בלאט 9 פון 12

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:05 am
דורך לך לך
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:36 am יא דאס שטימט מיט וואס איך האב געהערט. שכול @לך לך. מיין שאלה איז נאר, צי מיינט דאס אז יעצט אויפן מינוט זענען אלע היימישע נגידים אין דעם ליין אין אן עת צרה, ס'איז גענצליך פארמאכט געווארן אלע זייערע קראנען ה"י?
לאמיר האפן אז די קאורט וועט ארויסקומען לטובתם אין אידישע קינדער זאלן ווייטער קענען הנאה האבן...

אבער אונז אלע ווייסען אז ווען איין קראן מאכט זיך צו עפענט זיך צוויי אנדערע

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:20 am
דורך Azoi Tzi Zugen
@לך לך איך פרעג פאר יעצט אויפ'ן מינוט. די קאורט האט א סטעי? אדער קודם יעצט האט זיך אלעס אפגעשטעלט?

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:50 pm
דורך לך לך
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:20 am @לך לך איך פרעג פאר יעצט אויפ'ן מינוט. די קאור האט א סטעי? אדער קודם יעצט האט זיך אלעס אפגעשטעלט?
יעצט אויף די מינוט גייען זיי אנהייבן באקומען ווייניגער, אבער געדענק אז פון ווען מען בילט ביז מבאקומט די געלט קען נעמען אזא פאר וואכן וואס קען זיין אז דעמאלס וועט שוין זיין א סטעי.

די קאורט דעיט איז כמיין נעקסטע וואך פרייטאג

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:29 am
דורך מהודר
אגודת ישראל פארדאמט סטעיט קאמישינאר שטייער העכערונג אין איסט ראמאפא

ניו יארק - ’אגודת ישראל’ האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אנבאלאנגט די שטייער העכערונג וואס די ניו יארק סטעיט עדיוקאציע קאמישינאר האט ארויפגעלייגט אויף די איינוואוינער פון איסט ראמאפא אריינגערעכנט די אידישע געמיינדע, די העכערונג פון 5.38 פראצענט איז באשטעטיגט געווארן דורך די לאקאלע סקול באורד אונטער דרוק פון די סטעיט קאמישינאר וואס האט די מאכט צו אפזאגן א באורד מעמבער.

אין די סטעיטמענט רופט ’אגודת ישראל’ די סטעיט צו טרעפן א לעזונג צו די לאך וואס האט זיך געשאפן ביי די פאבליק שולעס אין די געגנט אהן דארפן העכערן אזוי דראסטיש די פראפערטי שטייערן, זיי ווייזן אהן אז די ישיבות אין די געגנט וואס די עלטערן צאלן אליינס זייער שכר לימוד שפארן פאר די סטעיט אומגעפער א האלבע ביליאן דאלאר יערליך און די טענה פון די קאמישינאר אז די ישיבות נעמען צו די געלטער פון די שווארצע און היספאנישע שולעס גרעניצט זיך מיט ראסיזם.

קרעדיט זעמל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 9:53 am
דורך ווער
רעקארד ברעכנדע 6.7 מיליאן מענטשן וועלן נוצן ניו יארק ראיאן לופטפעלדער, בריקן און טונעלן ארום לעיבאר דעי חאגע‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 2:23 pm
דורך ניקל
די געוועזענע דעפיוטי טשיף אף סטעף פון ניו יארק גאווענער האוקל לינדא סאן איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן זיין א כינעזער אגענט און באקומען הונדטערטע טויזנטער צו מיליאנען דערפאר.
זי און איר מאן זענען ארעסטירט געווארן.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 3:04 pm
דורך ווער
'עף-בי-איי' אגענטן האבן דורכגעפירט אבלאוואס אויף הייזער פון צוויי הויפט געהילפן צו ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 11:52 am
דורך ווער
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס איז ערווארטעט זיך צו טרעפן היינט מיט אידישע עסקנים און פאליציי פירער איבער זיכערהייט איינגעלעגענהייטן פאר חודש תשרי

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:33 pm
דורך ווער
ניו יארק סיטי פאליציי קאמישענער עדווערד קאבאן פלאנט לויט באריכטן צו רעזיגנירן פון אמט אין די קומענדיגע טעג

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:17 pm
דורך ווער
פרישע באריכטן ערשינען געבן אן אז ניו יארק סיטי פאליציי קאמישענער עדווערד קאבאן גייט היינט דאנערשטיג מעלדן זיין רעזיגנאציע

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:04 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דער קאמישאנער האט אפיציעל רעזיגנירט.
Edward-Caban-gty-jm-240909_1725898954363_hpMain_16x9.jpg
Edward-Caban-gty-jm-240909_1725898954363_hpMain_16x9.jpg (91.08 KiB) געזען געווארן 1258 מאל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:55 am
דורך ווער
ניו יארק סטעיט סענעטאר פרוי ראַמאָס פון קווינס האט אפיציעל געעפענט איר מעיאר קאמפיין אקעגן סיטי מעיאר עריק עדעמס

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 6:06 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:04 pm דער קאמישאנער האט אפיציעל רעזיגנירט.Edward-Caban-gty-jm-240909_1725898954363_hpMain_16x9.jpg
פארוואס?

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 12:54 am
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 6:06 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:04 pm דער קאמישאנער האט אפיציעל רעזיגנירט.Edward-Caban-gty-jm-240909_1725898954363_hpMain_16x9.jpg
פארוואס?
די fbi איז איבערגעפאלן זיין הויז און קאנפיסקירט זיין סעלפאון אלס טייל פון א ברייטערע קארופציע אויספארשונג אויף עדעמס און זיינע באאמטע.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:01 pm
דורך ווער
די גינסטיגע ראטע פון גאווערנער האוקול צווישן ניו יארקער וויילער איז שוואכער ווי טראמפ'ס גינסטיגע ראטע, לויט א סיענע אנקעטע ערשינען

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 4:29 pm
דורך ווער
ניו יארק סיטי העלטה קאמישענער עשווין וואַסען האט באשלאסן צו רעזיגנירן פון אמט

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 02, 2024 10:41 am
דורך ווער
דעמאקראטישע פארטיי שישקעס ווילן ניו יארק אטוירני דזשענעראל דזשעימס זאל לויפן פאר סיטי מעיאר‎

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:36 am
דורך ווער
דער סקאנדאל געפלאגטער דעפיוטי ניו יארק סיטי מעיאר פיל בענקס האט רעזיגנירט פון זיין אמט, ברעכנדיג זיך פאר עטליכע וואכן דרוק

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 7:43 pm
דורך Spa 42
נאך וואס געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן עטליכע קאמפיין ראליס אין ניו יארק אין משך די לעצטע שטיק צייט, און אין די זעלבע צייט איז די היימישע דעת הקהל אין ניו יארק צו שטימען פאר א מאן ווי איידער.... איז אינטערעסאנט אריינצוקוקען די פרעזידענט רעזולטאטן אין ניו יארק פון 2020.

ביידן: 5,244,886 שטימען - %60.87
טראמפ: 3,251,997 שטימען - %37.74

א חילוק פון 1,992,889 שטימען - %23.13

לאמיר זעהן וויאזוי עס גייט זיך אויסקאכן די מארגענדיגע וואלן.

א גוטע נאכט.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 7:51 pm
דורך Spa 42
אין יאר 2016

קלינטאן: 4,143,874 שטימען - %58.8
טראמפ: 2,640,570 שטימען - %37.50

א חילוק פון 1,503,304 שטימען - %21.3

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 9:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
גוד טו סי יו @Spa .

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:08 am
דורך ווער
טריי סטעיט איינוואוינער קוקן ארויס אויף א רעגן ערווארטעט היינט נאכט

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:30 pm
דורך דעת קדשי
מייק לאולער טראכט פון לויפן פאר ניו יארק גאווערנער אין 2026!

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:35 am
דורך זיבן פעטע קוען
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 20, 2024 11:30 pm מייק לאולער טראכט פון לויפן פאר ניו יארק גאווערנער אין 2026!
שוין געהערט אויך עפעס וועגן דעם

לעטס סי :roll:

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2024 1:39 am
דורך זיבן פעטע קוען
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2024 9:37 pm גוד טו סי יו @Spa .