אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 3:33 am
אלעמאל האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 2:58 am
אויב וועל איך דיר אויפווייזען, אז דאס גאנצע שטריך צו עבודה זרה, איז א שטיק דמיון בעלמא, און האט מיט מציאות קיין שום קשר, וועט איהר שפירן רואיג?
איך קען עס אויפווייזען, אבער נישט דא אין די ראמען פון די פאבליק סייט'ס.
איך קען נאר אזויפיל זאגן, זארג נישט.
עס איז נישט קיין שמץ ברעקל עבודה זרה.
פארוואס קען מען נישט שרייבן אין פאבליק?
מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 8:41 am
אלעמאל האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 02, 2025 2:58 am
אויב וועל איך דיר אויפווייזען, אז דאס גאנצע שטריך צו עבודה זרה, איז א שטיק דמיון בעלמא, און האט מיט מציאות קיין שום קשר, וועט איהר שפירן רואיג?
איך קען עס אויפווייזען, אבער נישט דא אין די ראמען פון די פאבליק סייט'ס.
איך קען נאר אזויפיל זאגן, זארג נישט.
עס איז נישט קיין שמץ ברעקל עבודה זרה.
פארוואס נישט אין די ראמען פון א פאבליק סייט? דער רמב”ם גיבט עס אראפ אין די ראמען פון א פאבליק ספר....
און איך דארף גלייבן אז עס האט נישט קיין שמץ... נו נו...
עס איז כמעט נישט מעגליך, פאר אונז פשוט'ער קאמענטירער, זיך צו האלטן גראד, אן זעהן געוויסע עוולות וואס געשעהן נישט, אדער עבירות וואס קיינער איז נישט עובר.
טאקע ווייל מיר זענען אויך אידישע קינדער מיט א יצר הרע.
פאלשע קנאות איז א זאך וואס געשעהט זייער אפט, ספעציעל ביי מיין רבי'ס ברודער מיט זיינע אנהענגער. - יעדער פעולה וואס זיי (מיין רבי'ס ברודער'ס חסידים) טוהן, ווערט אין מיין אויגן צום ערשט אפגעשאצט לרעה, און אויב זעה איך גארנישט שלעכט דארט, קען איך צוריק ציען אביסל פון מיין אפשאצונג לרעה.
אויב דער זעלבע זאך וואלט מיין קהילה געטוהן, וואלט איך גלייך נאר געזעהן גוט'ס.
און ווי דער באקאנטע מעשה מיט רבי שלום שבדרון זצ"ל מיט אתה יצרת.
רבי שלום האט פארציילט, אז איינמאל איז ער געקומען אין א שטאט, אריינגעקומען אין שוהל, געווארט מ'זאל איהם מכבד זיין מיט אן אויבען-אהן פלאץ.
און גארנישט.
קיינער נישט.
אפילו נישט בטעות.
ער האט קיין ברירה נישט געהאט, און זיך אליין צוגעזעצט במקומו הראוי, און זיך פארגעשטעלט ווער ער איז, און געווארט פאר א כיבוד.
עס קומט צו שחרית, ער שטייט און ווארט אז מ'זאל איהם מכבד זיין, און גארנישט, קיינער טראכט אפילו נישט פון איהם.
אפשר האבן זיי דא עפעס א וועלט'ס חזן? לאז מיר ווארטן און זעהן.
קומט למעשה, שיקט מען דארט עפעס צו, איינער וואס פארשטייט בכלל נישט צו קיין דאווענען, זייענדיג שבת ראש חודש, רעדט מען דאך פון הלל, מיט דאס גאנצע ברען, און וואס, מ'שיקט דארט צו עפעס א נערישע בעל תפילה, קוים עברי וואס ער קען, און קעקעצט און מעקעצט א גאנצע דאווענען אהן קיין טעם.
אוי געוואלד.
זאל שוין זיין, וועלן מיר ווארטן אויף אן עלי'ה.
קיינער פרעגט מיר נישט אויב בין איך א כהן, אויך נישט א לוי.
נו, זיכער שלישי, דער חשוב'סטע עלי'ה.
עס קומט למעשה, אויך נישט.
אפשר איז דא שישי דאס חשוב'ע עלי'ה טראכט איך צו מיר, אבער ניין, עפעס א שלעפער האט עס באקומען.
מפטיר? אויך נישט, א בחור'ל האט עס.
מוסף? עפעס א לא יוצלח, וואס ווייסט אפילו נישט צו וועמען מ'דאווענט.
צוקלאפט און צובראכן דאווען איך מוסף, מיט א צובראכן הארץ, לב נשבר ונדכה, אלעס נאר פאר'ן אייבערשטער.
און דער אייבערשטער העלפט און פארלאזט נישט קיינעם, איך הער ווי דער חזן הייבט אהן תכנת שבת...
מיט אן אמת'ע עזות דקדושה, אלס אות מחאה האב איך מיר אונטערגעגארטעלט, אויס געקלאפט דריי מאל אויפ'ן טיש הויעך מיט דאס גרעסטע און שטערקסטע קול. אתה יצרת.
דריי מאל.
איינס פאר'ן שחרית.
איינס פאר'ן עלי'ה.
און איינס פאר מוסף.
און איך האב מיר בארואיגט.
לענייננו.
עס איז שווער דורך צו טראכטן יענעם'ס עבירות מיט א גלייכקייט, עס זעהט אלעמאל אויס ערגער פון אונזער פלאץ, ממילא גיהערט עס נישט ברבים.
אבער למעשה, נע, זארגט אייך נישט, עס איז נישט קיין עבודה זרה, און נישט אפילו נאנט אהין.