בלאט 9 פון 38
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 3:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אלעקסאנדער סמירנאוו, א געוועזענער FBI אינפארמאנט, וועט זיך דערקלערן שולדיג פארן פאבריצירן די באשולדיגונג אז ביידען און זיין זון האנטער האבן ערהאלטן מיליאנען אין שוחד פון אן אוקריינער אליגארך.
לויט דער באשולדיגונג, האבן דשאו און האנטער ביידען, ערהאלטן פינף מיליאן דאלאר יעדער באזונדער.

- Screenshot 2024-12-15 155105.jpg (55.91 KiB) געזען געווארן 361 מאל

- סמירנאוו
- ap24057709171952.jpg (99.32 KiB) געזען געווארן 361 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 6:48 pm
דורך שינאווער
דער סטרייק דורך דער פאסט אגענטור אין קאנאדע האלט שוין ביי איבער א מאנאט, אן קיין צייכן פון זיך ענדיגן, האלטנדיג פאסט אפעראציעס פארלאזירט איבערן גאנצן לאנד, וואו ס'קומט נישט און גייט נישט קיין פאסט שוין פאר מער פון א חודש.

- canada-post-vehicles-sit-covered-in-snow-1-7146522-1734298120094.jpg (104.19 KiB) געזען געווארן 328 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 8:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די יוניווערסיטעט אוו מישיגען האט אפגעזאגט איינע פון אירע אדמיניסטראטארן נאכדעם וואס יענע האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס. די פרוי'ס אדוואקאט זאגט אז זי האט נישט געזאגט גארנישט אנטיסעמיטיש און זי וועט קלאגן די יוניווערסיטעט.
איראניש איז איר אויפגאבע געווען צו אנפירן די מולטי-קולטורעל אינציאטיוו, צו צוזאמברענגען סטודענטן פון אלע ראסן און רעליגיעס.
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 8:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מדנ"י פארשליסט איר אמבאסאדע אין אירלאנד, צוליב די לאנד'ס עקסטרעם אנטי מדנ"י שטעלונגען, לויט גדעון סער [אויסערן מיניסטער] וואס זאגט אז אירלאנד איז אריבער צופיל רויטע ליניעס.
פריער אין יאר האט אירלאנד אנערקענט אין די צוויי שטאטן לעזונג אין פאלעסטינע.

- the-israeli-regimes-embassy-in-dublin-ireland-v0-k0xubilzda3e1.jpeg (295.71 KiB) געזען געווארן 308 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 10:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אן אמעריקאנע פארפאלק איז דערשאסן געווארן צום טויט וויילנדיג אין די פארברעכן געפלאגטע געגנטער אין מעקסיקא.

- 675b2aedce9a9.image.jpg (94.71 KiB) געזען געווארן 291 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:53 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א טארנעידא האט אנגעברענגט שווערע שאדנס אין סקאטס וואלי, קאליפארניע. פינף זענען פארוואונדעט געווארן.

- skynews-tornado-california_6776386.jpg (25.77 KiB) געזען געווארן 264 מאל

- 241215_gma_lee_tornado2_hpMain_16x9.jpg (124.9 KiB) געזען געווארן 264 מאל

- 0_Rare-California-tornado-injures-5-flips-vehicles-north-of-Santa-Cruz.jpg (46.93 KiB) געזען געווארן 264 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 11:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פאר יארן לאנג האט דער אסאד רעזשים געלייקנט אז זיי פארמאגן דראג פעקטאריס וואס האט געהאלפן פינאנצירן די אסאד רעגירונג, דורכן פארקויפן די געווירצן אין אנדערע לענדער אין די מיטל מזרח. אצינד נאכן רעוואלוציע ווערן אנדעקט מערערע אזעלכע לאקאציעס.

- maxresdefault (2).jpg (129.98 KiB) געזען געווארן 259 מאל

- XLLIPVC2WJN4JNHWGQK4F7SPRI.jpg (147.73 KiB) געזען געווארן 259 מאל

- Syria-8_1734272549851_1734272576431.jpg (160.4 KiB) געזען געווארן 259 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:02 am
דורך שאינו יודע לשאול
א מאן אין סאן דיעגא איז אומגעקומען נאכדעם וואס זיינע דריי הונט האבן אים פאטאל אטאקירט און געביסן.

- 71c37b0a-37dc-42db-9df5-18eba6ea82eb_1920x1080.jpg (120.35 KiB) געזען געווארן 259 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:08 am
דורך שאינו יודע לשאול
א רוסישע אויל טאנקיר שיף האט זיך צוטיילט אין צוויי און האט געזינקען אינעם שווארצן ים, בשעת א שווערע שטורעם. אויסגיסנדיג די העכער פיר טויזנט טאן אויל אינעם ים אריין.
אמווייניגסטנס איין מאנשאפט מיטגליד איז אומגעקומען. א צווייטע טאנקיר שיף אויפן סצענע איז אויך געשעדיגט געווארן, און איז אוועקגעשלעפט געווארן.

- a39c84c333c269dc875e2a792e179008.jpg (47.09 KiB) געזען געווארן 255 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:13 am
דורך שאינו יודע לשאול
טויזנטער אמאזאן ארבעטער אין ניו יארק אנגעשלאסן אין א יוניאן סטראשען צו גיין אויף סטרייק, אין ברען פון די פארנומענע חגא סעזאן.

- 7919.jpg (165.7 KiB) געזען געווארן 253 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:14 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער לינקער סענאטאר בערני סענדערס זאגט אויף אן אינטערוויו אז ער האפט צו קענען ארבעטן מיט טראמפ צו העכערן די מינימום וועידזש.

- bernie-sanders-wage-gty-lv-230405_1683222868410_hpMain_16x9.jpg (64.97 KiB) געזען געווארן 252 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:29 am
דורך שאינו יודע לשאול
די נ.י. דעפארטמענט אוו קארעקשאן האט געפנט אן אויספארשונג אויף א פאל ווען אן ארעסטאנט איז געשטארבן אין שפיטאל, נאכן ווערן פארוואנדעט דורכאויס אן אינצידענט וואס די פאליציי באצייכנט אלס "באנוץ פון מאכט" דורך טורמע וועכטער.

- download (22).jpeg (105.03 KiB) געזען געווארן 249 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:33 am
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי פופצן יעריגע זענען ארעסטירט געווארן אין באסטאן נאכן מאכן אן עקסידענט מיט א גע'גנב'טע קאר דורכאויס א פאליס טשעיס.

- 2TJ4IJTEHVFQTF5V62LKJQL5MA.jpeg (81.54 KiB) געזען געווארן 249 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:37 am
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן נאכן פליען א דראון העכער די לוגען לופטפעלד אין באסטאן, שטעלנדיג א געפאר פאר די עראפלאנען.

- s3___bgmp-arc_arc-feeds_generic-photos_to-arc_greenhouse09AirplaneSafety8-65b12f6d39972-scaled.jpg (113.38 KiB) געזען געווארן 248 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 12:43 am
דורך שאינו יודע לשאול
הונדערטער זענען געגלייבט צו האבן אומגעקומען אין א ברוטאלער ציקלאן שטורעם וועלכע האבן באטראפן דער מעיאטע אינזל אין פראנקרייך, איינווארפנדיג הונדערטער הייזער מיט מאכטפולע ווינטן פון העכער 200 מפ"ש.

- 2341.jpg (319.86 KiB) געזען געווארן 246 מאל

- hq720 (2).jpg (73.2 KiB) געזען געווארן 246 מאל

- AP24350336688228-1734259078.jpg (117.27 KiB) געזען געווארן 246 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:32 am
דורך שאינו יודע לשאול
לואיס נעלסאן, א נאנטער ראטגעבער צו מעיאר עדעמס, האט רעזיגנירט נאכן ווערן אנגעקלאגט אין קארופציע באשולדיגונגען.
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:37 am
דורך שאינו יודע לשאול
אנטאניא דעלעגאדא, גאווערנאר האקול'ס וויצע, גרייט זיך לויט באריכטן אונטערצונעמען זיין אייגענעם פאליטישער קאמפיין, און וועט זיך מעגליך פארמעסטן מיט זיין אויבערהארין האקול אויפן גאווערנאר אמט, אין 2026.

- 52099816370-814e79a7b4-o.jpg (198.23 KiB) געזען געווארן 204 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:41 am
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי יוגענטליכע זענען גע'הרג'עט געווארן און דריי זענען פארוואונדעט פון א שיסעריי ביי א פארטי אין טעקסאס.

- 93171119-0-image-a-46_1734285016604.jpg (53.14 KiB) געזען געווארן 200 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:49 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער געוועזענער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט מיט ראמני, שאצט אז JD ווענס וועט זיין דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט אין 2028. "מאג"א איז די רעפובליקאנע פארטיי הייטיגע טעג" זאגט ער.

- Screenshot 2024-12-16 104725.jpg (46.77 KiB) געזען געווארן 197 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:53 am
דורך גמח
יישר כח @שאינו יודע לשאול !!
מיר באלעקען זיך די פינגערס!!!
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:54 am
דורך שאינו יודע לשאול
פייער לעשער ארבעטן שווער צו באקעמפן דער וואלד פייער אין מאליבו, קאליפארניע, וואס האט שוין אפגעברענט העכער פיר טויזנט אקער און איז בלויז צוואנציג פראצענט אונטער קאנטראל.
ניינצן סטרוקטורן זענען שוין פארניכטעט געווארן אינעם פייער, און 27 אנדערע זענען געשעדיגט געווארן. העכער טויזנט געביידעס זענען אין געפאר פון פארניכטעט ווערן.

- unnamed - 2024-12-16T101717.210.jpg (169.87 KiB) געזען געווארן 192 מאל

- 76905561007-20241210-t-193737-z-778769888-rc-2-imba-738-p-1-rtrmadp-3-usawildfires.jpeg (392.68 KiB) געזען געווארן 192 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:54 am
דורך א טויב
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:41 am
צוויי יוגענטליכע זענען גע'הרג'עט געווארן און דריי זענען פארוואונדעט פון א שיסעריי ביי א פארטי אין טעקסאס.93171119-0-image-a-46_1734285016604.jpg
טיטס'ך שיסערייען.....
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:37 am
דורך שאינו יודע לשאול
עפל ארבעט ארויף זייער פראדוקציע פון דינע און פאלדעבעל אייפאונס, אין א פרואוו צו אויפלעבן זייער פארשלאפענע סעילס נומערן.

- עפל
- 2024-05-06-image-9.jpg (49.52 KiB) געזען געווארן 177 מאל

- סעמסאנג
- im-51754182.jpg (71.8 KiB) געזען געווארן 177 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:41 am
דורך שאינו יודע לשאול
די דייטשע רעגירונג איז געפאלן, נאכדעם וואס דער קאנצלער אלעוו שולץ האט פארלוירן א צוטרוי אפשטימונג אינעם פארלאמענט, ניין חדשים בעפאר עס דארפן פארקומען וואלן.

- unnamed - 2024-12-16T113944.015.jpg (121.91 KiB) געזען געווארן 171 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:47 am
דורך שאינו יודע לשאול
א פרוי אין לאס וועגאס האט געוואונען א לאו סוט קעגן די ארטיגע רעגירונג, און וועט באקומען 34 מיליאן דאלאר, נאכדעם וואס זי איז אנגעקלאגט געווארן און געזיצן זעכצן יאר אין טורמע אויף א מארד וואס זי איז נישט באגאנגען.