דאנערשטאג פרשת שמות
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ שאול יחזקאל רייך הי״ו
ובן הרה״ח ר׳ יעקב יוסף מאשקאוויטש הי״ו
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען מו״ה דוד אהרן בראדי הי״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: מו״ה מרדכי יואל סאלינסקי הי״ו
לוי: מו״ה משה בנציון טירנוער הי״ו
שלישי: הבחור הבר מצוה ב״ר יעקב יוסף מאשקאוויטש הי״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הבחור הבר מצוה ב״ר שאול יחזקאל רייך הי״ו
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים לאור דער ביטערער גזירת החינוך וואס איז עומד על הפרק, וועגן די רעגולאַציעס וואס לויטעט אַז אַלע מוסדות איבער די סטעיט מוז'ן אויסקלויבן איינע די מהלכים וואס די סטעיט רעגולאציעס האבן ארויסגעלייגט צו באשטעטיגן אז זיי קומען נאך דעם געזעץ.
ביים אסיפה זענען אָנוועזנד געווען כ"ק מרן גאב"ד דקהלתינו מאָנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק ירושלים-קרית יואל שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, ואתם עמם די חברי הבד״ץ דקהלתינו שליט"א אינאיינעם מיט רבני ודייני דקהלתינו שליט"א פון גרעיטאר ניו יארק, ווי אויכט האבן זיך באטייליגט די ראשי העסקנים.
מ'האָט אַ לענגערע צייט דן געווען איבער דער שטורעמישער תקופה אין וואס די טויזנטער תלמידי המוסדות געפינען זיך,
במשך די אסיפה איז מען איבערגעגאנגן די אנטוויקלינגען אנבאלנגט דעם מצב החינוך, אויף די לעגאלע פראנט, און וואו מען שטייט יעצט, און די זעלבע צייט איז מען איבערגעגאנגן אלע מעגליכקייטן אויף די המשך המערכה, די רבנים האבן דן געווען און נושא ונותן געווען איבער אלע צדדים.
סוף פון די אסיפה האט מען ארויסגעשיקט אלע עסקנים און די רבנים אליין צווישן זיך האבן זיך דורכגערעדט און געקומען צו קלארע מסקנות איבער אלע ספיקות און שאלות וואס איז געשטעלט געווארן כדת מה לעשות.
די רבנים זענען איבערגאנגען אלע טענות וואס ווערט געהערט אין די גאס, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט נישט קיין אחיזה נישט אין די תורה נישט און מסורה און נישט און מציאות, הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ ירושלים - קרית יואל שליט"א האט איבערגעגבן אז ער האט פערזענליך אוועקגעגעבן עטליכע שעה אויסצוהערן אלע טענות און געדאנקן וואס עס איז געזאגט געווארן איבערדעם און עס האט אינגאנצן נישט קיין האפט. און ווי פארשטענדליך ביי אזאלעכע האקעלע ענינים קען מען זיך נישט ארומשפילן, די חשוב'ע רבנים שליט"א האבן געגעבן קלארע אנווייזנונגען פאר די חשוב'ע עסקנים וויאזוי זיך אומצוגיין ווייטער און איבערגערדט די ווייטערע פלענער על המשך המערכה למען נפש הילד צו אנגיין מיט די חינוך הטהור על דרך המסורה בלי שום שינו.
אום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה וקריאת ויחל אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ נפתלי דוד לייטנער שליט״א,
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
פתיחה: הרה״ח ר׳ זלמן לייב פעלדמאן הי״ו משמש
כהן: הרה״ח ר׳ משה דייטש הי״ו
לוי: הרה״ג ר׳ יואל צבי ראטענבערג שליט״א
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: הגה״צ אב״ד ירושלים - קרית יואל שליט״א
גלילה: הרה״ח ר׳ יצחק אלחנן קלאר הי״ו
זמני כניסה איז געווען פון 7:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט.
אום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ יעקב כ״ץ ני״ו.
~
~