צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:54 pm
וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:18 pm
פרייליך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 15, 2024 8:27 pm
אין אנדערע ווערטער איז דאס טייטש:
איך בין מפקיר קברים צוליב פאליטיק, וזהו
ווען מען רעדט ווען חלילה פון צושניידן דיינס א.. וואלסטו נישט גערעדט אזוי הארצלאז און מופקר'דיג, ד.מ. אז פאר פאליטיק איז מען רעדי אלעס צו צושטויסן.
בראשונה היו מקבלין עדות החודש מכל אדם משקלקלו המינין, התקינו שלא יהו מקבלין אלא מן המכירים, אם אינן מכירין אותו משלחין עמן אחר להעידו (משנה ר"ה)
אין אנדערע ווערטער איז דאס טייטש:
איך בין מפקיר די מצות עשה דאורייתא פון קידוש החודש פארדרייען אלע ימים טובים וועגן פאליטיק
יא?
עניטינג אבאוט קידוש החודש רעד נישט צו מיר...
נישט קיין ערשטער נישט קיין צווייטער.
אקעי
האסט א פוינט. גוט געענטפערט.
אבער דער אמת'דיגער תשובה דערצו איז, אז קידוש החודש איז נוגע 'מיינע מעשים', נישט יענעמס. מיינע מעשים מוז איך טרעפן א וועג וויאזוי צו וויסן יעדעס מאל דעם אמת! איז דער אמת אז ר"ח איז היינט? אדער נישט.
משא"כ ווען עס קומט צו מצות מחאה, אדער "קעיר נעמען פון יענעם", אפגעזען צו ס'קומט פון צד הקדושה פון 'הוכח תוכיח' אדער פון צד הטומאה 'יענעם אנלערנען די ביינער', איז עס אבער נאר ווען איך ווייס קלאר אז יענער טוט אן עולה.
ווען עס קומט צו די נושא, ווייס איך קלאר אז די אלע עדיות זענען שוא ושקר מהחל ועד כלה, מבכור השפחה עד בכור פרעה, אלעס א שטיק אנגעדרייטע פאפעראציעס אשר אין הדעת סובלתן. וחסל.