בלאט 84 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:54 pm
דורך חלום חלמתי
שומער שטעלט פאר זיין פלאן צו ענדיגן דעם שאטדאון, אויב די רעפובליקאנער זענען מסכים צו פארלענגערן די אבאמא קעיר סובסודיס מיט א יאר.

לכתחילה איז ער מיט דזשעפריס געווען דערקעגן, אפשר האט ער געמאכט דעם חשבון אז קומענדיגע יאר איז מידטורם'ס..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 3:33 pm
דורך חלום חלמתי
נאך א פרישע פסק פון א ריכטער, די USDA זאגט אז זיי וועלן אריינשיקן די פולע נאוועמבער סנעפ בענעפיטן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 3:36 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:54 pm שומער שטעלט פאר זיין פלאן צו ענדיגן דעם שאטדאון, אויב די רעפובליקאנער זענען מסכים צו פארלענגערן די אבאמא קעיר סובסודיס מיט א יאר.

לכתחילה איז ער מיט דזשעפריס געווען דערקעגן, אפשר האט ער געמאכט דעם חשבון אז קומענדיגע יאר איז מידטורם'ס..
דזשאן טון רעפובליקאנער פירער האט אפגעווארפן די פארשלאג.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 7:20 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 3:33 pm נאך א פרישע פסק פון א ריכטער, די USDA זאגט אז זיי וועלן אריינשיקן די פולע נאוועמבער סנעפ בענעפיטן
סופרים קאורט פסק'נט אז טראמפ קען ווייטער צוריקהאלטן די סנעפ בענעפיטן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 8:13 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ מיט א פרישע המצאה צו ערלויבן פופציג יעריגע מארגעדזשע'ס, וועט מאכן חודש'ליכע צאלונגען ביליגער.
(אבער העכערן די ריבית...)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 8:24 pm
דורך חלום חלמתי
מיט פרייד נעמט מען אויף די בשורה טובה אז קאומא באטראכט צו לויפן פאר קאנגרעס איבערצונעמען די זיץ פון דזשערי נאדלער וואס לויפט נישט פאר ווידערוויילונג אין 26'.

ס'איז צום האפן אז דער --- זאל ווייטער לויפן און לויפן אן מיד ווערן, און אינז אלע דערלויבן צו מיטהאלטן זיין מפלה..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 8:41 pm
דורך שינאווער
טראמפ נעמט זיך איבער די פלייש קאמפעניס...

ווער ווייסט, אפשר קומט א גלאט כשרע וועבזייטל בקרוב...
טראמפ פלייש.PNG
טראמפ פלייש.PNG (793.59 KiB) געזען געווארן 591 מאל

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 9:26 pm
דורך חלום חלמתי
ריזיגע קייט רעסטוראנט ווענדי'ס וועט פארשליסן הונדערטער רעסטוראנטן אין אמעריקע, זאגענדיג אז קאסטומער'ס ווערן קארגער און קארגער ווען ס'קומט צו קויפן עסן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 9:35 pm
דורך חלום חלמתי
מאמדאני קלערט פון נעמען געוועזענע סקוואד קאנגרעסמאן דזשאמעל באומען צו פירן די ניו יארקע פאבליק סקול'ס.

באומען איז באקאנט מיטן שלעפן די פייער אלארם אין קעפיטאל היל צו צעשטערן א פאנדינג ביל.

ער איז געווארן ארויסגעוועלט מיט די הילף פון עיפאק, האפענטליך וועט ער זיך נישט נוקם זיין אין די אידעלעך דינענדיג אין די פאזיציע וואס וועט אים געבן די מאכט צו אינפארסירן די גזירות החינוך.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 9:48 pm
דורך שוהם
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:54 pm שומער שטעלט פאר זיין פלאן צו ענדיגן דעם שאטדאון, אויב די רעפובליקאנער זענען מסכים צו פארלענגערן די אבאמא קעיר סובסודיס מיט א יאר.

לכתחילה איז ער מיט דזשעפריס געווען דערקעגן, אפשר האט ער געמאכט דעם חשבון אז קומענדיגע יאר איז מידטורם'ס..
ווען האט זיך געענדיגט אבאמא קעיר?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 9:59 pm
דורך חלום חלמתי
שוהם האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 9:48 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:54 pm שומער שטעלט פאר זיין פלאן צו ענדיגן דעם שאטדאון, אויב די רעפובליקאנער זענען מסכים צו פארלענגערן די אבאמא קעיר סובסודיס מיט א יאר.

לכתחילה איז ער מיט דזשעפריס געווען דערקעגן, אפשר האט ער געמאכט דעם חשבון אז קומענדיגע יאר איז מידטורם'ס..
ווען האט זיך געענדיגט אבאמא קעיר?
לויפט יעצט אויס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 08, 2025 10:44 pm
דורך חלום חלמתי
שטייענדיג פאר די חגאות סעזאן האט טארגעט אפיציעל באפוילן זייערע ארבעטער'ס אז זיי מיזן שמייכלען, גריסן, און אנטראגן הילף פאר יעדע קאסטומער אין זייערע צען פוס.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 12:16 am
דורך חלום חלמתי
פאליציי האט רעאגירט צו א רוף איבער א פארשוין וואס רייט ארום מיט א ריזן אקס אין א פארקינג לאט פון א געשעפט, אנקומענדיג צום סצענע האט דער פאליציאנט נישט געקענט אפזאגן די בקשה פונעם אייגענטומער זיך צו לאזן פאטאגראפירן דערויף...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:50 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ אינדארסירט וויוועק ראמאסוואמי פאר גאווערנער פון אהייאו.


(וואו, ג'יבארד געדענקט אים נאך...)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:51 am
דורך חלום חלמתי
רוסישע פרעזידענט פוטין האט פארגאנגענע וואך באערט הרב בערל לאזאר מיט א פרעזידענטליכע מעדאַל.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 2:28 am
דורך חלום חלמתי
לויט באריכטן ארבעט עפל אריינצולייגן גוגל'ס AI אין עפל'ס סירי, עפל וועט צאלן דערפאר א ביליאן טאלער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 2:36 am
דורך חלום חלמתי
אזויווי קיינער האט נישט געווינען איז די מעגא מיליאן לאטערי ארויף צו 900 מיליאן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:26 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 11:09 pm טראמפ וויל אפשר שיקן 2,000 רייניש פאר יעדן שטייער צאלער, פון די געלט וואס איז אריינגעקומען פון די טעריפ'ס.

(נאכנישט ווערן עקסיידעט....)
אפדעיט; טראמפ רעדט ווייטער פון די טשעקלעך, די רייכע מענטשן וועלן נישט באקומען...
ווער ס'גלייבט נישט אין טעריפ'ס איז א לאזער, אינז מאכן טריליאנען פון אנדערע לענדער, און יעצט רעספעקטירן זיי אונז.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:34 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:09 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 4:15 pm 🔔איד טיש רעפארט.


מדנ"י דרייט זיך איבער די לעצטע טעג מיט די לעצטע שדה תימן אנטוויקלונגען.
► Show Spoiler
המשך; אין קאר האט זי איבערגעלאזט א צעטיל צו אירע קינדער אז זי האט זיי ליב וכו'. אבער למעשה נאר אריינגעווארפן איר טעלעפאן אין וואסער.
דאס איז א קלארע אנדייטונג אז זי האט זיך פרובירט צו הארגענען,
► Show Spoiler
ווייטער; די לעצטע וואך איז זי געווען אינטער הויז ארעסט ביז מען ענדיגט פארשן די פולע באשולדיגונגען קעגן איר, אבער היינט האט מען איר געמיזט אריינפירן אין שפיטאל נאכדעם וואס די האט ווייטער פרובירט צו מאכן א סוף, מיטן שלינגען צענדליגער שלאף פילן...

אז ס'איז באשערט צו לעבן..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:43 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 8:37 pm טראמפ זאגט אז ער וועט זיך נישט באטייליגן ביי די סופרים קארט געריכט ווי מען וועט אורטיילן אויב זיינע טעריפס זענען לעגאל.

די געריכט איז נישט דוקא וועגן מיר, ס'איז וועגן די צוקונפט פון אינזער גאנצע לאנד
זעהט אויס אז טראמפ ערווארט די סופרים קאורט צו פסקנ'ן קעגן אים....

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:53 am
דורך חלום חלמתי
די מצב ביי די לופטפעלדער ווערט ערגער און ערגער, און קיין ענדע צום שאטדאון זעהט זיך נישט אן.

טראנספארטאציע סעקרעטאר שאן דאופי זאגט אז פיעט העגסעט האט אים אנגעטראגן צו ניצן מיליטערישע עיר טרעפיק קאנטראלירער פאר די פארנומענע עיר פארטס, אבער ער ווייסט נישט צו מען קען זיי ניצן ווייל זיי קענען זיך נישט אויס מיט די עירפארט'ס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:59 am
דורך חלום חלמתי
מאמדאני האט פרייטאג אין מעטשעט (נעבן א פרי פאלעסטינע שאל) אנגעהויבן זיין רעדע אז דאס איז די ערשטע מאל ער רעדט זינטן געווינען. די פריילעכע מאסן האבן אים איבערגעהאקט מיט געשרייען אללא אכבאר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:04 am
דורך חלום חלמתי
גוטע נייעס פאר אחב"י: ניו יארקע סנעפ קארטלעך זענען היינט געווארן אנגעפילט דורך די סטעיט, וואס האט אפגעמאכט צו אויסלייגן אירע אייגענע געלטער ביז די פעדעראלע רעגירונג שיקט אריין די פאנדן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:48 am
דורך קיינמאל
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 9:43 am
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 8:37 pm טראמפ זאגט אז ער וועט זיך נישט באטייליגן ביי די סופרים קארט געריכט ווי מען וועט אורטיילן אויב זיינע טעריפס זענען לעגאל.

די געריכט איז נישט דוקא וועגן מיר, ס'איז וועגן די צוקונפט פון אינזער גאנצע לאנד
זעהט אויס אז טראמפ ערווארט די סופרים קאורט צו פסקנ'ן קעגן אים....
שבת איז געווען די ערשטע אפענטליכע ארגומענטן און ווי עס קוקט אויס האלטן די צוויי מעסיגע קאנסערוואטיווע ריכטער ראבערטס מיט בערעט אז א פרעזידענט האט נישט די אטארעטי צו לייגן טאריפס

איין פראבלעם איז נאר אז די אלע לענדער וואס האבן שוין געמאכט דילס מיט אמעריקע זענען יעצט לעקיש

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 12:36 pm
דורך חלום חלמתי
א פייערמאן אין ניו יארק איז געשטארבן בשעת'ן רעאגירן צו א 5 אלארם פייער אין די בראנקס