בלאט 83 פון 154
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:21 pm
דורך חלום חלמתי
פילע באריכטן אז רעפובליקאנער קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק גרייט זיך צו מעלדן מארגן אז זי לויפט פאר גאווערנער פון ניו יארק.
סטעפעניק איז א שטארקע יודנפריינד, און פארטיידיגער פון אידישע אינטערעסן. ס'האט זיך בעיקר אנגעזעהן לעצטע יאר ווען זי איז געשטאנען בראש קעגן די אנטיסעמיטישע אוניווערסיטעטן. היינט א טאג פאר די אנאנסירונג האט זי זיך געטראפן מיט א גרופע חרדישע עסקנים.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:35 pm
דורך פעינטיג
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 5:50 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 2:45 pm
אנטיסעמיטישע זינגער קאניע וועסט - וואס האט זיך לעצטע יאר דערקלערט אלס נאכפאלגער פון היטלער ימ"ש - איז געקומען אויף א באזוך ביי הרב ישעיהו פינטו שליט"א רב הראשי פון מאראקא, ווי ער האט דערקלערט אז ער האט חרטה אויף זיינע העסליכע קאמענטארן און ניגונים
נישט ערווארטן קיין ישיבע וואלד פארדאמונג
אנטיסעמיט מילא, אבער א שקרן אויך???
דאס איז נישט קיין אפיציעלע טשענעל פון קאניע וועסט, ווי עס קוקט אויס איז דאס א טשענעל פון זיינע נאכפאלגער.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:36 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 3:21 pm
לויט באריכטן וועט קאזאכסטאן - אראביש לענדל אין אזיע - זיך אנשליסן אין די אבראהאם עקארדס, שלום דיעל מיט מדנ"י
טראמפ האט געענדיגט די זיצונג מיט קאזאכסטאנע פרעזידענט, און אנאנסירט אז ער שליסט זיך אן אין די עקארדס און ער שרייבט אינטער א האנדל'ס אפמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:42 pm
דורך פעינטיג
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:36 pm
.
Chatgpt
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:14 am
דורך חלום חלמתי
די אייס אגענטור זיכט צו רעקרוטירן געוועזענע ניו יארקע פאליציי לייט וואס וועלן רעזיגנירן נישט וועלענדיג דינען אינטער איינעם וואס האט זיי פיינד, אדער אפגעזאגט ווערן און אויפגעטוישט ווערן מיט פסיכאלאגן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:16 am
דורך חלום חלמתי
פאר די פלארידע וואקאציאנערן. ס'קומט ווינטער... קאלטע וועטערס זענען פאראויסגעזאגט געווארן אויף קומענדיגע וואך
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:18 am
דורך חלום חלמתי
סננ; עטליכע מענטשן זענען צוזאמגעפאלן נאכן עפענען א פעקל מיט א מיסטעריעזע שטויב, אין אן ארמיי באזע אין מערילענד
Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:20 am
דורך חלום חלמתי
שינאווער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 24, 2025 3:28 pm
הויעך ראנגיקע באאמטע האבן דיסקוסירט אויף א מעסעדזשינג גרופע פלענער איבער אטאקעס אויף די האוטי רעבעלן אין תימן.
► Show Spoiler
אן אמעריקאנער נייעס ריפארטער איז בטעות געלאדענט געווארן מיטצוהאלטן א מעסעדזשינג גרופע אויף די 'סיגנעל' פלאטפארמע, א גרופע וואס האט אריין גענומען דיפענס סעקרעטערי פיעט העגסעט, וויצא פרעזידענט דזשעי-די ווענס און א רייע אנדערע הויעך ראנגיקע באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
אויף די גרופע האבן זיי דיסקוסירט פלענער איבער באמבארדירונגן אין תימן, אריין גערעכענט ערטער וועלכע גייען געצילט ווערן, און דעבאטירט פארוואס יא-אדער-נישט צו אטאקירן, אן וויסן אז א זייטיגע ריפארטער האלט אלעס מיט.
קאנגרעסמאן פעט רייען פון ניו יארק זאגט אז דיסקוסירן ערענסטע מלחמה פלענער אויף א מעסעדזשינג פלאטפארמע איז א ערענסטע זיכערהייט פעלער און מוז ווערן גרונטליך אויסגעפארשט.
פיעט העגסעט וויצלט זיך ביי אן אויפטריט; אסאך גוטע פריינד זעה איך דא, מייק וואלס. מייק, איך וועל דיר קאנטאקטן באלד אויף סיגנאל...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:24 am
דורך חלום חלמתי
פאפולערסטע יו טובער מר. ביעסט עפנט אן אדיוזמענט פארק אין סאודי אראביע קומענדיגע נאוועמבער דעם דרייצנטער. די פארק וועט האבן פולע קאסטום רייד'ס וואס וועט אויסקוקן ווי זיינע ווידיאו'ס.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:26 am
דורך חלום חלמתי
איך האב חלילה נישט קיין פראגע'ס אויף די לעגעטימקייט פון די אמעריקאנע וואלן, פארט איז אינטרעסאנט אז די געווינערן פון די ניו דזשערזי גאווערנער וואלן האט ערהאלטן 500,000 מער שטומען ווי סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנדידאט אין די לעצטע עטליכע פארמעסטן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:54 am
דורך חלום חלמתי
70 יאריגע איראן'ע איד איז געווארן ארעסטירט פארן באזוכן אר"י 13 יאר צוריק ביי זיין זון'ס בר מצוה.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 1:43 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ גלייכט מאמדאני, זאגט די ניו יארק טיימס.
אין פאבליק האט ער אים פיינד, לאכט פון זיינע אמביציעס, אבער פריוואט האט ער זיך אויסגעדריקט פאר עטליכע אז ער גלייכט זיין שארף פיסקל און גוטע ענפער'ס. דאס איז ממש מיר אין די יונגע יארן, האט טראמפ געזאגט.
אין אנדערע נייעס זאגט טראמפ אז ער וועט אוודאי מיטארבעטן מיטן ניו יארקע מעיאר, מיר דארפן זעהן די סיטי בליען און מיר וועלן אים שטיין צו הילף.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 1:47 am
דורך חלום חלמתי
הבטחות האב איך גענוג... פרי באסעס און פרי העלט קעיר, פריז די רענט און אומזיסטע גראסעריס, אבער שיקט מיר ביטע אריין קעש.
מאמדאני האט רעקארדירט א ספעציעלע ווידיאו אויף א דאך אין מאנהעטן ווי ער בעט זיך ווי א שנארער ביי זיינע שטיצער - וואס גרייטן זיך אויף פיר זאטע יארן ווען מען וועט נישט דארפן ארבעטן נאר אלעס וועט זיין בחינם - אז דערווייל זאלן זיי אים ביטע אריינשיקן אפאר דאלער ער זאל קענען אויפשטעלן א טראנזישן אפיס און אנהייבן די ארבעט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 3:17 am
דורך פעינטיג
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:24 am
פאפולערסטע יו טובער מר. ביעסט עפנט אן אדיוזמענט פארק אין סאודי אראביע קומענדיגע נאוועמבער דעם דרייצנטער. די פארק וועט האבן פולע קאסטום רייד'ס וואס וועט אויסקוקן ווי זיינע ווידיאו'ס.
.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 3:35 am
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 5:50 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 2:45 pm
אנטיסעמיטישע זינגער קאניע וועסט - וואס האט זיך לעצטע יאר דערקלערט אלס נאכפאלגער פון היטלער ימ"ש - איז געקומען אויף א באזוך ביי הרב ישעיהו פינטו שליט"א רב הראשי פון מאראקא, ווי ער האט דערקלערט אז ער האט חרטה אויף זיינע העסליכע קאמענטארן און ניגונים
נישט ערווארטן קיין ישיבע וואלד פארדאמונג
אנטיסעמיט מילא, אבער א שקרן אויך???
אנטיסעמיט? שקרן? דער איז טויט משוגע. זאל ער גיין אייננעמען זיינע פילן און ווערן א שונא ישראל ווי א נארמאלער מענטש
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 9:15 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 5:25 pm
די באורד פון טעסלע האט אפראווד א פרישע פעקל פון טריליאן דאלאר אין טעסלע שערס פאר זייער סי אי או אילאן מאסק, אויב ער וועט באווייזן צו רוקן די פירמע ווייטער פאראויס.
ער וועט מיטדעם באקומען מער איינפלוס אין טעסלא
אפטימוס - טעסלע'ס ראבאט - איז זייער פרייליך און כאפט א רקידה ביים הערן די נייעס..
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 9:19 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 8:21 pm
פילע באריכטן אז רעפובליקאנער קאנגרעספרוי עליסא סטעפאניק גרייט זיך צו מעלדן מארגן אז זי לויפט פאר גאווערנער פון ניו יארק.
סטעפעניק איז א שטארקע יודנפריינד, און פארטיידיגער פון אידישע אינטערעסן. ס'האט זיך בעיקר אנגעזעהן לעצטע יאר ווען זי איז געשטאנען בראש קעגן די אנטיסעמיטישע אוניווערסיטעטן. היינט א טאג פאר די אנאנסירונג האט זי זיך געטראפן מיט א גרופע חרדישע עסקנים.
היינט אינדערפרי געמאלדן איר געלויף מיט א אפציעלע קאמפיין ווידיאו.
זי באטיטולט האוקל אלס אמעריקע'ס ערגסטע גאווערנער, און פארשפרעכט אן ענדע צו די געזעצלאזע אנארכיע, און הימל הויעכע פרייזן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 9:55 am
דורך חלום חלמתי
לויט באריכטן זאגט מארקא רוביא פריוואט אז ווענס איז די פראנט ראנער פאר די 2028 פרעזידענטליכע וואלן און ער וועט אים שטיצן.
טראמפ האט שוין כמה פעמים געזאגט אז די צוויי גלייכט ער די מערסטע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 9:58 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ האט איינגעלאדענט די 20 באפרייטע משכונות וואס זענען ארויסגעקומען נאך זיין דיעל אין די מיטל מזרח, אים צו קומען באזוכן אין וואשינגטאן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 10:05 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:39 am
געוועזענע קאנגרעס ספיקער 84 יעריגע נענסי פעלאוסי וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג קומענדיגע יאר, נאכן דינען 40 יאר אין קאנגרעס.
טראמפ פרייד זיך גאר שטארק....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 10:21 am
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:26 am
איך האב חלילה נישט קיין פראגע'ס אויף די לעגעטימקייט פון די אמעריקאנע וואלן, פארט איז אינטרעסאנט אז די געווינערן פון די ניו דזשערזי גאווערנער וואלן האט ערהאלטן 500,000 מער שטומען ווי סיי וועלכע דעמאקראטישע קאנדידאט אין די לעצטע עטליכע פארמעסטן
ס'קען זיין פארשטענדליך.
ווען טראמפ ריטשט אוט צו געמיינדעס אין א דעמאקראטישער סטעיט און די פאולס זעהן אויס גוט פאר די רעפובליקאנער, וועלן אטאמאטיש די דעמאקראטן ארויסקומען מיט מאסיווע נומערן.
דאס זעלבע אין ניו יארק, ניו יארק איז א דעמאקראטישער פעסטונג און ווען טראמפ הייבט אן זאגן א מיינונג אין די וואלן, פילן די דעמאקראטן אז זיי מוזן ארויסקומען און עס בעקפייערט.
די גרעסטע טעות אין פאליטיק וואס עדעמס האט געמאכט איז געווען אז ער איז גוט געווארן מיט טראמפ, יענער מינוט האט ער פארלוירן דאס שטיצע פון א מערהייט ניו יארקער, פארוואס? ווייל ניו יארק איז א דעמאקראטישער שטאט. סימפל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 10:29 am
דורך בודקע
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:09 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 02, 2025 4:15 pm

איד טיש רעפארט.
מדנ"י דרייט זיך איבער די לעצטע טעג מיט די לעצטע שדה תימן אנטוויקלונגען.
► Show Spoiler
אין 2024 איז ארויסגעקומען א באריכט אז סאלדאטן אין די שדה תימן באזע האבן אפגעטון שענדליכע מעשים מיט די געפאנגענע כאמאס טעראריסטן. ווי פארשטענדליך האט דאס פאראורזאכט א שטורעם אין די גאנצע וועלט, און די מדינה האט ארעסטירט די סאלדאטן.
נאך א אויספארשונג און איבערקוקן די זיכערהייט קאמערעס, און דאקטוירישע איבערזיכטן אויף די געפאנגענע, איז נישט געפונען געווארן קיין באווייז אויף די מעשים, אבער דאן האט די לינקע חדשות 12 ארויסגעלייגט א ווידיאו ווי מען דארף אנגעבליך צו זעהן די מעשי סדום זיך אויסשפילן. די ווידיאו איז נישט לאנג דערנאך אפגעוואנדן געווארן, אלס א צוזאמגעשטעלטע קליפ מיט געשניטענע שטיקער.
די קשיא אבער וואס יעדער האט געהאט איז געווען פון ווי האט די מידיע די ווידיאו? פולע האבן חושד געווען די מיליטערישע פראקוראר הנקרא בלשונם 'פצרית' מיטן נאמען יפעת תומר ירושלמי. אבער זי און איר אפיס האבן קאטעגאריש געלייקענט.
א צייט צוריק האט ביבי אויפגענומען א נייעם שב"כ דירעקטאָר דוד זיני - א רעכטער און מזרחי, צווישן אנדערע האט ער געטראפן א פאליגראף פון איינע פון די פראקוראר אפיס וואס האט מודה געווען אז איר בעל הביתטע האט איר געגעבן די ווידיאו און אנגעוויזן דאס צו ליקן! אלס ערשטע שריט האט די מיליטערישע פירער ישראל כ"ץ אפגעזאגט דעם פראקוראר, וואס האט גלייך אליינס רעזיגנירט.. דאס איז געווען דעם פארגאנגענעם פרייטאג.
היינט אינדערפרי איז זי פלוצלונג פארשווינדן געווארן! נאך א קורצע זיך אקציע איז איר קאר געפונען געווארן נעבן ים אנגעצינדען, און זי איז נישט געווען דערינען. גלייך האט די מידיע באשלאסן אז זי האט זיך ווארשיינליך גענומען דאס לעבן, אבער נישט לאנג דערנאך האט מען איר געפונען. פאליציי פארשט יעצט פארוואס זי האט געלאזט איר קאר אפן און אנגעצינדען און וואס איר פלאן איז געווען. זי ווערט באשולדיגט אין זאגן ליגנט פאר די בג"ץ, און די סאלדאטן שרייען אז מען האט זיי בעוולה'ט און פארשעמט, ווען א חלק פון זיי ליידן פון שווערע נאכווייען ווי גיטין און מענטל העלט, און טראץ דעם האט מען נישט אראפגענומען זייער פייל פון טיש, און זיי שטייען נאך פאר א משפט.
די לאנד דרייט זיך אבער מיט דעם פרשה, וועט מען זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן.
המשך; אין קאר האט זי איבערגעלאזט א צעטיל צו אירע קינדער אז זי האט זיי ליב וכו'. אבער למעשה נאר אריינגעווארפן איר טעלעפאן אין וואסער.
דאס איז א קלארע אנדייטונג אז זי האט זיך פרובירט צו הארגענען, נישט קלאר פארוואס זי האט געטוישט מיינונג, אבער עפעס באהאלט זי אויף איר טעלעפאן און צענדליגע אגענטורן זענען נייגעריג וואס. וועלכע נאך קאראפציע ליגט דארט באהאלטן.
פולע גרופע'ס אריינגערעכנט די חרדישע זק"א ים פלאטע זענען אויפן סצענע ווי מען זיכט פאר טעלעפאן
פאר ווער עס זארגט זיך: שוין געטראפן, יעצט וועט מען דארפן ווארטן צו זען וואס זי האט אזוי וויכטיג געוואלט באהאלטן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 10:31 am
דורך טיפע טאשן
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 12:54 am
70 יאריגע איראן'ע איד איז געווארן ארעסטירט פארן באזוכן אר"י 13 יאר צוריק ביי זיין זון'ס בר מצוה.
אלטע נייעס זיצט שוין א שטיק צייט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:21 pm
דורך חלום חלמתי
כאאס אין די לופטפעלדער ווען צען פראצענט פון אלע רייזעס ווערן געקענסלט צוליב די שאטדאון, און ס'וועט נאר ווערן ערגער.
לויט פולי מארקעט איז דא גרויסע שאנסן אז די שאטדאון וועט אנהאלטן נאך 20 טעג!
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 07, 2025 2:32 pm
דורך חלום חלמתי
טראמפ צו וויקטאר ארבאן; רעכטע פרעזידענט פון אונגארן.
סאו די האלסט אז אוקריינע האט נישט קיין שאנס צו געווינען?
אורבאן; ניסים קענען געשען.
טראמפ: דאס יא