בלאט 9 פון 17
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:44 pm
דורך אנאליסט
פליט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:39 pm
שוין פאראכטן גלייך דערויף, קוק איבער.
אויב זאל איך ווען צאלן פאר יעדע מיסטעיק וואס איך מאך דא, וואלט יעצט געווען נאך א גרויסע לינק קאמפיין, מיט בערקאוויטש ביים באלעמער...
ס'קומט דיר טאקע א גרויסן דאנק פארן האלטן דעם ציבור איפארמירט מיט דיינע געשמאקע נייעסלעך און פליסיגע שפראך, כה לחי'.
און וועגן דעם קאמפיין, בין איך רעדי פאר א פעידזש, $3600...
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:49 pm
דורך פליט
אנאליסט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:44 pm
פליט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 6:39 pm
שוין פאראכטן גלייך דערויף, קוק איבער.
אויב זאל איך ווען צאלן פאר יעדע מיסטעיק וואס איך מאך דא, וואלט יעצט געווען נאך א גרויסע לינק קאמפיין, מיט בערקאוויטש ביים באלעמער...
ס'קומט דיר טאקע א גרויסן דאנק פארן האלטן דעם ציבור איפארמירט מיט דיינע געשמאקע נייעסלעך און פליסיגע שפראך, כה לחי'.
און וועגן דעם קאמפיין, בין איך רעדי פאר א פעידזש, $3600...
טענק יו

Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:09 pm
דורך דער תהלים איד
מיין שאצונג:
אויפ'ן מינוט פלאנט טראמפ גארנישט צו טון. וואס דען? ער וויל 2 זאכן.
1) כומעיני זאל לעבן אין פחד, און מורא האבן צו אונטערדרוקן די פראטעסטירער מיט מערדערישע כח
2) די פראטעסטירער זאלן האבן מוט, און פילן אז זיי האבן א פעסטע שאנס
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:40 pm
דורך פשוט און גראד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 7:09 pm
מיין שאצונג:
אויפ'ן מינוט פלאנט טראמפ גארנישט צו טון. וואס דען? ער וויל 2 זאכן.
1) כומעיני זאל לעבן אין פחד, און מורא האבן צו אונטערדרוקן די פראטעסטירער מיט מערדערישע כח
2) די פראטעסטירער זאלן האבן מוט, און פילן אז זיי האבן א פעסטע שאנס
ער האט א שטארקע טשאנס איבער צודרייען די גאנצע מיטל מזרח
כומעני איז שוין לאנג אין א פאראנוי (איך גלייב שווער ער איז נאך אזוי אינטערסירט צו לעבן, וואס איך מיין צו זאגען מיט דאס, אז ער האט נישט אזא פחד)
מיין שאצונג:
טראמפער איז א אינסטינקט מענטש, די יא אין די ניין זענען א 50/50, ממילא איז 'נישט מעגליך' צו שאצען
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:49 pm
דורך ניקל
8 KC-135 טאנקיר פליגער זענען אנגעקומען אין האוואי, וואס איז אנדערש ווי נארמאל!
צוריק אין יוני ביי די אטאקעס אין איראן אנטקעגן די נוקלעארע איינריכטונגען, איז די ערשטע סטאפ געווען אין האוואי..
קומט עפעס? ימים או שעות ידברו

- IMG_20260113_214750_843.jpg (114.65 KiB) געזען געווארן 595 מאל

- IMG_20260113_214751_700.jpg (57.8 KiB) געזען געווארן 595 מאל
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:53 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:49 pm
8 KC-135 טאנקיר פליגער זענען אנגעקומען אין האוואי, וואס איז אנדערש ווי נארמאל!
צוריק אין יוני ביי די אטאקעס אין איראן אנטקעגן די נוקלעארע איינריכטונגען, איז די ערשטע סטאפ געווען אין האוואי..
קומט עפעס? ימים או שעות ידברו
IMG_20260113_214750_843.jpgIMG_20260113_214751_700.jpg
2 פליגער האבן זיך שוין געהויבן, אין פליען צו מיטל מזרח ריכטונג
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:46 pm
דורך בודקע
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:53 pm
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:49 pm
8 KC-135 טאנקיר פליגער זענען אנגעקומען אין האוואי, וואס איז אנדערש ווי נארמאל!
צוריק אין יוני ביי די אטאקעס אין איראן אנטקעגן די נוקלעארע איינריכטונגען, איז די ערשטע סטאפ געווען אין האוואי..
קומט עפעס? ימים או שעות ידברו
IMG_20260113_214750_843.jpgIMG_20260113_214751_700.jpg
2 פליגער האבן זיך שוין געהויבן, אין פליען צו מיטל מזרח ריכטונג
כאילו זיי וואלטן דיך געלאזט מיטהאלטן פון ווי/צו ווי זיי רוקן די פליגערס אין פאל טראמפ וויל אטאקירן..
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:59 pm
דורך ניקל
א אמעריקאנער MQ-4C סורוועלעינס דראון שוועבט העכער די איראנע בארטענעס
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 12:30 am
דורך נר נשמה
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:59 pm
א אמעריקאנער MQ-4C סורוועלעינס דראון שוועבט העכער די איראנע בארטענעס
שוין פאר שעות לאנג
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:28 am
דורך Think and Thank
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:46 pm
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:53 pm
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:49 pm
8 KC-135 טאנקיר פליגער זענען אנגעקומען אין האוואי, וואס איז אנדערש ווי נארמאל!
צוריק אין יוני ביי די אטאקעס אין איראן אנטקעגן די נוקלעארע איינריכטונגען, איז די ערשטע סטאפ געווען אין האוואי..
קומט עפעס? ימים או שעות ידברו
IMG_20260113_214750_843.jpgIMG_20260113_214751_700.jpg
2 פליגער האבן זיך שוין געהויבן, אין פליען צו מיטל מזרח ריכטונג
כאילו זיי וואלטן דיך געלאזט מיטהאלטן פון ווי/צו ווי זיי רוקן די פליגערס אין פאל טראמפ וויל אטאקירן..
ווענצעך וואס. טאנקערס קען מען אסאך מאל מיטהאלטן אפילו בשעת'ן טיילנעמען אין אן אקציע, ווייל דאס גיבט נישט עכט ארויס עפעס איבער די אקציע. (למשל ווען א B-2 פארט פון אמעריקע קיין איראן וועט עס ריפיועלן ערגעץ אויפ'ן אטלאנטיק, און נאך ערגעץ העכער'ן מיטללענדישן ים אדער ים סוף. סאו ווען דו זעהט טאנקער פליגערס שוועבן העכער דעם אטלאנטיק מיינט עס בסך הכל אז אמעריקאנער פליגערס פליען ערגעץ צו מזרח פון אמעריקע...
די באמבארדירער וואס וועלן זיך הייבן וועסטו טאקע נישט קענען מיטהאלטן.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:42 am
דורך מאירוואלף
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:56 pm
אינדיע האט ארויסגעגעבן א רייזע ווארענונג פאר אירע בירגער, נישט צו גיין קיין איראן.
image_54686_1.jpeg
אינדיע רופט אירע בירגער אין איראן צו פארלאזן דאס לאנד במוקדם האפשרי.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:56 am
דורך מאירוואלף
דער אמעריקאנער שליח סטיווען וויטקאף האט אפגעהאלטן א געהיימע זיצונג מיט'ן איראנער אפאזיציע פירער ריזא פאהלאווי, לויט א באריכט פון "אקסיאס". דאס ווערט באטראכט אלס דער ערשטער הויך-ראנגיקער קאנטאקט צווישן וואשינגטאן און די איראנער אפאזיציע זינט די פרישע מאסן פראטעסטן האבן אויסגעבראכן מיט 15 טעג צוריק.
ווער איז ריזא פאהלאווי?
ריזא פאהלאווי איז דער עלטסטער זון פונעם לעצטן איראנער שאה (קעניג), וועלכער איז פארטריבן געווארן ביי די איסלאמישע רעוואלוציע אין 1979. ער וואוינט שוין צענדליגער יארן אין די יונייטעד סטעיטס, וואו ער פירט אן מיט אן אפאזיציע גרופע און רופט כסדר פאר א דעמאקראטישע רעגירונג אין איראן. פאהלאווי פרובירט זיך יעצט אוועקצושטעלן אלס א "צייטווייליגער פירער" וואס זאל איבערנעמען די לייצעס אין פאל דער יעצטיגער רעזשים לייגט זיך צוזאם.
כאטש די טראמפ אדמיניסטראציע האט אים ביז לעצטנס נישט באטראכט אלס א גרויסע פאליטישע פיגור, זאגן אמעריקאנער באאמטע אז זיי זענען איבערראשט צו הערן ווי פראטעסטירער אין פילע שטעט אין איראן שרייען זיין נאמען ביי די דעמאנסטראציעס, וואס צייגט אויף זיין שטייגנדע פאפולערקייט צווישן די מאסן.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 7:10 am
דורך מאירוואלף
אנאליז:
כדי א רעוואלוציע זאל מצליח זיין פאדערט זיך פינף הויפט יסודות, און כאטש אין איראן זענען שוין דא פיר דערפון — די עקאנאמיע איז חרוב, די עליטע פירער זענען צעקריגט, די אפאזיציע איז שטארק, און אלע זענען פאראייניגט ארום איין ציל — פעלט נאך אלס אויס דער פינפטער און וויכטיגסטער פונקט: אז די זיכערהייט כוחות זאלן איבערלאזן דעם רעזשים.
די איראנער רעזשים האט נאך אין 1979 געמאכט א קלוגע סטראטעגיע און צוטיילט די מאכט צווישן צוויי אינסטיטוציעס: די רעגולערע ארמיי וואס איז שוין געווען פון פריער, און די "רעוואלוציאנערע גווארדיע" (IRGC) וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן אלס אן אידעאלאגישע קראפט וואס איז בלינד-געטריי צום העכסטן פירער.
די דאזיגע קאנקורענץ צווישן די צוויי גרופעס מאכט עס פיל שווערער פאר די מיליטער איבערצונעמען די לייצעס ביי א מאכט-וואקיום, אנדערש ווי מען זעט ביי אנדערע לענדער.
די סטראטעגיע פון פרעזידענט טראמפ וועט ווארשיינליך זיין צו נוצן מיליטערישע קראפט אפצושוואכן די "רעוואלוציאנערע גווארדיע", מיט'ן האפענונג אז דעמאלט וועט די נאציאנאליסטישע ארמיי זען א געלעגנהייט זיך אפצורייסן פונעם רעזשים. דאס איז אבער א גאר ריזיקאלישע שפיל וואס קען גרינג פירן צו א בירגער-קריג. די בעסטע האפענונג איז אז טיילן פון ביידע זייטן זאלן זיך אויסדרייען דעם רוקן קעגן דעם רעזשים כדי צו פארמיידן א בלוט-באד.
עס זענען דא וואס שאצן פאר א "ווענעזועלא מאדעל" — דהיינו, דער העכסטער אידעאלאגישער פירער שטארבט אדער ווערט ארויסגעווארפן, אבער די סיסטעם האלט זיך ווייטער אונטער א מער פרידליכע אויסערן-פאליסי. אבער פילע האלטן אז דאס וועט נישט ארבעטן אין איראן, ווייל איראן איז פיל מער קאמפליצירט ווי ווענעזועלא: די מאכט-סטרוקטור איז פיל מער פארפלאנטערט, די שיאיטישע אידעאלאגיע איז טיף איינגעבאקן, און דאס לאנד איז ארומגערינגלט מיט אומסטאבילע שכנים (ווי איראק און אפגאניסטאן) און פילע עטנישע גרופעס — ווי די קורדן, די סוני-באלאטשיס, די כוזיסטאן-אראבער און די אזערביידזשאנער — וואס קענען גרינג צורייסן דאס לאנד אויף שטיקער. איראן איז א ריזיג לאנד, און קיין גרינגע רעזשים-טויש וועט דארט ווארשיינליך נישט זיין.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 7:11 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 6:42 am
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:56 pm
אינדיע האט ארויסגעגעבן א רייזע ווארענונג פאר אירע בירגער, נישט צו גיין קיין איראן.
image_54686_1.jpeg
אינדיע רופט אירע בירגער אין איראן צו פארלאזן דאס לאנד במוקדם האפשרי.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:35 am
דורך פליט
אן איראנער זינגער מיטן נאמען מעראשז טעהראני, וואס האט אנטלאפן פון איראן קיין טערקיי, פארציילט וואס עס גייט פאר אין איראן.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:42 am
דורך פליט
נאך אן איראנער איז מסביר די מצב וואס זיי האלטן מיט.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:47 am
דורך פליט
אין תל אביב האבן די עמערזשענסי אגענטורן דורכגעפירט טרעינינג, אויב עס איז דא פארכאפטע אינטער א געביידע וואס פאלט צאם פון א באליסטישע מיסל, על כל צרה שלא תבוא.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:50 am
דורך פליט
רויטערס: אמעריקע ליידיגט אויס געוויסע מיליטערישע באזעס אין די מיטל מזרח פון אמעריקאנער זעלנער.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:52 am
דורך פליט
די איראנער רעזשים מידיא, זאגט אז היינט איז נישט פארגעקומען קיין איין דעמאנסטראציע לענגאויס איראן.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:20 am
דורך פליט
אן איראנער סאלדאט מיט א מעסעדזש צו טראמפ.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:25 am
דורך מאירוואלף
עלי שמח'אני, דער הויפט ראטגעבער פונעם איראנער פירער חומעני, האט רעאגירט אויף די לעצטע סטראשונגען פון דאנאלד טראמפ קעגן איראן'ס נוקלעארע פלענער.
שמח'אני האט געזאגט: "דער אמעריקאנער פרעזידענט זאל גוט געדענקען וויאזוי איראנער מיסילס האבן חרוב געמאכט די אל-עודיד באזע. דאס וועט אים העלפן פארשטיין אונזער גרייטקייט צו רעאגירן אויף יעדן אטאקע."
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 9:45 am
דורך מאירוואלף
דער איראנער אויסערן מיניסטער לאכט אפ פון טראמפ, ציטירנדיג א באריכט אז דער "מוסד" באוואפנט די פראטעסטירער אין איראן, זאל טראמפ וויסן אז אויב ער וויל טאקע אפשטעלן די בלוט-פארגיסונג דארף ער זיך ווענדן צו מדינת ישראל.
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:17 am
דורך Think and Thank
פליט האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:52 am
די איראנער רעזשים מידיא, זאגט אז היינט איז נישט פארגעקומען קיין איין דעמאנסטראציע לענגאויס איראן.

Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:33 am
דורך ניקל
פליט האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 8:50 am
רויטערס: אמעריקע ליידיגט אויס געוויסע מיליטערישע באזעס אין די מיטל מזרח פון אמעריקאנער זעלנער.
ארום 700 טרופן זענען געווארן עוואקואירט פון די אמעריקאנער אל חאדאד באזע אין קאטאר
Re: איראן: שווערע דעמאנסטראציעס אנטקעגן די רעזשים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:38 am
דורך מאירוואלף
א סאודישער באאמטער האט געזאגט פאר Agence France-Presse אז סאודי אראביע האט אינפארמירט איראן אז זי וועט נישט דערלויבן איר טעריטאריע און לופטפעלד צו ווערן גענוצט צו אטאקירן איראן, און אז זי וועט נישט אנטיילנעמען אין קיין מיליטערישע אקטיוויטעטן קעגן איראן.