בלאט 9 פון 16

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:29 pm
דורך פשוט און גראד
מהר"א
רבי רעדט יעצט ביים תהילים שיעור איבער מוצ''ש פורים המשולש אין וומס''ב

אוודאי ווייסט ער פון איבער דרייען אויף סאשעל מידיע. (אין עפראווד ביי באי ביתו, מיט רעכט אז ס‘איז אזוי)

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:31 pm
דורך חלום חלמתי
דעי וואס מיינען אז מעלות שטעלט עפעס צו ווייסן נאכנישט די אפטייטש פון מענטל העלט.

מאמענט נפשי האט געמאכט בשעתם א רעוואלוציע אבער לעצטנס טרייען זיי שוין צו ווערן אינטרעסאנט מיט אייגענע ארטיקלען אינטערוויו'ס און חידושים, זיי דארפן זיך ריפרעשן און צוריק ארויפגיין אויפן טרעק
אין ק"י איז אבער נפשי פארבאטן, אלטע קשיא, אויב איז עפעס נישט אויסגעהאלטן האובאוט די שטעלסט צו די זעלבע זאך אויף א כשר'ע פארנעם? ס'צייט פאר א בהשגחת הרבנים'דיגע אווערנעס, רבנים וואס ווייסן מציאות א שטייגער ווי ר' זושא אויש זאלן איבערדרייען וועלטן אז יעדער וואס דארף הילף זאל קענען באקומען.

די כלים זענען שוין דא, ביקור חולים מיט רעליף , מנחם ישעי' לעווי, מ'דארף עס נאר אויסברייטערן.



אפשר רעדט איך נישט קלאר איך בין נאך צושאקלט פון די מאנטאג'דיגע טראגעדיע און איך דארף נאך פראסעסן די היינטיגע

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:31 pm
דורך חלום חלמתי
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:29 pm מהר"א
רבי רעדט יעצט ביים תהילים שיעור איבער מוצ''ש פורים המשולש אין וומס''ב

אוודאי ווייסט ער פון איבער דרייען אויף סאשעל מידיע. (אין עפראווד ביי באי ביתו, מיט רעכט אז ס‘איז אזוי)
ראונג טעמע

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:50 pm
דורך יאנטשי
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:02 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:59 am
► Show Spoiler
זיי טוען עס נישט פאר אטענטשען. חז"ל רופען עס אן קצתי בחיי
טאקע אויף דעם האב איך געשריבן
דו האסט גארנישט פון שטארבן, פארדינסט נישט גארנישט!!! דיין 'לעבן' ענדיגט זיך נישט... יעצט ביים לעבן האסטו כאטש נאך א שאנס, אפשר וועט איין טאג ווערן בעסער, די זון וועט אויפשיינען און עס וועט דיר ווערן לעכטיג, כאטש א מיליאנסטל פון א פראצענט, מיטן שטארבן האסטו פאר'הרג'עט דאס לעצטע שאנס, און דו גייסט נאך כאפן דערפאר אויף יענע וועלט, אויב נישט פאר דיין שולד ווייל עס איז נישט געקומען מתוך דעת, אבער לכה"פ אפצומעקן די שמוץ פון די עבירה אז זאלסט אריינגיין נאכדעם ריין אין גן עדן...
וואס הייסט, ער האט יסורים יעדע מינוט וואס ער לעבט, ער זוכט צו מאכן א סוף דערצו.

זאגסט אז ער זאל טראכטן פון יענע וועלט? ער האלט שוין נאכדעם, עס האט נאר ערגער געמאכט זיינע מחשבות.

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:56 pm
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:31 pm

אפשר רעדט איך נישט קלאר איך בין נאך צושאקלט פון די מאנטאג'דיגע טראגעדיע און איך דארף נאך פראסעסן די היינטיגע
קענסט זיך בארואיגן, נישט געווען היינט קיין פרישע ב"ה.

איינער וואס ווערט פאפולער פון באגיין דאס ארגסטע, א צווייטער דורך לייגן סטאטוס אז יענער איז באגאנגען.

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:57 pm
דורך פשוט און גראד
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:31 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:29 pm מהר"א
רבי רעדט יעצט ביים תהילים שיעור איבער מוצ''ש פורים המשולש אין וומס''ב

אוודאי ווייסט ער פון איבער דרייען אויף סאשעל מידיע. (אין עפראווד ביי באי ביתו, מיט רעכט אז ס‘איז אזוי)
ראונג טעמע
כ‘מיין אז ס‘איז יא ריכטיג.

ס‘איז א סעמפעל אז מיט רידערן אויף סאשעל מידיע קען מען ערגעץ אנקומען.

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:08 pm
דורך שבת קודש
איז די נאמבער 'דריי מאל א וואך' נישט איבערגעטריבען?

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:17 pm
דורך וואלף
OK, על החולים שיתרפאו, איז הכל מודים דא אז מ'דארף פארבעסערן פארשטערקערן צוגענגליכערן די הילף @עסקנים


על הבריאים שלא יחלו, בלייבט נאך אלץ די שאלה צי מען דארף רעדן צו די קינדער איבער דעם, צי ס'איז יצא הפסדו בשכרו אדער שכרו בהפסדו.

פון רביה"ק זי"ע מ'סאטמאר איז דא אז ער האט געזאגט אז איבער דראגס און די סארט איבלען איז ווי ווייניגער מ'ווייסט אלץ בעסער איז.

יארן אריבער, אפענע וועלט, איז די שאלה צי ס'האט זיך געטוישט, אם כן זאלן די @עסקנים ארויפברענגען די שאלה על שלחן מלכים פון די מנהיגי ישראל.

דא קוקט אויס אז פשוטי עם האבן שוין אפגע'פסק'נט זייער מיינונג

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:30 pm
דורך חלום חלמתי
אפדעיט.

כבעט יעדן איבער, סארי פארן גלייבן, אבער וואס זאל מען טון אז אי גלייב שוין אלעס היינט

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:32 pm
דורך דעת קדשי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:30 pm אפדעיט.

כבעט יעדן איבער, סארי פארן גלייבן, אבער וואס זאל מען טון אז אי גלייב שוין אלעס היינט
אויף וועלעכע בחור האט מען געשמועסט די מעשה???

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:38 pm
דורך שבת קודש
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:30 pm אפדעיט.

כבעט יעדן איבער, סארי פארן גלייבן, אבער וואס זאל מען טון אז אי גלייב שוין אלעס היינט
הודו לה'

האט עס געהאט א נאמען?

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:47 pm
דורך חלום חלמתי
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:38 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:30 pm אפדעיט.

כבעט יעדן איבער, סארי פארן גלייבן, אבער וואס זאל מען טון אז אי גלייב שוין אלעס היינט
הודו לה'

האט עס געהאט א נאמען?
יא

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:47 pm
דורך להגדיל הטראסק
כ'האב א תאות הניצחון, אבער היות אלעס וואס כ'האב צו זאגן האב איך שוין ביזדערווייל געשריבן, וועל איך נישט גיין אין צירקלען, דעריבער אויב איינער וויל וויסן וואס @להגדיל הטראסק מיט זיין עקסטרעם ברייטע שכל האלט, קען איבערליינען וואס ער האט געשריבן.

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:54 pm
דורך שבת קודש
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:47 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:38 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:30 pm אפדעיט.

כבעט יעדן איבער, סארי פארן גלייבן, אבער וואס זאל מען טון אז אי גלייב שוין אלעס היינט
הודו לה'

האט עס געהאט א נאמען?
יא
עפעס איז פארגעגאנגען אדער פשוט אויפגעטראכט א מעשה אויף א בחור?

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:55 pm
דורך להגדיל הטראסק
יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:50 pm וואס הייסט, ער האט יסורים יעדע מינוט וואס ער לעבט, ער זוכט צו מאכן א סוף דערצו.

זאגסט אז ער זאל טראכטן פון יענע וועלט? ער האלט שוין נאכדעם, עס האט נאר ערגער געמאכט זיינע מחשבות.
אדרבה! וואסערע נאך פסיכאלאגישע ווערטער וואלט איר גענוצט צו באאיינפלוסן איינעם נישט צו באגיין זעלבסמארד?
פאר אינטערעסאנטקייט צו הערן נאך איידיעס.

(מיינע ווערטער האט איר שוין געליינט און איז קארנפלעקס מיט מילעך איבערצו'חזר'ן)

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:57 pm
דורך יאנטשי
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:38 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:30 pm אפדעיט.

כבעט יעדן איבער, סארי פארן גלייבן, אבער וואס זאל מען טון אז אי גלייב שוין אלעס היינט
הודו לה'

האט עס געהאט א נאמען?
מען רעדט פונעם ***** בחור (דאס זענען די מעסעדשעס וואס דרייט זיך ארום), א סיפור פון צוויי וואכן צוריק.

נישט אין קרית יואל, נאר אין די אוטסקירטס פון מאנסי.

עלטערן שטאמען טאקע פון היימישע משפחות, אבער זיי האבן געשיקט די קינדער אין פאבליק סקול.

בחור האט געהאט א געפעכט מיט די מאמע, און גענומען דעם טאטענס גאן און זיך געשאסן. (נישט קאנפירמד 100% אז עס איז געווען בפניה)

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:07 pm
דורך יואל שרייבער
אויב איז אמת אז עס איז דא א אינקריעס לעצטנס אין אזעלכע מעשיות, קומט עס זיכער נישט פון קיין איינע פון די טענות וואס ווערן אויסגערעכנט אין דעם אשכול, כו''ע מודי אז עס זענען געווען ריזיגע שינויים די לעצטע צוואנציג יאר אויף אלע נושאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט, ביי קינדער און בחורים איז עס גאר שטארק, כמעט יעדע מוסד האט היינט פראפעשאנעלס וואס געבן זיך אפ סיי מיט לערנען פראבלעמען און סיי מיט עמאושענעל סאושעל פראבלעמען, פאר יעדע ערנסטע פראבלעם שיקט מען היינט צו פראפעשאנעל העלפ, מלמדים וואס רודפן קינדער אדער שלאגן מכות רצח ווערן שנעל אפגעשטעלט, אביוז נעמט מען זייער ערנסט אין רוב פלעצער, ווען עס קומט צו ערוואקסענע איז נאך דער מצב היבש שווערער, די סטיגמע אויף מענטל העלט איז נאך זייער שטארק, אבער עס איז אויך זיכער סאך ווייניגער ווי עס איז געווען צוואנציג יאר צוריק.

די זעלבע ווען עס קומט צו א געשמאק אין אידישקייט, יעדע קהילה זוכט היינט צוצושטעלן משפיעים וכדומה פאר יונגעלייט, און פאר וועם עס איז נישט גענוג איז דא א שפע פון פריוואטע משפיעים צו וועם מען קען גיין, איז עס גענוג? איך ווייס נישט, אבער עס איז זיכער אסאך מער ווי עס איז געווען צוואנציג יאר צוריק.

ווייטער ווען עס קומט צו משפחה פראבלעמען איז אויך דער מצב היינט סאך בעסער ווי אמאל, ווען עס קומט צו גיטין הענדלט מען עס סאך בעסער ווי אמאל, עס איז דא א שטארקע עווערנעס וואסערע השפעה עס האט אויף די קינדער, רוב מענטשן גייען אויך צו טעראפיע און מען דילט מיט די גאנצע ארום סאך בעסער ווי אמאל.

אויב די אלע זאכן זענען א גורם פאר סועסיייד וואלטן די אזעלכע פעלער היינט געדארפט זיין דראסטיש נידריגער ווי צוואנציג יאר צוריק, אויב איז גאר דא מער איז די סיבה זיכער נישט איינע פון די זאכן.


(איך אליינס בין נישט זיכער בכלל צו עס איז טאקע דא פראצענטועל היינט מער ווי אמאל, פון בלויז הערן מעשיות קען מען נישט וויסן, מעגליך אז עס איז פשוט ווייל דער ציבור איז גרעסער, מעגליך אז היינט איז פשוט שווערער צו באהאלטן, אזעלכע מענטשן ווי דער דאבשינער דארפן אבער צו האבן עכטע נאמבערס, און אז ער זאגט עס מיינט עס אפשר עפעס.)

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:24 pm
דורך הלבלר בקולמסו
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:08 pm איז די נאמבער 'דריי מאל א וואך' נישט איבערגעטריבען?
דריי מאל אין איין וואך, נישט דריי מאל יעדע וואך...

יחי ההבדל!

(און מסתם רעכנט ער אויך איין נישט געלונגענע פרואוו)

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:32 pm
דורך פשוט און גראד
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 1:47 pm כ'האב א תאות הניצחון, אבער היות אלעס וואס כ'האב צו זאגן האב איך שוין ביזדערווייל געשריבן, וועל איך נישט גיין אין צירקלען, דעריבער אויב איינער וויל וויסן וואס @להגדיל הטראסק מיט זיין עקסטרעם ברייטע שכל האלט, קען איבערליינען וואס ער האט געשריבן.
קאנפירמד; ביזט משזר זיס!!!

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:32 pm
דורך פשוט און גראד
יואל שרייבער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:07 pm אויב איז אמת אז עס איז דא א אינקריעס לעצטנס אין אזעלכע מעשיות, קומט עס זיכער נישט פון קיין איינע פון די טענות וואס ווערן אויסגערעכנט אין דעם אשכול, כו''ע מודי אז עס זענען געווען ריזיגע שינויים די לעצטע צוואנציג יאר אויף אלע נושאים וואס ווערן דא אויסגערעכנט, ביי קינדער און בחורים איז עס גאר שטארק, כמעט יעדע מוסד האט היינט פראפעשאנעלס וואס געבן זיך אפ סיי מיט לערנען פראבלעמען און סיי מיט עמאושענעל סאושעל פראבלעמען, פאר יעדע ערנסטע פראבלעם שיקט מען היינט צו פראפעשאנעל העלפ, מלמדים וואס רודפן קינדער אדער שלאגן מכות רצח ווערן שנעל אפגעשטעלט, אביוז נעמט מען זייער ערנסט אין רוב פלעצער, ווען עס קומט צו ערוואקסענע איז נאך דער מצב היבש שווערער, די סטיגמע אויף מענטל העלט איז נאך זייער שטארק, אבער עס איז אויך זיכער סאך ווייניגער ווי עס איז געווען צוואנציג יאר צוריק.

די זעלבע ווען עס קומט צו א געשמאק אין אידישקייט, יעדע קהילה זוכט היינט צוצושטעלן משפיעים וכדומה פאר יונגעלייט, און פאר וועם עס איז נישט גענוג איז דא א שפע פון פריוואטע משפיעים צו וועם מען קען גיין, איז עס גענוג? איך ווייס נישט, אבער עס איז זיכער אסאך מער ווי עס איז געווען צוואנציג יאר צוריק.

ווייטער ווען עס קומט צו משפחה פראבלעמען איז אויך דער מצב היינט סאך בעסער ווי אמאל, ווען עס קומט צו גיטין הענדלט מען עס סאך בעסער ווי אמאל, עס איז דא א שטארקע עווערנעס וואסערע השפעה עס האט אויף די קינדער, רוב מענטשן גייען אויך צו טעראפיע און מען דילט מיט די גאנצע ארום סאך בעסער ווי אמאל.

אויב די אלע זאכן זענען א גורם פאר סועסיייד וואלטן די אזעלכע פעלער היינט געדארפט זיין דראסטיש נידריגער ווי צוואנציג יאר צוריק, אויב איז גאר דא מער איז די סיבה זיכער נישט איינע פון די זאכן.


(איך אליינס בין נישט זיכער בכלל צו עס איז טאקע דא פראצענטועל היינט מער ווי אמאל, פון בלויז הערן מעשיות קען מען נישט וויסן, מעגליך אז עס איז פשוט ווייל דער ציבור איז גרעסער, מעגליך אז היינט איז פשוט שווערער צו באהאלטן, אזעלכע מענטשן ווי דער דאבשינער דארפן אבער צו האבן עכטע נאמבערס, און אז ער זאגט עס מיינט עס אפשר עפעס.)
זאגסט גיט. אבער... שוין...

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:43 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 12:31 pm ס'צייט פאר א בהשגחת הרבנים'דיגע אווערנעס, רבנים וואס ווייסן מציאות א שטייגער ווי ר' זושא אויש זאלן איבערדרייען וועלטן אז יעדער וואס דארף הילף זאל קענען באקומען
זייער גוט.

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:45 pm
דורך צווייטער
זאגט יחזקאל הנביא א נבואה מפי ה' (יחזקאל קאפיטעל ל''ד) איך ברענג נאר די פסוקים, טייטשן קען יעדער פאר זעך.

וַיְהִי דְבַר ה' אֵלַי לֵאמֹר:

בֶּן אָדָם הִנָּבֵא עַל רוֹעֵי יִשְׂרָאֵל, הִנָּבֵא וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם לָרֹעִים כֹּה אָמַר ה' אלקים הוֹי רֹעֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם הֲלוֹא הַצֹּאן יִרְעוּ הָרֹעִים:

אֶת הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ, הַצֹּאן לֹא תִרְעוּ:

אֶת הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת הַחוֹלָה לֹא רִפֵּאתֶם וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם וְאֶת הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם וְאֶת הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם, וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם וּבְפָרֶךְ:

וַתְּפוּצֶינָה מִבְּלִי רֹעֶה, וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל חַיַּת הַשָּׂדֶה וַתְּפוּצֶינָה:

יִשְׁגּוּ צֹאנִי בְּכָל הֶהָרִים וְעַל כָּל גִּבְעָה רָמָה, וְעַל כָּל פְּנֵי הָאָרֶץ נָפֹצוּ צֹאנִי וְאֵין דּוֹרֵשׁ וְאֵין מְבַקֵּשׁ:

לָכֵן רֹעִים שִׁמְעוּ אֶת דְּבַר ה' חַי אָנִי נְאֻם ה' אלקים אִם לֹא יַעַן הֱיוֹת צֹאנִי לָבַז וַתִּהְיֶינָה צֹאנִי לְאָכְלָה לְכָל חַיַּת הַשָּׂדֶה מֵאֵין רֹעֶה וְלֹא דָרְשׁוּ רֹעַי אֶת צֹאנִי, וַיִּרְעוּ הָרֹעִים אוֹתָם וְאֶת צֹאנִי לֹא רָעוּ:

לָכֵן הָרֹעִים שִׁמְעוּ דְּבַר ה' כֹּה אָמַר ה' אלקים הִנְנִי אֶל הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן וְלֹא יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים אוֹתָם, וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם וְלֹא תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאָכְלָה:
וגו' כמה פסוקים

אֶת הָאֹבֶדֶת אֲבַקֵּשׁ וְאֶת הַנִּדַּחַת אָשִׁיב וְלַנִּשְׁבֶּרֶת אֶחֱבֹשׁ וְאֶת הַחוֹלָה אֲחַזֵּק, וְאֶת הַשְּׁמֵנָה וְאֶת הַחֲזָקָה אַשְׁמִיד אֶרְעֶנָּה בְמִשְׁפָּט:

לָכֵן כֹּה אָמַר ה' אלקים אֲלֵיהֶם, הִנְנִי אָנִי וְשָׁפַטְתִּי בֵּין שֶׂה בִרְיָה וּבֵין שֶׂה רָזָה:

יַעַן בְּצַד וּבְכָתֵף תֶּהְדֹּפוּ וּבְקַרְנֵיכֶם תְּנַגְּחוּ כָּל הַנַּחְלוֹת, עַד אֲשֶׁר הֲפִיצוֹתֶם אוֹתָנָה אֶל הַחוּצָה:

וְהוֹשַׁעְתִּי לְצֹאנִי וְלֹא תִהְיֶינָה עוֹד לָבַז, וְשָׁפַטְתִּי בֵּין שֶׂה לָשֶׂה:

וגו' די המשך הקאפיטל

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:49 pm
דורך הדסים
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:34 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:26 am אויב דו קענסט עדיטן אלע קולות סטייל לשונות פון דיין ערשטע תגובה דא וועט עס זיין א עכטע שיינע שמועס
viewtopic.php?p=159210#p159210
נאכן ברענגען די בריוו, האט יעדער גלייך צירוק געשטיפט אויף די אופן, ווערסעס די אישו איט סעלף.

דעיס איז א המשך פון נושאים אנגעהויבען וועגן די וומ"ס/פורים שטינקעריי. מ‘האט עס אפגעטיילט אלס צוויי עקסטערע שמועסן, אז די וועסט ליינען ביי די וומס אשכול (אויב ס‘נישט געמעקט) די אהין אין צירוק וועסטו זעהן @בן מלך מהלך, אין אז ס‘איז בכלל נישט געווען אנטי סיסטעם.
מאך נישט קיין טעות קיינער האט נישט אפגעפרעגט די עצם נושא נאר די וועג וויאזוי ס'איז געשריבן געווארן

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:52 pm
דורך שבת קודש
קען איינער אריינקומען מיט 'עכטע פונטקליכע ציפערן' וויפיל פעלער ס'איז געווען אין יעדע שטאט באזונדער אין די לעצטע 12 חדשים?

Re: די שרעקליכע מגיפה פון מאבד עצמו לדעת

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:53 pm
דורך פשוט און גראד
הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:49 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:34 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 11:26 am אויב דו קענסט עדיטן אלע קולות סטייל לשונות פון דיין ערשטע תגובה דא וועט עס זיין א עכטע שיינע שמועס
viewtopic.php?p=159210#p159210
נאכן ברענגען די בריוו, האט יעדער גלייך צירוק געשטיפט אויף די אופן, ווערסעס די אישו איט סעלף.

דעיס איז א המשך פון נושאים אנגעהויבען וועגן די וומ"ס/פורים שטינקעריי. מ‘האט עס אפגעטיילט אלס צוויי עקסטערע שמועסן, אז די וועסט ליינען ביי די וומס אשכול (אויב ס‘נישט געמעקט) די אהין אין צירוק וועסטו זעהן @בן מלך מהלך, אין אז ס‘איז בכלל נישט געווען אנטי סיסטעם.
מאך נישט קיין טעות קיינער האט נישט אפגעפרעגט די עצם נושא נאר די וועג וויאזוי ס'איז געשריבן געווארן
איה"נ. אין קיינער האט נישט געזאגט אז דעיס איז א לכתחילה.