אויף אייוועלט האט פייער פייטער געשריבן:איטשע האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 12:55 am יישר כח פאר די אלע וואס קלארן אויס די ציבור און געבן פרטים איבער די שומרי שבת פייער קאמפעני
איין שאלה איז מיר געבליבן, לויט ווי איך פארשטיי קען מען נישט קלעימ"ן אינשורענס אויב פייער דעפארטמענט איז נישט געווען אויפן סצענע, אין א געווענליכע פאל וועט די היימישע ארגענעזאציע אויך אראפרופן די לאקאלע דעפארטמענט, אבער דא איז דא א פראבלעם ווייל זיי זענען דא להכעיס,
איז וויאזוי געבט מען זיך א עצה מיט אינשורענס?
בנוגע אינשורענס, ס'איז נישט דא קיין שום לעגאלע פארלאנג צוריפן 911, וואס יא אן אונשורענס קען טענה'ן איך בין נישט שולדיג דיר צו באצאלן אויב די האסט נישט גערופן פאר הילף, וואס אין געווענטליכע אומשטענדן מיינט דאס 911, ביי אונז אידן מיינט דאס אויך הצלה בנוגע מעדיקל עמערדזענסי, אונשורענס וועט נישט זאגן [און אויב יא וועט מען עס אויספייטן] אז די האסט נישט גערופן 911 נאר הצלה במילא דעק איך עס נישט.
מצילי אש איז אן אנערקענטע ארגאנעזאציע פאר פייער פייטונג, אונז האבן די נויטיגע דאקומענטן וואס פעלט זיך אויסדערפאר, במילא טעכניש אויב אן אונשורענס זאגט זיך אפ פון באצאלן קען מען ניצן די דעקונג פון מצילי אש אז מ'האט יא גערופן פאר הילף, במציאות האט מצילי אש נאכנישט געהאט קיין איין פייער וואס האט געלוינט צו קלעמען אינשורענס [די שאדן איז געווען גאר מינימאל], במילא קען איך נישט זאגן בידיעה אז ס'ארבעט, אבער אזוי זאגט די לויער.
פארוואס זיי זאגן אז אישורענס דעקט עס נישט?... איך מיין זיי זאגן דאך נישט קיין ליגענט...