בלאט 9 פון 9
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 2:05 pm
דורך שבת קודש
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 1:54 pm
הרבי מסאטמאר צודק!
פאר ווער עס האט נאך געהאט סיי וועלכע צווייפל צי די מערכה פון רבי'ן זי''ע קעגן דאס פארגעטערן און פארהייליגן רבי'ס, אפילו מיטן גוטן ציל פון דביקות בצדיקים (וואס לכאורה ווי עס שטייט אין חמדה גנוזה וועגן דאס ענין פון חסידות אז עס איז געווען אן ענין פון א געוויסע תקופה, איז עס היינט שוין מער נישט שייך) קען זען קלאר די רעזולטאטן וואס דער רבי האט פאראויסגעזען ווי ווייט עס וועט נאך אנקומען.
סאטמער'ער רבי איז נישט געווען קעגן פארהייליגן רבי'ס, אדרבה אין סאטמאר איז די 'רבי ז''ל' די מערסטע פארהייליגט מער פון אלע אנדערע מקומות זייער 'רבי ז''ל'
ער איז געווען קעגן די באגריף אז א 'רבי איז העכער די תורה'
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 6:00 pm
דורך דער תהלים איד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 2:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 1:17 pm
את אשר יגורנו בא!!!!!!!
אַךְ הַנָּבִיא אֲשֶׁר יָזִיד לְדַבֵּר דָּבָר בִּשְׁמִי אֵת אֲשֶׁר לֹא צִוִּיתִיו לְדַבֵּר וַאֲשֶׁר יְדַבֵּר בְּשֵׁם אֱלֹהִים אֲחֵרִים וּמֵת הַנָּבִיא הַהוּא
וַיֹּ֨אמֶר ה' אֶל־מֹשֶׁ֗ה קַ֚ח אֶת־כׇּל־רָאשֵׁ֣י הָעָ֔ם וְהוֹקַ֥ע אוֹתָ֛ם לַה' נֶ֣גֶד הַשָּׁ֑מֶשׁ וְיָשֹׁ֛ב חֲר֥וֹן אַף ה' מִיִּשְׂרָאֵֽל
ווער געדענקט נאך ווען עס איז געווען "עבודה זרה בשותף"?
ס'איז שוין עבודה זרה זעלבסט.
פחד פחדים!!!
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 6:36 pm
דורך חנן
האמיר נעכטן געהאט א שמועס מיט איינע פון די וואס באלאנגען צו יענע "מיסטעריעזע" כת, שמועסנדיג מיט אים איבער זייער חגא א טאג פריער. איך האב געשטעלט עטליכע הארבע קשיות אויף וועלכע ער האט נישט "געוואלט" ענטפערן, ווען צום סוף האב איך אים געפרעגט: "וואס טוסטו אויב סיי דיין טאטע, סיי דיין שווער און די גאנצע משפחה ארום, גייט ארויס פון ********, וואס טוסטו דעמאלטס? בלייבסט אליין דארט?"
- יא, אודאי.
"און, דו גייסט אפהאקן שייכות מיט זיי?"
- יא. זיכער.
"אפהאקן שייכות מיט דיינע עלטערן?! מיט דיין משפחה?!"
- יא
"און וואס טוט זיך מיט כיבוד אב ואם???"
-ס'איז דא דער אויבערשטער, דערנאך קומט דער הייליגער רבי, און הערשט נאכדעם קומט די תורה. [עפרא לפומיה!]
אזוי האט ער נאך ווייטער גערעדט דברי שטות והבל ורעות רוח, וואס איז אפילו נישט פאסיג נאכצוברענגען דא. פארשטייט זיך איך האב מוחה געווען כדת של תורה און מיטד עם האט זיך אונזער שמועס געענדיגט.
דאס איז וואס מען באקט זיי אריין פון קליינווייז אן. רח"ל.
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 12, 2025 6:49 pm
דורך חנן
נישט איך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 28, 2025 5:25 am
שומו שמים!
געטראפן א שטיקל אין איינס פון "זייערע" ספרים
צילום מסך 2025-01-28 122506.png
"מחמת שקיים כל התורה".
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 12:33 am
דורך דער תהלים איד
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:34 am
דורך מראה המקום
נישט צו בארעכטיגן די גאנצע נושא
סתם א אינטערסנטע ליקוט בענין זה
און דרך אגב זיך ביקן צו א מענטש איז סתם אזוי מותר כמבואר בגמ' סנהדרין סא:

- Screenshot 2025-02-17 103732.jpg (185.75 KiB) געזען געווארן 1332 מאל
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 1:31 pm
דורך צווייטער
מראה המקום האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:34 am
נישט צו בארעכטיגן די גאנצע נושא
סתם א אינטערסנטע ליקוט בענין זה
און דרך אגב זיך ביקן צו א מענטש איז סתם אזוי מותר כמבואר בגמ' סנהדרין סא:
Screenshot 2025-02-17 103732.jpg
מ'האלט אין איין גיין אין סירקלען בלי גבול.
עיין מה שכתבתי
דא.
אויף יעדע זאך קענסטו טרעפן א מקור אויף די עצם זאך, אפילו אויף די דרשה וואס איינער האט דא געפאוסט ווי זיי זאגן אז אפילו ווען דער אויבערשטער אליינס זאגט עפעס, אבער דער רבי זאגט אנדערש, דארף מען פאלגן דער רבי - עפ''ל - קענסטו אויף די עצם נקודה אויף טרעפן א מקור אין די גמרא בבא מציעא (פ''ו, ע''א) קא מיפלגי במתיבתא דרקיעא אם (ויקרא יג, ב) בהרת קודמת לשער לבן טמא ואם שער לבן קודם לבהרת טהור, ספק
הקב"ה אומר טהור וכולהו מתיבתא דרקיעא אמרי טמא. און דער רמב''ם (הל' טומאת צרעת ב, ט) פסק'נט ספק שיער לבן קדם ספק הבהרת קדמה
הרי זו טמא נישט ווי דער אויבערשטער זאגט.
מ'דארף פשוט נוצן שכל און מבחין זיין בין טומאה לטהרה. ס'איז נישט שייך קיין סימנים וואס אויב טוט ער דאס און דאס, איז א סימן אז ס'איז אזוי און אזוי (אויסער ווען גדולי ישראל האבן ספעציפיש איינעם געהייסן נאכקוקן אויף א געוויסע התנהגות). ווייל אויב איז דא סימן קען דאך דער פאפער אויך קענען דעם סימן און עס נאכטון.
מענין לענין, א איד האט אמאל געפרעגט דער גור'ער רבי בעל בית ישראל זצ''ל אויב ער האט א ספק וואס דער אויבערשטער וויל ער זאל טון, אויב ער זאל מאכן א גורל, האט אים דער בית ישראל געענטפערט, מיר האט דער אויבערשטער געגעבן 'שכל' און דורך דעם ווייס איך וואס דער אויבערשטער וויל...
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 17, 2025 2:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מראה המקום האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 17, 2025 10:34 am
און דרך אגב זיך ביקן צו א מענטש איז סתם אזוי מותר כמבואר בגמ' סנהדרין סא:
ווען ס'איז נישט לשם אלקות, דא האבעך מורא צו זאגן פארוואס זיי ביקן זיך [נישט ליטערלי]
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 1:40 am
דורך פנים חדשות
חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 6:36 pm
האמיר נעכטן געהאט א שמועס מיט איינע פון די וואס באלאנגען צו יענע "מיסטעריעזע" כת, שמועסנדיג מיט אים איבער זייער חגא א טאג פריער. איך האב געשטעלט עטליכע הארבע קשיות אויף וועלכע ער האט נישט "געוואלט" ענטפערן, ווען צום סוף האב איך אים געפרעגט: "וואס טוסטו אויב סיי דיין טאטע, סיי דיין שווער און די גאנצע משפחה ארום, גייט ארויס פון ********, וואס טוסטו דעמאלטס? בלייבסט אליין דארט?"
- יא, אודאי.
"און, דו גייסט אפהאקן שייכות מיט זיי?"
- יא. זיכער.
"אפהאקן שייכות מיט דיינע עלטערן?! מיט דיין משפחה?!"
- יא
"און וואס טוט זיך מיט כיבוד אב ואם???"
-ס'איז דא דער אויבערשטער, דערנאך קומט דער הייליגער רבי, און הערשט נאכדעם קומט די תורה. [עפרא לפומיה!]
אזוי האט ער נאך ווייטער גערעדט דברי שטות והבל ורעות רוח, וואס איז אפילו נישט פאסיג נאכצוברענגען דא. פארשטייט זיך איך האב מוחה געווען כדת של תורה און מיטד עם האט זיך אונזער שמועס געענדיגט.
דאס איז וואס מען באקט זיי אריין פון קליינווייז אן. רח"ל.
די שאלה מ'דארף פרעגן די אנהעגער פון דעם קולט דארף זיין אזוי, טאמער ענקער הנקרא הייליגער זאגט ענק צו דינען ע"ז ה"י וועלן ענק אים פאלגען, יא אדער ניין.
אט איז וואס איינער שרייבט אויף פואוצה"ח: לפני יותר משנה י"ל ספר 'אמונת חכמים'. המחבר הוא ר' ישראל צבי רויטמן ז"ל.
בני המחבר עלו למעונו של ההוא מבני ברק לקחת מכתב הסכמה, וישבו אצלו כמחצית השעה.
בתוך הדברים התלהב ההוא, ואמר (בתרגום מאידיש):
'אני סבור, שאפילו אם יאמר רבי לחסיד להשתחוות לעבודה זרה, הוא חייב לציית לרבו'. עפ"ל.
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 1:43 am
דורך מהודר
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 17, 2025 12:33 am
דוד דמן אין משפחה
1.jpg
2.jpg
3.jpg
פון ווי נעמט ער די גאטס ?
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 10:36 am
דורך שמח
מהודר האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 1:43 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 17, 2025 12:33 am
דוד דמן אין משפחה
1.jpg
2.jpg
3.jpg
פון ווי נעמט ער די גאטס ?
ער זאגט דאך נישט פון וועמען ער רעדט...
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 11:02 am
דורך נויז מאשין
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 10:36 am
מהודר האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 1:43 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 17, 2025 12:33 am
דוד דמן אין משפחה
1.jpg
2.jpg
3.jpg
פון ווי נעמט ער די גאטס ?
ער זאגט דאך נישט פון וועמען ער רעדט...
יא יא... משפחה גייט פיין צוריקהערן פאר דעם
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 7:43 pm
דורך Think and Thank
בבחינת דער נאר זאל ארויסגיין פון מקוה. אדער א בחינה ווי יענער רעדנער האט געזאגט "מיינען מיין איך קיינעם, אבער דער וואס מיינט אז איך מיין אים, אים מיין איך טאקע..."
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 18, 2025 7:53 pm
דורך שמח
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 18, 2025 7:43 pm
בבחינת דער נאר זאל ארויסגיין פון מקוה. אדער א בחינה ווי יענער רעדנער האט געזאגט "מיינען מיין איך קיינעם, אבער דער וואס מיינט אז איך מיין אים, אים מיין איך טאקע..."
פונקט די ווערטער שרייבט ער... קוק איבער זיינע לעצטע ווערטער.
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:19 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
עמיצער האט מיר געשיקט א גליון וועלכע איז ערשינען אין אשדוד חודש אייר תשפ"ד
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:23 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
2
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:24 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
3
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 21, 2025 2:25 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
4
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 21, 2025 3:03 pm
דורך חלום חלמתי
Omg... ירושלים? בית המקדש? גארנישט...
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 2:57 pm
דורך דעת קדשי
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 12, 2025 10:35 am
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 11, 2025 6:17 pm
"הייליגע רבי, נפשי חולת אהבתיך"
לאמיר זיך דערמאנען פון וואו די ניגון קומט ארגינעל. איז נישט די ארגינעלע ווערסיע הייליגע רבי שמעון לעכטיגע רבי שמעון נפשי חולת אהבתך? @דעת קדשי קום אריין קלארשטעלן.
וואס איז די ענטפער דארט? פון רשב"י מעג מען מאכן אן עבודה זרה?
גוט מארגן
די רמב''ם אין הל' יסודי התורה שרייבט
האל הנכבד והנורא הזה--מצוה לאוהבו וליראה ממנו, שנאמר: "ואהבת את ה' אלוהיך" (דברים ו ה; דברים יא א), ונאמר: "את ה' אלוהיך תירא" (דברים ו יג; דברים י כ). והיאך היא הדרך לאהבתו ויראתו? בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהם חכמתו שאין לה ערך ולא קץ, מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר ומתאווה תאווה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד: "צמאה נפשי לאלוהים לאל חי" (תהלים מב ג).
הלכה ב
וכשמחשב בדברים האלו עצמן, מיד הוא נרתע לאחוריו, ויירא ויפחד ויידע שהוא בריה קטנה שפלה אפלה, עומד בדעת קלה מעוטה לפני תמים דעות, כמו שאמר דוד: "כי אראה שמיך... מה אנוש כי תזכרנו" (תהלים ח ד-ה). ולפי הדברים האלו אני מבאר כללים גדולים ממעשה ריבון העולמים, כדי שיהיו פתח למבין לאהוב את השם, כמו שאמרו חכמים בעניין אהבה, שמתוך כך אתה מכיר את מי שאמר והיה העולם.
שטייט דא אז יראה ברענגט אהבה און אהבה ברענגט יראה דאס איז ווי תרי רעין דלא מתפרשין ווי די תניא שמועסט אויס באריכות אין ליקוטי אמרים
די גמרא דרשנט את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים ממילא קומט אויס אז אויב ס'דא יראה פאר ת''ח איז דא אהבת ת''ח אטמאטיש.ווייל יראה ברענגט אהבה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 7:33 pm
דורך הדסים
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 11, 2025 10:08 am
מענדל ווייס האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 11, 2025 9:59 am
יעצט לעצטענס האט מען גע'דרשנ'ט דארט "ווען דער אייבערשטער זאגט אזוי, אבער דער רבי זאגט פארקערט, דארף מען טוהן וואס דער רבי זאגט"
וואו און ווען איז דאס געזאגט געווארן?
א רעקארדירונג ביטע?
ענדיג צו, ער האט געזאגט אז מ'דארף טון וואס דער רבי האט געזאגט "ווייל דער רבי פארשטייט בעסער וואס דער אויבערשטער וויל"
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 9:15 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 27, 2025 7:33 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 11, 2025 10:08 am
מענדל ווייס האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 11, 2025 9:59 am
יעצט לעצטענס האט מען גע'דרשנ'ט דארט "ווען דער אייבערשטער זאגט אזוי, אבער דער רבי זאגט פארקערט, דארף מען טוהן וואס דער רבי זאגט"
וואו און ווען איז דאס געזאגט געווארן?
א רעקארדירונג ביטע?
ענדיג צו, ער האט געזאגט אז מ'דארף טון וואס דער רבי האט געזאגט "ווייל דער רבי פארשטייט בעסער וואס דער אויבערשטער וויל"
איך האב עס נישט געהערט.