדיר הנה זה בא!
אָבער, דער בנין גופא האָט שוין יאָרן אָנגעהויבן צייגן צייכנס פון אַלטקייט. ס׳איז ווייט נישט אויסגעשטעלט פאר אזא פארנעם. די קיכן, די צוגעהערן. אלעס איז שוין פארעלטערט, אָפּגעשוואַכט, אויסגעוואַקסן און ווייט נישט פעאיג צו דערהאַלטן דעם נאָכאַנאַנדן וואוקס בלי עין הרע.
שוין יאָרן וואָס מ׳ווייסט איבער דאס וויכטיגקייט פון זיך נעמען בויען א נייע געביידע, מ׳טראכט און מ׳קלערט אלע אפּציעס וויאזוי מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה.
אָבער, שטייענדיג אין א זמן ווען ״מחנה רב טוב״ איז אין ברען פון אַזויפיל ריזן פּראָיעקטן אין אלע פינף קעמפּס וואו מ׳קען קוים נאָכקומען — מיט׳ן הויכפּונקט פונעם נייעם ״מחנה א׳ א׳״, וואו, אגב, הנדיב הכביר רבי חיים מרדכי איז דער ״ראש הנדיבים״, מיט ״שווערע מיליאנען״ אריינגעפלאָסן להגדיל המחנה ולהאדירה, ועוד ידו נטוי׳ ביתר שאת וביתר עז — האָט מען נאָכנישט אָנגעיאָגט זיך צו נעמען צו אזא ריזן מולטי-מיליאָן דאָלערדיגער פּראָיעקט.
עד שבא שר הנגידים ונזר המקימים!
כי חיי״ם המה למוצאיהם. הנדיב רבי חיים מרדכי שליט״א, באש קודש הבוער בלבו למען רבינו הקדוש זי״ע והמחנות אשר הקים אותו צדיק במסירת נפש ובדם לבבו, האָט פּערזענליך זיך געוואנדן צו די חברי הנהלת המחנה, ועל צבאם ידיד נפשו מאז ומקדם, דער לעגענדארער מנהל המחנות, הרה״ג רבי דוד הכהן ראזענבערג שליט״א, וקרא לעומתם: עמדו נא! התייצבו נא! מ׳דארף בויען אַ נייעם בנין כביר פאַר די הייליגע תשב״ר ולטובת מחנינו!
אָבער מיט בלויז אַ קול קורא האט רבי חיים מרדכי זיך נישט באפרידיגט, נאָר ״גמר אומר ויקם״, ער האט ווידעראמאל פּותח געווען ידו הגדולה און געשאָנקען אַ סכום אדיר ונעלה, אַלס ערשטער סכום עצום ורב, צו קענען אָנהייבן דעם מעכטיגן פּראָיעקט, אַהערשטעלן די פּלענס, און זיך פאַקטיש נעמען צו דער עבודת הבני׳, אַהערצושטעלן אַ בנין נהדר וגדול, אלס שטאלץ און פּראַכט פאַר מחנה רב טוב!
וזכה שיהי׳ נקראת על שמו: ״שער חיים מרדכי אינזליכט״!
ושם אוה למושב לו, אין דעם צענטראַלן קעמפּ, אשר ממנו יתד וממנו פינה, שם קנית הודך והדרך, אפּקויפנדיג דעם זכות פונעם הויפּט-שער, זה השער לה׳ תלמידי״ם יבואו בו, ״שער חיים מרדכי אינזליכט״, לכבוד ולתפארת לדורי דורות!
אין אָט דער נאָבעלער, מאַיעסטעטישער פּאַלאַץ, וואו רבבות אלפי תשב״ר וועלן אי״ה שעפּן אַזויפיל מזון רוחני בקדושה ובטהרה, בנוסף צו ווערן געשפּייזט מן הבאר ההוא ישקו העדרים, אָט דאָ חפץ בצדקו צו קויפן דעם זכות פון אַזאַ הייליגן שער לה׳ — ויקרא בכתר שם טוב בש״ם מרדכ״י!
וחוט המשולש לא במהרה ינתק.
דאס איז שוין דער ״דריטער מקח אדיר״ אין מחנה רב טוב אין בלויז געציילטע יאָרן, אָנגעהויבן פונעם ״בנין אינזליכט״ אין מחנה א׳ א׳, נאכגעפאלגט צום פּראַכטפולן זאַל וואָס בויעט זיך יעצט אין יענעם קעמפּ, און אצינד ויבוא הכתוב השלישי, מיט דעם שער הכביר אין דעם נייעם בנין הכביר אין מחנה רב טוב נעפּאַנעק, וואָס אַנטשפּרעכט א כבוד ותפארת.
אלפי התשב״ר וועלן דאָרט סערווירט ווערן מדי יום ביומו, דריי מאָל אַ טאָג, ואכלת ושבעת וברכת את ה׳ אלקיך בהבל פּיהם, אינזינען האָבנדיג א ״ברכה מרובה״ פאַר׳ן טייערן בונה ומקים ונדיב, בנוסף צו די הייליגע שבת׳דיגע סעודות, וואס פארבלייבן איינגעקריצט אין זייערע הערצער לדורי דורות.
מזמור שיר הבית לדו״ד: מסיבת גמר הקנין און פּערזענליכער באַזוך פונעם מנהל המחנות
נאָכ׳ן פארענדיגן פאַרהאַנדלען אויף אַלע פּרטים פונעם קנין הזכות, פאר אַ גאָר באַדייטנדן סכום נכבד, איז געקומען די צייט דורכצופירן דער ״גמר הקנין״ מכח אל הפּועל, אם תעורו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפּץ, בהורמנותא דמלכא ובברכת קדשו של כ״ק מרן רבינו שליט״א וואָס האָט גאָר שטאַרק אויסגעלויבט דעם נאָבעלען שריט פונעם נדיב הדגול העומד לימינו בקודש בכל עת ועונה.
לרגל המאורע האָט דער בארימטער מנהל המחנות, הרה״ג רבי דוד הכהן ראזענבערג שליט״א, אָפּגעשטאַט אַ פּערזענליכן באַזוך בביתו פון זיין לאַנגיאָריגן ידיד נאמן מאז ומקדם נאָך פון די ליכטיגע טעג בישיבה של רבי בהלו נרו של רביה״ק זי״ע על ראשינו.
דאָס וואַרעמקייט וויאַזוי דער נדיב האָט אַנטפאַנגען דעם מנהל המחנות וכל העסקנים באים יחד אתו האָט שוין געגעבן אַזאַ חיזוק נפלא, אַזאַ ערמוטיגונג, צייגנדיג ווי די תלמידי רבינו הקדוש זי״ע זענען דאָ מיט׳ן גאַנצן האַרץ צו העלפן אַז דער מנהל המחנות זאָל נישט אונטערברעכן און זאָל האָבן די כוחות ווייטער אָנצוגיין ביתר שאת וביתר עז, און דער מנהל המחנות האָט טאַקע אויסגעגאָסן זיינע רגשי הלב מיט זיינע וואַרעמע דיבורים.
בעת די צוויי ידידים נאמנים מאז ומקדם זענען געזעסן אינאיינעם זענען אַרויפגעשווימען די אומפאַרגעסליכע זכרונות, ווען הנגיד הנכבד הנדיב ר’ חיים מרדכי שליט״א האט דערביי דערציילט פאַר די הנהלת המחנות ווי ס׳ליגט אים נאָך אַזוי טיף איינגעקריצט אין זכרון ווי רביה״ק זי"ע פלעגט קומען באַזוכן אין די קעמפּס און וואס פאר אַ אָפענע אותות אהבה וחיבה דער צדיק אמת האט אלץ ארויסגעוויזן פאַר די קעמפּס. ס׳האָט יעדער געזען און געשפּירט ווי די זאַך גייט דעם רבי׳ן בנפשו.
דערפאַר — האָט דער נדיב אויסגעפירט — שפּירט ער ממש פאַר א זכי' צי קענען העלפן ווידערבויען ״דעם רבינ׳ס בנין״, ובפרט אַז דער רבי זי״ע האָט געזאָגט דאָ פּחד׳דיגע דיבורים אַז ״עתידין מקומות אלו להקבע בארץ ישראל ואפשר שיהי׳ מקום המקדש״, מורא׳דיגע מורא׳דיגע ווערטער, און אויב איז דאס געזאגט געווארן אויף אלע פינף קעמפּס, איז דאך פּשוט במקום הזה, איז עס אַ נחלה לו יזכה, להקבע במקום המקדש ממש.
דאַן האָט מען געהאט די זכי׳ צו הערן ״ברכת הקודש״ פון כ״ק מרן רבינו שליט״א, וועלכער געפינט זיך אין די טעג אויף אָפּרוה, ווען רבינו שליט״א האָט מנהמת לבבו ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן הכרת הטוב פאר׳ן טייערן נדיב, וועלכער איז בבחינת ״אוהב מצוות לא ישבע מצוות״ און מ׳קען זאגן אז ממש אין יעדן נייעם בנין וואס סאטמאר בויעט אלוועלטליך איז איינגעקריצט שמו הטוב והדגול, און אצינד האָט ער די זכי׳ אפּצוקויפן אזא זכות נשגב למאוד — וצדקתו עומדת לעד.
קרנו תרום בכבוד — וצדקתו עומדת לעד — שמו הטוב הולך לפניו!
ובכן איז דאָס אצינד דער שענסטער ״מגלגלין זכות ע״י זכאי״, אַז אַזאַ זכות פונעם שער הראשי אין שענסטן און מערסט-היסטאָרישן בנין אין מחנה רב טוב — איז אָנגעקומען צו אַזאַ טייערן חשוב׳ן בונה ומקים, נדיב הדגול והמרומם, וואָס קריצט דאָ איין זיין גאָלדענעם נאָמען אויף אייביג, וואָס וועט ברענגען פּירות ופּירי פּירות לדורות יבואו בעז״ה.
ווי ס׳ווערט איבערגעגעבן פון דער הנהלת המחנה גרייט מען זיך אצינד אריינצואווארפן מיט אלע כוחות אין די פּלאנירונג שטאפּלען פונעם בנין החדש, און מ׳וועט זיך אי״ה ארויסלאזן אין א מאסיווער קאמפּיין אויפצוטרייבן די פילע מיליאָנען דאָלאַרן וואס אזא בנין דארף אפּצוקאָסטן, מיט׳ן פארקויפן אלע זכותים, אריינגערעכנט דער ״שם הבנין״, ״שם ההיכל״, און אזוי צענדליגער אנדערע זכותים וואס אזא בנין שטעלט מיט זיך פאָר.
אָט דער ״קנין זכות״ איז פיל מער ווי בלויז נאך א קנין זכות, וואס איז אימער א דבר גדול למאוד.
עס האָט געברענגט אַ גאָר אויסנאמליכן ״חיזוק עצום״ פאַר די הנהלת המחנה, אפּשפּיגלענדיג דעם מציאות, אז נדיבי אנ״ש ברענען מיט געטריישאפט פאַר די הייליגע קעמפּס, דער קול גדול ולא יסף פון רבינו הקודש זי״ע וואָס האָט געזאָגט ״זה חלקי מכל עמלי״ קלינגט זיי נאָך אין די אויערן, און מחיל אל חיל וועט מען אי״ה מצליח זיין אויסצופאַרקויפן ״אלע זכותים״ פאַר די נדיבי הלב, וואָס וועט דערמעגליכן בעז״ה אמשנעלסטן צו גרייכן דעם ״השלם זה הבנין״.
רבבות תלמידי וחסידי סאַטמאַר די בכל אתר ואתר זענען פאַרגאַפט פון די שטוינענדע השגות הנדיב! זיי האָבן נישט די ווערטער אַרויסצוברענגען זייער טיפע התפּעלות פון דעם נאָבעלען שריט פונעם טייערן נדיב, און יעדער וואונטשט אים מעומק הלב, אַז דער רבוש״ע זאָל אים באַצאָלן אלף פּעמים ככה, דער זכות פון אבינו רועינו רבינו הקדוש זי״ע זאָל אים באַגלייטן, ער זאָל געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטב, חינא וחסדא ורחמי וחיי ארוכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא, אינאיינעם מיט זיינע חשוב׳ע קינדער און אייניקלעך, עוד יניבון בשיבה דשנים ורעננים, מיט אריכות ימים ושנים, ביז מ׳וועט שוין זוכה זיין צום עתידין להקבע בארץ ישראל, בב״א.
אשרי לו ואשרי חלקו! חיי״ם שאל ממך נתתה לו אורך ימים! ממנו ילמדו וכן יעשו!