בלאט 87 פון 633

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:54 pm
דורך מעביר על המידות
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:50 pm איך מיין פארוואס האבן זיי אפגעמאכט אז אזוי איז מען געגאנגען??
איך האב געשריבן פריער במוסגר - דאס איז אזויווי די לבוש פין די ישמעאלים
אין צדיקים האבן געזאגט אויף זייער לבוש אז דאס איז נאך מזקנם ישמעאל וואס זיין טאטע האט אים אזוי אנגעטון

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm
דורך יאיא
וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:57 pm
דורך סענס אף יומער
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:50 pm
מעביר על המידות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:49 pm די סיבה איז וויל זיי האבן די ארגינעלע לבוש אזויווי אברהם אבינו ואמהות...
מקור
א הילף פאר די קינד
כידוע איז מרת אקער שולדיג אין די לב טהור לבוש, ווייל ווער דען האט זיי אויסגעזאגט וויאזוי אונזערע אור-עלטערן זענען געגאנגען אנגעטוהן?...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm
דורך צווייטער
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:04 pm
דורך מעביר על המידות
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
זיי גייען פארדעקט דעם קאפ מיט א שלייער (פין ערגעץ האט עס מרת אקער גענומען)
לויט ווי איך פארשטיי איז דאס געווען די לבוש באותו תקופה - מדארף פרעגן די היסטאריקער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:18 pm
דורך אנעקדאט
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:20 pm
דורך יאיא
האבען זיי געמאכט א קאמבנעשען פון אלעס ציזאמען
געשטרייפט מיט א שמאטע מיט א קאשקעטעל
און רעדט מיר איין אז אברהם אבינו איז געגאגען אזוי

איך וואלט געקענט באשטיין ס'איז לכאורה ביליגער פון אונזערע סוטס מיט שטריימעך
אבער אברהם אבינו האט לכאורה נישט געהאט די קאמבענשען

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:43 pm
דורך מנהיג
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:47 am
אהרן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:07 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:50 am

זייער ווייטאגליך אז די רוצחים ועמלקים באקומען הילף אנצוגיין.

געמיניט האב איך אז מען גייט נאר העלפן די פארכאפטע קינדער ארויסצוגיין פונעם פארכאפונג. למעשה העלפט מען די א"ג קהלה זיך האלטן דארט? עס ווייטאגט.

ירחם ה'.
פארוואס ערלעדיגט מען נישט אז די גדולי הרבנים זאלן רעדן צו עם?
מען האט שוין גערעדט צו אים אסאך אבער והוא באחד
איך האב די וואך געהערט פון איינעם מגדולי העסקנים אז דער מעליצער ארבעט געהעריג מיט די עסקנים און די עסקנים האבן זאגאר געצאלט פאר זיין טיקעט יעצט, קען מיר אפשר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר מיט דעם א.ג. הכנסת ס''ת?????

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:08 pm
דורך אבד''ק לי והגליל
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:59 am
שייך אפשר צו נעטפריען??
א דאנק

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:17 pm
דורך שינאווער
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:49 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:57 am איך פארשטיי נישט, אפאר וואכן צוריק האט ער געהאט א דרשה אז די עולם זאל אוועקגיין פון לב טהור, איז ער פון זייערע?
ער איז שטענדיג געווען פולי פון זייערע און די דרשה וואס ער האט דארט געהאלטן איז טאקע געווען עפעס א מין מאדנע עפיזאד
ווער איז דער אינגערמאן וואס מ'זעהט אייביג אינאיינעם מיט אים?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:41 pm
דורך פופציגער
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:46 pm א קורצערע אויסצוג וויאזוי דער אכזר ורשע נחמן העלבראנץ רעדט צו די פרויען וועגן "תיקונים" וואס די מענער דארפן זיך אונטערנעמען ביז 24 שעה כדי צו קענען בלייבן מיט די ווייב און קינדער.

דער אכזר רעדט דא פון טורמע און גיבט איבער אינסטרוקציעס פאר די פייניגונגען.


ווען איז דאס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:57 pm
דורך דער תהלים איד
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:41 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 20, 2025 6:46 pm א קורצערע אויסצוג וויאזוי דער אכזר ורשע נחמן העלבראנץ רעדט צו די פרויען וועגן "תיקונים" וואס די מענער דארפן זיך אונטערנעמען ביז 24 שעה כדי צו קענען בלייבן מיט די ווייב און קינדער.

דער אכזר רעדט דא פון טורמע און גיבט איבער אינסטרוקציעס פאר די פייניגונגען.
ווען איז דאס?
אנהויב היי יאר.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:00 pm
דורך שמועות טובות
שינאווער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 5:17 pm
שמועות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 12:49 pm
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 11:57 am איך פארשטיי נישט, אפאר וואכן צוריק האט ער געהאט א דרשה אז די עולם זאל אוועקגיין פון לב טהור, איז ער פון זייערע?
ער איז שטענדיג געווען פולי פון זייערע און די דרשה וואס ער האט דארט געהאלטן איז טאקע געווען עפעס א מין מאדנע עפיזאד
ווער איז דער אינגערמאן וואס מ'זעהט אייביג אינאיינעם מיט אים?
זיין גבאי

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:10 pm
דורך הדסים
בינה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:09 am יא קולט נישט קולט, למעשה וואס פעהלט אויס די מאדנע קליידער???

ממילא די פרויען צניעת בלא בלא, אבער למען השם וואס איז שלעכט מיט א שטריימעל???
ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז נאך א וועג פון אפהאקן דעם עולם פון די מענטשהייט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm
דורך מאיר שלום
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.
אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

און מ'דארף טאקע וויסן אויב די קראקס וואס זיי גייען איז אויכט א חלק פון וואס די אבות זענען געגאנגן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:25 pm
דורך מנהיג
הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:10 pm
בינה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:09 am יא קולט נישט קולט, למעשה וואס פעהלט אויס די מאדנע קליידער???

ממילא די פרויען צניעת בלא בלא, אבער למען השם וואס איז שלעכט מיט א שטריימעל???
ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז נאך א וועג פון אפהאקן דעם עולם פון די מענטשהייט
ווען זיי האבן געטוישט צי די קליידער האבן זיי געמאכט א גרויסע אסיפה און דאס געמאלדן, און אויף די פראגע אז הרה''ק מסאטמאר זי''ע איז דאך אויך געגאנגען מיט א שטריימל וכו' האבן זיי געענטפערט:
נאמבער 1 דעם רבינ'ס ציל איז געווען אנצוקומען צי די סארט קליידער נאר אזוי ווי מיט קאפ צודעק איז ער געגאנגען צוביסלעך צו שפיצלעך האט ער דאס אויך געוואלט טוען צוביסלעך אבער ליידער איז ער אוועק צו פרי.....
נאמבער 2 ווען דער רבי וואלט געווען בדורנו וואלט ער מרעיש עולמות געווען אז יעדער מיז טוישן צו דעם לבוש......
ס'יא דא ווער ס'זאל לאכן... איך, מיט אלע שוין ב''ה געראטעוועטע.....

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:08 pm
דורך זכריה
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:59 am
אין לב טהור ליינט מען שבת החודש אין 4 ספרי תורות?
כמיין, וואס האט אויסגעפעהלט צו שלאפן א ס׳׳ת פון כוויסנישט ווי ביז בבל? נאר פאר חיזוק?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:19 pm
דורך על פי תורה
היינט זענען ארויס צען נפשות!
דאס קומט נאך 4 חדשים שווערע ארבעט פון די געטרייע עסקנים.
8 פון די 10 מענטשן זענען שוין ארויס פון לב טהור א האלבע יאר צוריק, אבער האבן נישט געקענט פארלאזן גוואטאמאלא ביז יעצט.
נאך חדשים פון שווערע האראוואניע איז ב''ה געלונגען צו באקומען רשות פאר זיי ארויסצוגיין פון לב טהור.

די גרעסטע שמחה פארשטייט זיך זענען די אנדערע 2 מענטשן, א 14 יעריגע ווייבל מיט א קינד, וועלעכע זענען ביידע געווען אין די שעלטער פאר די לעצטע 4 חדשים, די עסקנים האבן עטליכע מאל פראבירט איר ארויסצונעמען פון דארט, אבער איר מאמע וואס איז א חלק פון לב טהור האט בשום אופן נישט געלאזט, היינט האט די געריכט גע'פסק'נט אז די מאמע האט נישט קיין רעכט אריינצורעדן וויבאלד זי איז א חלק פון לב טהור.

זי גייט זיך פאראייניגן מיט איר מאן וועלעכע איז פון די 8 וועלעכע פארן יעצט ארויס פון גוואטמאלא, נאכן זיך נישט זען פאר א האלבע יאר!
לחיים! לחיים!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:21 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 7:19 pm היינט זענען ארויס צען נפשות!
דאס קומט נאך 4 חדשים שווערע ארבעט פון די געטרייע עסקנים.
8 פון די 10 מענטשן זענען שוין ארויס פון לב טהור א האלבע יאר צוריק, אבער האבן נישט געקענט פארלאזן גוואטאמאלא ביז יעצט.
נאך חדשים פון שווערע האראוואניע איז ב''ה געלונגען צו באקומען רשות פאר זיי ארויסצוגיין פון לב טהור.

די גרעסטע שמחה פארשטייט זיך זענען די אנדערע 2 מענטשן, א 14 יעריגע ווייבל מיט א קינד, וועלעכע זענען ביידע געווען אין די שעלטער פאר די לעצטע 4 חדשים, די עסקנים האבן עטליכע מאל פראבירט איר ארויסצונעמען פון דארט, אבער איר מאמע וואס איז א חלק פון לב טהור האט בשום אופן נישט געלאזט, היינט האט די געריכט גע'פסק'נט אז די מאמע האט נישט קיין רעכט אריינצורעדן וויבאלד זי איז א חלק פון לב טהור.

זי גייט זיך פאראייניגן מיט איר מאן וועלעכע איז פון די 8 וועלעכע פארן יעצט ארויס פון גוואטמאלא, נאכן זיך נישט זען פאר א האלבע יאר!
לחיים! לחיים!
Wow הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:06 pm
דורך על פי תורה
לב טהור האט אריינגעגעבן קלאגעס אז מען האט געקידנעפט ר' יצחק עליאס, און מיט דעם אים אויפגעהאלטן ביים גרעניץ שעות אריכות.
פלעין רשעות לשם רשעות.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:42 pm
דורך זיי פריילאך
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:06 pm לב טהור האט אריינגעגעבן קלאגעס אז מען האט געקידנעפט ר' יצחק עליאס, און מיט דעם אים אויפגעהאלטן ביים גרעניץ שעות אריכות.
פלעין רשעות לשם רשעות.
ווער איז דאס?
פון די 10 באפרייטע פון היינט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:46 pm
דורך מעביר על המידות
מאיר שלום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm
יאיא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 3:56 pm וועלעכע צדיקים
אגב די ישמעאלים גייען נישט אזוי אנגעטון
הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.
אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

די ייט''ל האט גערעדט פין די געשטרייפטע קאפטן - אבער די נקודה איז בעצם אויף זייער לבוש אז ס'איז נישט נשתנה געווארן
דרך אגב די לבוש פין ל''ט איז אזויווי די פין באבא סאלי הרב פינטאו וכו' וואס זיי קומען פין אראבישע מדינות

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 9:57 pm
דורך בערל דער פייפער
זיי פריילאך האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:42 pm
על פי תורה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:06 pm לב טהור האט אריינגעגעבן קלאגעס אז מען האט געקידנעפט ר' יצחק עליאס, און מיט דעם אים אויפגעהאלטן ביים גרעניץ שעות אריכות.
פלעין רשעות לשם רשעות.
ווער איז דאס?
פון די 10 באפרייטע פון היינט?
זיין ווייב איז היינט באפרייט געווארן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 9:59 pm
דורך סענס אף יומער
מער דעטאלן איבער די גאר פאזיטיווע נייעס היינט, איבערגעגעבן דורך די עסקנים אויפן ארט אין גוואטעמאלא.

א חתונה געהאטע טאכטער פון מאיר יששכר ראזנער וועלכע איז נארוואס געווארן 16 יאר אלט, צוזאמען מיט איר מאן און זיבן חדשים'דיג קינד, קומען היינט אן קיין ניו יארק בעז''ה.
איר מאן הייסט ר' יצחק עליאס, אויך 16 יאר אלט, און איז שוין אינדרויסן פאר א שטיק צייט זיך אויפהאלטנדיג אין כנישתא חדא.
זיי קומען ארויס מיט די קאסטעדי פון א ראזנער פעטער פון מאנסי.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס מ'נעמט ארויס קינדער פון זייער אייגענע ווילן און 'אנטקעגן די ווילן פון זייערע עלטערן'. און דאס וועט אי''ה נאכפאלגן מיט נאך א רייע קינדער וואס וועלן נאכגיין אין זייערע פיס טריט און טוהן די זעלבע, אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט נאר געקענט ארויסנעמען קינדער צוזאמען אדער מיט די באשטעטיגונג פון די עלטערן.


נאך פאזיטיווע אנטוויקלונגען אויפן פראנט:

איבער די יונגע קינדער פון משה יוסף ראזנער, האט א ריכטער היינט אומצוויידייטיג קלארגעשטעלט אז אויב ביז די קומענדיגע הירינג וואס איז געסקעדזשולט פארצוקומען תיכף נאך פסח וועלן די עלטערן זיך נישט ברעכן און איינגיין איבערצולאזן לב טהור, וועט מען אוועקנעמען זייערע צוויי קינדער אונטער 18 יאר און זיי איבערגעבן פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אין ניו יארק.

עס דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז ביז היינט איז געווען די שטערקסטע חיזוק מיט וואס די קולט פירער האבן מחזק געווען און געמוטיגט זייערע מיטגלידער נישט אויפצוגעבן דעם קאמף און פארבלייבן אין לב טהור, אז דערווייל האט נאכנישט פאסירט אזא זאך אז א ריכטער זאל ערלויבן צו באפרייען די קינדער אן דעם וואס זייערע עלטערן זענען אויך ארויסגעקומען צוזאמען מיט די קינדער, אדער אז מען זאל ערלויבן איבערצוגעבן די קינדער פאר דרויסנדיגע פאמיליע מיטגלידער אן די צושטימונג פון די עלטערן, אםילו אויב דער קרוב האט געפיילט קאסטעדי. און דאס איז געווען די שטערקסטע חיזוק און שטופ פאר די פארבליבענע לב טהור מיטגלידער אז ביים ענדע וועלן זיי געווינען און צוריקבאקומען אלע זייערע קינדער אן דארפן איבערלאזן דעם קולט.
ממילא איז די יעצטיגע אורטייל בנוגע די יונגע ראזנער טאכטער און אזוי אויך די קלארשטעלונג פונעם ריכטער בנוגע משה יוסף'ס יונגערע קינדער, גאר א שטאקע טויט קלאפ פאר די גאנצע כת און איר עקזיסטענץ, און גלייכצייטיג א שטארקע געווינס פאר די עסקנים און גאנץ כלל ישראל, שפרייזנדיג א גרויסן טריט פאראויס אין דעם קריטישן קאמף גענצליך אויסצוראטן דעם שמוציגן קליפה ביזן גרונד.

ובשם השם נעשה ונצליח.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מיטוואך מערץ 26, 2025 10:00 pm
דורך פשוט און גראד
מעביר על המידות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 8:46 pm
מאיר שלום האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 6:13 pm
צווייטער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 26, 2025 4:00 pm

הגה''ק הייטב לב זי''ע האט אזוי געזאגט אויף די געשטרייפטע ירושלימ'ער לבוש.

ס'איז דא א בילד פון מרן הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין ירושלים מיט א בעקיטשע געשטרייפט אזוייווי די ירושלימ'ע קאפטן.
אויף די ירושלימע געשטרייפטע קאפטן. נישט אויף די בורקע - טורבאן - שלייער וואס די חברה טראגן.

די ייט''ל האט גערעדט פין די געשטרייפטע קאפטן - אבער די נקודה איז בעצם אויף זייער לבוש אז ס'איז נישט נשתנה געווארן
דרך אגב די לבוש פין ל''ט איז אזויווי די פין באבא סאלי הרב פינטאו וכו' וואס זיי קומען פין אראבישע מדינות
פשוט פאר די רעקארדס - איז אן אחריות דיר צו ענטפערן.
ס‘איז נישטא אין ס‘נישט געווען, קיין איין גדול בתורה וואס פארשטייט, אדער איז א שמץ פאזוטיוו צו זייערע טיפשותדיגע אין אכזריותדיגע מנהגים
.