בלאט 88 פון 181
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 10:34 pm
דורך פרייליך
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 10:23 am
ביהמ"ד מעריוואלד דקהל יטב לב סאטמאר מהרי"י
WOW
עס קוקט אויס ווי עס גייט איבערנעמען די הויפט צענטער אינעם שטאט
האבן זיי שוין א דאטום ווען מען עפנט?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:34 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
א אויסטערלישע שיינע שב"ק געוועהן די וואך אין שכונת דברי חיים, מיט עטליכע שמחות וואס האט ציזאמגעברענגט א גרויסע ציבור מסלתה ומשמנה תושבי השכונה וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען, צווישן זיי פילע משפחה פון צענטער קרית יואל, ביהמ"ד בית שמואל איז געוועהן געפאקט מיט א ריזן ציבור גאר חשוב'ע ערליכע אידן, די ערשטע מאל אין די היסטאריע פונ'ם נייעם בית המדרש אזא ריזיגע ציבור מען האט געדארפט צילייגן פילע זיצן, און ס'האט געהאט אזא הייליגע קרית יואל'ער אוויר פון מחנה אלוקים,
אבער נישט דאס איז די עיקר, נישט דאס איז די גרעסטע שיינקייט פון דעם הערליכן שבת, וואס יא?
זיך אומקיקנדיג אויפ'ן ציבור, האט זיך אנגעזעהן אין ביהמ"ד בית שמואל (מהר"א) עטליכע גאר ערליכע אידן וואס באלאנגען אין קהל מהרי"י און זענען געקומען לאנגע שטרעקעס, אזש קרוב צו אן האלבע שעה שכר הליכה, צו דאווענען אין בית שמואל, אלעס מיט איין ציל ארויסציווייזן זייער חיזוק פאר אן עסקן פון חסידי מהר"א וואס גיבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די מערכה למען קדושת המקום והנצחת שמו של רביה"ק על העיר: קרית יואל,
יא, דאס מיינט "אמת'ע" אחדות, ווען ערליכע אידן זענען גרייט אלעס צו לייגן אין א זייט פאר די איין הייליגע ציל, שפירנדיג אונזער הייליגע אחריות אלס זיינע תלמידים זיך אנצינעמען פאר זיין כבוד און באשיצן זיין הייליגע ירושה.
גאר א שיינע שבת,
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 12:57 am
דורך קיינמאל
פעמון האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 4:41 pm
ברעקינג: בלומינג גראוו פאליציי עמטליך אנערקענט אז קרית יואל און בלומינג גראוו זענען די זעלבע גרעניצן.
20240315_162807~2.jpg20240315_162857~2.jpg
אינטערעסאנט די יונגערמאן קוקט אויס ווייסט נישט אבער געזעצלעך קען ער געהעריג פארן ווייטער
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 1:45 am
דורך א איד
קיינמאל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 12:57 am
פעמון האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 4:41 pm
ברעקינג: בלומינג גראוו פאליציי עמטליך אנערקענט אז קרית יואל און בלומינג גראוו זענען די זעלבע גרעניצן.
20240315_162807~2.jpg20240315_162857~2.jpg
אינטערעסאנט די יונגערמאן קוקט אויס ווייסט נישט אבער געזעצלעך קען ער געהעריג פארן ווייטער
פון וואו נעמט איר די אינפא?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 12:14 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
דעם שב"ק אלס א חלק פון די "שבת חזק" איבער גאנץ קרית יואל, איז אין בית המדרש בית שמואל געהאלטן געווארן גאר א פייערדיגע דרשה בעפאר קריאת התורה דורכ'ן רב הרה"ג רבי יואל הלבשטאם שליט"א, וואס איז נאכאלס די געשפרעך פון טאג,
דער רב האט צווישן אנדערע דערציילט א שרעקליכע פאסירונג פון אן עלטערער איד א גרויסע נדבן מיט א חשוב'ע משפחה וואס האט אנגעהויבן אהיימקומען שפעט פון די ארבעט, זיינע קינדער האבן אים געפרעגט טאטי פארוואס ארבעטסטו אזוי שווער, נעם אביסל הילף, האט ער געענטפערט, ניין איך בין צו פערפעקט איך קען נישט נעמען קיין הילף,
אזויווי דאס האט אנגעהאלטן א וויילע, האט א זון אפגעמאכט ער גייט אריבער העלפן דעם טאטן, ער איז אנגעקומען אין טאטן'ס אפיס און נישט מער און נישט ווייניגער דער חשוב'ער טאטע זיצט נעבעך איבער א סקרין און זעהט זיך אן מיט די ערגסטע בילדער,
די בזיונות זענען געוועהן גאר שטארק, דער רב האט אויסגעפירט בקול בוכים דער זון האט געגעבן א געשריי ט-טא-טאטע ווי ביזטו?!....
אויך האט דער רב שטארק גערעדט וויאזוי מענטשן קענען שיקן צידרייטע קליפס אויף די גרופע"ס למיניהם, אזעלכע בילדער וואס אויב וואלט א מענטש עס געטוהן לייוו ביי דיר אינדערהיים וואלטסטו איז ארויסגעווארפן, און יעצט וויבאלד ס'איז אויף א קליפ לאזטו עס אריין??
דער עולם איז געוועהן זייער איבערגענימען, און עס איבערגעשמועסט נאך אזוי שפעט ווי היינט, ס'איז זיכער א גרויסע תועלת פאר די גאנצע געגנט נישט בלויז פאר איין בית המדרש אז מען ווערט אזוי נתעורר און דערווייטערט פון טעכנאלאגיע.
נאך אזא שבת חזק איז די פאסיגסטע צייט, אז די געגנט וואטס עפ גרופ וואס איז פיל מיט ליצנות און שקר, און איז זיכער עפעס וואס איז ליידער משפיע לרעה אויף די אמת'ע חשוב'ע און ערליכע איינוואוינער פון אונזער באליבטע געגנט וואס זיצן נאך דארט, און אויף זייערע חברים וידידים וואס הערן זיך אן פון זיי מיט כל מיני קאנספיראציעס, דמיונות, שקרים, ליצנות אויף זאכן וואס איז ביי אונז אזוי הייליג און טייער, און אויף באליבטע ערליכע אידן וואס גייען נישט אין שפאן.
יעצט איז זיכער די פאסיגע געלעגנהייט דער גאנצער ציבור תושבי השכונה זאלן פארלאנגען עס אפצישפארן, ס'באלאנגט נישט אין קרית יואל אזא וואטס עפ גרופע, וואס שלעפט אראפ די גאנצע געגנט,
דאס איז אפשר גוט פאר פייוו טאונס אדער פאמאנא...
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 6:04 pm
דורך פישפיקלאדיין
אויך געווען דרשות לכבוד שבת חזק
אין בית שמואל
דועלק שוהל
ריבניץ
זאבליטוב
פויזנא
איך מיין אין זמיגראד אויך
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 6:32 pm
דורך וועליך
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:34 pm
א אויסטערלישע שיינע שב"ק געוועהן די וואך אין שכונת דברי חיים, מיט עטליכע שמחות וואס האט ציזאמגעברענגט א גרויסע ציבור מסלתה ומשמנה תושבי השכונה וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען, צווישן זיי פילע משפחה פון צענטער קרית יואל, ביהמ"ד בית שמואל איז געוועהן געפאקט מיט א ריזן ציבור גאר חשוב'ע ערליכע אידן, די ערשטע מאל אין די היסטאריע פונ'ם נייעם בית המדרש אזא ריזיגע ציבור מען האט געדארפט צילייגן פילע זיצן, און ס'האט געהאט אזא הייליגע קרית יואל'ער אוויר פון מחנה אלוקים,
אבער נישט דאס איז די עיקר, נישט דאס איז די גרעסטע שיינקייט פון דעם הערליכן שבת, וואס יא?
זיך אומקיקנדיג אויפ'ן ציבור, האט זיך אנגעזעהן אין ביהמ"ד בית שמואל (מהר"א) עטליכע גאר ערליכע אידן וואס באלאנגען אין קהל מהרי"י און זענען געקומען לאנגע שטרעקעס, אזש קרוב צו אן האלבע שעה שכר הליכה, צו דאווענען אין בית שמואל, אלעס מיט איין ציל ארויסציווייזן זייער חיזוק פאר אן עסקן פון חסידי מהר"א וואס גיבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די מערכה למען קדושת המקום והנצחת שמו של רביה"ק על העיר: קרית יואל,
יא, דאס מיינט "אמת'ע" אחדות, ווען ערליכע אידן זענען גרייט אלעס צו לייגן אין א זייט פאר די איין הייליגע ציל, שפירנדיג אונזער הייליגע אחריות אלס זיינע תלמידים זיך אנצינעמען פאר זיין כבוד און באשיצן זיין הייליגע ירושה.
גאר א שיינע שבת,
יא יא גאר א גרויסער ציבור געוועהן די וואך!
ווי איך פארשטיי איז די גרעסערע ציבור געוועהן וועגן א באווארפן אין א שבע ברכות, אין נישט ווי אויבן דערמאנט...
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 8:01 pm
דורך הלוי
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 6:04 pm
אויך געווען דרשות לכבוד שבת חזק
אין בית שמואל
דועלק שוהל
ריבניץ
זאבליטוב
פויזנא
איך מיין אין זמיגראד אויך
not true
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 10:16 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
הערליכע שיעור אין ביהמ"ד בית שמואל יעצט געוועהן דורכ'ן רב הרה"ג רבי יואל הלברשטאם שליט"א, אלע ענייני פורים, משלוח מנות, מתנות לאביונים, מקרא מגילה, תענית אסתר והמסתעף,
געזאגט געווארן מיט א געוואלדיגע געשמאק און בהירות, דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט און ארויס מיט א טעם אינעם הייליגן יום טוב פורים,
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 2:08 pm
דורך דער תהלים איד
וויאזוי איז געווען די מצות חלוקה? ס'דא בילדער?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 2:55 pm
דורך בלומען
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 2:08 pm
וויאזוי איז געווען די מצות חלוקה? ס'דא בילדער?
וואס ברויכסטו בילדער
ס'עט מסתם זיין עפעס, אבער דער עיקר איז אז אידן וועלן האבן מצות פאר גאר ביליג. דו ביסט נישט געגאנגען נעמען?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 2:56 pm
דורך דער תהלים איד
איך וואוין נישט אין דעם געגנט, נאר עמיצער זאגט מיר אז היי יאר איז דער עולם נישט געקומען נעמען.
ס'מיר שווער צו גלייבן, ווייל דער כלל איז אז מען גיבט נעמט מען... ממילא האב איך געפרעגט צו ס'דא בילדער.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:00 pm
דורך בלומען
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 2:56 pm
איך וואוין נישט אין דעם געגנט, נאר עמיצער זאגט מיר אז היי יאר איז דער עולם נישט געקומען נעמען.
ס'מיר שווער צו גלייבן, ווייל דער כלל איז אז מען גיבט נעמט מען... ממילא האב איך געפרעגט צו ס'דא בילדער.
וואס האט דיר יענער געזאגט, אז לעצטע יאר האט מען יא גענומען און היי יאר נישט?
און ס'נישט קיין חלוקה, ס'איז געווען א סעיל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:18 pm
דורך דער תהלים איד
בלומען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 2:56 pm
איך וואוין נישט אין דעם געגנט, נאר עמיצער זאגט מיר אז היי יאר איז דער עולם נישט געקומען נעמען.
ס'מיר שווער צו גלייבן, ווייל דער כלל איז אז מען גיבט נעמט מען... ממילא האב איך געפרעגט צו ס'דא בילדער.
וואס האט דיר יענער געזאגט, אז לעצטע יאר האט מען יא גענומען און היי יאר נישט?
און ס'נישט קיין חלוקה, ס'איז געווען א סעיל
אוי וויי איך האב נישט מדייק געווען בלשונו. איך קען איבערפרעגן אויב ס'איז נוגע...
זיין פוינט איז געווען אז ער איז געווען אנטוישט צו זען אז דער עולם איז נישט געקומען.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:24 pm
דורך רבותי מיר וועלן בענטשן
האסט אמאל אויסגערעכנט וויפל איז ווערד פאר א מענטש "ספעיס",
מען וואוינט אויף א גרויסע גאס וואס בלויז 20 מענטשן טיילן זיך דערמיט, בלויז 20 משפחות ניצן עס פאר זייערע דעליוועריס, פאר די קינדער צו שפילן, ס'איז ב"ה פונקט גוט נישט צו ליידיג, גענוג נאנט איינער צום צווייטן אבער נישט צו נאנט.
די וואס זענען אהער געקומען וואוינען האבן געזעהן דעם געגנט מיט דעם אויסשטעל און דאס אזוי אויסגעוועלט,
זיי האבן מסכים געוועהן מאקסימום ציצילייגן נאך 1 דירה פאר א קינד (מאטהער-דויטער).
למעשה זענען געקומען עסקנים מיט די שטיצע פון אינוועסטאר'ס, און טראנספארמירט די געגנט צו א נייע סאטמאר דרייוו סטייל געבויעכץ, זיי טריפלען אדער פריפלען אויף יעדע גאס די צאל איינוואוינער, דאס מיינט מען גנב'עט פון די מענטשן זייער ספעיס,
אין א גאס פון 20 משפחות וועלן יעצט אנשטאט 20 משפחות זיך טיילן 60 אדער 80 משפחות, דאס נעמט אוועק פון יעדן יחיד זיין ספעיס,
מען רעדט אז אידן דארפן דירות, קיין פראבלעם, ס'איז דא גענוג ליידיגע שטחים ווי צו בויען, אבער נעם נישט צו אן רשות די ספעיס פון מענטשן וואס זענען אהערגעקומען וויבאלד זיי ווילן ליידיגקייט און נאטור. אדער לכה"פ מאך נאך א וואוט און זעה צו דער ציבור האט געטוישט מיינונג און ווילן היינט וואוינען ווי סאטמאר דרייוו.
למעשה האט מען יא ציגענימען די ריזיגע וועליו פונ'ם ציבור לטובת די אינוועסטאר'ס, און בלומינגראוו ווייבערירט מיט קאנסטרוקציע טראקס, איז דאס עפעס וואס די עקסיזטירנדע איינואוינער ווילן, זיי האבן דאס אויסגעוועלט?...
וועט דאך דער עולם זיין אפסעט, נו, באצאלט מען אים מיט מצה וואס פאזען איז מנדב... און מיט נאך אביסל שטרוי דורכאויס די יאר...
זעהט אויס אז נישט יעדער איז א קי וואס עסט שטרוי...
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:27 pm
דורך בלומען
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:24 pm
האסט אמאל אויסגערעכנט וויפל איז ווערד פאר א מענטש "ספעיס",
מען וואוינט אויף א גרויסע גאס וואס בלויז 20 מענטשן טיילן זיך דערמיט, בלויז 20 משפחות ניצן עס פאר זייערע דעליוועריס, פאר די קינדער צו שפילן, ס'איז ב"ה פונקט גוט נישט צו ליידיג, גענוג נאנט איינער צום צווייטן אבער נישט צו נאנט.
די וואס זענען אהער געקומען וואוינען האבן געזעהן דעם געגנט מיט דעם אויסשטעל און דאס אזוי אויסגעוועלט, זיי האבן מסכים געוועהן מאקסימום ציצילייגן נאך 1 דירה פאר א קינד (מאטהער-דויטער).
למעשה זענען געקומען עסקנים מיט די שטיצע פון אינוועסטאר'ס, און טראנספארמירט די געגנט צו א נייע סאטמאר דרייוו סטייל געבויעכץ, זיי טריפלען אדער פריפלען אויף יעדע גאס די צאל איינוואוינער, דאס מיינט מען גנב'עט פון די מענטשן זייער ספעיס,
אין א גאס פון 20 משפחות וועלן יעצט אנשטאט 20 משפחות זיך טיילן 60 אדער 80 משפחות, דאס נעמט אוועק פון יעדן יחיד זיין ספעיס,
מען רעדט אז אידן דארפן דירות, קיין פראבלעם, ס'איז דא גענוג ליידיגע שטחים ווי צו בויען, אבער נעם נישט צו אן רשות די ספעיס פון מענטשן וואס זענען אהערגעקומען וויבאלד זיי ווילן ליידיגקייט און נאטור. אדער לכה"פ מאך נאך א וואוט און זעה צו דער ציבור האט געטוישט מיינונג און ווילן היינט וואוינען ווי סאטמאר דרייוו.
למעשה האט מען יא ציגענימען די ריזיגע וועליו פונ'ם ציבור לטובת די אינוועסטאר'ס,
און בלומינגראוו וווייבערירט מיט קאנסטרוקציע, איז דאס עפעס וואס די עקסיזטירנדע איינואוינער ווילן, זיי האבן דאס אויסגעוועלט?...
וועט דאך דער עולם זיין אפסעט, נו, באצאלט מען אים מיט מצה וואס פאזען איז מנדב... און מיט נאך אביסל שטרוי...
זעהט אויס אז נישט יעדער איז א קי וואס עסט שטרוי...
פערל ווערטער!
קיעפ איט אפ!
Re: שמועסען ארום בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 3:45 pm
דורך כתב וקול

- 236ad7f5-55e6-449c-80e1-dd456cecbfe1.jpeg (270.09 KiB) געזען געווארן 796 מאל

- 9c325f83-16a4-4b92-bed4-084d3d53019b.jpeg (246.25 KiB) געזען געווארן 796 מאל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:25 pm
דורך מיילעך פריילעך
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:24 pm
האסט אמאל אויסגערעכנט וויפל איז ווערד פאר א מענטש "ספעיס",
מען וואוינט אויף א גרויסע גאס וואס בלויז 20 מענטשן טיילן זיך דערמיט, בלויז 20 משפחות ניצן עס פאר זייערע דעליוועריס, פאר די קינדער צו שפילן, ס'איז ב"ה פונקט גוט נישט צו ליידיג, גענוג נאנט איינער צום צווייטן אבער נישט צו נאנט.
די וואס זענען אהער געקומען וואוינען האבן געזעהן דעם געגנט מיט דעם אויסשטעל און דאס אזוי אויסגעוועלט,
זיי האבן מסכים געוועהן מאקסימום ציצילייגן נאך 1 דירה פאר א קינד (מאטהער-דויטער).
למעשה זענען געקומען עסקנים מיט די שטיצע פון אינוועסטאר'ס, און טראנספארמירט די געגנט צו א נייע סאטמאר דרייוו סטייל געבויעכץ, זיי טריפלען אדער פריפלען אויף יעדע גאס די צאל איינוואוינער, דאס מיינט מען גנב'עט פון די מענטשן זייער ספעיס,
אין א גאס פון 20 משפחות וועלן יעצט אנשטאט 20 משפחות זיך טיילן 60 אדער 80 משפחות, דאס נעמט אוועק פון יעדן יחיד זיין ספעיס,
מען רעדט אז אידן דארפן דירות, קיין פראבלעם, ס'איז דא גענוג ליידיגע שטחים ווי צו בויען, אבער נעם נישט צו אן רשות די ספעיס פון מענטשן וואס זענען אהערגעקומען וויבאלד זיי ווילן ליידיגקייט און נאטור. אדער לכה"פ מאך נאך א וואוט און זעה צו דער ציבור האט געטוישט מיינונג און ווילן היינט וואוינען ווי סאטמאר דרייוו.
למעשה האט מען יא ציגענימען די ריזיגע וועליו פונ'ם ציבור לטובת די אינוועסטאר'ס,
און בלומינגראוו ווייבערירט מיט קאנסטרוקציע טראקס, איז דאס עפעס וואס די עקסיזטירנדע איינואוינער ווילן, זיי האבן דאס אויסגעוועלט?...
וועט דאך דער עולם זיין אפסעט, נו, באצאלט מען אים מיט מצה וואס פאזען איז מנדב... און מיט נאך אביסל שטרוי דורכאויס די יאר...
זעהט אויס אז נישט יעדער איז א קי וואס עסט שטרוי...
פיין פיין...
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:43 pm
דורך פרייליך
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:24 pm
האסט אמאל אויסגערעכנט וויפל איז ווערד פאר א מענטש "ספעיס",
מען וואוינט אויף א גרויסע גאס וואס בלויז 20 מענטשן טיילן זיך דערמיט, בלויז 20 משפחות ניצן עס פאר זייערע דעליוועריס, פאר די קינדער צו שפילן, ס'איז ב"ה פונקט גוט נישט צו ליידיג, גענוג נאנט איינער צום צווייטן אבער נישט צו נאנט.
די וואס זענען אהער געקומען וואוינען האבן געזעהן דעם געגנט מיט דעם אויסשטעל און דאס אזוי אויסגעוועלט,
עס קוקט אויס אפגעזעהן וואס די באהערדע וועט נאר טון וועט מיט נישט מסכים זיין, צו וועגן דאס צו וועגן יענץ
בערך אזוי ווי אנדערע רעדן וועגן די באהערדע אין ק"י
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 18, 2024 9:32 pm
דורך גרויסער איד
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:24 pm
האסט אמאל אויסגערעכנט וויפל איז ווערד פאר א מענטש "ספעיס",
מען וואוינט אויף א גרויסע גאס וואס בלויז 20 מענטשן טיילן זיך דערמיט, בלויז 20 משפחות ניצן עס פאר זייערע דעליוועריס, פאר די קינדער צו שפילן, ס'איז ב"ה פונקט גוט נישט צו ליידיג, גענוג נאנט איינער צום צווייטן אבער נישט צו נאנט.
די וואס זענען אהער געקומען וואוינען האבן געזעהן דעם געגנט מיט דעם אויסשטעל און דאס אזוי אויסגעוועלט,
זיי האבן מסכים געוועהן מאקסימום ציצילייגן נאך 1 דירה פאר א קינד (מאטהער-דויטער).
למעשה זענען געקומען עסקנים מיט די שטיצע פון אינוועסטאר'ס, און טראנספארמירט די געגנט צו א נייע סאטמאר דרייוו סטייל געבויעכץ, זיי טריפלען אדער פריפלען אויף יעדע גאס די צאל איינוואוינער, דאס מיינט מען גנב'עט פון די מענטשן זייער ספעיס,
אין א גאס פון 20 משפחות וועלן יעצט אנשטאט 20 משפחות זיך טיילן 60 אדער 80 משפחות, דאס נעמט אוועק פון יעדן יחיד זיין ספעיס,
מען רעדט אז אידן דארפן דירות, קיין פראבלעם, ס'איז דא גענוג ליידיגע שטחים ווי צו בויען, אבער נעם נישט צו אן רשות די ספעיס פון מענטשן וואס זענען אהערגעקומען וויבאלד זיי ווילן ליידיגקייט און נאטור. אדער לכה"פ מאך נאך א וואוט און זעה צו דער ציבור האט געטוישט מיינונג און ווילן היינט וואוינען ווי סאטמאר דרייוו.
למעשה האט מען יא ציגענימען די ריזיגע וועליו פונ'ם ציבור לטובת די אינוועסטאר'ס,
און בלומינגראוו ווייבערירט מיט קאנסטרוקציע טראקס, איז דאס עפעס וואס די עקסיזטירנדע איינואוינער ווילן, זיי האבן דאס אויסגעוועלט?...
וועט דאך דער עולם זיין אפסעט, נו, באצאלט מען אים מיט מצה וואס פאזען איז מנדב... און מיט נאך אביסל שטרוי דורכאויס די יאר...
זעהט אויס אז נישט יעדער איז א קי וואס עסט שטרוי...
זייער פעסט ארויס געברענגט דעם ענין, סאיז נישט נאר א פראבלעים בגשמיות, נאר א גרעסערע פראבלעם ברוחניות, אפשר גאר דער גרעסטער פראבלעים ברוחניות.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:23 am
דורך שאינו יודע לשאול
שכח הנהלה פארן מעקן
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 12:23 am
דורך ווירקליך
איך וויל בלויז דערמאנען, אויפ’ן פארלאנג פון די חברים דא זענען מיר שטארק אקטיוו מיט’ן דעאקטיוויזירן ניקס וואס זענען בטעות אנגעקומען צו אידטיש.
ביטע נוצן שכל, אפילו א מינימום דאזע. ס’דארף צו זיין גענוג.
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:05 am
דורך טיפע טאשן
הלוי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 8:01 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 6:04 pm
אויך געווען דרשות לכבוד שבת חזק
אין בית שמואל
דועלק שוהל
ריבניץ
זאבליטוב
פויזנא
איך מיין אין זמיגראד אויך
not true
וועלכע?
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:10 am
דורך הלוי
Does it matter?
I know at least one where I davened
So his information sources are faulty
I don't want to disclose my shul due to Gilli
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:12 pm
דורך בן תורה
הלוי האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 8:01 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 6:04 pm
אויך געווען דרשות לכבוד שבת חזק
אין בית שמואל
דועלק שוהל
ריבניץ
זאבליטוב
פויזנא
איך מיין אין זמיגראד אויך
not true
איך האב אזוי ליב אזעלכע פאוסטס!...
איינער שרייבט אפ א ליסטע פון שוהל'ן ווי מהאט געזאגט א דרשה, קומט איינער און שרייבט not true... וואס? ווי? ווען? גארנישט. געשאסן א סטעיטמענט און אוועקגעוואקט... יעצט זוך מיך...