בלאט 9 פון 60

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:29 pm
דורך קול דממה
נאך דא צו באקומען פון די ערשטע שיפמענט?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 12:55 am
דורך מאטאווירט
וואו קען מען עס קויפן אין קרית יואל?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:10 am
דורך פינאנץ מיניסטער
די ווייערלעס אויף געציל בערגער פארקויפט עס

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:54 am
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:38 pm יאפ, דאס איז ריכטיג. אסאך מענטשן האבן א פראבלעם אז מ'הערט זיי שטילער ווי נארמאל. איך האב דאס נישט באמערקט ווייל איך בין כמעט אלעמאל אויף בלוטוט.

אבער איך האב עס געהערט פון די אינוועסטאר, ער האט באקומען קאמפלעינטס פאריגע וואך, און געשיקט אזא פאון עס אויסטשעקן. די הארדווער פון די מייק איז פערפעקט (מ'קען עס זען ווען מ'איז אויף ספיקער), נאר די סאפטווער סעטינג ביי נישט-ספיקער דארף עפעס א טויש. לויט ווי ס'קוקט זיי אויס איז עס א סעטינג אין די נויז קענסעלעישן וואס מאכט א אישו פאר א חלק מענטשן, געוואנדן אין די קול/לופט פון מויל, עפעס אזוי.

זיי ארבעטן אויף א טויש אין דעם סעטינג און ס'וועט זיין אפדעיטעד ביים נעקסטן אפדעיט אי"ה.
ערב ראש השנה נאכמיטאג האט מיין פאון באקומען א נאטיפיקאציע אז ס'איז דא א אפדעיט אוועילעבל. כהאב באקומען א טעקסט אז די אפדעיט איז ספעציעל פאר די מייק.

האמיר אינסטאלירט דעם אפדעיט, און בלי עין הרע... פה פה... ס'ארבעט א מחי' הויעך, קנאקעדיג.

כ'קען דערווייל זאגן אז דער פאון איז א מושלם! דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער!

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:57 pm
דורך יונה טויב
פרייז אין סטאר?
עוועילעבעל ערגעץ אנליין?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:09 pm
דורך דער תהלים איד
די פרייז איז בערך $360, ס'דא געשעפטן וואס נעמען אביסל מער.

ס'איז אין פלאן עווענטשולי עס צו האבן אוועילעבל אנליין.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:19 pm
דורך מים חיים
יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:57 pm עוועילעבעל ערגעץ אנליין?
https://www.cheapbeep.tech/products/pom-phone

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:25 pm
דורך Media

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:29 pm
דורך העלדיש
איינער האט שוין געהאט סיי וועלכע פראבלעמען מיט די פאון?

איך קלער עס צו קויפן אבער איך וויל קודם ווארטן א שטיק צייט צו הערן פון די וועלכע האבן עס שוין געקויפט...

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:50 pm
דורך וואסאפשט
מים חיים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:19 pm
יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:57 pm עוועילעבעל ערגעץ אנליין?
https://www.cheapbeep.tech/products/pom-phone
ווער איז די וועב זייטל?

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:51 pm
דורך דער תהלים איד
וואסאפשט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:50 pm
מים חיים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:19 pm
יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:57 pm עוועילעבעל ערגעץ אנליין?
https://www.cheapbeep.tech/products/pom-phone
ווער איז די וועב זייטל?
צום באמערקן: דאס איז נאר די כשר'ע "טאלק אנלי" פאון.

(קוקט אויס אז טאלק אנלי איז ביליגער)

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:07 am
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:51 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:50 pm
מים חיים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:19 pm
https://www.cheapbeep.tech/products/pom-phone
ווער איז די וועב זייטל?
צום באמערקן: דאס איז נאר די כשר'ע "טאלק אנלי" פאון.

(קוקט אויס אז טאלק אנלי איז ביליגער)
אויף די פיקטשער איז די טאלק אנלי, אבער ער האט דארט ביידע אפציעס.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:42 am
דורך מים חיים
וואסאפשט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:50 pm
מים חיים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 4:19 pm
יונה טויב האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:57 pm עוועילעבעל ערגעץ אנליין?
https://www.cheapbeep.tech/products/pom-phone
ווער איז די וועב זייטל?
איך ווייס נישט, אבער איך האב באשטעלט נעכטן און סאיז שוין אנגעקומען היינט צופרי צו מיין טיר

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:42 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:07 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:51 pm
וואסאפשט האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:50 pm

ווער איז די וועב זייטל?
צום באמערקן: דאס איז נאר די כשר'ע "טאלק אנלי" פאון.

(קוקט אויס אז טאלק אנלי איז ביליגער)
אויף די פיקטשער איז די טאלק אנלי, אבער ער האט דארט ביידע אפציעס.
גערעכט, יעצט זע איך.

אינטערסאנט דער פרייז! גוטע נייעס.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:36 pm
דורך ר' משה
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:42 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:07 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 8:51 pm

צום באמערקן: דאס איז נאר די כשר'ע "טאלק אנלי" פאון.

(קוקט אויס אז טאלק אנלי איז ביליגער)
אויף די פיקטשער איז די טאלק אנלי, אבער ער האט דארט ביידע אפציעס.
גערעכט, יעצט זע איך.

אינטערסאנט דער פרייז! גוטע נייעס.
+$30 טעקס

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:50 am
דורך שר הדעות
אוקעי.

האמער זיך געלאזט דא פון די מיסטער שטארקע מארקעטערס וואס זיצען דא.

יעצט לאמיר ניצען מיין מארקעטינג טולס, נאכן פילן וואס אנדערע האבן פראבעבלי געפילט נאכן קויפן די פאון.

צום אלעם ערשטן לאמיר קראכן ענקער אלעמען באקאנטען באבעל איר ווייסט שוין אז דאס איז נישט מער ווי א אנדערע קאליר פיג פליפ 2, א סעקונדע פאר די שרייסט, פארוואס מיסטער תהילים יוד ביסטו אזוי אווער קאנפעדענט אז עס גייט נישט האבן די זעלבע אדער אנדערע אישוס ווי די פיג פליפ 2?

וועלכע מוראדיגע גוטע פיקטשערס האט דאס איבער די פיג 2 א חוץ אז די וועד האט פלעין נישט געקענט זיך נעמען אין מאכען א פיג 2 אין אראפ נעמען אפאר זאכען אין געבען א הכשר, ניין זיי האבען געמוזט מאכען א גאנצע נייע קאליר, אויפקומען מיט א נייע מינע כשרות המצאה ארויסגעזויגן פון איך ווייס נישט ווי אז עס איז טאטש אבער מען קען נישט ווישען אזוי רבותי קוק איך נישט אויס אזוי עקסטרעם אבער קוק איך בין געווארן אסאך מער עקסטרעם אין ענק אלע גוט צעדרודעלט, אין אויכעט קוק די וועד האט דעליווערט, סאו עס איז נישט פלעין אַזאט זיי האבן דעליווערט!

זאג נאר נעם מארקעטינג אין א זייט די קעניג איז נאקעט, וואס איז די פאון בעסער?
עס האט אלע פיקטשערס וואס די פיג 2 האט מינוס אפאר וואס מען האט אראפגענימען, פלוס אפאר נייע קליינע פיטשערס.

ניטאמאל איז די באקס אין פעקעדזשינג איז אנדערש פון די פיג פליפ 2 די מיינטס ערענסט אז די עולם איז קוקו אין וועט בלייבן גלייבען אלעס וואס מען קען נאר שרייבן אויף פעיפר

אנטשולדיגט אבער ספעיטש טו טעקסט, אן סקרין קיבארד, קאנפרענץ קאללס, רוב פון די זאכען וואס די ביסט ממש געפלויגן אין הימעל, באבעל אלערט ממש א יעדע פאון חוץ קייעסערע אין כל דזשי האבען עס.

איי העסטו זאגען אז זיי האבן געמאכט א געוואלדיגע פיטשער אז מען קען אויטא ריפלייען אנע האבן טעקסט, באבעל אלערט די קיאסערע פון סקווירא האט עס שוין געהאט.

איין שטארקע זאך איז די וועריפיקעישאן טעקסט איז זייער גוט (וואס אגב יעדער קען עס האבן פשוט ביז יעצט האט עס קיינער נישט געמאכט ווייל מען וואלט ארויסגעטראגען די פאון פון שול, ווייל ער איז מתיר א געוויסע פארום פון טעקסט, נאר די וועד קען מתיר זיי וואס עס שמעקט זיי אזוי ווי טאטש אבער נישט ווישען, ממילא יישר כח פארן עפענען די טיר פאר א יעדעם.)

יעצט מיסטער תהלים יוד, ווי איז דיין זעלבע שטארקע רעוויאו אויף די אלעמען באליבטן באקאנטען פיג פליפ 2 וואס קען פאלן פון הויעכע פלעצער אין צוברעכט זיך נישט?

איין מינוט, ווי איז די שווערע געלטער וואס מען האט אריינגעלייגט מען האט דאך גענומען א רעדי פראדוקט אין צו געלייגט אפאר פיטשערס? אה פראבעבלי אין די יודישע בוקלעט וואס קומט מיט.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:00 pm
דורך דער תהלים איד
יויש, דו שרייבסט שרעקעדיג.

קענסט איבערשרייבן אין איין ווארט וואס דיין טענה איז? אדער ס'נישט שייך.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:03 pm
דורך שר הדעות
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:00 pm יויש, דו שרייבסט שרעקעדיג.

קענסט איבערשרייבן אין איין ווארט וואס דיין טענה איז? אדער ס'נישט שייך.
אז די פאון איז גארנישט בעסער אדער אנדערש פון וואס איז דא אויף די מארקעט .קאם

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:05 pm
דורך שר הדעות
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:00 pm יויש, דו שרייבסט שרעקעדיג.

קענסט איבערשרייבן אין איין ווארט וואס דיין טענה איז? אדער ס'נישט שייך.
עס איז בסך הקל א פיג פון מיט מעגא מארקעטינג אין א כשר'ע נאמען וואס דארף מאכן גלייבען אז עס אריין אין דעם מיליאנען אין שעות אין יארן פון די גרעסטע שער העסקנים.

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:18 pm
דורך דער תהלים איד
אה. בקיצור דו ביסט זייער צופרידן פון FIG.

איז דאך געוואלדיג! האלט עס אן און קויף עס פאר דיינע קינדער. וואס שטערט דיר אז ס'איז דא נאך איינער וואס שארט גאלד?

דאס צו ס'איז טאקע די זעלבע, און צו דער אינוועסטאר האט אריינגעלייגט געלט און ארבעט א יאר צייט 24 שעה א טאג אז אלעס זאל קלאפן אזוי געוואלדיג בליעה"ר, עפעס וואס איך בין פערזענליך מעיד, דאס קען זיך יעדער איבערצייגן ביים דאס נעמען אין די האנט.

סוי ס'איז מיר בכלל נישט וויכטיג זיך מתוכח זיין מיט איינעם וואס שטורעמט מיט ליידיגע שוועבל אונטער עפעס אן אגענדע (קיין מושג וועלכע, מאכט נישט אויס).

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:39 pm
דורך שר הדעות
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:18 pm אה. בקיצור דו ביסט זייער צופרידן פון FIG.

איז דאך געוואלדיג! האלט עס אן און קויף עס פאר דיינע קינדער. וואס שטערט דיר אז ס'איז דא נאך איינער וואס שארט גאלד?

דאס צו ס'איז טאקע די זעלבע, און צו דער אינוועסטאר האט אריינגעלייגט געלט און ארבעט א יאר צייט 24 שעה א טאג אז אלעס זאל קלאפן אזוי געוואלדיג בליעה"ר, עפעס וואס איז בים פערזענליך מעיד, דאס קען זיך יעדער איבערצייגן ביים דאס נעמען אין די האנט.

סוי ס'איז מיר בכלל נישט וויכטיג זיך מתוכח זיין מיט איינעם וואס שטורעמט מיט ליידיגע שוועבל אונטער עפעס אן אגענדע (קיין מושג וועלכע, מאכט נישט אויס).
איך האב קיין פראבלעם מיט די פאון, איך האב עס רעקאמענדירט פאר אפאר מענטשען וואס דארפן דאווקא א פאון וואס ווערט עפפראווד.

קוק צוריק אין דיין ערשטע שרייבערייען, האסט דארטן שטייער איבערגעטריבן מיט פיטשערס וואס דארפן צו זיין עקסקלוסיוו, אין האסט פארקויפט אז דאס איז אן ערשטמאליגע זאך וואס זיי האבן געמאכט, וואס איז פלעין פשוט מיס אינפארמאציע, יעצט האסטו א פראבלעם אז איך האב עס געשריבן, זאגסטו אז איך האב אן אגענדע, דזשאסט ווייל איך בין געפאלן פאר דיין הייפ וואס דו האסט געמאכט אין איך האב עס געקויפט ביי דודיס פאר $375 + טעקס ???

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:03 pm
דורך בן תורה
איך האב נישט קיין מושג וואס דער שר הדעות שטורעמט דא. דרך אגב, ווען דו שרייבסט ווען די זעלבע זאך מיט אביסל ווייניגער היץ קען זיין וואלט איך בעסער פארשטאנען וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

איך האב ביז היינט געהאט א LG CLASSIC פאון, און זיך אפגעמוטשעט מיט די אויפגעבלאזענע באטענס, קוים געקענט טעקסטן, נישט געקענט טייפן אידיש און נאך אסאך זאכן. איך האב אנגעהויבן הערן וועגן די פאון, סיי דא אויף אידטיש און סיי איך האב געזעהן איינעם עס האבן בין איך געגאנגען און זיך איינגעהאנדלט דעם פאון, און איך קען דיך זאגן איך בין מיך ממש מחי'! ס'ארבעט, סאיז גוט, געשמאק, און סהאט אסאאך גוטע פיעטשערס.

זאגסט אז די פיג פליפ איז די זעלבע זאך? קען זיין, יענץ האב איך קיינמאל נישט פרובירט. אבער היות איך באלאנג צו א קהילה און איך שיק קינדער אין א מוסד, האב איך א פראבלעם זיך צו דרייען מיט א פאון וואס מיינע דיינים/קהילה/מוסדות זענען נישט צופרידן דערפון און ווילן עס נישט אפראווען.

זאגסט אז איך בין געווארן אפגעקויפט פון די מיסטער שטארקע מארקעטערס וואס זיצען דא? קען אויך זיין. איך פיל אבער נישט, אז איך בין געווארן אפגענארט

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:05 pm
דורך גראדער מעכל
ווי אזוי איז די ספיקער? וועל איך קענען הערען קול מבשר אז ס'זאל באמבען?
נישט דארפן צוקוועטשן די פוין צום אויער? (אזוי ווי די בלעקבעריס, אדער SONIM פאוינס, וואס זייערע ספיקער אפשענס זענען א מחיה)

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:06 pm
דורך בן תורה
איך הער זייער הויעך און קלאר

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:10 pm
דורך גראדער מעכל
שר הדעות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:50 am
ווי קען איך זעהן מער איבער די פיג פליפ 2?