וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 1:56 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 09, 2025 1:29 pm
ערנסטע שפעקולאציעס אז די כינעזער דאמפן אמעריקאנער טרעזשוריס.
Yields רייסן ארויף..
--
דעיס איז די עכטע שאך געים. בין איך נייגעריג די קאינטער מאוו.
אין א סייד נאוט - כינע סטאק מארקעט איז אין גרינע טעריטאריע פאר יעצט..
אידיש ביטע...
איך בין נישט קיין גרויסע עקאנעמיסט, מיין פארשטאנד אין די זאכן איז גאנץ קנאפ. אבער איך וועל פראבירן ממש אויפן שפיץ גאפל באופן קצר מאוד כפי שידי מגעת כעת. אפשר נאך יו"ט קען מען עפענען אן עקסטערע טעמע פאר דעם.
די אינקאם פון די אמעריקאנע גאווערמענט באשטייט פון די שטייער וואס די בירגער צאלן איין יערליך. טאמער קומט אמאל אונטער א גרעסערע עקפענס וואס קען נישט געדעקט ווערן פון די געלט אין באנק, וועט די גאווערמענט גענוי ווי יעדע מענטש בארגן געלט.
(דאס ערשטע מאל כמדומה וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אפציעל זיך אנגעבארגט מיט ריזיגע סומעס געלט, איז געווען ביים ערשטען וועלט קריג ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אוסטראנאמישע סומעס פון געלט כדי צו פינאנצירן די קאסטן פון די קריג. היינט אבער איז דאס שוין אריין אין די גאווערמענט לייף סטייל, מען ספענדט אפציעל מער ווי מען קען זיך ערלויבן. און די חובות וואקסן יערליך אן קיין שום חשבון)
די פשוטע וועג פון בארגן געלט וואלט געווען דורך צוזאמען אפאר נגידים צו א באנקעט און יעדער זאל אריינלייגן כפי יכלתו. און זעלבסט פארשטענדליך אז די רעגירונג פארפליכטעט זיך צו צוריק צאלן די הלואה מיט ריבית. למעשה אבער איז דאס נישט מעגליך צו טוהן ווען מען רעדט פון די געלטער, איז די רעגירונג אויפגעקומען מיט א געדאנק פון טרעשזערי באנד. (בעצם איז דאס נישט קיין חידוש, די גאנצע סטאק מארקעט ארבעט מיט די מהלך)
לאמיר געבן א משל, באופן פשוט מאוד אן אריינגיין אין טעקניקעלעטיס. די רעגירונג שטעלט ארויס א סעקיורעטיס פאר הונדערט דאלער. דהיינו, די רעגירונג זאגט פאר די וואס שטעקן איין א הונדערטער, מיר נעמען זיך אונטער צו צוריק צאלן די הונדערטער וואס דו האסט איינגעלייגט נאך דרייסיג יאר, און אויפדערווייל וועל איך דיר צאלן אינטרעסט אויף א ראטע פון 5 פראצענט אויפן יאר. דאס מיינט 5 דאלער פער יאר, און די קרן נאך דרייסיג יאר.
ווען איינער קויפט א באנד, מוז ער נישט בלייבן דערמיט דער מלוה פאר דרייסיג יאר, דאס קען מען טרעידן אזוי ווי סטאקס. למשל אויב איינער וואס האט אין באזיץ 10 באנדס אין די ווערד פון 1,000 דאלער, קען ער דאס פארקויפן אויף די מארקעט פאר טויזענט דאלער. איינמאל די מקח איז דורך, נעמט די לוקח איבער די חוב, און ער וועט באקומען די אינטרעסט דערויף, און אזוי אויך ווען די גאווערמענט וועט צוריקצאלן די קרן נאך 30 יאר וועט די לוקח באקומען דאס געלט.
יעצט לאמיר מאכן א משל. ר' ראובן פרישוואסער קויפט זיך איין אין יאר 2020 צען באנדס פאר די ווערד פון 1,000 דאלער, אויף א ראטע פון 5 פראצענט אינטרעסט פער יאר. קומט אויס אז ער גייט יערליך פארדינען פופציג דאלער אויף דעם געשעפט. שפעטער אבער אין יאר 2021 קומט א שווערע אינפלעישן, און די פעדעראל רעזירוו הייבט די אלגעמיינע אינטרעסט רעיטס צו 6 פראצענט. אטאמאטיש וועלן די פרישע באנדס וואס די גאווערמענט פארקויפט אין יאר 2021 זיך אויך פארקויפן מיט אן אינטרעסט פון 6 פראצענט, ווייל אז נישט וועט קיינער נישט ווילן קויפן קיין באנדס. אלעס מוז ווערן עדזשאסטעד לויט די מארקעט.
וואס טוט מען אבער אויב שטייענדיג אין 2021 באשליסט אונזער ר' ראובן ער אז ער וויל קויפן א הויז, און ער וויל פארקויפן זיין 1,000 דאלער ווערד פון באנדס וואס ער האט געקויפט אין 2020 און דאס נעמען פאר זיין דאון פעימענט. ער האט א גרויסע פראבלעם. קיינער וויל עס נישט! זיינע באנדס געבן נאר אינטרעסט לויט די אינטרעסט רעיטס פון 2020 וואס דאס איז 5 פראצענט אויפן יאר, אבער די נייע באנדס פון 2021 געבט 6 פראצענט. ממילא ווער עס וויל קויפן באנדס וועט ענדערש קויפן די פרישע באנדס פון יאר 2021 וואס ברענגט מער רווחים, ווי איידער די 2020 באנדס. אשר ע"כ וועט ראובן נישט האבן קיין ברירה און וועט מוזן אראפלאזן די פרייז, און פארקויפן זיינע באנדס פאר 950 דאלער און שאדן האבן פופציג דאלער.
יעצט באמת, די באנד בלייבט למעשה מיט א מיט א פעיס וועליו פון טויזענט דאלער. די גאווערמענט האט זיך פארפליכטעט צו צוריקצאלן טויזענט דאלער נאך דרייסיג יאר, און דאס קען זיך נישט טוישן. קומט אויס אז דער וואס קויפט עס אפ פון ראובן, קויפט א באנד וואס טראגט די ענדגילטיגע ווערד פון 1,000 דאלער פאר די ביליגע פרייז פון 950 דאלער. ממש א מציאה! זיין אינטרעסט וועט אבער ווייטער בלייבן די זעלבע פופציג 50 דאלער אויפן יאר. ס'איז טאקע 5 פראצענט פון די פעיס וועליו, אבער עס וועט זיין 5.25 פראצענט פון וויפיל ער האט למעשה געצאלט.
די זעלבע זאך וועט זיין פארקערט אויך. אויב גייען די אינטרעסט רעיטס אראפ, דאן וועלן די נייע באנדס געבן ווייניגער פראצענט ווי די אלטע, און אלץ רעזולטאט וועט די פרייז פון די אלטע באנדס שטייגן ווייל דאס איז ווערד אסאך מער. אזוי וועט זיך די מארקעט פון זיך אליינס עדשזאסטן.
דאס איז וואס ווערט אנגערופן די Yield. מען קוקט וואס איז די ריטורן נאך דרייסיג יאר. אויב איז די אינטרעסט פון א 2021 באנד מער ווי א 2020 באנד, האט די 2021 באנד א גרעסערע Yield ווי די 2020 באנד.
פיין, יעצט אז דו פארשטייסט דאס לאמיר גיין ווייטער. אזוי ווי מיר האבן געשמועסט אז די באנדס ווערן געטרעיד אויף די מארקעט, קומט ווי שטענדיג אריין די כלל פון סופליי און דימענד. ווי מיר ווייסן ווערט די פרייז פון אלעס סטאבעלעזירט בעיסד אויף די סופליי און דימענד. אויב איז די דימענד מער ווי די סופליי, וועט די פרייז זיין העכער. און אויב איז די סופליי העכער ווי די דימענד וועט די פרייז זיין נידריגער.
איינס פון די גרעסטע אינוועסטארס אין טרעזשערי באנדס איז טשיינע. טשיינע האט באלד א טריליאן דאלער ווערד פון אמעריקאנע טרעזשערי באנדס. וואס געשעהט אויב טשיינע מאכט אפ אז זיי גייען פארקויפן אלע זייערע באנדס אויף איין מאל? גייט די פרייז פון א באנד דראסטיש פאלן. ווייל עס זענען נישט דא פראצענטיש מער קויפערס ווי יעדן טאג, אבער טשיינע לייגט פון א מינוט צו די אנדערע ארויס אלע זייערע באנדס צו פארקויפן און זיי פלאדן די מארקעט. קומט אויס אז ס'איז דא אסאך מער פארקויפערס ווי קויפערס, און די פרייז פאלט דראסטיש! טויזענט דאלער ווערד פון באנדס גייט זיין 850 דאלער!
יעצט איז דא נאך אן אופן פון רעכענען די Yield דאס איז די Current Yield. דהיינו, ווען איינער קויפט יעצט א באנד פון 2020 וואס האט דעמאלטס געקאסט 1,000 דאלער און יעצט קאסט עס נאר 850 קומט אויס אז ער באקומט אסאך מער אינטרעסט ווי פארגעשריבן. עס קומט אויס צו 6 פראצענט אינטרעסט. און פון דאס האט
@פשוט און גראד גערעדט. דהיינו, די Yield גייט ארויף זייער שטארק, ווייל די באנד פארקויפט זיך פאר אסאך ביליגער ווי נארמאל און דאס איז צוליב דעם וואס טשיינע פלאד די מארקעט. און אויף דעם האב איך געזאגט אז מען זאל שניידן די אינטרעסט רעיטס, גייען די בייערס נישט דארפן אזא הויכע Yield, וועט זיין א גרעסערע דימענד, וועט עס נישט שטייגן.
קלאר?
(געוויסע פרטים זענען נישט ממש אקוראט, נאר פאר עקxפלעינינג פערפעסעס אנלי)